איז די ניגון פון קדש ורחץ א כשר'ע ניגון?

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

איז די ניגון פון קדש ורחץ א כשר'ע ניגון?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איר קענט אודאי די ניגון וואס אלע קינדער זינגען פסח ביינאכט מיט אזא דביקות

שטעלט זיך א פראגע פון ווי קומט דער ניגון

איי וואס גייט מיר אן דער עיקר איז אז מען זינג

ניין, עס גייט מיר דירעקט יא אן, ווייל אויף די באקאנטע קליפ פון די מונקאטשע חתונה צום סוף נאכדעם וואס מען הערן זינגען דעם התקוה פון די שטאטעס שולע זעהט מען רח"ל ווי בחורים מיט מיידליך טאנצען הארא אויפן גאס אויף די ניגון וואס מיר זינגען ליל התקדש החג קדש ורחץ כרפס וכו'

ובכן פון ווי איז דער מקור ?
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום דינסטאג אפריל 15, 2008 9:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

http://video.google.com/videoplay?docid ... 8319953327

דא קענט איר זעהן פון וואס איך רעד קודם די מונקאטשע חתונה (זהירות נשים\תרעבות ווי די פאליציי שטיפט ביי די חופה)
און נאכער די חופה און מודה אני פון די ארטעדאקסע חדר
שבת אין מונקאטש
די ניגון התקוה פון די שטאטעס שולע (תרעובת)
די געמיינע טענץ פון בחורים מיט ..... אויף די ניגון

און נאך אסאך אינטרעסאנטס
סך הכל אלעס איז ניין מינוט מיט טשעינזש
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

שבת אין מונקאטש?

וועלכע חלק איז דאס?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זיידע'לע,

גיב א קוק אינעם שכינות'דיגען אשכול וועגן אריבערברענגען ניגונים אל הקדושה, בכלל, ווייל זיי זינגען דעם ניגון מיינט נישט אז דער מקור איז נישט גוט, זיין זינגען דארט נאך אנגענומענע ניגונים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בני היכלא האט געשריבן:שבת אין מונקאטש?

וועלכע חלק איז דאס?


ווי מען זעהט ווען דער עולם קומט ארויס פון ביהמ"ד מיט די שטריימליך נאכן דאווענען שבת באווארפן אדער שבת שבע ברכות
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מיללער האט געשריבן:זיידע'לע,

גיב א קוק אינעם שכינות'דיגען אשכול וועגן אריבערברענגען ניגונים אל הקדושה, בכלל, ווייל זיי זינגען דעם ניגון מיינט נישט אז דער מקור איז נישט גוט, זיין זינגען דארט נאך אנגענומענע ניגונים.


אפשר צייכנטסו מיר אן פינקטליך ווי צו קוקן יישר כחכם
יכול להיות אז די ביסט גערעכט אבער די קאאל גייס גייען נישט נעמען די זעקסטע הקפה ניגון און טאנצען אזעלעכע טענץ רח"ל ובכן שמעק מיר עס אז די ניגון איז יא פון א נישט ריינע מקור
אבער באיזה אופן נאכן זעהן דאס שמעק מיר בכלל נישט דאס צו הערן אדער זינגען אינעם הייליגן נאכט
און וועלכע נאך ניגונים האסטו דארט אויפגעכאפט ?
Monticello

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

ווען מענער באזינדער זינגן עס איז עס כשר, ווען פרויען באזינדער זינגן עס איז עס כשר, בלויז ווייל מ'זינגט עס צוזאמען ווערט דער "ניגון" נאכנישט טרפה.

מילער, זיי זענען אינגאנצן נישט קיין "קאלל גייס" וואס האבן זיך געזיכט צו אסימילירן. פארקערט, זיי זענען געווען באיינפלוסט פון די ציוניסטישע גייסט, וואס האט נישט געזיכט גוי'אישע קולטור, נאר א אידישע נאציאנליסטישע קולטור. און אנדערע ווערטער, זיי האבן געזוכט צו האבן א קולטור פאראלעל צו די גוי'אישע אבער פארט היימיש: מוזיק, שפראך, קונסט, ועוד.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זיידעניו האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:זיידע'לע,

גיב א קוק אינעם שכינות'דיגען אשכול וועגן אריבערברענגען ניגונים אל הקדושה, בכלל, ווייל זיי זינגען דעם ניגון מיינט נישט אז דער מקור איז נישט גוט, זיין זינגען דארט נאך אנגענומענע ניגונים.


אפשר צייכנטסו מיר אן פינקטליך ווי צו קוקן יישר כחכם
יכול להיות אז די ביסט גערעכט אבער די קאאל גייס גייען נישט נעמען די זעקסטע הקפה ניגון און טאנצען אזעלעכע טענץ רח"ל ובכן שמעק מיר עס אז די ניגון איז יא פון א נישט ריינע מקור
אבער באיזה אופן נאכן זעהן דאס שמעק מיר בכלל נישט דאס צו הערן אדער זינגען אינעם הייליגן נאכט
און וועלכע נאך ניגונים האסטו דארט אויפגעכאפט ?


