קונטריסי גליונות ע"י מערכת להתענג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מערכת להתענג
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכת להתענג »

תלי"ת זענען די קונטריסים עונג שבת און גוט שבת שטארק אויפגעכאפט געווארן, סיי צוליב די רייכע תוכן און סיי צוליב די אייגענארטיגע אויסשטעל. אסאך צייט, כח און מח, ווערט אריינגעלייגט אויסציוועהלן די שענסטע פון די הונדערטער וועכענטליכע גליונות. אין צוגאב וועט טרעפן דערינען עטליכע הערליכע גליונות און רייכע ארטיקלן וואס איר וועט נישט זעהן ערגעץ אנדערש, א טייל דערפון ווערן באארבעט דורך אונז אליין מתחילה ועד סוף. מיר לייגן א דגוש אז עס זאל זיין וועכענטליך א כרכא דכולה ביה, און זאל אנהאלטן אלעס וואס פעהלט זיך אויס פאר א שבת טיש, דברי תורה, הלכות, סיפורי צדיקים, עניניא דיומא, אינטערסאנטע ענינים, ועוד. ועל כולם אז די חומר זאל זיין ריין ערליך און אויסגעהאלטן, פאסיג פארן היימישן ציבור.

אבל דא עקא, די קונטרס איז ביז היינט געווען צו באקומען בלויז אין קרית יואל און עס זענען געקומען אומאויפהערליכע פארלאנגן אז מען זאל דאס דיסטריביוטען אויך אין אנדערע מקומות, א זאך וואס איז לעת עתה נישט אין פלאן. אלץ אן ערזאץ האבן מיר איינגעשטעלט דעם נייעם אימעיל סובסקריבשאן סיסטעם, וואו יעדער קען זיך איישרייבן צו באקומען די קונטריסים פאר בלויז א דריטל פון די פרייז פון די געדרוקטע קונטריסים. מיט דעם איז צו האפן אז מיר האבן ערפילט דעם חלל פון כאטש א גרויס חלק תושבי שאר מקומות.
לעצט פארראכטן דורך מערכת להתענג אום מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מענטשן לייגן היינט נישט אוועק קיין געדריקטע זאכן, די צייטן האבן זיך געענדיגט. מען וויל עס איבערדריקן איבער א יאר.
מערכת להתענג
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכת להתענג »

מיר האבן צוגעלייגט א נייע אנליין אפציע צו פארגרינגערן דאס איינשרייבן.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

איז מעגליך דא צו זעהן א רשימה ליסטע פון אלע גליונות וואס סגייט אלס זיין דארט?
מערכת להתענג
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכת להתענג »

זעהט דא צוויי דוגמאות
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

במחילת כבודם הייבט נישט אן צו מאכן סענס די תנאי פון נישט מעגן האלטען די פייל אויפן קומפיוטער. וואסארא מין תנאי עס צו האלטען פאר בלויז איין וואך?!
קיין דיין בין איך נישט (אדערווייל) אבער לכאורה האט די תנאי נישט קיין מקום אין הלכה

ובדרך אגב איז די תנאי פון נישט מעגן ארויספרינטען 2 שטיק אויך נישט קיין נארמאלע זאך.
מ'זעהט אז די וואס האבן עס געמאכט האבן מיס איבערגעצויגן די שטריק און געמאכט Terms & conditions כאילו מען האנדעלט זיך דא איין די וואשיגטאן בריק.
אייי עם סארי אבער אז איינער צאלט דערפאר איז לאז אין לעבן!, כ'פארשטיי אז עטס האטס מורא פון איינער וואס העט עס ארויפלייגן אונליין, אבער פון דא ביז מאכן איבערגעטריבענעתקנות איז פארט א גאנג.
ס"ה וויל איינער ארויספרינטען 2 שטיק כדי אז זיין בני בית זאל אויך קענען ליינען בשעת ווען ער ניצט עס.

