דירעקציעס פאר אלטערנאטיווע וועגן פון און צו די קעטסקילס

ניו יארק און ארום

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yes_or_no »

סאדע_באטל האט געשריבן:בנוגע נוצן דעם אכטציגער אנשטאט די פירער, איז כדאי צו וויסן אז אפילו די 80 איז דריי לעינס לעומת די 4 וואס האט נאר צוויי, מיט דעם אלעם איז כמעט נישט שכיח אז די 4 זאל האבן טרעפיק און די 80 נישט.
נישט שרייען אז די 4 האט יא טרעפיק, איך ווייס דערפון, אבער געווענליך ווען עס איז דא טרעפיק אויפן 4 איז עס ערגער אויף די 80.
ועוד, אונז באזוכער דא ווייסן אז מען קען ארויספארן צו פארט לי, [א סימן אז איר נעמט די גוטע עקזיט, אויפן סיין שטייט, no reentry to bridge.........] און די עקזיט צו פארט לי איז אסאך גרינגער צוצוקומען פון די 4 ווי פון די 80, ווייל די טרעפיק ביים 4 פאנגט זיך געווענליך אן ביי די עקזיט, משא"כ אויפן 80 וואס מען דארף זיצן אין טרעפיק אנצוקומען צו די עקזיט.

נ.ב. ווען מען זיצט אין טרעפיק און עס רעגנט, איז עס א בחינה פון traffic and weather together......

היינט ארויסגעקומען פון קאנטרי.
די פירער איז געווען אנגעזעצט.
די אכציגער איז געפארן א מחיה. איך האב מיר געשפארט זיכער א שעה מיטן אכציגער.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ביסט דאך פונקט ווי קאמינסקי... "GWB מאווינג פיין אין באטה דירעקשאנס באט אלל אפראוטשעס אר בעקד-אפ"

ווילאנג עס נעמט אנצוקומען צום וועסט סייד קען מען דאך שוין אנקומען צום בריק זעלבסט. חוץ אויב נעמט מען גלייך אנהויב דעם וועסט סייד, ווייל ארויסצופארן פון FDR וועט דאך נעמען ווייסעכווילאנג אנצוקומען צום וועסט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך רעד דאך גלייך פון אנהויב. עס האט טאקע לייטס, באט עס איז דא צייטן ווען עס לוינט זיך.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טאטע »

דעם פרייטאג העעל"ט אום 2:30 האט זיך ארויסגעלאזט א משפחה מיט קליינווארג פון עיר וויליאמסבורג המעטירה, די חברה זיצן שוין ב"ה אויף די זיץ ערטער, דער "טאטע" שטעלט דעם גפ"ת - על כל טרעפיק שלא תבא - און מ'לאזט זיך ארויס קיין קרית יואל אויף שב"ק, נאכן זיך אריבערשלייכן דעם טרייבארא - קלאפ אויפן מויל 3 מאל ... רפ"ק [פארן פיענוח דארפט איר אפירזוכן דעם ראשי תיבות אשכול] בריק זען מיר אז צו גיין לינקס אויפן מעיג'אר דיגען איז א שאדע אויף די צייט און אויף די נערוואוינים, אזוי ש'מיר ש'דיר באשליסט דער "טאטע" אז מען מעלדט נישט איין קיינעם און ויסעו מיר ציען זיך רעכטס צו צום ריכטונג פונעם בראקנער שנעל-וועג אא"וו, דער גפ"ת ווערט ווילד און הויבט אן צו פרובירן צוריקדרייען דעם קליינעם זיבן פאסאזשיר טענדער, א מזל אז מען קאן מיט בלוטוט נאכנישט קאנטראלירן דעם סטירינג וויל ווען יא וואלט ער מן הסתם אויסגעפירט.

עס זעט זיך א טאוועל "ארויסגאנג 51" און מיר שלייכן זיך ארויס, נאכן מאכן א פולשטענדיגע עניבה גייען מיר ארויף אויפן בראנקס טייכל פארק-וועג, די ביימער אויף די זייטן זענען אונז מקבל בשמחה ווייזט אויס אז זייטן לעצטן חול המועד זיינען נישט אדורכגעפארן די סארט האסידישע משפחות, נאך א צירקע 10 מייל כמדומה האלטן מיר זיך לינקס און ארויף אויפן טעקאניק פארק-וועג, דערווייל לאזט זיך אראפ א שלאקס [מלשון שלאק פון א סוכה?] רעגן, די קליינע שרייען לוסטיג: טאטי צינד אן די שארער פון די בעק, דער טאטע פאלגט ווי א טאטעלע און מיר פראצידירן ווייטער, תפלת הדרך זאגן אלע ווארט בי וארט מיטן טאטן צוזאמען, נאך עטליכע מייל הויבט דער מאשינקעלע אן צו זינגען "קיפ טו די לעפט פאלאוד ביי עי קיעפ טו די לעפט" ער פלאנירט אז מיר זאלן נעמען דעם איי-רפ"ז [א דב"א פון איי-וועלט מיוזיק] הייוועי, מיר האבן אים פארפאקט טיף אין איינע פון די רענצליך, מיר האבן אנדערע פלענער.

