רבי ישעי' הכהן רובין אב"ד מיהאליפאלווא - י"ז תשרי תרנ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי ישעי' הכהן רובין אב"ד מיהאליפאלווא - י"ז תשרי תרנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

(ערהאלטן דעם באשריייבונג - מאן דמוסיף יוסיף חיים)

הגאון רבי ישעיה הכהן רובין זצ"ל איז געבוירן צו זיין פאטער הגה"ק רבי מרדכי הכהן ז"ל און צו זיין מאמע הרבנית רבקה רובין אין די שטאט שאראש-פאטאק אין אונגארן, שוין אלס קינד האבן זיך אנגעזעהן אין אים סימני גדלות, זעענדיג אז ער וועט אויסוואקסן א גדול בישראל.
אלס בחור האט רבי ישעיה געלערנט קודם אין די בארימטע פרעשבורגער ישיבה ביים הייליגען כתב סופר זצ"ל און נאכדעם אין אונגוואר אין די ישיבה פון הגאון רבי חיים צבי מאנהיימער זצ"ל בעמח"ס עין הבדולח.
נאך די חתונה מיט הרבנית פרומט רחל ב"ר פנחס אב"ד קענדעריעש, איז ער געבליבען זיצן על התורה והעבודה אין וואס ער האט עוסק געווען בקדושה וטהרה, רבי ישעי' איז געווען באקאנט אלס א גרויסער גאון, ער פלעגט זיך שרייבען שו"ת מיט די גרעסטע גדולים בימיו, ווי דער הייליגער מהר"ם שיק פון חוסט און דער מהריא"צ פון מארגארעטין זצ"ל.
אין יאר תרכ"ב האט מען אויפגענומען רבי ישעיה פאר רב אין די שטאט בעלעניעש, און שפעטער מיט זיבן יאר אין שנת תרכ"ט איז ער אריבער קיין מיהאיליפאלווא (געליינט: מיהאיפאלווא) אנצונעמען די דארטיגע רבנות, וואו ער האט געפירט דאס רבנות מיט א שטארקען כח, דער רב פלעגט שטארק מעורר זיין די אידן אין מיהאיפאלווא זיך צו האלטן מקושר צו צדיקי הדור, ער אליינס איז געווען דבוק ומקושר צום הייליגען צאנזער רב זצ"ל און נאך די פטירה פונעם דברי חיים זצ"ל, איז ער געווארן א שטארקער חסיד פונעם מיטעלען בעלזער רב הגה"ק רבי יהושע זצ"ל.
אזוי אויך איז דער מיהאיפאלווא רב געווען מקושר לבית רבותיו עצי התמרים זי"ע, ווען דער הייליגער קדושת יו"ט זצ"ל האט געהאט אויסצושטיין רדיפות אין די שטאט סיגוט, איז דער מיהאליפאלווא רב ז"ל געקומען צו הילף פארן קדושת יו"ט, ווען ער האט אפגעשריבען א מכתב פיל מיט חיזוק פארן סיגוטער רב, און א באזונדערע בריוו פאר די ראשי הקהלה פון סיגוט, אכטונג צו געבן בכבודו פון זייער רב, די בריווען זענען געדרוקט אינעם ספר מחלמת מצוה (דף י"ח).
דער רב האט פארלוירן זיין אשת נעורים גאר פרי, ווען אין יאר תרכ"ז זייענדיג רב אין בעלעניעש איז די רביצין הרבנית פרומט רח"ל ב"ר פנחס נפטר געווארן אין טאג כ"ח אדר א' זי ליגט אין די שטאט בעלעניעש, דעמאלס האט דער מיהאליפאלווא רב חתונה געהאט מיט די צווייטע רביצין הרבנית הינדא לאה ב"ר יצחק, זי האט זוכה געווען צו אריכות ימים, זי האט נאך געלעבט אסאך יארן נאך די פטירה פון איר גרויסן מאן, זי איז נפטר געווארן אין טאג ג' סיון שנת תרפ"ז.
רבי ישעי' הכהן רובין האט געהאט א יחוס בריוו אלס א כהן מיוחס, ביז ארויף צום הייליגען ש"ך ז"ל ולמעלה בקודש, דער זון רבי יהודה שרייבט אז ער פלעגט זיך פירען מיט א מורא'דיגע פרישות, מיט אסאך תעניתים וסיגופים, א גאנצע וואך פלעגט ער זיך נישט אריינלייגן אין קיין בעט, אזוי האט ער אויסגענוצט זיינע טעג בקדושה עילאה.
דעם ערשטן טאג חול המועד סוכות י"ז תשרי פון יאר תרנ"א איז דער גרויסער גאון וצדיק, מרן רבי ישעיה הכהן רובין זצ"ל נפטר געווארן, ער איז געקומען למנוחות אויפן ביה"ח אין די שטאט מיהאיפאלווא דארט וואו ער האט אזוי געטריי משמש געווען ברבנות פאר די לעצטע אריבער צוואנציג יאר פון זיין לעבן, אויף זיין פלאץ אין מיהאיפאלווא האט מען אויפגענומען פאר רב דעם גאון רבי משה יוחנן שעהנפעלד זצ"ל וועלכער איז געווען אן אייניקל פון הייליגען בני יששכר זצ"ל.
דער זון פונעם מיהאליפאלווא רב זצ"ל, רבי יהודה הכהן רובין איז אויפגענומען געווארן פאר ראב"ד אין מיהאיפאלווא, שפעטער איז ער אריבער קיין פאריז צו דינען אלס רב און מורה צדק פאר די ארטיגע קהלה 'תפארת ישראל'.
עס איז געבליבען פונעם רב אסאך כתבים מיט חידושי תורה און שו"ת אויף פארשידענע ענינים, ליידער האט מען די ספרים נישט געהאט געדרוקט פאר די קריג, און גאר אסאך פון די כתבים זענען פארלוירן געגאנגען דורכאויס די ביטערע מלחמה יארן, נאך די קריג האבן עטליכע אייניקלעך צאמגענומען פון די כתבים וואס מען האט יא אפירגעטראפן, און דערפון האט מען געדרוקט דעם ספר עטרת ישעיה אויף סוגיות הש"ס.
דער מיהאיפאלווא רב האט איבערגעלאזט א ברייט פארצווייגטע משפחה, פאלגענד איז א ליסטע פון די קינדער פונעם זיידן זצ"ל:
1. רבי יהודה הכהן רובין תלמיד הגאון בעל שבט ספר זצ"ל מפרעשבורג ומרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט מסיגוט, ער איז קודם געווען דער ראב"ד מיהאיפאלווא דערנאך איז ער געווארן רב ומו"ץ בעיר פאריז הבירה, ער האט מחבר געווען דעם ספר קול יהודה. (איינע פון די קינדער פון רבי יהודה רובין, איז געווען רבי ישעי' הכהן רובין, פאטער פון ר' משה חיים הכהן רובין ז"ל פון וומ"ס)
2. הרבנית רבקה אשת הרה"ג רבי שמעון פאללאק אב"ד בעלעניעש בעמח"ס שם משמעון
3. ר' דוד הכהן רובין מסאטמאר
4. ר' חיים צבי הכהן רובין מבעסערמין
5. ר' יצחק הכהן רובין
6. ר' שלום הכהן רובין
7. ר' יעקב דוב הכהן רובין
8. ר' חיים יוסף הכהן רובין
9. מרת בריינדל
10. הבחור מרדכי הכהן רובין
11. מרת סערל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבה פון הרבנית פרומט רחל אשת (בזוו"ר) רבי ישעי' הכהן רובין ממיהאליפאלווא - זי ליגט אין בעלעניעש
אטעטשמענטס
פרומט רחל.jpg
galitzyana
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 01, 2013 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך galitzyana »

