טאגבוך: ער איז מיר א יחיד געווארן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

טאגבוך: ער איז מיר א יחיד געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אור ליום ב' אחרי, ט' ניסן, תשס"ח לפ"ק

די נר-מצוה כשר (קאשער) טאפ אנגעפולט מיט וואסער קאכט זיך יעצט אויפן ברענער, הארט דערנעבן גליהט זיך די נר-מצוה שטיינדל וואס איז אין כינע אריינגעצוימט געווארן אונטער דינע אייזערנע גראטעס, זעהנדיג דעם אייזן רויט ווערן האב איך זיך דערמאנט פונעם גיהנום, א פחד א שרעק. עס איז צום האפן אז די עבודת הקודש פון די קשר"ק וואס מען לייגט אריין דיזע טעג אין די הייליגע מצוות היום וועלן מגין זיין אויף אונז דארט אויבן.

עפעס אנדערש צו טאן איז דא איבערגענוג, אבער וויפיל קען דען איין מענטש טאן אין איין מעת לעת, בפרט ווען יעדע נאכט לייגט מען זיך ארום צוויי אזייגער (נעכטן מוצש"ק האלב פיר, כאילו די נאכמיטאג שלאף איז געלונגען, אבערוואז, די ילדים אינעם בעק-יארד מיט די אייגענע פאר אויף די פאדערשטע פענסטער האבן פרובירט זעהן ווער עס וועט מצליח זיין איבערצואוועקן דעם אלטן בער שנעלער, אמאל איז עס געלונגען פאר די פרעמדע און די אנדערע מאל פאר די אייגענע, אויף אלע מיינע שונאים [שאינן בני ברית] געוואונטשן א לאנגע שבת נאכמיטאג מיט אן איבערגעהאקטע שינת צהרים, רחמנא לישזבן), זעצט מען זיך אוועק אין קרעטשמע איבערקייען אביסל פארן עולם די איבערלעבענישן פונעם פארלאפענעם טאג.

זונטאג איז זונטאג, דאס איז לית מאן דפליג, און אפילו אויב לאמיר זאגן עס וועט זיך מאכן אן אפיקורס ערגעץ וואו אויפן כדור העולם וואס וועט זאגן אז דער טאג רופט זיך מאנטאג אדער כדומה לזה, וועט ער אבער אויך מוזן בעל כרחו מודה זיין אז די פארכמורעטקייט פונעם טאג האט דוקא מיט יומא דקגרים, העכסטנס רופט זיך דער יומא דמפגרי ביי אים "מאנטאג".

כלפי מה הדברים אמורים (ביי-די-וועי, איך זאג שוין צופיל מאל ביי-די-וועי אינעם טאג-טעגליכן, איך זוך א וועג ארויס, הילף געזוכט. אבער אגב, האב איך היינט שפרייזנדיג אין גאס געקלערט בדרך הלצה: "פליק אח בלאטאט" מאי עמא דבר) אז מען האט געדארפט שווער ארבעטן צו קענען אנגיין מיטן ארבעט (וואס?) פון פסח מאכן, דאס טייטש ארויסרוימען דעם חמץ און אריינברענגן דעם פסח. צום ערשטן מאל אין די נייע דירה (דאס מיינט גאר אסאך. עס באדייט פרישע קאונטער טאפס, אן עבודה פון אינדזשענירונג אויף די הארטע פלעסטיג עס זאל אויסקומען פונקטליך לויט די מאס פון די קאונטערס און דעם קאך טיש. אויך מיינט עס אז רוב סעודות וועט מען אי"ה עסן אינדערהיים, און דאס איז אויסער די הוצאות פון פיש פלייש וכדומה, אויך אן עבודה פון באשטעלן און אנריכטן די צוגעהערן) ברוך השם (נישט די נייע ניק).

אויפגעשטאנען איז מען נאך א 5 שעה שלאף בערך, געלערנט אביסל אין שטוב, די קאווע (וואס האט זיך געווארעמט אינעם לאנדרי צימער, ווייל אין קאך טאר מען נישט יעצט נוצן הייסווארג צוליב די הכנה ל'כשר'ן) איז געטרונקן געווארן אין א פאום גלעזל (ווייל די אנדערע זענען שוין אויסגעוואשן געווארן אויף פסח. אגב, פון די סעט פון 8, האבן מיר זיך היי יאר דערזעהן מיט 4. איך האלט אז די ערלית שארט יעדע שטיק אריין א גלעזל אין גרויסן פאקעט-בוק און טראגט אפ דערמיט, וואס זאגט איר?), צושפאצירט צום שוהל טיעף אינמיטן פארמיטאג, אזוי אז נאך די מקוה האט מען זיך תיכף געדארפט שטעלן דאווענען כדי נישט צו פארפאסן דעם (צווייטן) סוף זמן תפילה.

דאס דאווענען איז גאנץ פיין געווען, אויסער די פאקט (אויך נישט די ניק) אז א יונג בחור'ל וואס האט זיך אים אויסגעדוכטן אז ער געפונט זיך אין ישיבה האט געפונען זיין ארט ביים ברעטל, און ווען איך האב שוין געהאלטן ביי יוצר המאורות, האט ער נאך געזונגן וכרות. [פאר די רעקארד: יעצט האט מען גע'כשר'ט די לייכטער טאץ, און די פיסל פונעם לייכטער, ווי אויך האט מען דארט איינגעטונקן אין די בריעדיגע וואסער די רינגלעך און ברעיסלעט, און אנגעשטעלט א פרישע קעסל פאר די סינקס].

בעפאר איך האב געוואנדן מיינע טריט אהיים, האב איך זיכער געמאכט צו לערנען די טעגליכע שיעורים, ווי דער סדר פון די ערב-פסח טעג וואס מען ווייסט נישט אויב עס וועט זיך מאכן איבריגע צייט במשכ'ן טאג. דאן האב איך אפגעשטאט א באזוך אין די לאקאלע גראסעריי וואו איך האב געזוכט מיט ליכט (גוזמא קתני) א פריש פעקל ברויט, אבער נאר געפונען האול-וויעט אדער האמבורגער באנס (געקויפט דאס שפעטערדיגע). טונא איז אויך אהיימגענומען געווארן אויף פרישטאג, אינאיינעם מיט א פלעשל ג'ומפ וואס איך קויף טעגליך פאר די פארהארעוועטע נפשות אין די יעצטיגע טעג.

נאך פרישטאג האט שוין דער זייגער געקלאפט איינס. דא האב איך זיך פעסט אריינגעווארפן אין דער ארבעט. די היינטיגע טאג איז געווען באשטימט אויף די קאמפיוטער מיט אלע אירע קלאפער-געצייג, וכן הוה. איך האב אויפגעהויבן א שיינע פאר קנעפלעך פונעם לעפ-טאפ קאמפיוטער (צום ערשטן מאל אין 3 יאר), און דער ציפער 8 קנעפל האט זיך ליידער איבערגעבראכן, ער לאזט זיך נישט צוריקלייגן אויפן פלאץ געהעריג, עפעס הענגט ער אין די לופטן, עס האט זיך אבער געלוינט, ווייל איך האב ארויסגעקליבן פון אונטער די קנעפלעך א האלבע טאן שטויב מיט א גאנצע (אומצוזאמגעדרייטע) בארד... עס איז צום האפן אז פון היינט און ווייטער וועלן זיך די קנעפלעך גרינגער און שנעלער לאזן אראפדרוקן.

פארטיג געווארן מיט אלע ווייערלעך (ימח שמם פון די וואס האבן איינגעפירט אז יעדע ווייער זאל פארמאגן אזעלכע שמוץ-כאפער ליניעס, כ'א מזל איך האב פרייטאג איבערגעלאזט די נעגל, אנדערש וואלט מיר דאס גאל אויסגעגאנגען אויף די פאר'עקשנ'טע ברעקלעך צווישן די ווייער קנייטשן), האט מען זיך אראפגעזעצט אביסל דעם אטעם כאפן (לאנטש האב איך בטעות פארגעסן צו עסן היינט, א זאך וואס מאכט זיך בערך איינמאל א יאר!), שפעטער האבן מיר גע'סאפער'ט און ארויסגעלאזט זיך אויף די יארכע.

נאכן אפדראפן די שמות זעקל אויפן וועג, האט מען אויסגעצויגן די פיס אין ריכטונג פון קליימער סטריט געגענט אין וויליאמסבורג, וואו מיר האבן מיט יארן צוריק זיך איינגעהאנדעלט עפעס א ספעציעלע סארט טעיפ ריקארדער וואס האט זיך לעצטנס צובראכן, מה עשה הקב"ה? יענע געשעפט איז אפן געווען, אבער ווי נאר איך האב אויפגעמאכט דעם טיר מיט א שפאלט, שרייט מיר דער פארקויפער אז זיי זענען שוין פארמאכט (שקר!). איך גיי זיי נישט מסביר זיין אז איך קום דא ספעציעל צו שפאצירן פון א מייל אוועק (בלי שום גוזמאות), איך שפאן אריין אין ביהמ"ד סאטמאר פון קליימער סטריט דאווענען א מנחה'לע (עס האבן זיך מיר ערוועקט זכרונות פון די ערשטע 2 יאר נאך חתונה נמ"ג וואס איך פלעג דארט דאווענען שחרית אינדערוואכן).

נאך מנחה זענען זיי שוין באמת געווען פארשפארט, האב איך בלית ברירה געמאכט מיין וועג צוריק אראפ ליע עוועניו (וואו איך האב ביי אססא [סארא ווארט איז דאס] געפונען מיין פריינט SALADS פון די קרעטשמע, און א פריינטליכע שמועס האט זיך אנטוויקלט). איך בין אריין אין איינהארן ספרים געשעפט, און איינגעהאנדלט דעם פסח ביכל וואס איז אמאל באהאנדעלט געווארן בין כותלי קרעטשמאתיינו "איך וועל דיר ראטעווען" [איך חכם האב נישט געדענקט דעם נאמען, אבער דער געניטער ספרים פארקויפער האט פארשטאנען דעם ווינק ווען איך האב געמורמעלט עפעס "איך וועל זיי אויסלייזן"...] איך האף אז איך וועל אזוי הנאה דערפון ווי דער עולם האט עס אראפגעשטעלט (איך האב עס נאר געקויפט צוליב אייערע קאמענטארן דערויף).

א שפאציר אריין אין גראסעריי האט אונז געגעבן א פרישע "מעלות" (איך האב א שטיקל טענה צו זיי: די פרייז איז ארויף אויף 6 דאלער אן קיין שום מעלדונג. ביים סקענען דעם ביכל אין גראסערי שרייבט זיך אויף "חזק", די נאמען פון זייער אדר שני אויסגאבע, אבער אויפן דעקל שטייט נישט קיין ווארט איבער די פרישע פרייז פון א "מעלות") וואס ליגט שוין אוועקגעלייגט אויף פסח.

אויס נייגער האב איך אנגערופן מיין חברותא וואס זיינע פלענער זענען, האט ער מיר אנטפלעקט אז ער קווענקעלט אויב ער זאל קומען צום נעכטליכן שיעור, ווייל ער דארף גיין צוזאמשטעלן א פסח ארדער אינעם הארדווער געשעפט. מארגן קומט ער זיכער נישט, ווייל ער דארף כשר'ן. האבן מיר דאך נישט וואס צו זוכן אין וויליאמסבורג, נעמען מיר דעם 11'ער באס אהיים קיין בעד-סטיי.

אנגעקומען אין שוהל פונקט צו 60. א מנין מעריב שטעלט זיך אונטן ווי געווענליך אין דער צייט. דא האט פאסירט די עפיזאד וואס האט מיר געמאכט שרייבן די גאנצע געשיכטע: דער אינגערמאן וואס האט זיך אראפגעשטעלט ביים באלעמער נעבן מיר אויף תפילת ערבית, האלט זיך פאר א יחיד! יא, ער האט אנגעקומען קריאת שמע מיט "א-ל מלך נאמן" וואס אין מיין סידור שטייט אז דאס באלאנגט אויסשליסליך פאר יחידים...

גיי ווייס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בלי מילים

א מוראדיגער טאגבוך. כל מילה זהב
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ווי געשריבן פערזענליך, האב איך זייער הנאה געהאט פון רייכן סטיל, פון די געוואלדיגע בליצן וואס זענען אריינגעשטעקט אין דעם איינעם תגובה, וואס הגם אויפן סקרין קוקט גארנישט אויס קיין מפקה נינה צווישן דיינע אותיות, און אותיות פון א פראסטן שרייבער, א שטייגער ווי איך. אבער א געניט אויג זעהט דאך באלד, דאס גראמאטיק, דאס רייכע אויסדרוקן, דאס גאנצע וועגן פון שרייבן צוציענד, דאס איז דאך ממש, כ'וואלט געזאגט אן ארטיקל וואס נאר קרעמער קען ווען אהערשטעלן, אויב איז ער נישט דא, כאטשיג מאכסטו דעם דזשאב....

אוי האבעך אויסגעשאסן ווען כ'בין געקומען צום סוף אויף וואס ס'גאנצע ארטיקל איז געבויט אויף, בפרט פון דעם געדאנק, דאס אידאך העכער אלע ערווארטונגן.

יישר כוח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

קרעמער, כ'האב עס צוויי מאל איבערגעליינט, איך קען עס שוין כמעט אויסעווייניג איבערזאגן אן קיין איין טעות..

קודם, יא, ס'איז זייער שיין און רייך, לבי אומר לי אז דו שרייבסט שוין לאנג א טאגבוך.. ס'איז צו שיין פאר אן ערשטע..

מיינע קאמענטארן דערויף: ס'איז אן הערליך שטיקל.

מיינע הגהות: איינס, דו האסט אין די טעג צייט צו טראכטן פון די גיהנום? און אינטערעסאנטער איז, "וואס" ס'דערמאנט דיך דערפון, די הייסע שטיין? מיר מאכט עס טראכטן פון: וירגמו אותו באבנים וימות.. קוק אן א חילוק אין איין קרעטשמע צווישן צוויי שרייבער'ס..

אוי ס'ווערט מיר שפעט לאמיר מאכן שנעל: די טרינקסט געווענדליך אינדערהיים קאווע און א "שאטל"?? וואס פאר א טעם האט עס? איך אפי' אינדערהיים טרינק אלעמאל פון א "פאם קאפ", די גלאז צו פערטצילאן האט נישט קיין שום אידישן טעם, אויסערדעם וואס ס'איז דיק, און די קאווע גליטשט זיך ארויס צווישן די שנאצן און די גלעזל.

דאס ביכל איך וועל דיך ראטעווען, וועסטו זייער זייער הנאה האבן, ווארט מיט געדולד ביזן דריטן קאפיטל, אבער די ערשטע צוויי איז זייער וויכטיג פאר די מעשה. [פיק א באא, אפסס דרך אגב מיין איך צו זאגן, דו וועסט שטארק הנאה האבן עס ליינענדיג חול המועד, ווען דו וואלסט עס אבער געליינט פאר'ן סדר - וואס היי יאר איז דאס שוין נישט שייך - וואלסטו געקענט ווען אריינריקן אסאך פרטים ביים סדר נאכט פאר די קינדערלעך. איי האט ער אראפגעלייגט א "מעידזשער" "מעידזשער" ארבעט.]

קרעמער, מוזט מיר מוחל זיין, איך האב נאכנישט אנגעהויבן היינט ארבעטן, דער באסס גייט זיין ברוגז. הצלחה רבה.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

קרעמער, זייער שיין, און א גרויסן יישר כח פארן נישט שפארן קיין ווערטער און קיין ()'ס... צוצוקומען צום סוף פונעם טאגבוך.

נ.ב.
מיר האט אויך די רויטע אייזן דערמאנט פון שרעקעדיגע גיהנום.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

וואסי שייך צו קאמענטירן אויף א טאג-בוך פון קרעמער? ער איז דאך דער מלך ה'טאג-בוך'ס (כ'מיין כאבעס שוין געשריבן איינמאל)

אין קורצן: כ'האב מיך באלעקט די פינגער'ס!

אויך מיר איז שטארק געפאלן די סיבה פון אייער גאנצע באשרייבונג וואס מיר ווערן הערשט געוואויר אונעם לעצטען שורה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

Re: טאגבוך: ער איז מיר א יחיד געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

קרעמער, איך ווער נתפעל פון א יעדע איינציגע טעגליכע באריכט פון דיר, איך ווייס אז איך האב עס שוין געזאגט אפאר מאל אבער איך מוז עס זאגן נאך אמאל, איך בין מקנא דיין אויסגערעכענטקייט דיין געלאסענקייט און דיין רואיג'קייט. און דיין שרייבערישע סטייל איז אויך ווערט אסאך.

און יעצט אפאר הערות:

עפעס אנדערש צו טאן איז דא איבערגענוג, אבער וויפיל קען דען איין מענטש טאן אין איין מעת לעת, בפרט ווען יעדע נאכט לייגט מען זיך ארום צוויי אזייגער (נעכטן מוצש"ק האלב פיר,

היי יאר האמיר זיך מקבל געווען בקבלה גמורה אז נאך האלב נאך צען טוט מען מער גארנישט פאר פסח, דערווייל האלט מיר נאך אן שטארק די קבלה.
די קאווע (וואס האט זיך געווארעמט אינעם לאנדרי צימער, ווייל אין קאך טאר מען נישט יעצט נוצן הייסווארג צוליב די הכנה ל'כשר'ן) איז געטרונקן געווארן אין א פאום גלעזל (ווייל די אנדערע זענען שוין אויסגעוואשן געווארן אויף פסח.

זייט ווען ווערן די שאל' אויס פייסעכיג אויב מ'טרונקט קאווע אין דעם? איך האב נאר הנאה צו זעהן אז איך בין נישט די איינציגסטע וואס קאווע פארנעמט אזא וויכטיגע ארט אין די לעבן.

וכן הוה. איך האב אויפגעהויבן א שיינע פאר קנעפלעך פונעם לעפ-טאפ קאמפיוטער


האסט דאך געדארפט פאלעגן די דבר יום ביומו און אינגאנצען ארויס רוימען די קאמפיוטער פון שטוב.

איך שפאן אריין אין ביהמ"ד סאטמאר פון קליימער סטריט דאווענען א מנחה'לע


שוין יעצט ווייס איך שוין נישט ווער דו ביזט, ביז איך האב געליינט דער שורה'לע האב איך געמיינט אז דו ביזט נר"ב.

א שכח נאך אמאל פאר די באטעמטע ארטיקעל אין די שווערע טעג.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

קרעמער, איך וואלט ווען צו'צטט'טט יעדן דא, אבער פארוואס מאכן ליינען דאפלט, ליין איבער יענס דאס איז וואס איך האב געקלערט ביין עס ליינען.

יישר כח.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

אזאנס? איך ליין בעיקר גוט איבער די איינגערינגעלטע, וואס דארט ליגט אלס באהאלטן? ווער ווייסט.

אבער ווי שוין ערווענט ביי די אנדערע דא, ווען איך האב באוויזן צו אנקומען ביים אונטערשטען חלק איז שוין געוואן נאכן מאכן חזרה א גוטע פאר מאל אויף די אויבער'דיגס, וואס דא ליגט באגראבן איז נישט צו אפלעזן אזוי 'נעם אין גיי' עס איז סעפעס אויסטערליש.

גאר רייך באשריבן, ווער רעדט פון די מליצות, באטאט! אידאטס גוט!

אין עי שאטרט וואטרד, איטס עמיזינג וואטרק! שכח, אין פארצייל אונז נאך פון דיין טאג-בוך.

*

העי דעם נר מצוה, האסטע אזוי שיין בא'גיהנומ'ט, די רויטע געבויגענע אייזן ווער רעדט נאך א ווארט, עס שוידערט. באלד קומט דער בר מינן... עההששש ...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קרעמער, (יא די ניק) זייער א שיינע טוג בוך!!