ענדליך אריבער דעם אינטערסטעיט רפ"ז, די ווארענונגען פונעם מאשינקעלע האבן מיר פולשטענדיג איגנארירט, מיר גייען ארויס אויפן 9A 100, יעלו הרים ירדו בקעות ביז נאך א צירקע פאר מייל מאכן מיר א לינקס אויפן 202, דערווייל האבן מיר געדינגען פאר א קארגע 15 טאלער הבדחן הנפלא ר' שלופ קעסלער'ן נ"י צו פארציילן מעשיות פאר די קינדער זיי הערן זיך צו מיט נייגער קוים וואס א מוק הערט מען, ויעלו בנגב ויבא עד ר' בערל מאונטענס בריק, הארט פארן בריק גיבן מיר א קלער מה רבו מעשיך ה'! א פאנאראמע אזוי שיין! אלעס נאר פון הייליגן בורא! די קינדערלעך וואלטן געוואלט מיר זאלן זיך אט דא אפשטעלן אויף א וויילע, נאר צו קענען אביסעלע באטראכטן דעם הערליכן סינירי, אין אונזער טייערע וויליאמסבורג איז אזאנס נישט פארהאנען פאר קיין געלט, ב"ה ויעבר את אשר לו אריבער דעם האדסאן ריווער מיט שמחה, מיר קומען אן צום רינגעלע וואס פירט אונז אריין גראד אינעם "יום הששי" וועגעלע, נאכן אריבערפארן אפאר אידן גומלי חסדים וואס העלפן אויפן זייט א איד מיט א פראבלעם, זענען מיר נאך קארגע 1 שעה מיט פופציג מינוט בחסדי ה' אנגעקומען קיין קר"י.

מיר זענען שוין דא דא
אין א מזל'דיגע שעה וכו' [ניגון צוה אק"א דער רעבי זאל לעבן].
אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טאטע »

לתועלת הרבים, דאס איז דער וועג וואס מיר האבן גענומען:

Driving directions to 51 Forest Rd, Monroe, NY 10950
70.9 mi – about 1 hour 40 mins (up to 2 hours 10 mins in traffic)
Via Bronx River Pkwy, NY-100 N/NY-9A N - remove all
Suggested routes

152 Rodney St, Brooklyn, NY 11211

1. Head southwest on Rodney St toward Bedford Ave 328 ft
2. Turn right at Bedford Ave 269 ft
3. Turn right at Ross St 0.1 mi
4. Turn right at Lee Ave 341 ft
5. Turn right at Williamsburg St W 0.3 mi
6. Turn left at Wythe Ave 253 ft
7. Turn left at Williamsburg St E 138 ft
8. Take the I-278/Bklyn-Qns Expy ramp on the left 0.2 mi
9. Merge onto I-278 E 6.3 mi
10. Take the exit onto I-278 E
Partial toll road 3.3 mi
11. Take the exit toward Bruckner Expy E/I-278 E
Toll road 207 ft
12. Keep left at the fork, follow signs for Bruckner Expy/New Haven/I-278 and merge onto Bruckner Expy E/I-278 E
Partial toll road 2.6 mi
13. Take exit 51 toward White Plains/Bronx River Pkwy 0.1 mi
14. Merge onto Bruckner Blvd 0.1 mi
15. Merge onto Bronx River Pkwy via the ramp to White Plains 8.5 mi
16. Continue on Sprain Brook Pkwy (signs for Taconic Pkwy/Sprain Pkwy) 12.6 mi
17. Continue on Taconic State Pkwy N 1.8 mi
18. Take the exit onto Briarcliff Peekskill Pkwy/NY-100 N/NY-9A N
Continue to follow Briarcliff Peekskill Pkwy/NY-9A N 6.2 mi
19. Continue on US-9 N 9.0 mi
20. Turn left at US-202/US-6/US-9 0.2 mi
21. At the traffic circle, take the 2nd exit onto Roa Hook Rd/US-202/US-6
Continue to follow US-202/US-6
Partial toll road 4.2 mi
22. At the traffic circle, take the 2nd exit onto US-6 W 2.6 mi
23. Take exit 18 for US-6 toward New York State Thruway/Central Valley/NY-17/I-87 0.3 mi
24. At the traffic circle, take the 1st exit onto US-6/US Route 6 6.7 mi
25. Take the ramp onto NY-17 W/US-6 W 3.0 mi
26. Take exit 130 for NY-208 toward Washingtonville/Monroe 0.4 mi
27. Turn left at NY-208/Rte-208
Continue to follow NY-208 0.7 mi
28. Turn left at Schunnemunk Rd 0.6 mi
29. Slight left at Forest Ave 413 ft
30. Turn right at Forest Rd
Destination will be on the left 0.6 mi