Any ieniklich living today
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

galitzyana האט געשריבן:Any ieniklich living today


אסאך איייניקלעך, אין סאטמאר האבן מיר דאך דערמאנט די משפחה פון ר' משה חיים הכהן רובין ע"ה, אבער עס איז נאך דא אסאך אנדערע, זעה דא בספרו עטרת ישעיה:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?144885&

-

ספרי צאצאי רבי ישעי' ממיהאיפאלווא

שם משמעון לחתנו הג"ר שמעון פאללאק אב"ד בעלעניעש:
http://www.hebrewbooks.org/425
אויף דף 5 פון ה"ב ווערן אויסעגרעכנט זיינע קינדער

קול יהודה לרבי יהודה הכהן רובין ממה"פ ופאריז:
http://www.hebrewbooks.org/34808

ויקהל משה לר' משה אהרן רובין מסאטמאר בנו של ר' יהודה רובין ממה"פ:
http://www.hebrewbooks.org/33566

קול יהודה מרמ"א הנ"ל:
http://www.hebrewbooks.org/37740
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דאכט זיך אז די שאפראנער זענען אויך אייניקלעך, די רעבעצין ע"ה איז געווען א רובין.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לכאורה האט געשריבן:דאכט זיך אז די שאפראנער זענען אויך אייניקלעך, די רעבעצין ע"ה איז געווען א רובין.