ביי די ענד אויף די געים
זענט עטס בס"ה אפאר מלקטים וואס שמעלצן צוזאם אפאר שיינע גליונות (וואס אנדערע מענטשן געבן ארויס בחינם..) און מ'מעג מאכן תקנות אבער אלעס האט א גבול.
כ'מיין אז דאס רעפלעקט די פראבלעם פון "אידישע קאוסטעמער סערוויס" אבער כ'העל עס לאזן פאר א צווייטע געלעגענהייט
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

מיר איז עס צופעליג יא פארשטענדליך.
די סעיוון חלק איז אפשר דיבעטעבל, אבער מיט די חלק פון ארויסדרוקן מער ווי איינס, זעה איך נישט וואס איז ראנג.
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

מוטשע נישט האט געשריבן:מיר איז עס צופעליג יא פארשטענדליך.
די סעיוון חלק איז אפשר דיבעטעבל, אבער מיט די חלק פון ארויסדרוקן מער ווי איינס, זעה איך נישט וואס איז ראנג.


די ערשטע זאך וואס קומט ארויף אויפן געדאנק איז די טענה, " אזוי וואו ווען די ווילסט 2 צייטונגען דארפסטו קויפן 2 אזוי אז די ווילסט ארויספרינטען 2 קובצים דארפסטו באצאלן 2 מאל"
עס דערמאנט מיר טאקע פון א זינגער וואס האט ביי אן אינטערוויו אויף קולמע געזאגט אמאל " ווען איינער זאל וועלן נאך א בענקעל וואלט ער ווען געמאכט א קאפי?! אוודאי אז נישט. וממיילא..."

רבותי עס איז צייט צו אנערקענען די מציאות,אז די משל מיט די נמשל שטימען בכלל נישט
ווען איינער קויפט אין געשעפט א צייטונג און וויל מאכן א קאפי פאר זיך פון א געוויסע בלאט, דארף ער באצאלן פארן מאכן די קאפי?! אוודאי אז נישט.

וואס שטערט מיך נאכמער ווען כ'פרוביר צו פארשטיין די מוצאים לאור, וואס מיינען זיי?! זיי האלטען אז מענטשן גייען קויפן 2 שטיק?!
ס"ה גייען זיי מצליח זיין צו מאכן אומבאקוועם פאר זייער אייגענע קליענטען!
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

רבותי עס איז צייט צו אנערקענען די מציאות, אז די משל מיט די נמשל שטימען בכלל נישט


כ'מיין אז די משל מיט די נמשל שטימען אפשר יא, נאר עס איז צייט צו אנערקענען אז די מציאות שטימט נישט... מען קאפיט היינט אין גרויסן...

דא איז נישט ממש א קאפי פון איין בלאט, ווילסט דאך צוויי גאנצע צייטונגען. אויסער דעם אויב מעג מען דרוקן וויפיל מ'וויל קען מען דאך פרינטן פאר סיי וועמען.

נאר מיט דעם ביסטו גערעכט, אז אפילו זיינע פארלאנגן זענען יא אויסגעהאלטן, גיבט עס אבער א אומבאקוועמע געפיל פאר'ן קאסטומער אויב מען באגרעניצט איהם אזוי פון אלע זייטן
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

דער איד שיקט אויך ארום זייערע צייטונגען אויף אימעיל און מ'קען נאר ארויספרינטן 2 מאל יעדע וואך, און מ'קען זעהן אלטע מיין איך נאר ביז 2 וואכן און ס'איז נישט מעגליך צו סעיווען אין קאמפיוטער און קאסט מער ווי א דאלער א וואך
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יוראפ האט געשריבן:דער איד שיקט אויך ארום זייערע צייטונגען אויף אימעיל און מ'קען נאר ארויספרינטן 2 מאל יעדע וואך, און מ'קען זעהן אלטע מיין איך נאר ביז 2 וואכן און ס'איז נישט מעגליך צו סעיווען אין קאמפיוטער און קאסט מער ווי א דאלער א וואך

דער איד איז דאך אבער ארגינעלע סחורה, נישט קיין ק\פ.

