מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

די מעשה וואס יאך הער פארציילט איז לכאורה געווען ביי זיין צווייטע קינד, ווייל די ווייסע קאפלעך האבען זיך לויט מיין זכרון אנגעפאנגען נ"ח אדער שפעטער.

לויט וואו איך געדענק אז ווען ר' עזריאל, האט איבערגעדרייט דעם רבי'נס קאפעל שבועות אין וויליאמסבורג, נאכען אפערעישאן אויף די נירען, איז עס נאכנישט געווען פון די ליכטיג געפארבט.

נ.ב. עס איז נישט געווען ממש ווייס, עס איז געווען אביסעל בלוי געשטימט, (די סיבה פארוואס מען האט געוועלט די קאליר, ווייס איך נישט).
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אז כ'וועלעם טרעפן, עלעכעם בלי נדר איבער פרעגן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

cano האט געשריבן:די מעשה וואס יאך הער פארציילט איז לכאורה געווען ביי זיין צווייטע קינד, ווייל די ווייסע קאפלעך האבען זיך לויט מיין זכרון אנגעפאנגען נ"ח אדער שפעטער.

איך האב א קאפעל וואס איך האב באקומען פון רבי'ן נ"ח און ס'איז ווי דו האסט דערמאנט, אלזא האט זיך עס אנגעהויבן נ"ח אדער פריער.

cano האט געשריבן:נ.ב. עס איז נישט געווען ממש ווייס, עס איז געווען אביסעל בלוי געשטימט, (די סיבה פארוואס מען האט געוועלט די קאליר, ווייס איך נישט).
נאר א געדאנק בלוי, און נאך אזאך ס'איז א קאסטאם סייז.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לתועלת האשכול והקרעטשמע, ברענג איך דאס אהער.

cano האט געשריבן:
די חלק אז עס איז מען קען ליינען אין א קוויטעל

קען איך דיר א סך פארציילען, וואס איך האב געהערט פון מענטשען ארויסקימענדיג פין ספרים שטוב פין בעל ברך משה זי"ע, עס איז געווען אזא אפטע זאך אז איך געדענק כמעט נישט קיין נעמען, אבער איך געדענק נאך געניג נעמען פון מענטשען וואס די קענסט זיי גיין פרעגען, גאר אינטערעסאנטע זאכען.

איין זאך וואס איך האב געהערט פין איינעם, אין אישית קען איך דיר אנגעבען א נאמען, ער איז אריין אפאר חדשים נאך די חתונה מיט א קוויטעל אז זיין ווייב ווארט, האט אים די רבי געזאגט א צווילינג, האט ער געזאגט איך ווייס נישט, איך האלט נאך פאר די טעסט, האט אים די רבי געזאגט צוויי אינגלעך, האט ער געזאגט איך ווייס נישט, האט אים די רבי געזאגט וואס הייסט די ווייסט נישט, די זעהסט נישט דא אינעם קוויטעל?

האט ער גענטפערט ניין איך זעה נאר מיין נאמען און מיין ווייב'ס נאמען מיט א פאר ציגעשריבענע אותיות, זאגט אים די רבי די זעהסט נישט, דא א "ב" און דא א (צווייטע אות איך געדענק נישט פינקטליך וועלכע)(די רבי האט אויסגעקליבען צוויי אותיות פון די נעמען פון אים מיט זיין ווייב) דאס מיינט צוויי אינגלעך.

דאס איז געווען א נארמאלע זאך אז די רבי זאל פרעגען וועלכע איז עלטער, ווען א אינגערע קינד איז געשטאנען אויסגערעכענט פאר אן עלטערען אין קוויטעל,

וואו אויך צישרייבען א נאמען ווען עס האט געפעלט איינע פין די נעמען ביי איינעם וואס האט געהאט מערערע נעמען, איך געדענק אויף צוויי פעלער ווען די רבי האט צוגעשריבען אן פרעגען פארדעם, כדרכו פלעגט די רבי פרעגען, נאך וועם הייסט ער, און געווענדליך האט זיך שוין דער טאטע געכאפט אז דער זיידע נאך וועם ער הייסט האט געהאט נאך א נאמען,

וואו אויך פלעגט די רבי אלעמאל צושרייבען די נאמען אדער אותיות וואס האבען געפעלט, פלעגט די רבי צושרייבען אויפען קוויטעל, אדער אויף געציילטע פעלער געדענק איך האט מען פארציילט אז די רבי האט מיט די שפיץ פון די פעדער(די טינט אריינגעדריקט אויב איינער כאפט וואס איך מיין) געשריבען אויפען טישטעך, עסגעווען א איז סאמעטענע טישטעך שטענדיג אויפען טיש, און די רבי האט אזוי אריינגעקריצט אינעם טישטעך די נעמען, זעהט אויס אז דער קוויטעל דארף זיין א דבר השלום.