דער שווער פונעם שאפראנער רב איז טאקע געווען ר' פנחס הכהן רובין, אבער דאס איז נישט קיין קינד/אייניקל פון רבי ישעיה, אפשר א משפחה.

מציבת הרבנית משאפראן
בילד
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נישט אפשר, נאר זיכער. זאל הרב בן בוזי אדער הרב ווילוויסן אדער א צווייטער איבערנעמען די מייק.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ר' פנחס הכהן רובין חותנו של הגאון משאפראן, הוא בן ר' יחיאל מיכל בן ר' שאול הכהן אחי ר' ישעי' הכהן רובין ממיהאליפאלווא בני ר' מרדכי רובין.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווילוויסן האט געשריבן:ר' פנחס הכהן רובין חותנו של הגאון משאפראן, הוא בן ר' יחיאל מיכל בן ר' שאול הכהן אחי ר' ישעי' הכהן רובין ממיהאליפאלווא בני ר' מרדכי רובין.

יישר-כח

און ר' מרדכי אביהם היה בנו של ר' פנחס סאמאטארער?
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ר' מרדכי'ס טאטע האט געהייסן ר' צבי. איך האב געזען זיין מצבה.
ר' שאול איז דאכט זיך געווען א איידעם ביי ר' פנחס סאמעטער אין איין זיווג.
די רובינס זענען ש"ך אייניקלעך, און די סאמעטער-ראפאפארט זענען סמיכת חכמים אייניקלעך.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

מציבת הגאון ר' ישעי' הכהן
אטעטשמענטס
ישעי הכהן רובין.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווילוויסן האט געשריבן:ר' מרדכי'ס טאטע האט געהייסן ר' צבי. איך האב געזען זיין מצבה.
ר' שאול איז דאכט זיך געווען א איידעם ביי ר' פנחס סאמעטער אין איין זיווג.
די רובינס זענען ש"ך אייניקלעך, און די סאמעטער-ראפאפארט זענען סמיכת חכמים אייניקלעך.

גערעכט! אזוי שטייט אינעם ספר עטרת ישעיה שלינקקתי לעיל.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

אה גוט, איך בין נישט געווען זיכער, ווייל איך געדענק אז ס'איז דא אייניקלעך פון ר' שאול'ס רבצין, וואס זיי זענען ר' פנחס סאמעטער'ס אייניקלעך אבער נישט קיין רובינס.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

אין דעם עטרת ישעי' וואס מיללער האט געלינקט, שרייבן די נכדי המחבר אז זייער פאטער ר' יצחק הכהן רובין בן ר' ישעי' ממיהאליפאלווא איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף חיים ב"ר יחיאל מיכל הכהן רובין נכד ר' פנחס סאמאטער.
זיי שרייבן נישט וויאזוי ר' מיכל איז א סאמאטער אייניקל און נישט שם אביו של ר' יחיאל מיכל. אבער דאס דארף צו זיין ר' יחיאל מיכל [אבי ר' פנחס הנ"ל חותנו של הרב משאפראן] ב"ר שאול שהי' חתן ר' פנחס סאמאטער.
קומט אויס אז ר' יצחק איז געווארן אן איידעם ביי א זון פון זיין פוירסט קאזין.
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

מצבה פון ר' מרדכי הכהן רובין (פאטער פון ר' ישעי') בן ר' צבי
אטעטשמענטס
MordechaiRubin.jpg
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ספר עם חתימתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

וחותמת שלו ועוד
אטעטשמענטס
rubin nihafolva2.jpg
rubin shaya.jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

טת הביה"ח של ק"ק מיהאליפאלווא:
http://kehilalinks.jewishgen.org/Valea_ ... igious.htm

מצבת הרבנית (בזוו"ש) הינדא לאה אשת רבי ישעי' הכן כ"ץ-רובין

בילד
שיף
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיף »

הידוע איך יחוסו לבעל הש"ך זצ"ל??
שיף
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיף »

ע"פ מגליו"ח אחד, היה נכד רבי שבתי הכהן [רובין כ"ץ] אב"ד דאהלינאב נכד הש"ך
האם נמצא זכרו בעוד מקומות??
ביליצר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2016 6:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביליצר »

אין דעם עטרת ישעי' וואס מיללער האט געלינקט, שרייבן די נכדי המחבר אז זייער פאטער ר' יצחק הכהן רובין בן ר' ישעי' ממיהאליפאלווא איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף חיים ב"ר יחיאל מיכל הכהן רובין נכד ר' פנחס סאמאטער.