51 Forest Rd

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

געליינט דיין באשרייבונג פון די נסיעה און שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

Yes_or_no האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן:בנוגע נוצן דעם אכטציגער אנשטאט די פירער, איז כדאי צו וויסן אז אפילו די 80 איז דריי לעינס לעומת די 4 וואס האט נאר צוויי, מיט דעם אלעם איז כמעט נישט שכיח אז די 4 זאל האבן טרעפיק און די 80 נישט.
נישט שרייען אז די 4 האט יא טרעפיק, איך ווייס דערפון, אבער געווענליך ווען עס איז דא טרעפיק אויפן 4 איז עס ערגער אויף די 80.
ועוד, אונז באזוכער דא ווייסן אז מען קען ארויספארן צו פארט לי, [א סימן אז איר נעמט די גוטע עקזיט, אויפן סיין שטייט, no reentry to bridge.........] און די עקזיט צו פארט לי איז אסאך גרינגער צוצוקומען פון די 4 ווי פון די 80, ווייל די טרעפיק ביים 4 פאנגט זיך געווענליך אן ביי די עקזיט, משא"כ אויפן 80 וואס מען דארף זיצן אין טרעפיק אנצוקומען צו די עקזיט.

נ.ב. ווען מען זיצט אין טרעפיק און עס רעגנט, איז עס א בחינה פון traffic and weather together......

היינט ארויסגעקומען פון קאנטרי.
די פירער איז געווען אנגעזעצט.
די אכציגער איז געפארן א מחיה. איך האב מיר געשפארט זיכער א שעה מיטן אכציגער.

גם אני מצטרף, היינט צופרי בערך 7:00 ווען איך בין אנגעקומען צום 4 האב איך געזען אז פשוט עס שטייט, איך האב זיך שנעל צוריקגעדרייט צום 17, און געפארן ווייטער, דער 80 איז געפלויגן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער האט געשריבן:געליינט דיין באשרייבונג פון די נסיעה און שטארק הנאה געהאט.

יישר כחכם.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איך_הער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:געליינט דיין באשרייבונג פון די נסיעה און שטארק הנאה געהאט.

יישר כחכם.

עני טיים!

האסט געשריבן די 'עני טיים', מיט די ריכטיגע ניק?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

גרויזאמער האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:געליינט דיין באשרייבונג פון די נסיעה און שטארק הנאה געהאט.

יישר כחכם.

עני טיים!

יו טו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איך_הער האט געשריבן:האסט געשריבן די 'עני טיים', מיט די ריכטיגע ניק?

אטא די קשיא האב איך געהאט אויף דיין "יישר כחכם". ודו"ק
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אויב נעבעך, ווען איך ווייס ווען, איך האב געקוואוט קרעמער'ן, און צוגעלייגט א יישר כח.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך_הער האט געשריבן:האסט געשריבן די 'עני טיים', מיט די ריכטיגע ניק?

דערפאר האב איך עס טאקע פארראכטן מיט מיין אנדערע ניק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

א טאטע, צוקער זיס געשריבן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

רבותי איך בין געווען די טעג אין די קעטסקילס, געמיינט האב איך אז די ארבעט אויפן 17 איז שוין פארטיג און איך וועל זען דעם נייעם הערליכן אווערפעס העכער LOWES פארטיג מיט איר גאנצן פראכט און אלע ליניעס וועלן זיין צוריק אפן. אזוי האב איך געמיינט.

די טרעפיק אויפן וועג אריין איז געווען אומגעהויער שווער! עס איז נאך אלץ אפען בלויז די איינע ליניע דארט ביי עקסיט 118 וואס שאפט לאנגע פארצויגענע פארקער פאר צענדליגער מיילן בלי גוזמא.

די אלע זייטיגע אלטערנאטיווע וועגן זענען א קנאפער ישועה, עס נעמט דארטן לענגער דאס פארן אויפן אנגעצויגענעם דרייווערס געדולד וואס פארט דורך טאון נאך טאון.

איך ווייס נישט ווילאנג די קאנסטראקשן דארט גייט נאך געדויערן, לויט מיין שאץ מאץ כאטשיק ביזן ענדע זוממער, אבער אויב עס האלט עס אזוי אן וועט זיך דער ציבור געפערליך פלאגן מיט די טרעפיק.

עס ליגט אין אונזערע הענט דאס אפצושטעלן!