אז איך האב שוין דערמאנט דעם רבין וועל איך פארציילען וואס איך האב געהערט פון הרה"ח ר' אהרן פאלאק ע"ה, א תלמיד פין זענטא אז אין די ישיבה האט מען געוויסט אז די ערשטע קוויטעל וואס דער רבי' האט באקימען איז געווען פון זיין פעטער דער דברי יואל זי"ע,

די מעשה איז א ביסעל אן אריכות, ועוד חזון בל"נ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קאנאו:
ר' אהרן איז נישט געווען קיין תלמיד פון רבי'ן פון זענטא, ער האט געלערנט אין סאטמאר ביים רבי'ן דער דברי יואל, און איז געווען א זענטער געבוירענער.

ער פלעגט רעדן פון רבי'ן דער ברך משה מיט א געוואלדיגע הערצה.

ואי"ה עוחז"ל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יא! ער איז געווען א זענטער געבוירענער.

איך האב אמאל גערעט מיט איהם אויף א משפחה שמחה, און ער האט מיר דערציילט אז דער מהריי"ץ פון לובאביטש האט פרובירט אויף איהם אז ער זאלל גיין וואיונען אין IRELAND.
ווען דער מהריי"ץ פון לובאביטש איז דא אהנגעומען, איז ער איהם געגאנגען שלום געבען.
האט איהם דער מהריי"ץ געפרעגט וואס ער טוט פאר פרנסה, האט ער איהם גענטפערט אז ער איז א סופר. האט איהם דער מהריי"ץ געטרייט צירעדען אז ער זאל פארען קיין IRELAND ווייל דארט איז א מאנגעל פון סופרים. האט ער געזאגט פארען מהריי"ץ, אז ער וואוינט דא ווייל ער וויל זיין נאנט צי זיין רבין און ער וויל זיך נישט אוועקציען פון איהם

אגב, איך גיי און זיינע פרשיות
the SCY is the limit
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך האב הערשט יעצט באמערקט דעם אשכול, איך קען מיך נישט גענונג באדאנקען פאר די אלע שרייבער דא, איך האב זייער שטארק הנאה געהאט צו ליינען די אלע עפיזאדן און ווינדערליכע מעשיות, ווען עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ווי איך גיי אריין צו אום מיט א קוויטל און מיט אזא חביבות האט ער אויפגענומען יעדער מענטש, אההההה, ווי נעמט די צייטן פון אמאל, די צדיקים פון אמאל.

איך האב אסאך צו דערציילן, אבער איך האב נישט יעצט די צייט, אי"ה עוד חזון למועד.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אונעם אשכול פון שושלת קאמארנע האב איך געשריבען
.

און שנת תשל"ו חדש שבט איז מיין טאטע ע"ה מיטגיפארען מיטען בירך משה ז"ל קיין אינגערען און רומעניא.
אזויא וויא מיין באבעס יאהרצייט איז ה' שבט און זי ליגט און באטור, און די רעבעטצין (אויך פון באטור פון ווען ר' אהרן וועלאווער רב האט איבערגינומען זיין ברידערס פאסטען און באטור נאך ר' נפתליס פטורה) האט גיוואלט פארען אויף באטור אויך, איז מין טאטע מיטגיפארען און איז טאקע גיווען אויף זיין מאמעס ציון ד' שבט, א טאג פארען יאהרצייט.

ואס איז גיווען אינטערעסאנט פאר מיין טאטען און ער האט מיר דאס ספעציעל פארציילט, אז און אוהעל ווען זיי זענען גיווען און אוהל ביים ישמח משה, איז דער בירך משה נאר ציגיגאנגען צי זיין זיידען אין באבענס מצבה. ער איז בכלל נישט ציגיגאנגען און אפילו נישט גיקוקט אויף ר' סענדער קאמארנעס מצבה.
ער האט מיר דערציילט אז מען האט גיקענט זעהן אז ער טוט דאס בכונה.
ווייסט איינער אפשר פשט
the SCY is the limit
Monticello

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

כ'האב עס געזעהן דערמאנט אין איינע פון די ליפלעטן יעצט ביים יארצייט, און ס'האט מסתם פאסירט מערערע מאל, אבער איך האב עס איינמאל אליינס מיטגעהאלטן:

ביים באגלייטן נאך א טיש, האבן א קבוצה בחורים'לך געזינגן "די רבי זאל לעבין און פירן אקעגן, אקעגן משיח צדקינו" אויפן זיבעטע הקפה ניגון.