(אגב, וויאזוי ארבייט עס, באצאלט מען פאר די ארגינעלע מחברים פון די גליונות א פראצענט פארן מאכן ביזנעס מיט זייער ארבייט וואס זיי לייגן ארויס אומזינסט? וויאזוי איז די סיסטעם?)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

די מחברים געבן עס ארויס טאקע יעדער זאל קענען הנאה האבן דערפון
משא"כ דא און די אנדערע וואס גיבן אוועק שעות צאמצוקלויבן געוויסע זאכן [בבחי' ליקוטי בתר ליקוטי....] מיט זייער אייגנארטיגקייט פאר דעם בעט ער אן אפצאל, און ווי שוין פריער גערעדט האט ער אייגענע זאכן אויך
מערכת להתענג
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכת להתענג »

אצינד מיט א רייע שינויים לטובה!

Untitled-1.jpg


פאר די פרטים אדער זיך איינצושרייבן קליקט דא
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

WOW

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

ק/פ פון זייער נייע תקנות אדאנק די תגובות פון לעצטע וואך דא אויף אייוועלט:

פרייזן

- די פרייז פאר'ן קונטרס איז $1.00 ארויסצודרוקן איין קונטרס. ימים טובים ערשיינען מיר מיט א פארברייטערטע קונטרס און די פרייז איז $3.00 (צווייטע טעג פסח וסוכות - $1.00).

- פאר די משפחה אין שטוב איז ערלויבט ארויסצודרוקן נאך איין קונטרס אומזיסט. דאס איז אבער נישט כולל קיין פארהייראטע קינדער און אודאי נישט קיין פרעמדע.

- צו דרוקן מער ווי צוויי קונטרסים, אדער ארויסצודרוקן פאר א צווייטן, איז דאס נאך $1 פאר יעדן קונטרס. דאס אויך נוגע אויף קונטריסים וואס מען דרוקט ארויס אין א שפעטערע זמן אפילו בלויז פאר זיך.

- אויף ארויסדרוקן מערערע קונטריסים פאר א שמחה, שבת התוועדות וכדו' האבן מיר ספעציעלע פרייזן, מיר קענען אייך אויך צושטעלן א ספעציעלן שער-בלאט מיט די לאגא און פרטים. פאר דעטאלן ביטע זיך פארבינדן מיטן מערכת.

- איר קענט אויך ארויסדרוקן די קונטריסים אויף ווייטער צו פארקויפן, איר דארפט אבער קודם זיך פארבינדן מיט אונז.


פון היינט אין ווייטער מעג מען שוין ארויסריקען בחינם אויך פאר די משפחה!
כהאב הנאה אז זיי דערהערן די מעסידש וואס כהאב לעצטע וואך ארויסגעברענגט און בכלל די נוסח התקנות איז געווארן מער מענטשליך.

נ.ב.
זיי וואלטן געמעגט צולייגן אויפן אדווערטייזמענט פון די שיוניום לטובה: קרעדיט אייוועלט
לעצט פארראכטן דורך מר. גרין אום דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

באקומען פריער פון זיי אין אימעיל:

א מעלדונג פאר אונזערע חשובע סובסקרייבערס שיחיו

עס איז אונז א פארגעניגן אייך איינצומעלדן איבער א רייע פארבעסערונגען וואס מיר האבן געמאכט להנאתכם ולטובתכם.

- אנגעהויבן די וואך פ' כי תבא וועלן די קונטריסים ווערן ארויסגעשיקט אין צוויי פארמאטן, איינס מיט איינצעלנע עמודים, דאס צווייטע מיט צוויי עמודים אויף א בלאט, אויסגעשטעלט ווי א קונטרס.

