גרויסע הושענות, אדער קליינע?

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

גרויסע הושענות, אדער קליינע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ביי מיין שמש, ווי ביי אלע שמשים אין גרעיטער אמעריקע, איז דא היינט נאכט א טישל מיט א אויסוואל. מען קען האבן אדער גרויסע הושענות אדער קליינע. זעלבסטשטייצעך אז די חילוק כאפט אין די פרייז. זינט דער געטרייער פארמער האט זיך אוודאי מער אפגעגעבן מיט די גרויסע ערבות ווי מיט די קליינע, און נאר א דאנק זיין זארגפעלטיגע ארבעט און איבערגעגעבנקייט איז ארויסגעוואקסן אזא פרעכטיגע ערבה'לע וואס איז א נחת צו קוקן דערויף. איז דאך אוודאי בדין הוא שיטול שכרו, און כלל ישראל וועט זיך לאזן קאסטן שלא ;הכשילו לעתיד לבוא, אז דער פארמער וועט זען אז מען צאלט אים נישט פאר די אווערטיים וואס ער'ט אריין געלייגט אין די גרויסע, קען נאך חלילה פאסירן אז נעקסטע יאר וועט נאר וואקסן אויפן בוים קליינע ערבות. באשר ובכן, ברויך מען טאקע זען צו שטיצן דעם פארמער ביד רחבה וברוח נדיבה.

(במאמר המוסגר מוז צוגעגעבן ווערן למען האמת, אז די ערבות וואקסן גראדע ווילד, אן קיין ארבעט פון קיינעם. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך. מסתמא קאסט טייערער די ארבעט און די פלעסטיק בעגס וואס מען ברויך פאר די גרויסע).

איז אלזא ביינונז אין די משפחה איז שוין איינגעפירט מדור דור אז פאר זעך קויפט מען דייקא א שיינע גרויסע שאנע. ווער וויל דען אנקומען שול מיט א קליינע שאנע? אוודאי נאר א גרויסע. פאר די קינדער אונטער די בר מצוה ווידער, נאר א קליינע. ס'טע געהערט אזוינס? ספענדן צוויי טאלער מער פער יעדן קינד צו קויפן א גרויסע הושענא? זאל גאט באהיטן. מען קען דאך חלילה פון דעם אליין בדיל הדל ווערן. חלילה.

(איך בין נייגעריג גראדע וויאזוי דער ציבור פירט זיך מיט דעם ענין. און ווער עס ווייסט עפעס א מקור פון א היינטצייטיגן צדיק דערוועגן, זאל ביטע דערציילן. (אמאל, פאר ערבות איז געווען א גוט גייענדע ביזנעס, איז נישט געווען קיין חילוק צווישן די צוויי. קען מען אלזא בדרך הטבע נישט האבן קיין מקור קדום דערויף. מיט אנטשולדיגונג. מ. ח. ).).

איז מיר אבער נולד געווארן א ספק עצום. וואס טוצעך מיט די אשת חיל? פון איין זייט א פרוי, נישט מחויב מיט קיין הידור מצוה, פון די אנדערע זייט, איז זי דאך דינה כגדולה לכל דבר. אלזא, דריי איך זיך ארום מיט דעם ספק, ואין פותר אותם לפרעה. גרויסע, אדער קליינע?

ואגב דאגב, מוז איך ארויסברענגען מעומקא דליבאי א טיפן שקויעך פאר די שמשים, וואס דערלייגן געלט ממש אין דעם סעזאן, און זענען זיך מקריב זייער אייגענע פארדינסטן לתועלת הציבור. הגע עצמך, דאס איז דאך אמאל זיכער אז די ערבות קאסטן בערך 5 טאלער פאר "צוויי" ערבות. ווען נישט וואלט דאך דער שמש נישט געגאנגען ארויסרייסן ערב יו"ט די לעצטע פאר טאלער פאר צוויי ערבות. מוז דאך זיין אז דאס איז דער פרייז. נו, וויאזוי איז יתכן אז היינט קען מען האבן פאר זעקס טאלער "5" ערבות? דאס איז דאך א מורא'דיגע דעפלאציע, וואס ברויך ארויסרופן אויפגעהויבענע ברעמען אין וואשינגטאן. אין איין וואך האט די פרייז פון די ערבות געטראסקעט מיט לערך זיבעציג פראצענט! איז לויט מיין קאלקולאציע מוא אויסקומען אז דאס איז פשוט וואס די געטרייע שמשים זענען זיך מקריב פאר אונז. פשוטו כמשמעו! נו פרעגעך אייך, קומט זיך זיי דען נישט קיין שכוח?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

האהא אוי זאגסטו גוט!