וועגן דיין פראבלעים פון צופיל מאל זאגן ביידעוועי, האבעך א עצה קענסט זאגן "בדרך אגב" (נישט די ניק)

אקעי, אה וועגן דעים יונגערמאן, ער האט עפעס א פאני סידור, דארט שטייט "ברכות זאגן פיר קינדער" (ווער געדענקט?) נו, זאגסטע נאר טאקע פיר קינדער צוזאמען? נאר וואס דען, ס'איז לאוו דווקא, איז יחיד אומר אויך לאוו דוקא, פארשטייסט? כנלפע"ד (ס'איזנישטא אזא ניק)

ביידעוועי, אאפס!! בדרך אגב, ווען גייסטע אריבערמישן און ארויפלייגן די נעקסטע פעידזש? איי קענט וועיט!!

פון דיין פריינט וואס ווארט, וויכי.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער:
אזוי ווי אלעמאל הערליך אראפ געלייגט מיט א זעלטענעם טעם,
א דאנק
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,

'אססא' איז ראשי תיבות א'סטרייכער ס'ופר ס'ופר א'סטרייכער על שמו פון דעם בעה"ב וואס הייסט אסטרייכער און איז אן איידעם ביי סופר (ועל השנות החלום? לא יודע).

דער שמאטע-סטאר (אזוי רופט עס מיין מוטער לאויט"א) אויף קליימער איז א פיין געשעפט, אבער זיי פארמאכן צו פרי, חבל על דפארמאכן ולא מתעפענען.

נאכאמאזל אז דו האסט נישט געמיינט די 'ניקס' אין דיין טאג-בוך/דייעריע ווייל דאן ביסטו אין קאמפאט-טישן מיט אנדי'ס טשאלענט...

דיין מעשה מיט'ן איד פון די יחידי סגולה איז א גוטס, איש יחידי היה בבעד-סטיי, איש טאג-בוך על שמו נקרא!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

Re: טאגבוך: ער איז מיר א יחיד געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

קרעמער האט געשריבן:נאך פרישטאג האט שוין דער זייגער געקלאפט איינס. דא האב איך זיך פעסט אריינגעווארפן אין דער ארבעט. די היינטיגע טאג איז געווען באשטימט אויף די קאמפיוטער מיט אלע אירע קלאפער-געצייג, וכן הוה. איך האב אויפגעהויבן א שיינע פאר קנעפלעך פונעם לעפ-טאפ קאמפיוטער (צום ערשטן מאל אין 3 יאר), און דער ציפער 8 קנעפל האט זיך ליידער איבערגעבראכן, ער לאזט זיך נישט צוריקלייגן אויפן פלאץ געהעריג, עפעס הענגט ער אין די לופטן, עס האט זיך אבער געלוינט, ווייל איך האב ארויסגעקליבן פון אונטער די קנעפלעך א האלבע טאן שטויב מיט א גאנצע (אומצוזאמגעדרייטע) בארד... עס איז צום האפן אז פון היינט און ווייטער וועלן זיך די קנעפלעך גרינגער און שנעלער לאזן אראפדרוקן.

פארטיג געווארן מיט אלע ווייערלעך (ימח שמם פון די וואס האבן איינגעפירט אז יעדע ווייער זאל פארמאגן אזעלכע שמוץ-כאפער ליניעס, כ'א מזל איך האב פרייטאג איבערגעלאזט די נעגל, אנדערש וואלט מיר דאס גאל אויסגעגאנגען אויף די פאר'עקשנ'טע ברעקלעך צווישן די ווייער קנייטשן), .


נאכן ליינען דער חלק פון די טאגבוך האט זיך איינער פון אונזער קרעטשמע מהמיוחדים שבחבורה הרב פאטאקי יר"ה אראפ געלאזט מטעם קנ"א צו כאפען א בילד ווי אזוי עס זעהט אויס א פיסעכגעמאכטע קאמפיוטער ביי קרעמער אין דער היים. יעצט אין די סעקונדעס האט ער אריין געווייערט די פיקטשער ווי מ'קען זעהן וואס פאר א מחמיר אונזער מייסד איז.