- עס וועט ערלויבט ווערן סעיוון די קונטריסים אויף אייער קאמפיוטער, יו.עס.בי. וכו', אויב דאס איז א פריוואטע דעווייס צו וועלכע פרעמדע האבן נישט קיין צוטריט (צב"ש נישט אויף קיין אפיס קאמפיוטער וכדו').

- די פרייז איז $1.00 ארויסצודרוקן איין קונטרס - אבער פאר די משפחה אין שטוב וועט זיין ערלויבט ארויסצודרוקן נאך איין קונטרס אומזיסט. (דאס איז נישט כולל קיין פארהייראטע קינדער און אודאי נישט קיין פרעמדע. - צו דרוקן נאך איין קונטרס איז דאס נאך $1 פאר יעדן קונטרס. דאס אויך נוגע אויף קונטריסים וואס מען דרוקט ארויס אין א שפעטערע זמן אפילו בלויז פאר זיך).

- די קונטריסים וועלן בלייבן אויפן סיסטעם א לענגערע צייט, לויט וויפיל פלאץ גוגל דרייוו וועט ערמעגליכן.

הצלחה מרובה וכל טוב
המערכת
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מר. גרין האט געשריבן:ק/פ פון זייער נייע תקנות אדאנק די תגובות פון לעצטע וואך דא אויף אייוועלט:

פרייזן

- די פרייז פאר'ן קונטרס איז $1.00 ארויסצודרוקן איין קונטרס. ימים טובים ערשיינען מיר מיט א פארברייטערטע קונטרס און די פרייז איז $3.00 (צווייטע טעג פסח וסוכות - $1.00).

- פאר די משפחה אין שטוב איז ערלויבט ארויסצודרוקן נאך איין קונטרס אומזיסט. דאס איז אבער נישט כולל קיין פארהייראטע קינדער און אודאי נישט קיין פרעמדע.

- צו דרוקן מער ווי צוויי קונטרסים, אדער ארויסצודרוקן פאר א צווייטן, איז דאס נאך $1 פאר יעדן קונטרס. דאס אויך נוגע אויף קונטריסים וואס מען דרוקט ארויס אין א שפעטערע זמן אפילו בלויז פאר זיך.

- אויף ארויסדרוקן מערערע קונטריסים פאר א שמחה, שבת התוועדות וכדו' האבן מיר ספעציעלע פרייזן, מיר קענען אייך אויך צושטעלן א ספעציעלן שער-בלאט מיט די לאגא און פרטים. פאר דעטאלן ביטע זיך פארבינדן מיטן מערכת.

- איר קענט אויך ארויסדרוקן די קונטריסים אויף ווייטער צו פארקויפן, איר דארפט אבער קודם זיך פארבינדן מיט אונז.


פון היינט אין ווייטער מעג מען שוין ארויסריקען בחינם אויך פאר די משפחה!
כהאב הנאה אז זיי דערהערן די מעסידש וואס כהאב לעצטע וואך ארויסגעברענגט און בכלל די נוסח התקנות איז געווארן מער מענטשליך.

נ.ב.
זיי וואלטן געמעגט צולייגן אויפן אדווערטייזמענט פון די שיוניום לטובה: קרעדיט אייוועלט

די עיקר סומאטאכע דא איז געווען בנוגע סעיוון און קאמפיוטער.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

מוטשע נישט האט געשריבן:באקומען פריער פון זיי אין אימעיל:

א מעלדונג פאר אונזערע חשובע סובסקרייבערס שיחיו

עס איז אונז א פארגעניגן אייך איינצומעלדן איבער א רייע פארבעסערונגען וואס מיר האבן געמאכט להנאתכם ולטובתכם.

- אנגעהויבן די וואך פ' כי תבא וועלן די קונטריסים ווערן ארויסגעשיקט אין צוויי פארמאטן, איינס מיט איינצעלנע עמודים, דאס צווייטע מיט צוויי עמודים אויף א בלאט, אויסגעשטעלט ווי א קונטרס.