דער ברך משה דרייט זיך אויס און זאגט פאר די בחורים "זינגט'ס משיח זאל קומען".

מ'האט געקענט זעהן ווי ס'שמעקט אים נישט די גאנצע פראפאגאנדע. ער האט געהאט א טעם זקינים. אן ארגינעלע טעם.

דרך אגב, מיללער. די ענין פון יי"ש נישט צו טרינקן פון א קליין ביסל, דאכט זיך, פלעגט ער נאכזאגן פון בעלז.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה,

איך האב אמאל געהערט אז אין א יארצייט גייט מען נאר צו די מצבה פונעם בעל ההילולא ווייל די נשמה איז דארט כידוע און ס'קען זיין אן ענין פון א בזיון, אבער איר רעדט דאך נישט ביומא דהילולא אלזא האב איך נישט קיין תירוץ.

מאנטי,
איך געדענק נישט אז ער זאל עס האבן נאכגעזאגט פון בעלז ביי יענע געלעגנהייט, אבער יו מייט בי רייט, כידוע איז ער געווען א גרויסע בעלזער חסיד דורך זיין שוואגער ר' יוחנן מוזשאיער -ב"ר פיניעלע אוסטילער חדב"ן המהרי"ד מבעלזא- חתן אביו מרן העצי חיים.

קרעמער,
מזל טוב!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב געטראפען א שטיקל אורחות צדיקים און שער האמת ער רעדט דארט פון מענטשען וואס ווייסען נסתרות וכדומה..
דאכט זיך מיר אז דא ליגט דער שליסעל וואס מעזעהט 'גוטא יודען' האבען געוויסט זאכען אהן מען זאל זיי זאגען, און די אלע עובדות דא זענען א באווייזינג דערוף.
אטעטשמענטס
orchostzadikim.jpg
orchostzadikim.jpg (12.57 KiB) געזען 4677 מאל
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

היינט דאנערשטאג ג' אייר געפאלט אויס די יארצייט פון ר' אהרן פאללאק'ס טאטע, ר' יעקב בן ר' יצחק הכהן הי"ד פון זענטא,
ר' יעקב איז געווען א געטרייער חסיד פון רבי'ן און פון רבי'נס נאענטסטע מענטשן נאך אין זענטע, אין ער איז געווען מיטן רבי'ן אין לאגער, דער רבי האט אמאל דערציילט ברבים, אז ר' יעקב האט מיט מסירת נפש אריין געשווערצט אין אוישוויץ א שערל, און אידן זענען א גאנצע נאכט געשטאנען און זיך געשוירן דערמיט כדי נישט נכשול צו ווערן אין גילוח תער, דער רבי האט דערציילט אז ר' יעקב איז געווען מיט אים אין לאגער ביז אינמיטן די טויט מארש, ווען די רשעים האבן געזעהן אז ער האט שוין נישט קיין כוח פארצוזעצן אין זיי האבן אים געשאסן, דער רבי האט געדענקט דעם טאג פון די יארצייט און ער פלעגט צו דערמאנען די קינדער אז די יארצייט איז ג' אייר. תנצב"ה
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

ר' יעקב איז אויך געווען פון די ראשי קהילה אין זענטא,

און ער איז אויסגעקליבען געווארען צו מעלדען פארען פריערדיגען רב אין זענטא, אז מען פלאנט אויפצינעמן א רב הצעיר, און דער רב האט געפרעגט וועם, האט ער גענטפערט דער עצי חיים'ס א זין, האט דער רב גענטפערט זייער פיין ווייל דער ייטב לב האט מיר דאמאלטס ווען ער מיר אהער געשיקט אנצופירען די קהילה האט ער מיר געזאגט איך שיק דיך אהין זאלסט היטען דעם גוט (א גארטען) ביז איך וועל עס אפנעמען, און יעצט פארשטיי איך שוין וואס ער האט געמיינט, און ער האט געגעבען די פולע הסכמה.