איך מיין דעם אשכול עיי"ש באריכות.

היינט איז אנדערש ווי אמאל, ווען ניגונים און נגינה איז אסאך מער פארשפרייט דורך די אמצעיות פון טעיפס וכדו' אנדערש ווי אמאל ווען די זאכן זענען אריבער פון מויל צו אויער, במילא איז דער אויסוואל געווען ווייניגער האבן די קאאל-גייס געמוזט צוקומען צו ערליכע ניגונים אז זייערע טענץ זאל'ן האבן עפעס מיט כמו אידישקייט.

און בכלל דער דיפרענס פון די פרומע און מאדערנע און אפי' פרייע זענען נישט געווען אזוי ווי היינט ווען מ'לעבט ממש אפגעזונדערט און באזונדערע געגנטן, דעמאלטס האבן די אידן געוואונט אינאיינעם און די השפעה פון איין צד צום צווייטן איז געווען פילפאכיג מער, און די פרייע האבן בכלל דעמאלטס נאך געהאט א שטיקל אינטערעסע זיך צו אידענטיפיצערן אלס 'אידן' אנדערש ווי היינט ווען אסימיליאציע איז ביי א רעקארד הויעך.

דעם אנדערן ניגון וואס מ'הערט דארט איז דער 'ועל ידי זה יושפע שפע רב' דאס איז זיכער אז היינט וואלטן די קאאל-גייס כלשונך נישט געטאנצען אויף די שלש-סעודות ניגונים אינגען-און-מוידן האנט ביי האנט...... און דאס איז אויך זיכער אז א פרייער איד וואלט נישט פערפאסט קיין ניגון אויך די הייליגע ווערטער פון דעם לשם-יחוד ביי תפלין לייגן.

דאס אז דער ניגון שמעקט דיר נישט צו זינגען ביים הייליגען נאכט, דאס איז א געפיל וואס איך קען דיר נישט אפווענדן, אבער איך מיין אז די הונדערטער-טויזענטער אידישע קינדערלעך וואס זינגען דעם ניגון פון פורים ביז שבועות יאר-יערליך מיט'ן גאנצען תמימות, האט שוין לאנג מטהר געווען דעם ניגון אפי' עס זאל ווען אמת זיין אז דער מקור איז נישט אזא ערליכע, כנלפע"ד וכאן ימצא הבעל-דין לחלוק.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יא האסט א פוינט מר. בעל-דין

איין קליינע הערה ווי עס זעהט מיר אויס איז די ווערטער ועל ידי זה א צווייטע פאל פון די קדש ניגון


און בנוגע די סברה אז וויבאלד אזויפיל עהרליכע אידן זינגן דאס האבן זיי דאס מטהר געווען, דערמאן איך מיר אז איך האב עס שוין געהערט (איך מיין אויף די ניגון פרוק ית ענך.נישט זיכער)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זיידעניו האט געשריבן:איין קליינע הערה ווי עס זעהט מיר אויס איז די ווערטער ועל ידי זה א צווייטע פאל פון די קדש ניגון


איך זעה נישט ווי אזוי, ווייל ס'שטעלט זיך נישט צוזאם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאך איין הערה:

דער ניגון וויאזוי די קינדער זינגען עס, איז שוין היבש פארדרייט פונעם אריגינעלן טאנץ אויפן טאקט ניגון.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

געהערט פון אן עלטערע איד אז די צווייטע העלפט פון די קליפ איז אפילו נישט פון מונקאטש ער האט מיר נישט געוואלט זאגען פון ווי דאס איז נאר ער האט מיר געזט אז עס איז פון טיפער גאליציע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

דער ניגון איז אן אלטער רוסישער ניגון

מען זינגט דאס אין ראחמסטריווקא, טשערנאביל און אפשר אין סקווירא אויך

אויב בין איך זיך נישט טועה, איז דאס די ניגון וואס מ'זינגט דארט אין איינע פון די געהויבענע הקפות (ווי די 6'טע אין סאטמאר)
אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 5:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובלין »

א מקור ווייסט נאך קיינער נישט?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

thank you, zidenu, for linking to this video. u made my day.

btw, what is with kol be'ishoo?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

דעם ניגון ווערט געזינגען אויף לחיים טיש פורים 3
דארט שרייבען זיי אזוי ' חיבר החזן ר' יוסל טולנער ז"ל מלחין וחזן אצל הרה"ק ר' דוד מטולנא זי"ע, ואח"כ אצל אחיו הרה"ק ר' יוחנן מרחמסטריווקא זי"ע, חיבר מאות ניגונים חלקם מפורסמים בעולם ומושרים ביותר, וניגון ריקוד זה בכלל,
בכל החצרות המסתעפים מגזע בית טשערנאביל ניגון זה מושר על הקפה ב', ובחצר באיאן מושר ניגון זה על טובים מאורות ובשמח"ת'
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

