רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא
רבי שניאור זלמן מלאדי (ווערט אויך גערופן: האדמו"ר הזקן, בעל התניא ושו"ע הרב) איז דער גרינדער פון חסידות חב"ד. אדמו"ר הזקן איז געבוירן אין י"ח אלול תק"ה צו זיין טאטן ר' ברוך פון פויזן (פויזנער). ער איז נפטר געווארן במוצאי שבת כ"ד טבת ה'תקע"ג אנלאפנדיק פון נאפאלעאן אין א דארף פיענע און מ"כ אין שטעטל האדיטש (שבפלך פאלטאווע, צענטראלע אוקראינע).
אדמו"ר הזקן איז געווען דעם מגיד'ס תלמיד. ביים ענדע פון לעבן פון זיין רבי ער האט אנגענומען די פירערשאפט פון חסידים אין ליטא.
זיין גרעסטער זון ר' דוב בער מליובאוויטש, באקאנט אלס דער מיטעלער רבי (כ"ק אדמו"ר האמצעי).
די וואָר הענגט אויף א האָר
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
דערציילט מען אז בעת די מלחמה צווישן רוסישן צאר אלכסנדר און פראנצויזישן קיסר נאפאלעאן ס'איז געווען א שארפע מחלוקת צווישן די צדיקים תלמידי המגיד, ווער פון זיי דארף באזיגן אין דער מלחמה.
פון איין זייט נאפאלעאן האט זיך באצויגן גוט צו די אידן און איז געווען, דאכט זיך, דער ערשטער פון די אייראפעישע הערשער וואס האט געגעבן פאר אלע בירגער פון זיין אימפעריע, וואס עס זאל נישט זיין זייער פאלק און גלייבן, גלייכע רעכט, ווען די רוסישע צארן זענען געבליבן ביז דער לעצעטער רגע (ווען די רעוואלוציע פון 1917 האט געמאכט א סוף פאר זייער שלטון) ביטערע שונאי ישראל.
מאידך אבער דוקא נאפאלעאן'ס אימפעריע האט געהאט די פאסיקע ערד פאר אזעלכע זאכן ווי מערב-אייראפעישע השכלה, רעפארמיזם און (אלס א גלייכע תוצאה) התבוללות און אסימיליאציע פון די אידן צווישן זייערע גוטע גוישע שכנים.
בקיצור, גיי ווייס ווער איז בעסער (אדער ריכטיקער זאגנדיק - ווער איז ערגער) פאר די מזרח-אייראפעישע אידן.
דער בערדיטשעווער רבי זי"ע האט געהאלטן אז באזיגן אין דער מלחמה דארף נאפאלעאן, און דער אלטער רבי - אז דער רוסישען צאר.
דערציילט מען אז עס האט זיך אנטפלעקט פאר זיי, אז ווער וועט בלאזן אין ראש השנה (ה'תקע"ג) אין שופר, זיינס א דיעה וועט איינגענומען ווערן אין בית-דין של מעלה. איז דער בערדיטשעווער רבי איז אין ר"ה האט געדאווענט שחרית ותיקים זייער שנעל און געבלאזט שופר גאר אינדערפרי, אבער צוגייענדיק בלאזן האט ער געזאגט: "ס'איז שוין שפעט, דער ליטוואק (אזוי ער פלעגט רופן דעם אלטן רבי'ן) האט שוין געבלאזט". ווייזט אויס אז דער אלטער רבי האט בכלל נישט געווארט נאר גלייך אינדערפרי מיט די ערשטע שטראלן פון זין געבלאזט אין שופר נאך פאר דאווענען שחרית... און דער רוסישער צאר אלכסנדר האט טאקע באזיגט.

יאסל, ר' מענדל פון וויטעבסק (פון האראדאק)?
ער איז דעמולט שוין פון לאנג (עפעס 25 יאר) איז נפטר געווארן.
נ.ב. יעצט איך האב געזען אז אויך דער בערדיטשעווער רבי איז נפטר געווארן דריי יאר פאר דעם ווען נאפאלעאן איז אריין אין רוסלאנד. איז ווער זשע טאקע איז געווען דער בר-פלוגתא פון דעם אלטען רבי'ן דעמולט?