- עס וועט ערלויבט ווערן סעיוון די קונטריסים אויף אייער קאמפיוטער, יו.עס.בי. וכו', אויב דאס איז א פריוואטע דעווייס צו וועלכע פרעמדע האבן נישט קיין צוטריט (צב"ש נישט אויף קיין אפיס קאמפיוטער וכדו').

- די פרייז איז $1.00 ארויסצודרוקן איין קונטרס - אבער פאר די משפחה אין שטוב וועט זיין ערלויבט ארויסצודרוקן נאך איין קונטרס אומזיסט. (דאס איז נישט כולל קיין פארהייראטע קינדער און אודאי נישט קיין פרעמדע. - צו דרוקן נאך איין קונטרס איז דאס נאך $1 פאר יעדן קונטרס. דאס אויך נוגע אויף קונטריסים וואס מען דרוקט ארויס אין א שפעטערע זמן אפילו בלויז פאר זיך).

- די קונטריסים וועלן בלייבן אויפן סיסטעם א לענגערע צייט, לויט וויפיל פלאץ גוגל דרייוו וועט ערמעגליכן.

הצלחה מרובה וכל טוב
המערכת


געוואלדיגע זאך פון זיי דאס צו טוישן, דאס איז געווען פאר מיר די גרעסטע אפהאלט פון זיך צו אויפסיינען, און עס וועט זיכער אויך ברענגען אנדערע אידן זיך אויך איינצושרייבן ביי זיי.

.
---
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יא די חלק איז טאקע א געואלדיגע זאך.
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

ק/פ פון די צווייטע שינו אדאנק אייוועלט קאמענטארן לעצטע וואך
- איר קענט סעיוון די קונטריסים אויף אייער קאמפיוטער, יו.עס.בי. וכו' אויף שפעטערע זמנים, אבער נאר אויב דאס איז א פריוואטע דעווייס צו וועלכע פרעמדע האבן נישט קיין צוטריט (צב"ש נישט אויף קיין אפיס קאמפיוטער וכדו').

- ווי פארשטענדליך איז נישט ערלויבט ווייטער צו שיקן די קונטריסים פאר סיי וועמען, אויף סיי וועלכע אופן.


פון היינט אין ווייטער מעג מען שוין אויך סעיווען אנדערש ווי פאריגע וואך ווען די תקנה האט געלויטעט אז מ'מעג עס נאר האלטען פאר איין וואך
כמיין איצט לוינט זיך שוין צו וערן א סובסקרייבער.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

לויט ווי איך פארשטיי, האבן זיי עטליכע גליונות וואס מ'קען נאר האבן דורך זיי, אדער עכ"פ נישט דורך לדעת.

קען אפשר איינער אויסקלארן די נעמען פון אט די עקסלוסיוו גליונות וואס זיי האבן?
---
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

דאכציך אז לדעת האט נישט עלים לתרופה
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

מ'קען זיך נישט ארויפסיינען אזויווי 'פעי עס יו גאו' און נאר יעדע וואך וואס איך וועל עס דאונלאודן זאלן זיי טשארדשן די קארד??

איך זעה נאר די אפציע פון 35.00 אדער 70.00 דאלער
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
מערכת להתענג
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכת להתענג »

עד גוט וועלט.jpg


זיך איינצושרייבן קליקט דא
מערכת להתענג
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכת להתענג »

תשעו.jpg


אויסוואהל.jpg


ad_Page_1.jpg



זיך איינצושרייבן אויפן אימעיל ליסטע

ביטע קליקט אויף דעם לינק פאר דעטאלן און אפליקאציע

צו באקומען די קונטרס להתענג (אומזיסט) שיקט אן אימעיל צו [email protected]
מערכת להתענג
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכת להתענג »

פ' וילך - שובה

Untitled-3.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”