גרויסע הושענות, אדער קליינע?
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:און וואו שטייט אז מ'דארף קויפן גרויסע פאר טאטעס?
סשטייט נישט אין ערגעץ, ר' ישראל דוד שרייבט וועגן דעם אז גרויסע איז א איינרעדעניש, די קלענערע איז פונקט אזוי גוט
פרעג נאר די שמשים וועסטו זוין זעהן אז עס שטייט [אפשר גאר און די תורה]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
סאדאם חוסעין האט געשריבן:יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:און וואו שטייט אז מ'דארף קויפן גרויסע פאר טאטעס?
סשטייט נישט אין ערגעץ, ר' ישראל דוד שרייבט וועגן דעם אז גרויסע איז א איינרעדעניש, די קלענערע איז פונקט אזוי גוט
פרעג נאר די שמשים וועסטו זוין זעהן אז עס שטייט [אפשר גאר און די תורה]
איך האבעס געזאגט פאר איינעם הויך אין שול נעבן שמש ביים פארקויפן די הושענות, דער האט מיך אנגעקוקט זייער שטרענג און געווינקן איך זאל זיין שטיל
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
קרעפטיג האט געשריבן:פארוואס האבן די שמשים געהעכערט די פרייז פון די קליינע הושענות דאס יאר מיט א גאנצן דאלאר צו פינף טאלער !!
כ'פארשטיי אז די וואס האבן די מאנאפאל האבן געהעכערט, וואס איז די סיבה ? ס'איז געוואקסן ווייניגער ערבות ביימער ? געז צו דעליווערן איז ארויף ?
ס'האט מיך אויפגערעגט
די סיבה איז מן הסתם ווייל דער עולם האט אויפגעהערט צו קויפן די גרויסע מאכט מען א חילוק נאר פון א דאלער, אולי יחוס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
דא האסטו אן אלטע שמועס דערוועגן
viewtopic.php?f=4&t=15331&p=476226&hilit=%D7%92%D7%A8%D7%95%D7%99%D7%A1%D7%A2+%D7%94%D7%95%D7%A9%D7%A2%D7%A0%D7%95%D7%AA#wrap
viewtopic.php?f=4&t=15331&p=476226&hilit=%D7%92%D7%A8%D7%95%D7%99%D7%A1%D7%A2+%D7%94%D7%95%D7%A9%D7%A2%D7%A0%D7%95%D7%AA#wrap
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
מיסטעריעז האט געשריבן:האמיר געוואלט קויפן הושע"ר פרישע ערבות, פרעגענדיג דעם מוכר וויפיל ערבות קאסט זאגט ער מיר 5.50 ווען אין די זייט ליגן "קליינע" הושענות פאר 5.
האמיר געקויפט די "קליינע" הושענות (פיר חזו"א טפחים הויעך!) און גענוצט דערפון צוויי ריטלעך פאר ערבות, און נאך צוויי דערפון געשאנקען פאר א אינגערמאנטשיק וואס האט נישט געקויפט די ערבות נאכן הערן די פרייז...
איך זאג נישט אז דער שמש איז גערעכט, אבער לגבי דיר פאר נארישע 50 סענט דארף מען זיך נישט נאריש מאכן.
- AHA
- שר האלפיים
- תגובות: 2007
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
- לאקאציע: בין פטיש לסדין
איש, ווען דו קויפסט א עירליין טיקעט אנליין, א קאר רענטאל אדער א אייטעם אויף עמעזאן גייסטו אייביג צום ביליגסטען סעללער אויב עס איז די זעלבע אייטעם שטייצעך.
פארוואס? דער אנדערער איז דאך נאר פופציג סענט א חילוק? דער תירוץ איז פשוט קיינער וויל נישט צאלען מער ווי מען מיז.
דאס איז די קאנסעפט פון א יעדער נארמאלער מענטש.
פארוואס? דער אנדערער איז דאך נאר פופציג סענט א חילוק? דער תירוץ איז פשוט קיינער וויל נישט צאלען מער ווי מען מיז.
דאס איז די קאנסעפט פון א יעדער נארמאלער מענטש.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
איש חמודות האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:האמיר געוואלט קויפן הושע"ר פרישע ערבות, פרעגענדיג דעם מוכר וויפיל ערבות קאסט זאגט ער מיר 5.50 ווען אין די זייט ליגן "קליינע" הושענות פאר 5.
האמיר געקויפט די "קליינע" הושענות (פיר חזו"א טפחים הויעך!) און גענוצט דערפון צוויי ריטלעך פאר ערבות, און נאך צוויי דערפון געשאנקען פאר א אינגערמאנטשיק וואס האט נישט געקויפט די ערבות נאכן הערן די פרייז...
איך זאג נישט אז דער שמש איז גערעכט, אבער לגבי דיר פאר נארישע 50 סענט דארף מען זיך נישט נאריש מאכן.
א' מיר האט מען אויסגעלערנט אפילו דאס מינדעסטע געלט געבט מען נישט אויס פאר "גארנישט".