אזוי ווי די זאגסט דער הייליגער קדושת לוי איז אוועק תק"ע
אין די געשיכטע איז פארגעקימען אין יאר ווען דער רב איז נסתלק געווארן תקע"ג
איך האב גערעדט פון רבי ר' מענדעלע מרימנוב.

לעצט פארראכטן דורך יאסל אום מאנטאג אפריל 14, 2008 12:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ערנסטער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:איר האט אפשר דעם 'ספר הצאצאים להאדמו"ר הזקן'?
צום באדויערן, נישט.
עס איז דען נישט דא צו קריגן?
אגב, איר שרייבט אז דער מיטעלער רבי איז געווען דער 'גרעסטער' זוהן פונעם אלט'ן רבי, מיינט איר מיט דעם אז ער איז געווען 'ער 'עלטסטער' זוהן אדער דער 'גרעסטער' בגדלות?
ברענגט א בילד פונעם ציון קדשו פונעם אדה"ז.
נישטערנדיג פארן אויבנדערמאנטען ספר האב איך דא געטראפן איבער א 'כינוס הצאצאים' מיט אן אייניקל ר' בן-ציון טווערסקי, לויט ווי איך פארשטיי איז דאס אן הארנאסטייפלער-באבובער אייניקל וואס איז אן אייניקל פונעם בעל התניא דורך ר' מאטעלע מהארנאסטייפל נכד ר' יעקב ישראל מטשערקאס חתן האדמו"ר האמצעי (יא?).
אנדי,
דו קענסט דעם איד?
אנדי,
דו קענסט דעם איד?
- אטעטשמענטס
-
- nf_3312_127385.jpg (24.83 KiB) געזען 9776 מאל
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6805
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
איך געהערט פון א יוד וואס האט געוואוינט און סעליש און ארויסגעקומען קיין אמעריקע און די תש"כ,ס. (דער יוד האט גיט געקענט דעם ריבניצער רבי ז"ל פון דארט)
אויפען בית החיים און סעליש ליגט דער פאטער פונעם אדמו"ר הזקן.
משום איזה סיבה איז ער אנגעקומען קיין סעליש און ער איז דארט געווען א מלמד.
ביי זיין פטורה, האט מען איהם געפרעגט צי ער האט ערגעטץ קינדער מען זאלל מודיע זיין. האט ער ענטפערט, אז ער האט 3 זוהן.
פאר איינעם זאל מען גארנישט זאגען. פאר איינעם זאל מען נאר זאגען אויב ער פרעגט זיך נאך.
און איינער וועט שוין אליינס וויסען

the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6805
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
רב מיללער,
איך קען איהם גיט.
דער יוד הייסט בן ציון טווערסקי, ער וואוינט און מיין שכינות, און פון צייט צי צייט קומט ע אריין דאווענען ביי ר' יחיאל באב"ד, טארטיקובער רב. ער איז א זיהן פון ראבאי דר. א. ד. טווערסקי זיין טאטע האט געשריבען דעם ביכעל 'דער זיידע רי מאטעל'

לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום מאנטאג אפריל 14, 2008 1:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
- יצמחפורקניה
- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
מיללער האט געשריבן:עס איז דען נישט דא צו קריגן?.
א ודאי, ס'איז דא.
אגב, איר שרייבט אז דער מיטעלער רבי איז געווען דער 'גרעסטער' זוהן פונעם אלט'ן רבי, מיינט איר מיט דעם אז ער איז געווען 'ער 'עלטסטער' זוהן אדער דער 'גרעסטער' בגדלות?.
דער עלטסטער (ווי יצמחפורקניה האט שוין געשריבן).
ברענגט א בילד פונעם ציון קדשו פונעם אדה"ז.
אט אזוי האט אויסגעזען זיין אוהל אין תשנ"ג (ד.ה. פאר דער 'רעקאנסטרוקציע' - אין זיין אריגינעלע אויסזען ווי איך געדענק אים):
און אזוי זעט עס אויס יעצט: