רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל מאפטא (בהרה"ק ר' שמואל אב"ד ניישטאט) - איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, און אין די יונגע יארן ביי הרה"ק רבי ר' יחיאל מיכל מזלאטשוב זי"ע. ער האט מחבר געוועהן דעם ספר "אוהב ישראל" על התורה, און דעם ספר "תורת אמת" על התורה. ער איז אין די יונגע יארן געוועהן רב אין די שטאדט קאלבאסאוו, און שפעטער אין די שטאדט יאס, און סוף ימיו אין מעזבוז. ער האט געהייסן בצוואה אז מ'זאל גארנישט אויפשרייבן אויף זיין מצבה, נאר אז ער איז געוועהן אן אוהב ישראל. ער איז נפטר געווארן ה' ניסן שנת תקפ"ה לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ח רמ"ח (ר' מרדכי חיים) מסלונים האט דערציילט אז ער האט געהערט פון א איד וואס איז געפארן צו הרה"ק רבי יצחק מאיר מזניקוב שאמר בשם אביו הרה"ק מאפטא זי"ע: "באחרית הימים ירצו אומות העולם להלחם זה בזה, אך יחשבו ויתבוננו שתצא מזה טובה לישראל, ויתאספו כולם להשוות החילוקים ביניהם כדי שלא יצטרכו להלחם אך לא יעזור להם - זיי וועלן זיך רייסן ביי די טשסטאפלהיכלזיס ביז עס וועט אן עק נעמען" (בציצית ראשם יסחבום ויכניסום לכך עד שתבא סופם) עכ"ל. וסיים: "מותר לומר הדבר בשמי כשומע מפי נביא".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע האט געזאגט: מען האט מסכים געווען צו מיר ביים בית דין של מעלה... אז איינער וואס איז א "מסרב" ער וויל נישט פאלגן וואס די דין תורה האט אים געהייסן, וועט ער נאך זיין שטארבען פארווארפען ווערן אין "כף הקלע", זייער א הארבע שטראף און וועט קיינמאל נישט קענען ארויסקומען פון דארט ח"ו....
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ספר אוצר ישראל ווערט געברענגט אז ווען דער הייליגער קאזשניצער מגיד זצ”ל איז אמאל געווען אין אפטא אויף די יארצייט פון זיין טאטע וועלכער ליגט אין אפטא, איז דער גאנצער שטאט געקומען צו לויפן צום גאסט מיט קוויטלעך און בקשות.
ווען דער אפטער רב זצ"ל איז געקומען באזוכען דעם גאסט וועלכער איז געליגן אין בעט צוליב זיין שוואכקייט, האט זיך דער אפטער רב אנגערופען, "איצט האט מען גארנישט אינזינען אלעס לויפט צו אייך", שפעטער זענען זיי געגאנגען דאווענען צוזאמען, נאכן דאווענען האט מען געפראוועט א סעודה לכבוד'ן גאסט. אינמיטן די סעודה האט זיך דער מגיד אנגערופען פאר'ן אפטער רב "דאכט זיך מיר אז איך האב היינט געזעהן אדם הראשון אין בית המדרש ווי ער רעדט צו אייך".
דערויף האט דער אפטער רב זצ”ל גענטפערט, ווען איך האב אנגעטוהן טלית ותפילין און איר זענט נאכנישט געווען אין ביהמ"ד איז מיר איינגעפאלען א געדאנק וויאזוי צו פארענטפערן אדם הראשון, דעריבער איז ער געקומען אפגעבן א יישר כח....
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א איד ווערט קיינמאל נישט פארפאלן דער הייליגער רבי יצחק נעשכיזער זצ"ל האט אמאל באזוכט אין די שטאט וולאדאווקא. פארנאכטס, ווען ער איז געווען ארומגענומען מיט עטליכע מקורבים, האט ער גענומען דערציילן ווי פאלגענד:

די מעשה האט פאסירט אין די שטאט אפטא. עס האט דארט געוואוינט א יונגערמאן א תלמיד חכם און בעל כשרונות, וועלכער האט געמוזט פארלאזן דאס לערנען און גיין האנדלען כדי צו ברענגען פרנסה. פלעגט ער ארומגיין אין די הייזער פון די פריצים, קויפן תבואה און דערפאר אנגעטראגן פארשידענע סחורות. און זייענדיג אן ארנטליכער מענטש, האט ער זיך איינגעקויפט נאמנות ביי די פריצנים און איז געווארן מיט זיי שטארק באפריינדעט.

די פריינטשאפט האט אבער געברענגט אויף אים אן אומגליק. צווישן די פריצים איז געווען איינער וואס האט געהאט א בת יחידה, און ער האט אים פירגעשלאגן ער זאל זי נעמען פאר א פרוי, און דערנאך וועט ער ירש'ענען זיין גאנצע פארמעגן. דער יונגערמאן האט נישט געקענט ביישטיין דעם גרויסן נסיון, און האט אנגענומען דעם פארשלאג. דורך דעם שרעקליכן שריט האט ער גענצליך פארלאזט דעם אידישן וועג, און האט זיך מיט די צייט גע'שמד'ט רח"ל. "רבי" - האט אים איינער פון זיי איבערגעהאקט "נישט ווייט פון דא האט אויך פאסירט אן ענליכע פאסירונג"...

די אנוועזנדע האבן אים אפגעשטילט און דער צדיק האט פארגעזעצט זיין דערציילונג:

שטעלט אייך פאר, א איד דערזעט זיך פלוצים געפאנגען אין די הענט פון די סטרא אחרא. נישט קיין תפילה, נישט קיין תפילין, נישט קיין שבת און נישט קיין יום טוב. נישט קיין ראש השנה און נישט קיין יום כיפור... נישט איינמאל האט ער געהאט הרהורי תשובה און האט זיך געוואלט אומקערן צום אידישן וועג, אבער די טירן פאר אים זענען געווען פארשלאסן. ווייל לויט די געזעצן אין יענע צייטן איז נישט געווען ערלויבט פאר א מומר ער זאל צוריק טוישן זיין רעליגיע. און אויך די וועלכע האבן אים געהאלפן דערצו האבן באקומען שווערע שטראפן. דאך האט ער עטליכע מאל פרובירט, אבער זיין פרוי די מרשעת האט אים שטארק נאכגעקוקט, און ווען זי האט דערזען אז ער האט עפעס א קשר צו אידן, פלעגט זי זיי פאר'מסר'ן פאר די רעגירונג, און זיי האבן געליטן גרויסע צרות.

דער אפטער רב איז געווען א גרויסער גאון און צדיק. איין נאכט ווען ער איז געזעסן און געלערנט, האט ער געהערט קלאפן אויף זיין טיר. ער גייט צו און עפנט די טיר, און צו זיין איבערראשונג האט ער דערזען פאר זיך דעם מומר וועלכער ברעכט אויס אין א געוויין און שרייט: "רבי, איך ווייל תשובה טאן, און זיך אומקערן צו אידישקייט"...

דער רב, וועלכער האט געוואוסט אז אסאך אידן האבן שוין טייער באצאלט פאר'ן פרובירן אים צו העלפן, האט ער אים אפילו נישט געוואלט אויסהערן און האט גלייך פארקלאפט די טיר פאר זיין נאז. אבער דער מומר האט נישט מוותר געווען. יעדע נאכט, ווען ביי אים אין פאלאץ איז שוין יעדער געשלאפן, איז ער געקומען צום רב און געוויינט ביטערלעך אז ער זיל אים העלפן. אבער דער רב האט בשום אופן נישט געוואלט רעדן צו אים.

איין נאכט האט דער רב פארלוירן זיין געדולד, און איז ארויס צו אים מיט זיין שטעקן, ער האט מיט איינמאל געעפנט די טיר און געשריגן צו אים: "גיי אוועק פון דא, אויב נישט וועל איך דיך באקלאפן מיט דעם שטעקן". דער מומר איז געבליבן דירט שטיין ווייס ווי די וואנט, און האט זיך נישט גערירט פון ארט. און דער רב האט צוגעגעבן: "ווען אויף דעם שטעקן וועט וואקסן קיין פירות, וועסטו קענען תשובה טוען" דער מומר האט זיך אויסגעדרייט און געטראכט צו זיך אז מער וועט ער שוין נישט קומען. דער רב דרייט זיך אויך אויס און וויל אריין אין שטוב, אבער פלוצים ווערט ער איבערראשט זעענדיג ווי אויפ'ן שטעקן האבן אויסגעשפריצט גרינע בלעטער און עס האט זיך אויך באוויזן דארט א פרי.