איינער קען איינקלך פון רב יצחק בן רב ישעיה??
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

שיף האט געשריבן:ע"פ מגליו"ח אחד, היה נכד רבי שבתי הכהן [רובין כ"ץ] אב"ד דאהלינאב נכד הש"ך
האם נמצא זכרו בעוד מקומות??


איזה מגליו"ח אחד?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שיף האט געשריבן:ע"פ מגליו"ח אחד, היה נכד רבי שבתי הכהן [רובין כ"ץ] אב"ד דאהלינאב נכד הש"ך
האם נמצא זכרו בעוד מקומות??


ר' ישעי' בן ר' מרדכי הכהן רובין, בן ר' צבי בן הג"ר יהודא (לייב) הכהן מווילנא בן הג"ר שבתי הכהן אב"ד דולינוב בן הג"ר שמשון כ"ץ-רובין בן הג"ר משה כ"ץ ר"מ פודפיץ בן רבינו שבתי הכהן זי"ע הש"ך.
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

אויפריכטיג האט געשריבן:
שיף האט געשריבן:ע"פ מגליו"ח אחד, היה נכד רבי שבתי הכהן [רובין כ"ץ] אב"ד דאהלינאב נכד הש"ך
האם נמצא זכרו בעוד מקומות??


ר' ישעי' בן ר' מרדכי הכהן רובין, בן ר' צבי בן הג"ר יהודא (לייב) הכהן מווילנא בן הג"ר שבתי הכהן אב"ד דולינוב בן הג"ר שמשון כ"ץ-רובין בן הג"ר משה כ"ץ ר"מ פודפיץ בן רבינו שבתי הכהן זי"ע הש"ך.


שכח ר' אויפריכטיג, האט מיר אסאך געהאלפן.
אויב מעגליך ביטע האט איר א מקור? שטייטצעך חוץ Geni
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

פויגל מילך האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:
שיף האט געשריבן:ע"פ מגליו"ח אחד, היה נכד רבי שבתי הכהן [רובין כ"ץ] אב"ד דאהלינאב נכד הש"ך
האם נמצא זכרו בעוד מקומות??


ר' ישעי' בן ר' מרדכי הכהן רובין, בן ר' צבי בן הג"ר יהודא (לייב) הכהן מווילנא בן הג"ר שבתי הכהן אב"ד דולינוב בן הג"ר שמשון כ"ץ-רובין בן הג"ר משה כ"ץ ר"מ פודפיץ בן רבינו שבתי הכהן זי"ע הש"ך.


שכח ר' אויפריכטיג, האט מיר אסאך געהאלפן.
אויב מעגליך ביטע האט איר א מקור? שטייטצעך חוץ Geni


דאס קומט פון קובץ 'בית אהרן וישראל' וואס אן אייניקל האט מקבל געווען פון עפעס א עלטערן יוד מיטן נאמען אויערבאך פון בני ברק
די צאל פון די דורות וואס פעלט פונעם מגילת יוחסין שטימט! (עיין בהקדמה לעטרת ישעיה) אבער לויט וויפיל איך האב גענישטערט איז נישטא קיין שום מוצא ומקור פאר די אלע נעמען, נישט זיכער פון וואו דער אויערבאך האט דאס ערווישט (צו ערפינדן)

ראיתי במגילת יוחסין (שנכתבה בתשמ״ז ע״י ר׳ שלום חיים שמואל אויערבך נ״י) שמופיעה שם שולשלת זו: להג״ר משה כ״ץ בן הש״ך היה בן בשם ר׳ שמשון כ״ץ רובין, ולו בן בשם הג״ר שבתי הכהן רובין אב״ד דולהינוב [עיר בבילורוסיה, סמוכה למינסק] ולו בן בשם הג״ר יהודה ליב הכהן רובין
רבינו הש''ך.pdf
(50.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 148 מאל
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווילוויסן האט געשריבן:ר' מרדכי'ס טאטע האט געהייסן ר' צבי. איך האב געזען זיין מצבה.
ר' שאול איז דאכט זיך געווען א איידעם ביי ר' פנחס סאמעטער אין איין זיווג.
די רובינס זענען ש"ך אייניקלעך, און די סאמעטער-ראפאפארט זענען סמיכת חכמים אייניקלעך.

משפחת סאמעטער זענען אייניקלעך פונעם סמיכת חכמים בן אחר בן?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”