גראדע אינטרעסאנט איך האב פונקט היינט אריין געטראכט דערון וואס דער חילוק איז איך פיער זיך כמנהג גאליציאנע שוין פאר דער לעצטע פאר יאר און איך קויף אן פאר מיר דער בני בית און דער קינדער נאר דער קלענערע סדאך ביליגער, מצעהאקט עס סייווי איז וואס איז א חילוק ווי גרויס?
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אוי, ביזסטו גוט!

אינטערעסאנט אז די עקספיריענס מוחים וואס טרעפן אין יעדע פרישע ערשיינונג א אפנוגונג פונעם הייליגן אמאל, האבן נאכנישט גענומען מוחה זיין אויף די אמעריקאנער מנהג פון צוויי מיני הושענות.

איך האב אלע יארן דירעקט יא געקויפט קליינע פאר מיר און פאר די בני בית, איך שעם זיך נישט מיט די קורצע פאר די עטליכע סקונדען וואס מ'שלאגט דערמיט.

היי יאר האבן צוויי בא'חנ'טע קינדער פארקויפט הושענות נעבן מיין הויז, גרויסע פאר 4 א האלב דאלאר און קליינע פאר 4. האבעך יא געקויפט די גרויסע פאר מיר און ס'פרוי און פאר די קינדער די קליינע.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

וואסי טאקע פשט? גרויסע קליינע, עפעס מידאך זיין אונטער דעם, איך גלייב נישט א דער עולם איז פראסט פשוט אויפן קאפ געפאלן, עפעס מוז זיין
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

viewtopic.php?p=275481#p275481

דא רעדט מען דערפון
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

ביי אונז און בעק איז דא א שאנע בוים און מ'צאלט אפאר מינוט און מ'האט שיינע גרויסע אפילו 10 פיסיגע איז דא אז מ'וויל
Impossible is just an opinion
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

א בוים, אדער די רופט עס אזוי, ווייל די WEEPING WILLOW, כאטש די צווייגען זעהן אויס ווי הושענות, כמדומה אז מען איז נישט יוצא
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב פלאי, דאכציך אז די ווייט ווילאו איז דער סארט וואס מען נוצט למצוה:
http://en.wikipedia.org/wiki/Salix_alba
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איך פלעג דילען יארן לאנג מיט א שאנעס האלסעילער און די גרויסע מיט די קליינע האט ער פארקויפט פאר די זעלבע פרייז.
פלעג איך נאר נעמען די גרעסערע, פארוואס זאל ער סיי ווי מאכן דאפעלט פרייז ווען ער פארקויפט די קלענערע
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

והוא פלאי האט געשריבן:א בוים, אדער די רופט עס אזוי, ווייל די WEEPING WILLOW, כאטש די צווייגען זעהן אויס ווי הושענות, כמדומה אז מען איז נישט יוצא

ס'איז דא ב"ה ביידע די וואס הענגט פון אויבן אראפ וואס איז נישט כשר

און ס'איז דא געהעריגע וואס איז כשר
Impossible is just an opinion
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווי שוין געשריבן אין דעם אלטן אשכול וואס 'שנאפס' האט צוגעצייכנט, פירט מען זיך ביי אונז צו קויפן די גרעסערע פאר די ערוואקסענע און די קלענערע פאר די וואס וועלן אי"ה אונטערוואקסן

אנדערש איז אבער געווען היי יאר ווען דער רב פון מיין שוהל'כל האט פארקויפט נאר גרויסע, און טאקע פאר די פרייז פון קליינע!

אפריון נמטייה פון דעם רב'ל וואס ער האט נישט געזוכט צו שארן גאלד אויפן חשבון פון די 99 פראצענט וואס אקופירן די גמ"ח'ים יעדן מאנטאג און דאנערשטאג

ובנוגע וואס מי-חכם שרייבט וועגן די ערבות/הושענות פרייזן קאנטראסט: בעיני ראיתי ווי דער משמש האט צוטיילט עטליכע הושענות בינטלעך און פארקויפט איטליכע 2 ריטלן פאר 5 דאלער, בעת ווען דער בינטל פון 5 האט געקאסט גאנצע 4. שטייענדיג נעבן א שטריימל סוחר האב איך אים פארגעשלאגן צו צורייסן אלטע שטריימלעך און פארקויפן יעדן שפיץ פאר 5 אלפים.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

קרעמער האט געשריבן:ובנוגע וואס מי-חכם שרייבט וועגן די ערבות/הושענות פרייזן קאנטראסט: בעיני ראיתי ווי דער משמש האט צוטיילט עטליכע הושענות בינטלעך און פארקויפט איטליכע 2 ריטלן פאר 5 דאלער, בעת ווען דער בינטל פון 5 האט געקאסט גאנצע 4. שטייענדיג נעבן א שטריימל סוחר האב איך אים פארגעשלאגן צו צורייסן אלטע שטריימלעך און פארקויפן יעדן שפיץ פאר 5 אלפים.