"קום צוריק!" שרייט דער רב צום מומר, נישט קענענדיג זיך בארואיגן פון דעם גרויסן וואונדער וויס ס'האט פאסירט. דער רב האט זיך אוועקגעזעצט מיט אים און האט אים אנגעהויבן צו לערנען דרכי תשובה. מ'קען זיך פארשטעלן וויאווי דער מומר האט אויסגעזען נאך אזא נאכט. זיין נשמה האט זיך גערייניגט, און ער האט זוכה געווען צו טון א תשובה שלימה.

צופרי ווען ער איז ארויס פון רב'ס הויז, און האט זיך געוואנדן צו זיין פאלאץ, האט ער פון דערווייטנס דערזען ווי גרויסע פלאמען פייער גייען ארויס פון זיין פאלאץ. אלעס וואס האט זיך דארט געפונען האט זיך פארברענט. ער האט איצט שוין געקענט עפענען א נייע בלעטל...

דער רבי האט פארענדיגט רי מעשה, און האט אויסגעפירט: "אין אמאליגע אידן האט מען געקענט באווייזן אזעלכע וואונדער, אבער היינט, קען דאס דען פאסירן?"

דער הייליגער נעשכיזער איז געבליבן שטיין א וויילע, און דערנאך צוגעגעבן: "און אפשר דאך? א גוטע נאכט"... צומארגנס האט מען זיך דערוואוסט אז יענע נאכט איז פארברענט געווארן א גרויסע פאלאץ נישט ווייט פון שטאט, און דער אייגנטומער, וועלכער איז געווען א איד וואס האט זיך ל"ע גע'שמד'ט, איז נישט געווען אינעווייניג, ווייל ער איז פונקט געווען ביים יריד. דער איד איז מער נישט צוריקגעקומען, ווייל ער האט זיך אומגעקערט צום אידישן וועג
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