יישר כח הרב פאטאקי נאך אמאל פאר די אנשטרענגעניש.
אטעטשמענטס
CHUMETZ [1].jpg
CHUMETZ [1].jpg (158.16 KiB) געזען 2761 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מיט איין ווארט " א רייכע טאגבוך"
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח פאר אלע מגיבים, איר געט מיר חשק ווייטער אנצוגיין (מיטן טאג... לאו דוקא מיט איר בוך)

אנדי; דעם קאמפיוטער פיר איך זיך יערליך צו פארקויפן אין חמץ, אלזא איז די בילד מסתמא פון עפעס א מקיל...

פרעגט בעסער נישט: היינט האבן מיר שוין איבערגע'כשר'ט אלע סינקס וואס זענען נעכטן באגאסן געווארן. דער דיין שליט"א זאגט אז איך האב געדארפט אראפנעמען די קראנען, וכן עשיתי, דאן האב איך אנגעפולט די סינקס מיט בריעדיגע וואסער און ארומגעפירט דעם גליעדיגן שטיין אויף אלע זייטן, אוי האט עס געברענט א נחת, אויף ווידערזעהן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אראפנעמען די קראנען???!!!

נאך קיינמאל געהערט פון אזא זאך???

יעדער מוז דאס טון אדער נאר ווער ס'פרעגט דיין דיין?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך פלעג דאס אויך נישט טאן, אבער איך האב געזאגט פאר מיין (נייעם) דיין אז היי יאר וואוין איך אין זיינע גלילות, און איך וועל אים אי"ה פאלגן, וכן הוה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער, נעקסטיים זאג נישט אזא זאך, בפרט ווען איך בין נאך געהעריג דא אין די גלילות....
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער האט געשריבן:פרעגט בעסער נישט: היינט האבן מיר שוין איבערגע'כשר'ט אלע סינקס וואס זענען נעכטן באגאסן געווארן. דער דיין שליט"א זאגט אז איך האב געדארפט אראפנעמען די קראנען, וכן עשיתי, דאן האב איך אנגעפולט די סינקס מיט בריעדיגע וואסער און ארומגעפירט דעם גליעדיגן שטיין אויף אלע זייטן, אוי האט עס געברענט א נחת, אויף ווידערזעהן.


וואס מיינסטו מיט אראפ נעמען די קראנען?
די הענטלעך? די ספאוט? אדער די גאנצע פאסעט?

און אראפ נעמען צו וואס? צו כשר'ן די סינק אדער צו כשר'ן די חלקים?

אני הקטן טוישט דעם גאנצען פאסעט א יעדעס יאר אויף פסח.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

קרעמער האט געשריבן:אנדי; דעם קאמפיוטער פיר איך זיך יערליך צו פארקויפן אין חמץ, אלזא איז די בילד מסתמא פון עפעס א מקיל...


אוי ווי!!!!!!! :cry: דאס מיינט אז גאנץ פסח וועט מען דיר נישט דא זעהן?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אנדי, איז וואס? סאיז נאך נישט עק וועלט! :lol: :lol: :lol:
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

scy4851 האט געשריבן:אנדי, איז וואס? סאיז נאך נישט עק וועלט! :lol: :lol: :lol:


אפשר פאר דיר נישט! :oops: :oops: :oops: (איך קען אויך לייגען דריי)
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

כאב נאר געוואלט שטעלען צוויי אבער עס איז א פראבלעם מיט זוגות
the SCY is the limit
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך האף אז קרעמער האט א פסח'דיגע קאמפיטער , אויב ח"ו נישט זענען מיר אין א בעד שעפ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער, איך בין סתם נייגעריג. וועלעכס האסטו פריער געמאכט, דעם קעפל אדער די לעצטע שורה (פיסל בלע"ז)?

באט עניוועי, אין יעדע תגובה דיינע געסטו ארויס נאך אפאר פרטים וועגן דיר. באלד הייב איך שוין אן צו כאפן ווער דו ביזט... נאך אפאר סימנים און איך האב דיך!
An article a day keeps the babies away
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”