כאכאכאכא ;l;p- ;l;p-

(ספעציעל אריינגעקומען אין עורך מלא.)
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

farshlufen האט געשריבן:הרב פלאי, דאכציך אז די ווייט ווילאו איז דער סארט וואס מען נוצט למצוה:
http://en.wikipedia.org/wiki/Salix_alba


פארשלאפן,
לויט מיין מיינונג, איז די סארט ערבה וואס ווערט פארקויפט דורך עפ"י רוב שמשים פארן היימישן ציבור אין ניו יארק, די "פורפל ווילאו", [דער דאזיגער סארט ערבה שטאמט פאקטיש פון איירופה, עס איז אימפארטירט און אהערגעפלאנצט געווארן דאהי].
די סארט ערבה איז גאר גרינג צו פלאנצן, די עיקר ארבעט וואס מען דארף טוהן פאר די סארט ערבות ביימער צו האבן גענוג שיינע פולע צווייגן אויף סוכות איז: וואסערן, און וויסן ווען און וואו צו שניידן (Pruning).
זע איבער דעם אויף וויקיפעדיע:
http://en.wikipedia.org/wiki/Salix_purpurea
בילד:
http://upload.wikimedia.org/wikipedia/c ... leaves.JPG
די "ווייט ווילאו" ענדלט מער צו די סארט ערבות וועלכע קומען פון ארץ ישראל.
ווי געזאגט איז עס מיין אייגענער מיינוג, אדרבה, יעדער איז געלאדענט צו דיסקוסירן.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

ערבה - הושענא להלכה ולמעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

פארוואס האבן די שמשים געהעכערט די פרייז פון די קליינע הושענות דאס יאר מיט א גאנצן דאלאר צו פינף טאלער !!

כ'פארשטיי אז די וואס האבן די מאנאפאל האבן געהעכערט, וואס איז די סיבה ? ס'איז געוואקסן ווייניגער ערבות ביימער ? געז צו דעליווערן איז ארויף ?

ס'האט מיך אויפגערעגט
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עס איז בערך די תירץ פאר וואס די הושענות קאסטען 5 דאלער 5 הושענות [עס מיינט א דאלער א שטיקל]
און די ערבות קאסטען 5 דאלער 2 ערבות [עס מיינט 2.50 א שטיקל]
קען זיין אז ערבות איז טייערער ווי הושענות ווער ווייסט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
גענעראל
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גענעראל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:עס איז בערך די תירץ פאר וואס די הושענות קאסטען 5 דאלער 5 הושענות [עס מיינט א דאלער א שטיקל]
און די ערבות קאסטען 5 דאלער 2 ערבות [עס מיינט 2.50 א שטיקל]
קען זיין אז ערבות איז טייערער ווי הושענות ווער ווייסט

די תירוץ אויף דעם איז פשוט, די ערבות צווייגן זענען בדרך כלל א בעסערע קוואליטי ווי די הושענות צווייגן, דוק ותשכח בעז"ה.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

קרעפטיג האט געשריבן:פארוואס האבן די שמשים געהעכערט די פרייז פון די קליינע הושענות דאס יאר מיט א גאנצן דאלאר צו פינף טאלער !!

כ'פארשטיי אז די וואס האבן די מאנאפאל האבן געהעכערט, וואס איז די סיבה ? ס'איז געוואקסן ווייניגער ערבות ביימער ? געז צו דעליווערן איז ארויף ?

ס'האט מיך אויפגערעגט

צו וויסן אויף קומענדיגע יאר, ר' ישראל דוד הארפענעס שרייבט אין זיינע ספרים אז מקען איבערניצן איין הושענה פאר א צווייטן, ער זאגט אז די גאנצע טעות פון נישט איבערניצן קומט פון כפרות, חוץ אויב איינער האקט אויס אלע בלעטער, אבער אויב האקט מען נישט אזוי שטארק און אלע בלעטער בלייבט איז קיין שום פראבלעם איבערצוניצן
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

האמיר געוואלט קויפן הושע"ר פרישע ערבות, פרעגענדיג דעם מוכר וויפיל ערבות קאסט זאגט ער מיר 5.50 ווען אין די זייט ליגן "קליינע" הושענות פאר 5.
האמיר געקויפט די "קליינע" הושענות (פיר חזו"א טפחים הויעך!) און גענוצט דערפון צוויי ריטלעך פאר ערבות, און נאך צוויי דערפון געשאנקען פאר א אינגערמאנטשיק וואס האט נישט געקויפט די ערבות נאכן הערן די פרייז...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

אויב איז דא אמת איז עס דאך מצוה לפרסם
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:פארוואס האבן די שמשים געהעכערט די פרייז פון די קליינע הושענות דאס יאר מיט א גאנצן דאלאר צו פינף טאלער !!