...הרה"ק מאפלטא זי"ע איז אמאל געקומען צו הרה"ק ר"ר ברוך ממעזבוז ז"ל, האט אים ר"ר ברוך געפרעגט צי ער איז שוין אנגעקומען צום ריכטיגען שלימות? דערויף האט אים דער אפלטער רב ז"ל געענטפערט, ח"ו, "האם תמנו", דער וואס האט שוין געענדיגט מיט זיין ארבעט אויף די וועלט, "לגוע", דער קען שוין גיין פון די וועלט, ווייל ער האט שוין נישט וואס צו זוכען אויף די וועלט ווייל ער האט שוין געענדיגט.
(כתבי רמ"מ, ליקוטים, אות ס')
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער אפטער רב זי"ע האט געזאגט אז ווען א איד זאגט די ווערטער אשר גאלנו וגאל את אבותינו פסח ביינאכט און ער גלייבט מיט אמונה שלימה, קען ער שוין אויסגעלייזט ווערען פון אלע זיינע פריוואטע גלות'ן, סיי גאולת הנפש און סיי גאולת הגוף, ווייל פסח ביינאכט איז דער זמן הגאולה, מען דארף נאר זיין צוגעגרייט דערצו.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין די צייט פון הייליגען אפטער רב זי"ע האבן מענטשן גערעדט אז עס איז דא א קרעטשמער וואס זיצט א גאנצען טאג אין קרעטשמע, און פארקויפט וויין און ברוינפן פאר די שיכורים, און איו אויך א "בעל מופת", אלעס וואס ער וואונטשט אן ווערט מקוים... מענטשן האבן אנגעהויבן צו קומען צו אים נאך א ברכה. ווען דער אפטער רב האט עס געהערט האט ער זייער מורא געהאט אויב איז ער נישט מצד הקדושה. אפשר זענען זיינע כוחות פון כישוף וכדומה ד' ירחם. דערפאר איז ער אראפגעפארן צו יענעם דארף, כדי צו זעהן וויאזוי ער פירט זיך אויף.
דער אפטער רב איז ביי אים איינגעשטאנען צוויי טעג, און האט נישט געזען ביי אים קיין שום באזונדערס. ער איז נישט קיין "למדן", ער דאוונט ווי א פשוטעער איד, אוו פארקויפט ברוינפן. אבער ער האט דאך נישט געזען ביי אים קיין סימנים פוו די סטרא אחרא, ער טוט נישט קיין עבירות ח"ו. האט אים דער אפטער רב אריין גערופען אין א באזונדערע שטוב, און אים געזאגט: זאלסט וויסן אז איך בין דער אפטער רב, איך בין געקומען זעהן אין וואס פאר א זכות דו האסט זוכה געווען אז דיינע ברכות ווערן מקוים, אויב דו וועסט מיר זאגן איז גוט, און אז נישט וועסטו חרטה האבן.
האט דער איד געענטפערט: דער רבי זאל וויסן אז פון שטענדיג אן האב איך געהאט "בטחון" אין השי"ת, און איך האב מיך נישט געזארגט אויף קיין שום זאך. איין מאל האב איך פארלוירן מיין גאנץ פארמעגן, און איך בין געבליבן אן א פרוטה אז איך האב נישט געקענט מער קויפן קיין ברוינפן. האט מיין ווייב מיך געמוטשעט איך זאל גיין זוכען א שותף וואס קען איינלייגן דאס געלט, און אז דער באשעפער וועט העלפען וועט דאס געשעפט בליען, און עס וועט זיין גענוג פאר צוויי שותפים... איך האב איר אבער אפגעשטיפט פון איין טאג צום צווייטן, ביז איין טאג האט זי צו מיר ביטערליך געוויינט אן אויפהער, אז עס קען אזוי ווייטער נישט גיין, די קינדער ליידן הונגער און נויט, שוין עטליכע טעג וואס זיי האבן נישט געגעסן, איך מוז נאך היינט טרעפן א שותף... האב איך איר געפאלגט, און איך בין ארויס אויסער די שטאט און געזאגט: רבונו של עולם, איך וויל נישט האבן א מענטש פאר א שותף, איך וועל דיך באשעפער נעמען פאר א שותף... איך זאג דיר צו אז אזויפיל איך וועל פארדינען וועל איך דיר געבן העלפט....
איך בין אהיים געקומען און געזאגט פאר מיין ווייב, אז איך האב געטראפן א רייכען שותף. איך האב אנגעהויבן צו ארבעטען און עס איז אריין געקומען אן אויסער געווענטליכע ברכה, איך האב זייער שיין פארדינט, און איך האלט טאקע ווארט! יעדע וואך צוטייל איך דאס געלט פונקטליך העלפט אויף העלפט, מיין העלפט נעם איך פאר מיר, און מיין שותף'ס העלפט גיב איך פאר "צדקה"...! איך גלייב נישט פאר קיין שום מענטש, ווייל די גאנצע קרעטשמע איז א שותפות מיטן באשעפער, דערפאר שטיי איך אליין אינעם געשעפט פון אינדערפרי ביז ביינאכט, און איך לייג ערליך אוועק דאס געלט כדי מיר זאלן זיך פונקטליך צוטיילן. לעצטענס האבן עפעס מענטשן אנגעהויבן צו בעטן ביי מיר ברכות, איך וואונטש זיי אן און עס ווערט מקוים.
ווען דער אפטער רב האט דאס געהערט, האט ער אים געגעבן א קוש אויפן שטערן, און אים געזאגט: וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק, אזעלכע אידן זאלן זיך מערן אויף דער וועלט... עס קומט דיר טאקע אז דיינע ברכות זאלן מקוים ווערן ווייל די הלכה איז, אז וואס איין שותף האט געטוהן קען דער צווייטער שותף שוין נישט צוריקציען, דערפאר וואס דו וואונטשט אן מוז דיין שותף [השי"ת] מקיים זיין…
(שומר אמונים מאמר בטחון)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"החודש אשר ישועות בו מקיפות", זאגט דער אפטער רב זי"ע אז דער ווארט "מקיפות" איז א לשון פון בארגן, אז השי"ת טוט אונז אויס בארגן ישועות,
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער אפטער רב זצ"ל אאיז אמאהל געפארען פרייטאג אויף א וועג, און ער האט געדארפט אדורך פארן א וואלד, און אינמיטן וואלד איז זיין וואגן אריין געפארען אין א בלאטע און מען האט עס בשום אופן נישט געקענט ארויס שלעפען, ווען דער אפטער רב זצ"ל האט געזעהן אז עס ווערט שוין באלד שבת, האט ער זיך אנגערופען און אזוי געזאגט, רבש"ע איך ווייס גאנץ גוט אז די שיקסט מיר די צרות ווייל דו ווילסט אז איך זאל תשובה טוהן, אבער יעצט בין איך דא אין וואלד און איך בין פארזארגט ווייל עס איז שוין באלד שבת, ממילא האב איך נישט קיין קאפ תשובה צו טוהן, אין זאג אבער צו אז ווען אין וועל אהיים קומען בשלום, וועל איך תשובה טוהן מיטן גאנצען הארץ.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווען דער אפטער רב דער אוהב ישראל ז"ל איז געווען רב אין קאלבאסאוו איז ביי איהם פארגעקומען א דין תורה, די דיינים האבן געהאט גענומען שוחד דעריבער האבן זיי זיך אנגענומען פאר איין "זייט", אבער דער אפטער רב האט זיך שטארק געגנגעשטעלט און זיי אויפגעוויזן אז דער אנדערע זייט איז גערעכט.