(יעצט טראכט איך אז אפשר האט עס ר' אהרן פארציילט אויף זיין זיידע, פארשלאפען פארעכט מיך.)
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

די מעשה מיטען קוויטעל איז אזוי, איין יאר פאר די מלחמה ווען עס איז אנגעקימען די טעג פאר ז' אדר די יארצייט פון קאלובער זי"ע האט די צווייטע רביצען פון סאטמערע רב באשלאסען צו פארען קיין קאלוב, צום יארצייט, פאר זי איז ארויסגעפארען איז זי אריין צים רבין זיך געזעגענען, האט זי געפרעגט דעם רבין צו זי זאל שרייבען א קוויטעל, האט די רבי גענטפערט גיט שרייב א קוויטעל, און זי האט אפגעשריבען א קוויטעל, ווען זי האט גענדיגט האט זי געזאגט אז עס איז כמעט נישט מעגליך צוציקימען צום ציון אין די טאג פין די יארצייט, צו די רבי קען איר געבען אן עיצה וואו זי זאל לייגען די קוויטעל, האט די רבי געזאגט גיב מיר די קוויטעל, און זי האט אים עס אהין געגעבען.

עס איז וויכטוג צוצילייגען פאר איך גיי ווייטער, אז ווען מען שרייבט א קוויטעל פאר א צדיק וואס איז שוין בעולם העליון שרייבט מען גארנישט מער וואו די נעמען, ווייל אויבען אין הימעל ווייסט מען בעסער וואס עס פעלט פאר א מענטש וואו דער מענטש ווייסט אליין (איך האב דאס נישט געוואוסט ווען ר' אהרן האט מיר פארציילט די מעשה און איך האב איבערגעפרעגט האט ער מיר דאס גענטפערט, אזוי וואו איך קלער אז אנדערע ווייסען אויך נישט דערפון האב איך איבערגעהאקט אינמיטען פארציילען).

די רבי האט צוגעשריבען וואס מען שרייבט פאר א צדיק וואס איז נאך דא אויף דעם עולם, וואו למשול לבריאת הגוף והנפש וכדו', אין ער האט עס ציריקגעבען פאר די רביצען, האט זי געפרעגט און וואס טי איך יעצט דעמיט?, האט די רבי גענטפערט זענטע רב וועט דארט זיין גיב אים עס.

פארשלאפען: וווען ער האט פארציילט די מעשה האט ער געזאגט אין די ישיבה האט מען געוויסט אז די ערשטע קוויטעל וואס די רב האט באקימען איז געווען פינעם רבין ז"ל, האב איך מיך פארגעשטעלט אז ער רעדט פין די זענטא ישיבה, אבער עס קען זיין אז די ביזט גערעכט אז ער האט נאר געלערענט אין סטאמער, און אפשר גאר האט ער געמיינט די ישיבה אין סאטמער.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

cano האט געשריבן:(יעצט טראכט איך אז אפשר האט עס ר' אהרן פארציילט אויף זיין זיידע, פארשלאפען פארעכט מיך.)


אזוי ליגט מיר אין קאפ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

מיין באבע ע"ה אין די לאגער האט געהאט 3 קליינע קינדערלעך און זיך שטארק געמוטשעט מיט זיי, זי איז געווארן אביסל מיואש'דיג פון די מצב פון די קינדער אין די גרויסע פראסטן, אז זעהענדיג די זענטע רב (שפעטער סאטמאר רב זצ"ל) האט זי זיך אנגערופן 'זענטע רב נאד אייך די קינדער' ער האט זיי גענומען און געריבן די הענטעלעך צוריקצוברענגן זייער חיות, היינט האבן זיי ב"ה אויפגעשטעלט גאנצע דורות.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גאר אן אינטערעסאנטער באשרייבונג איבער די חתונה פון הרב ר' ליפא בנו של מרן הברך משה זצ"ל עם בתו של ר' יוסף אשכנזי משב"ק אצל מרן הדבר"י זצ"ל, אין המאור תמוז תשכ"ח.

עס ווערט אויסעגערכנט א ליסטע פון אריבער 100 רבנים בימים ההם וועלכע האבן אנטייל גענומען ביי די שמחה, אויסגערעכנט די כיבודים און אלעס ארום, לייענט און האט הנאה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כח הרב מיללער, מעגסט ווען מפענח זיין די ר"ת פון די רבנים אויף די ליסטע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

וועלעכע רבנים זענען אלץ געוועהן ביים הכתרה פין ברך משה?
ביטע אויב איינער קען מאכען א ליסטע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

החריף האט געשריבן:וועלעכע רבנים זענען אלץ געוועהן ביים הכתרה פין ברך משה?
ביטע אויב איינער קען מאכען א ליסטע.