וויאזוי? ווארט מיט געדולד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

Holiday traffic heavy on local highways
New York State Police said traffic was heavy this weekend throughout the region with delays occurring on main highways such as Interstate 84 and Route 17.
At about noon on Monday, traffic was backed on Route 17 eastbound near Exit 116 in Bloomingburg at the Sullivan-Orange border, extending about 10 miles into the Middletown area where road work is forcing cars into a single lane
אטעטשמענטס
Eastbound traffic on Route 17 makes its way Monday though the construction zone from Exit 116 to Exit 119
Eastbound traffic on Route 17 makes its way Monday though the construction zone from Exit 116 to Exit 119
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

שוועמל האט געשריבן:עס ליגט אין אונזערע הענט דאס אפצושטעלן!

וויאזוי? ווארט מיט געדולד.

וויאזוי?
ואס קענען מיר טוהן
מיר ווארטן מיט געדולד
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דאס הייסט נישט קיין געדולד אז מען פרעגט אריין.

געדולד האב איך געזאגט!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איינער קען מיר מסביר זיין די געפערליכע חוצפה אז עס איז נישטא קיין עקזיט ארויס פונעם 4 צום גארדען סטעיט פארקוועי?

פארענדיג לעצטנס אויפן 4 נעבן דעם 17 האב איך געזען אז אינעם 17 זיצט מען, האב איך באשלאסן נאך א שנעלע בליק אויפן gps, זעהנדיג אז די גארדען סטעיט פקוועי איז ממש א שפאן אוועק און פארט אריבער העכער דעם 4, אז איך וועל גיין דורך יענע וועג. אנקומענדיג נענטער ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן, איך זעה נישט קיין אריינגאנג צום גארדען סטעיט (נארט פארשטייט זיך, סאוט איז יא דא)!

איך האב ארומגעבלאנדזשעט א האלבע שעה אין די זייטיגע געסלעך ביז איך האב עס ערגעץ געטראפן.

איך האב געמיינט די פראבלעם איז מיט מיר, קוקנדיג אויף גוגל מאפעס זעה איך אז איך חלום נישט
http://maps.google.com/maps?hl=en&ie=UT ... 08159&z=18

פונעם 4 איז ווירקליך נישטא קיין אריינגאנג צום גארדען סטעיט סאוט!

וואס איז פשט???
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גרויזאמער, דער זיבעצן שטייט דאך געווענליך נאר וועגן דעם גארטן שטאט אריינגאנג, ווינציגער ווי א מייל פונעם רד. פיר.

קענסט ווען פארן ווייטער צו נעמען דעם 208 און 287.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס איז די בעסטע אלטערנאטיוו צו נעמען ווען מ'טרעפט זיך זיצן אויפן נעווי יארקער זיבעצענער אויפן וועג אריין אין די גרויסע באליבטע שטאט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אפשר דער 52, און נאכדעם דער 208, אריין אינעם 6, ארויף אויפען פאליסיידס.

ווען מען זיצט שוין אויפען 17 איז שויין דער 52 צו שפעט. נאר ווען מען ווייסט פון פריער, אדער פון עקספיריענס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

52, ווענדט זיך וואו מ'איז.

17k צום 208 לוינט? אדער ענדערש גיין ווייטער ביזן 87?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

אויסברייטערן Route 6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווי באקאנט איז די רוט 6 - פונעם פאליסיידס ביז מאנרא - א שמאלע וועג מיט בלויז איין לעין אויף יעדן זייט.
עס איז היבש אנגעלייגט מיט טרעפיק, ווייל אויב א קאר פארט אביסל שטייטליך, איז נישט דא אן אנדערע לעין אים צו קענען אויסקרויזן.
ספעציעל אין די זוממער וואכן וויקענדס ווערט דארט גאר א געדעכטע טרעפיק.
אויב וואלט מען אויסגעברייטערט דעם רוט 6, וואלט דאס אויך שטארק ארויסגעהאלפן צו פארלייכטערן דעם טראפיק פונעם רוט 17 ווייל מער קארס וואלטן זיך געקענט ארויסזען פון דארטן און ארויף אויפן פאליסיידס.
אבער וואס קען מען טאן אז די ניו יארק סטעיט דעפארטמענט אוו טרענספארטעישאן האלט אז עס איז נישט וויכטיג.
אט זעט אן ענטפער פון זיי:
Thank you for your correspondence to Governor Andrew Cuomo inquiring as to whether or not there are plans to widen the Long Mountain Parkway (Route 6) which connects the Palisades Interstate Parkway with Route 17.
The Governor’s office has forwarded your letter to the New York State Department of Transportation (NYSDOT) for response.
At this time, the NYSDOT does not have plans to widen this section of roadway. The existing traffic volumes do not warrant additional travel lanes, however the Department will continue to monitor this section of roadway for future improvements.
NYSDOT Hudson Valley Region
שרייב תגובה

צוריק צו “לאקאלע טרעוול”