די דיינים האבן געגעבן אן עצה פאר די מענטש וואס האט זיי משחד געווען, אז ער זאל אויך משחד זיין דעם רב, ווי אזוי מאכט מען עס, אזא גרויסע צדיק ווי אפטער רב וועט זיך דען לאזן? האבן זיי אויסגעטראפן א גוטע פלאן אז ער זאל אריינלייגן א גרויסע סכום מיט געלט אין איינע פון זיינע מלבושים, און דער בעל דין האט טאקע אזוי געטוען און קיינער האט דערפון נישט געוואוסט.

דעם אנדערן טאג ווען מ'האט ווייטער פארצויגן דעם דין תורה, האט דער אפטער רב געפילט אז ער ציהט אויך צו פסקענען ווי די דיינים, און ער וויל שוין נישט זאגן די טענות אקעגן די דיינים ווי נעכטן, האט ער באלד געזאגט אז ער וויל א אנדערע'ס מאל פארציהען דעם דין תורה, און דער אפטער רב האט זיך יענע נאכט נישט געקענט לייגן אין א בעט נאר יאמערליך געוויינט מיט בכיות און יללות, אז די באשעפער זאל אים דערלייכטן זיינע אויגן צו זעהן דעם אמת ביים דין, און אזוי ווי עס זענען אדורך געציילטע טעג, האט ער איינמאל אריינגעלייגט זיין האנט און עפעס א מלבוש, האט ער געטראפן אן אוצר פון געלט, און ער האט זיך זייער געוואונדערט דערויף, פון ווי קומט די געלט, ביז ער האט צוזאמגעשטעלט, מסתמא איז דאס די שוחד געלט וואס יענער האט געוואלט טוישן מיין דעת תורה, האט ער דאס געטוען אן מיין וויסען, און דאס איז געווען די סוד פארוואס עס האט מיך געצויגן צו פסקענען נישט ריכטיג ווי איך האב געהאלטן א טאג פריער.

פארשטייט זיך אז ער האט די געלט באלד צוריק געקערט צום בעל דין, און האט אויסגעפירט די דין תורה אזוי ווי ביים ערשטן מאל, און זיך נישט אוועק גערירט דערפון.

און דעמאלטס האט די אפטער רב געטייטשט - והיסחללוף דלהבארוי צחדלהיקהם - אפילו מ'איז ווייטער א צדיק, מ'האט נישט געזעהן קיין געלט פאר די אויגן, און מ'האט נישט געוואוסט דערפון, מיט דעם אלעם האט אויך אזא שוחד, א כח זיך אוועק בייגן פון די ריכטיגקייט פונעם דין.