כ'פארשטיי אז די וואס האבן די מאנאפאל האבן געהעכערט, וואס איז די סיבה ? ס'איז געוואקסן ווייניגער ערבות ביימער ? געז צו דעליווערן איז ארויף ?

ס'האט מיך אויפגערעגט

צו וויסן אויף קומענדיגע יאר, ר' ישראל דוד הארפענעס שרייבט אין זיינע ספרים אז מקען איבערניצן איין הושענה פאר א צווייטן, ער זאגט אז די גאנצע טעות פון נישט איבערניצן קומט פון כפרות, חוץ אויב איינער האקט אויס אלע בלעטער, אבער אויב האקט מען נישט אזוי שטארק און אלע בלעטער בלייבט איז קיין שום פראבלעם איבערצוניצן

די זאך איז נישט אזוי פשוט עס איז דא טאקע וואס האלטן אז מקען איבער ניצן אבער אין אסאך פריערדיגע ספרים שטייט קלאר אז די מנהג איז צי קויפן פאר יעדעם איינער עקסטער אפילו פאר קליינע קינדער
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

קויפען אדער קלאפען?
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

און וואו שטייט אז מ'דארף קויפן גרויסע פאר טאטעס?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

בויבעריקער האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:פארוואס האבן די שמשים געהעכערט די פרייז פון די קליינע הושענות דאס יאר מיט א גאנצן דאלאר צו פינף טאלער !!

כ'פארשטיי אז די וואס האבן די מאנאפאל האבן געהעכערט, וואס איז די סיבה ? ס'איז געוואקסן ווייניגער ערבות ביימער ? געז צו דעליווערן איז ארויף ?

ס'האט מיך אויפגערעגט

צו וויסן אויף קומענדיגע יאר, ר' ישראל דוד הארפענעס שרייבט אין זיינע ספרים אז מקען איבערניצן איין הושענה פאר א צווייטן, ער זאגט אז די גאנצע טעות פון נישט איבערניצן קומט פון כפרות, חוץ אויב איינער האקט אויס אלע בלעטער, אבער אויב האקט מען נישט אזוי שטארק און אלע בלעטער בלייבט איז קיין שום פראבלעם איבערצוניצן

די זאך איז נישט אזוי פשוט עס איז דא טאקע וואס האלטן אז מקען איבער ניצן אבער אין אסאך פריערדיגע ספרים שטייט קלאר אז די מנהג איז צי קויפן פאר יעדעם איינער עקסטער אפילו פאר קליינע קינדער

ברענג ביטע א מקור דערצו, איך האב שוין געזוכט איין יאר און נישט געטראפן, ומאז אני נוהג, מ'קויפט איינס פאר מיר און איינס פאר די ב"ב וכל המשפחה, פאר מיין בחור'ל קויף איך עקסטער ער זאל זיך פילן זעלבסשטענדיג כאטש מיט דעם, און אויך קויף די קליינע, רמז למדת ענוה....
איך ווארט נאך איינער זאל מברר זיין צו מ'קען נוצן פאר די הושענות די ערבות פון סוכות, מ'טוישט דאך עטליכע מאל איז מיר דאס אויך גוט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

[ביטע נישט ציטירן לענגערע תגובות ווען איר באציהט זיך צו זיי בלויז איין תגובה דערנאך, עס פארשווערט פארן ליינער. האחראי העובד קשות על תגובותיכם הארוכות]
על פי הלכה מעג מען אבער עס שטייט קלאר אז לכתחילה זאל מען עס נישט נוצן [דארפסט סיי ווי קויפן נאך אז עס זאל זיין 5]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

שנאפס האט געשריבן:און וואו שטייט אז מ'דארף קויפן גרויסע פאר טאטעס?

סשטייט נישט אין ערגעץ, ר' ישראל דוד שרייבט וועגן דעם אז גרויסע איז א איינרעדעניש, די קלענערע איז פונקט אזוי גוט
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”