עס איז דא טעיפס פון די הכתרה, דער ברך משה זצ"ל איז מורא'דיג נתרגש ער וויינט מיט בדמעות שליש אז ער גייט ממלא מקום זיין זיין גרויסן פעטער, ער זאגט דארט צווישן אנדער בענוות-קדשו "איך וועל גיין הונדערטער מייל צופיס צו טרעפן איינעם וועלכער איז ראוי ממלא-מקום צו זיין דעם פעטער ז"ל" ער האט געטייטשט די גמ' פון פני משה כפני החמה, פני יהושע כפני הלבנה, זאגנדיג דערביי אז די לבנה ברויך האבן הילף פון די כוכבים צו קענען מאיר זיין, "דער פעטער האט געקאנט אליינס איך ברויך האבן די הילף פון יעדן איינעם".

ר' סענדר לייענט פאר די קאנסוס, לויט ווי איך געדענק זענען געקומען צו פארן דער דעמאלטסדיגער ירושלימער רב דער מנחת יצחק מיט עטליכע חברי הבד"צ, ר' יאנקעלע מפשעווארסק, דער תו"א רבי און נאך.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער סקולעינ'ער רבי זצ"ל האט געשיקט א בריוו, מלא ענוות חן.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

איך האב געהערט אמאל פון א עלטערע סיגוטער איד, דאכט זיך מיר אז ער האט געהייסן טאבאק אויף די לעצטע נאמען, ער האט געוואוינט אין פלעטבוש-קאנארסי, האט ער מיר פארציילט אזוי.
תיכף נאכן קריג, איז ער צוריק געקומען קיין סיגוט, און מען האט זיך דארט ארגאנאזירט אין א בנין, עס איז געווען עפעס א תלמוד תורה צו א שוהל פאר די קריג, און דארט, אין יענעם בנין, איז דער עולם געשלאפן, פארציילט ער מיר דער מר. טאבאק, אז איין טאג איז אנגעקומען דער סיגוטער רב'ס זוהן, דער ברך משה, און ער האט אנגעהויבן פארפירן, אז מען טאר נישט, עס שלאפן מענער און פרויען, אין איין גרויסע צימער, אן קיין מחיצה און מען טאר נישט.
דער מר. טאבאק פארציילט מיר, דו קענסט דיר נישט פארשטעלן די ליצנות וואס אונז האבן געמאכט פון אים, מען האט אים געזאגט, ביסט משוגע? פארגעס פון די סארט זאכן, ווער גייט דיר אויסהערן, לאז אונז צורוה, אונז לעבן און פערטיג.
אבער ניין, דער ברך משה, האט נישט נאכגעלאזט, ער האט אזויפיל פארפירט ביז מען האט איינגעארדענט א פולקאמער מחיצה און אפגעטיילט די מענער פון די פרויען.
אז מען טראכט אריין אין די מצב בימים ההם, איז עס א מורא'דיגע מעשה.
זכותו יגן עלינו
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער טאבאק, איז אן אייניקל פונעם ערך ש"י דער סיגוטער דיין, זיין פאטער האט איבערגעלעבט די קריג און געוואונט אין אר"י, ער איז געגאנגען אין א שטריימל, מיט א גרויסע בארד.

דער זוהן פון וועם דו רעדטסט וואונט היינט אין פלארידא אין די בעל-הארבער געגנט אין מיאמי, איך האב אים געטראפן אין די 96 סט. חב"ד שוהל, ווי ער האט מיר פארציילט אביסל איבער דעם רבי'ן דער ברך משה ז"ל, ער איז אן ערליכער און ער האט ערליכע קינדער, אבער נישט קיין חסידים, ער גייט אן א בארד מיט א קעסקעטל.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

א קורצע איבערבליק פון די תולדות פונעם רבי'ן זי"ע
ארויסגעגעבן דורך ת"ת קרית יואל
אטעטשמענטס
_שבת_בשבתו_-_לרגל_הילולת_מרן_הברך_משה_מסאטמאר_זי''ע.pdf
(249 KiB) געווארן דאונלאודעד 403 מאל
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

איינער וייסט אפשר, ווא מ'קען מברר זיין, אויב דער בעל ההילולא בצעירותו, פלעג פורן מיט זיין טאטע צום בארסעק, אדער נישט?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”