(היכל הברכה פ' משפטים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי משה'לע סאווראנער'ס תורה
דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע האט אמאל געזאגט שבת פר' ויחי א תורה אויפן פסוק אנא שא נא פשע אחיך וחטאתם , וואס לויט דעם איז אויסגעקומען אז מ'טייטשט א ר"ת אויפן שם ה'.
ווען הרה"ק רבי משה סאווראנער זי"ע האט געהערט די תורה האט ער דאס אוועקגעמאכט ווייל מ'טייטשט נישט קיין דרושים אויף א "שם".
ווען דער אפטער רב האט געהערט אז ר' משה סאווראנער האט אוועקגעמאכט די תורה, איז ער זייער ברוגז געווארן אויף אים, ווייל די תורה פונעם הייליגן חוזה האט אים זייער געפאלן. האט ער גוזר געווען אז רבי משה סאווראנער זאל ח"ו נישט אויסלעבן דאס יאר ר"ל.
ווען רבי משה'לע האט דאס געהערט האט ער זיך זייער דערשראקן, און ער האט געשיקט שליחים צום אפטער רב, בעטן אז ער זאל אראפנעמען די גזירה, אבער דער אפטער רב האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט. עס זענען אזוי אריבערגעלאפן עטליכע חדשים, ביז ווען רבי משה'לע האט באשלאסן אז ער פארט אליין אריבער צום אפטער רב אים בארוהיגן, און ער איז אנגעקומען צו אים אין פר' נח, און ער האט אים געבעטן אז ער זאל צוריקציעהן די גזירה, דער אפטער רב האט נאך נישט געוואלט.
נאך לאנגע הפצרות האט דער אפטער רב געזאגט "דער חוזה האט געזאגט א תורה וואס איז מיר שטארק געפאלן, אויב איר קענט מיר זאגן א תורה וואס וועט מיר געפעלן, וועל איך צוריק ציעהן די גזירה.
האט רבי משה'לע דאן געזאגט די קומענדיגע וואונדערליכע תורה -

[כי מלאה הארץ "חמס" מפניהם:
ואמרו חז"ל (סנהדרין ק"ה) לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל. וקשה א"כ הי' לו להקרא לומר 'גזל' ולא חמס, דהא יש חילוק גדול בין גזל לחמס, דגזלן לא יהיב דמי וחמסן יהיב דמי.
וכן יש לדקדק בפסוק ט"ו לקמן, וזה אשר תעשה אותה, שלש מאות אמה אורך התיבה חמשים אמה רחבה ושלושים אמה קומתה וגו' ואל אמה תכלינה מלמעלה הא ידוע שהיו שם פילים וראמים גדולים, ורק בדרך נס החזיקו אותם התיבה שהי' מועט המחזיק את המרובה (עי' כלי יקר) ואם כן למה דוקא המידות הללו ג' מאות, חמשים, שלשים, ואמה אחת למעלה.
והענין הוא ידוע דכל הרעות מקורם מנחש הקדמוני וסמא"ל, והנה, תיבת נחש אינו כולו רע, אלא האות ח' שבאמצעו, כי צירף הקב"ה האות נ' (שישנה בשם אדנ"י) והאות ש' (שישנה בשם שד"י) להמתיק האות ח'.
ובזה יובן כל הענין שהקב"ה אומר כי מלאה הארץ חמס, האות ח' של נחש והאותיות מס' שבסמאל שהם כוחות הרע, ומזה מלאה הארץ.
ועל כן רמז לו הקב"ה לנח במידת התיבה שמעכשיו צריך להתגבר כח הטוב על הרע, וזה אשר תעשה את התיבה "שלש מאות אמה אורך התיבה", היינו הש' של נחש "וחמישים אמה רחבה" הנ' של נחש, ושלשים אמה קומתה הל' של סמא"ל "ואל אמה תכלנה מלמעלה" האמה האחת הא' של סמא"ל ]

- ווען דער אפטער רב האט געהערט די תורה האט ער זייער הנאה געהאט, און ער האט מבטל געווען די גזירה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