ב' זאג איך ווען אז איך בין געגאנגען עטליכע בלאקס וואו איך האב פריער געזעהן פאר 5 הער איך אז איך האב מיר "נאריש" געמאכט פאר "נארישע 50 צענט", אבער זינט בסך הכל האב איך געברויכט אראפנעמען א ראבבער זעה איך נישט קיין שום סיבה פארוואס איך זאל האבן געזאלט קויפן די ערבות פאר נאך 50 צענט.
ג' איך האב געקלערט אז אפשר וועט מיינס א באקאנטער אפקויפן צוויי ריטלעך און אזוי ארום וועל איך האבן געצאלט מיין פאראויס-געטראכטע פרייז פון 2/3 דאללער.
ג' זינט איך בין געווען כמעט ווי זיכער אז די פרייז איז צוויי דריי דאללער קומט אויס אז 5 איז שוין געווען טייער, אלזא די 50 צענט איז נישט 50 צענט נאר נאך 50 צענט.
ד' 50 צענט צו 5 דאללער איז א העכערונג פון גאנמע 10 פראצענט.
ה' עס איז 50 צענט וואס קומט איהם נישט, דער געדאנק לאזט עס נישט געבן.
ו' עס איז 50 צענט וואס איך צאל נישט + 50 צענט וואס דער מוכר באקומט נישט.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35244
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
כ'הער וואס דו זאגסט, אבער דאס וואס דו זאגסט אז ס'איז א העכערונג פון 10 פראצענט וויל איך נאר סתם מעיר זיין אז ס'שטייט אז פאר הידור מצוה דארף מען געבן ביז א דריטל מער, א דריטל פון 5 איז 1.66, און דאס איז אמאל זיכער אז די געהעריגע ערבות וואס איז אביסל העכער איז מער הידור ווי די קלענערע הושענות, סאו די 50 צענט וואס איז טאקע 10 פראצענט מער איז אבער נאך אינעם הידור מצוה רעינדזש.
נ.ב. איך בין נישט קיין שמש
נ.ב. איך בין נישט קיין שמש
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
איר לערנט אז אין די לעצטע שורה גייט רש"י צוריק צו ערבה של מצוה? און אפי' ווען יא שטייט נישט אז דאס איז "הידור מצוה".
סיי וויאזוי, זינט מען לייגט די ערבה נידעריגער ווי דער הדס שנייד איך געווענליך אפ די לענג פון די ערבה ס'זאל זיך נישט ארויסשטעקן פון אונטן, סוי קורצע זענען פאר מיר א מעלה...
סיי וויאזוי, זינט מען לייגט די ערבה נידעריגער ווי דער הדס שנייד איך געווענליך אפ די לענג פון די ערבה ס'זאל זיך נישט ארויסשטעקן פון אונטן, סוי קורצע זענען פאר מיר א מעלה...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
לכאורה האט געשריבן:שאינו יודע האט געשריבן:פאר ערבות איז דא א הידור פון הויעכע??
רש"י סוכה מ"ד ע"ב
אבל ערבה שהיו מקיפין בה בפני עצמה כל דהו סגי, והשתא נהגו להביא מורביות, ענפים ארוכים ויפים, שמנכרא מצוה בעין יפה
אבער די קליינע וואס די שמשים רעדן זענען אויך היוכע פון וואס רש"י רעדט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
-
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm
נו וואס איז געבליבן דארף מען נעמען גרויסע? אפשר דארף עס זיין אזוי גרויס?
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4218
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
נו... ווי זאגט די וועלט?
Two Jews, Three Opinions.
ליין איך מיהר דא מיינונגען לכאן ולכאן, איז מיר איינגעפאלן אזוי:
ערבות וואקסט דאך איבעראל גאר גרינג. פלעגט מען אמאהל הושענה רבה ביינאכט אריין גיין אין וועלדען אינטערן שטעטל ביים זומפ און געריסן אפאר ערבות. נאר היינט? אין ווילאמסבורג וואקסט נישט ווילדע הושענות. איז עס געווארן א שמש זאך. פונקט ווי דער שמש פארקויפט וויין, קנויטן, נעגל שניידערס מיט קאלערלייזאכענעס... נו... קומט פארן שמש די אינקאם פון ערבות.
כנלענ"ד.

מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4218
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
האב איך באקומען אין אישי (ווייס איך נישט פארוואס ער האט נישט געפאוסט דירעקט, אפשר א שוואגער פונעם שמש):
רמ"א סימן תרסד ס"ב: ונהגו ששמש בה"כ מביא ערבה למכור כמו שהיה המנהג בזמן שבית המקדש קיים (ר"ן פ' לולב וערבה)....
נו... איז עס דאך א מנהג, לאמיר מקיים זיין... און איינוועגס העלפן אונזער-אייער שמש וואס כאפט אריין טענות ומענות אגאנץ יאהר.
רמ"א סימן תרסד ס"ב: ונהגו ששמש בה"כ מביא ערבה למכור כמו שהיה המנהג בזמן שבית המקדש קיים (ר"ן פ' לולב וערבה)....
נו... איז עס דאך א מנהג, לאמיר מקיים זיין... און איינוועגס העלפן אונזער-אייער שמש וואס כאפט אריין טענות ומענות אגאנץ יאהר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2941
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm