"היום" - היימישע עמעזאן סעללער צוזאמקום

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

"היום" - היימישע עמעזאן סעללער צוזאמקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

היינט נאכט גייט אי"ה פארקומען נאך א צוזאמקום פאר עמעזאן סעללערס, אויב איז דא דא א סעללער וואס וויל דזשוינען שיק פליז אן אימעיל צו [email protected]

מער פרטים וועלן נישט געמאלדן ווערן דא ביז נאכן צוזאמקום, אי"ה מארגן אדער נעקסטע וואך אז ס'וועט זיין צייט העט מען שרייבן מער.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטפארמע »

.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמה »

נו?, וואס איז געוועהן דארטן?
איזהו חכם? הלמד מכל אדם!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לאמעך טרייען אין קורצן...

ס'דא אויף וואצעפ א גרופע וואס הייסט "סעללער סענטראל העלף", (שוין דא 2 ב"ה, די ערשטע איז שויניש דא קיין פלאץ...) די גרופ באשטייט פון יונגעלייט וואס פארקויפן אויף עמעזאן... דארט זענען דא כל מיני סעללערס, פון יונגעלייט וואס האבן נארוואס אנגעפאנגן, ביז מענטשן וואס פארקויפן שוין 5-10 יאר, פון מענטשן וואס האבן 100 טויזענט דאללער סעילס ביז 30-50 מיליאון... דארט זענען דא וואס טיען קלאוזאוטס, פרייוועט לעבל, דיסקאנטיניוד, ברענד נעים, און נאך פארשידענע מיני איידיעס... סיי בעל בתים און ארבייטער... יעדער סעלער פאר זיך, אבער איין זאך וואס די אלע יודן האבן אין קאממאן, דאס איז אז זיי "פארקויפן אויף עמעזאן"...

יא, אזויווי יעדע שטעלצעך שוין אליין פאר, פון אזויפיהל מענטשן קומען כסדר ארויף פראגעס, איינער האט אן אישו מיט זיין שיפמענט, מיט סעללער פרעפארמענס, מיט סעללער קלאוד, א צווייטער וויל וויסן וואסיז בעסער, קוויק בוקס אדער כ'ווייסאליינישוואס, איינער וויל וויסן די בעסטע וועג צו שיפן, א דריטער א וועג צו ליסטן... און ב"ה צווישן אזויפיהל סעללערס ווערן רוב זאכן פארענטפערט ביז מינוטן...

עכ"פ האבן די חברי ה'גרופע אפגעמאכט אז מ'גייט זיך צאמקומען און זיך באקענען, אויסשמיעסן אינאיינעם איידיעס וויזוי צו פארבעסערן די ביזנעס וכד'... די ערשטע אזא צוזאמקום איז געווען פארגאנגענעם זוממער אין ב"פ, סיז געווען א סמעשינג סוקסעס ב"ה... אן קיין דרשות, סתם קופקעס! איינער האט געפרעגט, א צווייטער האט געענטפערט, סאצעך גע'באבעלט דארט איידיעס, איינער איבער קי-ווארדס, איינער איבער HTML, איינער איבער אייגענע וועבסייט... יעדער איז אוועקגעגאנגן צופרידן, העכער אלע ערווארטונגען!

זינט דעמאלטס איז זיך די גרופ צווואקסן, מ'האט אנגעפולט די גרופ ביז א מאקסימום, און ס'איז געווארן א וועיטינג ליסט ארויפצוקומען... (מ'האט שוין געעפנט נאך א גרופ פאריגע וואך, אויב איינער דא איז א סעללער און וויל ארויפגיין זאל מען מיך אימעיל צו די אדרעסס אין די ערשטע תגובה... נאוט: טראצדעם וואס די גרופ איז מיסודו פון אייוועלט, די ערשטע מיטגלידער זענען געווען אייוועלט שרייבער, האטעס אבער גארניש מיט אייוועלט, ס'ווערט אנגעפיהרט דורך א פריוואטע יונגערמאן... יונגערמאן? א צדיק פון א יוד! אבער לאמער נישט אריינגיין אין דעם יעצט)