די ציוניסטן זינגען עטליכע ניגונים וואס די מקור איז פון די אמאליגע היים אין פוילן אבער עס האט נישט גארנישט מיט זיי, אפילו די טריפה'נע ניגון התקוה וואס זיי האבן גענומען פאר זייער הימנע איז אויך במקורות'דיג א אידישע ניגון וואס מען פלעגט זינגען אין דער אמאליגע היים
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך קען דעם קליפ, איך האב קיינמאל נישט צוזסאמען געשטעלט אז די ניגון איז קדש ורחץ

אגב האב איך שוין לעצטענס געהערט ממש דעם ניגון אליין אויף איינע פון די לעצטע ניי ערשינענע טעיפס

און וואס טוט זיך מיט ועל ידי זה יושפע שפע רב?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

מי יודע האט געשריבן:אגב האב איך שוין לעצטענס געהערט ממש דעם ניגון אליין אויף איינע פון די לעצטע ניי ערשינענע טעיפס

קהלת האט געשריבן:די ניגון ווערט געזינגען אויף לחיים טיש פורים 3
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לויט ווי איך ווייס זינגט מען נאך אין סקווער עד היום דער ניגון פון הוה נגילה כאטש נישט אויף הקפות ווי ס'איז געווען אינדערהיים אין סקווער, די ווערטער זענען פארפאסט געווארן צו פייערן דער זיג פון באלפערס דעקלעראציע. און אז דו וועסט גוגעלען וועסטו געפונען אז דער ניגון האט דער פארפאסער אויף געכאפט פון סאדיגערער חסידים וועלכע האבן דאס געזונגען בשעת'ן פארברענגען צוזאמען. אזוי אויך דער דערמאנטער ניגון הנ"ל זינגט מען ביים צווייטער הקפה און אויף לשנה הבאה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

זיידעניו האט געשריבן:יכול להיות אז די ביסט גערעכט אבער די קאאל גייס גייען נישט נעמען די זעקסטע הקפה ניגון און טאנצען אזעלעכע טענץ רח"ל ובכן שמעק מיר עס אז די ניגון איז יא פון א נישט ריינע מקור

די משכילים ודומיהן האבן דייקא גענומען הייליגע זאכן פון די חסידישע הויפן, כדי מיט דעם אריינכאפן וואס מער פון די ערליכע און קלוגע לייט.
ממילא שטימט זייער גוט אז זיי זאלן נעמען א הקפה ניגון און נוצען פאר זייערע טענץ.

ואגב אורחא, אויך די הוה נגילה ניגון פלעגט מען זינגען אין סקווירא הויף און רוסלאנד אום שמחת תורה, און ווי די אנדערע ניגונים האבן זיך די יעניגע ארויפגעזעצט דערויף.
אין די ניגון ווערט נאך היינט געזינגען אין סקווירא-רוסלאנד, נישט דייקא דורך די ערליכע אידן, נאר דורך די גוים און אוועקגעריסענע תינוקות שנשבו.
ס'האט מיר פארציילט א אינגערמאן וואס האט געוויילט אויף שבת אין סקווירא-אוקריינא, אז שבת נאכמיטאג האט מען געהערט די ניגון זינגען אין א בּאַר.

-

בן בוזי האקט. שיק עניוועי
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

איז שייך אזא זאך אז יענע צד זאל צונעמען א ניגון מצד הקדושה, פונקט ווי מען קען אריבערברענגן ניגוני העמים אל הקדושה?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

באמבאסטיש האט געשריבן:איז שייך אזא זאך אז יענע צד זאל צונעמען א ניגון מצד הקדושה, פונקט ווי מען קען אריבערברענגן ניגוני העמים אל הקדושה?

במה אע"פ שהיתה אהובה וכו'
וכן כותב הבנ"י במעין גנים על דקדוק
וכן נהגו רבותינו עם ניגונים, ולכן הפסיקו בבעלזא לשיר נגון אחד מההקפה ניגונים מפני שהציונים התחילו לנגנו, ואע"פ שהי' נגון ישן מקובל
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

מיללער האט געשריבן:דאס איז זיכער אז היינט וואלטן די קאאל-גייס כלשונך נישט געטאנצען אויף די שלש-סעודות ניגונים.

בבואו מאדום אויף 24/7 יוכיח אז ס'איז נישט ממש אזוי זיכער...
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פיבער מעסטער האט געשריבן:די ציוניסטן זינגען עטליכע ניגונים וואס די מקור איז פון די אמאליגע היים אין פוילן אבער עס האט נישט גארנישט מיט זיי, אפילו די טריפה'נע ניגון התקוה וואס זיי האבן גענומען פאר זייער הימנע איז אויך במקורות'דיג א אידישע ניגון וואס מען פלעגט זינגען אין דער אמאליגע היים


פארהאן א סטאלינער מה ידידות (אויף טעיפ, און אויף נאטן איז עס געדרוקט אין ספר בית קארלין סטאלין לר׳ יעקב קולא) וואס ענדלט זייער צון ציוניסטישן התקוה
ווייסט איינער וואס כ׳מיין?
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”