בס"ד
מיללער האט געשריבן:דמיות פון טרופ:
ר' משה מנהל, ר' אברהם שייע, יאסל רייך, ראביי סעבא, מר. דן-בלאו, מר. געביוף, סאבארי, מר. גרינבערג, מר. אבערגאז, אוליי, פרענקי, הענרי, ר' קליין דער פלאמבער.
אה, זכרונות... נישט סתם...
אונז גייען נאך צוריק אביסל מער, רבי זאב נפתלי ראזמאן ועוד, די צוויי ברידער - איינער ענגליש טיטשער און דער אנדערער די פרינציפיל - איך געדענק נישט די נאמען אויפ'ן מינוט - איין טאג איז דער פרינציפיל נישט געקומען און זיין ברודער דער טיטשער האט אים איבערגענומען, איז ער געקומען מיט א ספעשל נעקטיי... כי כי כי.
די טרעילארס מיט פעך וואס מען האט אריינגעגאסן אין קעלער צו הייצן די סטים.
א מינוט, הענרי? ווי האט נאר געהייסן דער פלעטבוש הצלה מאן (נישט גאביאף...), זאב? זאבי? הערי? עפעס אזוי, זיך געדרייט ביי די פרינציפילס אפיס, אזא גוטיטשקער געווען.
די פעפער און אויל פעקטארי קעגן איבער האט אלץ געברענגט שווערע גערוכן וואס האבן צומאל דערגרייכט ביז די טיר פון חדר.
די באסעס פלעגן "דורכפליען" גאנץ מארסי עוועניו, כ'מיין ס'איז געווען די איינציגסטע גאס אין וומ"ס וואס האט געהאט די לייטס אויסגעשטעלט צו קענען דורכמאכן פון פלאשינג ביז הופער אין איין צי גרין לייטס.
איי, די הויף, די זיבן-אכט באזונדערע הויפן.
בעל קורא? אין מיינע צייטן האט רוב מאל געליינט ר' יחזקאל יואל סאמעט זז"ג, די "זאאאאאאאת" מיט'ן "מונח" איז געווען א פלעזשור יעדן ראש חודש.