צום אפטער רב זי"ע איז געקומען א איד וואס האט געליטן פון "מרה שחורה" רח"ל, און געבעטן אז דער רבי זאל אים געבן א רפואה דערפאר. האט דער הייליגער אפטער רב זי"ע אים געהייסן ער זאל גיין אריין קוקן אין די חנוכה לעכט, ער האט טאקע אזוי געטאן, ער האט זיך גוט איינגעקוקט אין די ליכט ביז ער איז מיד געווארן און איז איינגעשלאפן. אינדערפרי איז ער אויפגעשטאנען לוסטיג לעבעדיג, געזונט אוןשטארק.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער אפטער רב הרה"ק בעל אוהב ישראל זי"ע האט דערציילט: איינמאל איז דער רבי ר' אלימלך ז"ל איינגעשטאנען ביי מיר און איך האב אים באשטימט א באזונדערען צומער, איינמאהל ווען איך בין צו אים אריין האב איך געזעהן ווי ער מאכט זיך א חשבון צו ער איז ראוי לעולם הבא און ער האט מיט זיך אויסגעשמועסט נפשי נפשי דו ביזט נישט ראוי צו קיין עולם הבא און ער האט דערביי אויסגערעכנט יעדע עבירה וואס ער האט געטראפען אויף זיך.
נאכדעם האט ער זיך געטרייסט אפילו דו ביסט נישט ראוי אבער הקב"ה מיט זיין גרויס גענאדע וועט דיר צוטיילן א טייל אויף יענער וועלט, אונזערע רבי'ס האבן דאך געזאגט (סוטה דף י"ד.) "הקב"ה קיים כל התורה וכו' ניחם אבלים ועשה שושבינות וגומלי צדקה", אויף יענער וועלט וואו ס'איז נישט דא קיין עסן און קיין טרונקען וואס פאר א צדקה איז דען שייך נאר דער אויבערשטער וועט טוהן צדקה מיט די וועלכע זענען נישט ראוי לעולם הבא, זיי עס געבן בתורת צדקה!
(ספה"ק שפתי צדיקים פ' לך, ד"ה ויחשבה לו לצדקה)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

היום!
היינט דער יאהרצייט
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ר' שמחה פאר די דערמאנונג, ווער זאגט נאך א ווארט פון אים שיהא שפשותיו דובבות?

אגב, איז דא היינט א רבי'ע גזע וועלכע זענען אייניקלעך פונעם אפטא רב? 'זינקוב' איז געווען פון די גזע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין וויליאמסבורג האבן זיך לעצטנס געעפענט 2 אפטא שוהלן!

איינער איז א זוהן פונעם אודוואריער דומ"ץ, איידעם פון הרב ווייס פון מאנטשעסטער

דער צווייטער ווייס איך נישט
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כתב יד קדשו פונעם הייליגן אפטער רב
אטעטשמענטס
CCבר (Medium).JPG
CCבר (Medium).JPG (72.01 KiB) געזען 9190 מאל
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער אפטער רב ליגט אינטער דעם בוים אין טבריה (א גאנצע מעשה מיט א חלום פונעם שמש פון חברה קדישה) און דארט איז דא א שטיין וואס מען צינד ליכט און לייגט קווייטליך דערביי
אטעטשמענטס
Photo_041008_001 (Medium).jpg
Photo_041008_001 (Medium).jpg (68.78 KiB) געזען 8788 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דאכט זיך מיר אז דער רבי זי"ע האט געלאכט פון דעם חלום מעשה
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

scy4851 האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז דער רבי זי"ע האט געלאכט פון דעם חלום מעשה
כ'האב אויך אזוי געהערט אבער זה היה דרכו בקודש כידוע
אבער אין מסעות ירושלים פון מונקאטשע רב, שטייט דארט אז דער מונקאטשע רב, האט זיך יא אינטרעסירט ווי דער פלאץ איז און ער האט עס פוקד געווען,
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כזעה יעצט אז אויפן שיף אויפן וועג קיין אר"י האט דער מונקאטשער רב אליינס דערציילט דער מעשה מיטן חלום און ער האט געבעטן אז ווען מען וועט זיין אין טבריה זאל מען אים דערמאנען דערוועגן
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

וועלעכע יאר איז ער געבוירען?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

החריף האט געשריבן:וועלעכע יאר איז ער געבוירען?

ב''ה
מעט''ר האדמו''ר מהראי''ה זצ''ל מקופיטשניצא שמעתי שבשנת תק''י
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

היינט איז די יארצייט...

כ"ק מרן אדמו"ר מטאהש שליט"א האט א בעקיטשע פון הייליגן אוהב ישראל, ער טוט עס אן הושענא רבא (זכיתי לראותה).
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”