עניוועי, די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג האט מען פון איין מינוט אויפן צווייטן מסדר געווען נאך אזא צוזאמקום, דאס מאל אין מאנסי... היות וואצעפ האט נישט געארבייט געהעריג און סיז געווען פון איין מינוט אויפן צווייטן און סיז געווען אפסטעיט, האט מען זיך גערישט אויף א קלענערן ציבור, חוץ מזה זענען געווען אסאך מענטשן וואס זענען נישט אויף די גרופ (נאכניש געווען די וועיטינג ליסטע) געבעטן מ'זאל מעלדן ביי די נעקסטע צוזאמקום.. האט מען באשלאסן צו מעלדן דא אויפן וועלטל איבער די צוזאמקום...

למעשה זענען אנגעקומען אריבער 30 יונגעלייט, רוב זענען געווען ס'ערשטע מאל, (פאריגעסמאל זענען די אפסטעיט חברה נישט געקומען, יעצט זענען די ברוקלין חברה נישט אנגעקומען געהעריג...) און ווידעראמאל זענען דארט פארגעקומען אינטערעסאנטע שמיעסן און פארברענגען... די מערסטע בינעך געווארן איבערגענומען ווען אונזער גרופ אדמין האצעך אראפגעזעצט צו צוויי יונגעלייט שותפים, וואס האבן נארוואס אנגעפאנגן פארקויפן אויף עמעזאן, און ער האט זיי געגעבן א שיעור כללי איבער עמעזאן...

איך קען ווען נאך שרייבן א לאנגע מגילה... דאס איז אבער אין קורצן... איין זאך וואס שרייט ארויס פון זיך אליין... מי כעמך ישראל! הונדערט יונגעלייט וואס דארפן ווען זיין קאמפעטישן פארברענגען אינאיינעם און יעדער זוכט ארויסצוהעלפן ווי מער מ'קען דעם צווייטן! און יא! אלעס האצעך אנגעפאנגן דא אויף אייוועלט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

How can I get on this Watsspp group
האלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2015 5:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלט »

Quote [אויב איינער דא איז א סעללער און וויל ארויפגיין זאל מען מיך אימעיל צו די אדרעסס אין די ערשטע תגובה]
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אנטשלדיגט פאר די שפעטע מעלדונג, היינט קומט פאר נאך א צוזאמקום "אין ברוקלין"... דאס מאל האט מען געדינגען א זאל, דעריבער וועט זיין א מינימאלע אפצאל...

ווער ס'וויל זאל פליז שיקן אין אימעיל צו [email protected]
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אנטשלדיגט פאר די שפעטע מעלדונג, היינט קומט פאר נאך א צוזאמקום "אין ברוקלין"... דאס מאל האט מען געדינגען א זאל, דעריבער וועט זיין א מינימאלע אפצאל...

ווער ס'וויל זאל פליז שיקן אין אימעיל צו [email protected]

ס'גייט זיין רעדנער'ס ? ס'דא עפעס א סדר הלילה?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

נא_שכל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אנטשלדיגט פאר די שפעטע מעלדונג, היינט קומט פאר נאך א צוזאמקום "אין ברוקלין"... דאס מאל האט מען געדינגען א זאל, דעריבער וועט זיין א מינימאלע אפצאל...

ווער ס'וויל זאל פליז שיקן אין אימעיל צו [email protected]

ס'גייט זיין רעדנער'ס ? ס'דא עפעס א סדר הלילה?

א באריכט ביטע
עפעס חידושים ??
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

כ'האב הערשט יעצט באמערקט.
וואס האט מען געלערנט דארט?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פאר ווער ס'איז אינטערעסירט, מארגן קומט פאר נאך אן אווענט אין ווילי... מ'קען קויפן טיקעטס אריינצוגיין...

https://sellercentralhelp.ticketleap.co ... -feb-2019/
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”