אלי ביער - אלבום

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חסד שבמלכות
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד שבמלכות »

מיין אפשאצונג אויפן טעיפ

דער פריוויאו הייבט זיך אן, ס'הערט זיך ווי איינע פון די בני חם זינגט מלך העולם, פון דארט פארט א ניגון מיט אזא שיינע געבעט ולא יבושו עמי לעולם (זינג נישט ווי א שחור וועסטיך נישט האבן וואס צו שעמען), נעקסט קומט זה ה' קוינו לו טאקע נישט ווי א שחור געזינגען, אבער .... ווייטער א ניגון נפשינו חכתה לה' אקעי דאס קוקט שוין אויס א טראפ נארמאלער, אפס עפעס זינגט מען יעצט אין עפעס א שפראך וואס איך ווייס נישט אויב ס'איז די זעלבע ווי נפשינו צו עפעס אנדערש, שוין, מן הסתם א תנועה פון עפעס א שווארצן פאסטאך, דערנאך נאך עפעס א תנועה כאפ איך נישט די ווערטער, אקעי יעצט קומט שוין דער באוואוסטער ויהיו רחמיך נו דאס איז דאך טאקע שיין מלא געגועין, אבער דא האקט אריין א פייפעריי און ער בעט זיך ווידער אל תשליכנו מלפניך

הער מיך אויס, קענסטו זינגען נארמאל איז אל תשליכנו, וועל איך דיר נישט אוועקווארפן, האסט געמאכט אזא שיינעם ויהיו רחמיך, איז דאס די ס"ה וואס מ'קען זיך ערלויבן פאר חסיד'ישע אידן?, ווייל די איבריגע קוקט אויס אז ס'איז בעיקר געצילט פאר די שווארצע קויפערס, אדער אפשר זענען די שווארצע זינגערס ביליגער, און מיר גייט נישט אריין אין קאפ ווי מ'קען דא באזינגען און באלויבן אזא טעיפ וואס האט זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון די אלע בעלי מזמרים וואס מ'הערט ארויסבאמבענען פון די סטיריא'ס אין די הענט פון די שווארצע כאלערעס אין א הייסן זומער'דיגן טאג אינמיטן מאנהעטן

#די מיינונג פון אמווייניגסטן'ס איין מאן, פה אייוועלט
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

חסד שבמלכות, יעדער איז בארעכטיגט צו האבן זיין אייגן מיינונג אבער לפי דעתי הקלושה איז אזא אלבוים שוין לאנג נישט ערשינען. און ספעיצעל אין אן עפאכע וואס אלבוים'ס שווימען ארויס יעדען צווייטען טאג ווי שוועמלעך נאך א רעגן דארף אזא אלבוים ארויס דערהויבן ווערן.

אן אלבוים מלא חידושים נישט קיין אלטע אויסגעדראשענע תנועות וואס קריכט פון די אויערן, אזא ניגון ווי ולא יבוש, יהי חסדיך, מיילעך'ס ניגון דאס זענען בריליאנטן פון וואס אנדערע קענען זיך פארשטעקן. די מוזיק איז אויך עפעס וואס מען זעהט נישט יעדן טאג.

און דאס וואס דו זאגסט אז עס איז גוי'ש, יש לך פוינט, אבער נישט יעדע זאך וואס מען איז נישט געוואוינט ווערט גוי'ש. דאס איז סך הכל קאנטרי סטייל און מ'דארף האבן א געפיל דערצו.

לעניות דעתי גייט דאס אריין אונעם קאטעגאריע פון די געלונגענסטע טאלאנטספולע אלבוים'ס פון די לעצטע פאר יאר, צוזאמען מיט אידיש נחת' 'דוד ושלמה' 'כסיפים' 'דאס פינטעלע איד'.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

זכאי האט געשריבן:און דאס וואס דו זאגסט אז עס איז גוי'ש, יש לך פוינט, אבער נישט יעדע זאך וואס מען איז נישט געוואוינט ווערט גוי'ש. דאס איז סך הכל קאנטרי סטייל און מ'דארף האבן א געפיל דערצו.

:roll:
הק' איש ימיני
חסד שבמלכות
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד שבמלכות »

זכאי האט געשריבן:חסד שבמלכות, יעדער איז בארעכטיגט צו האבן זיין אייגן מיינונג אבער לפי דעתי הקלושה איז אזא אלבוים שוין לאנג נישט ערשינען. און ספעיצעל אין אן עפאכע וואס אלבוים'ס שווימען ארויס יעדען צווייטען טאג ווי שוועמלעך נאך א רעגן דארף אזא אלבוים ארויס דערהויבן ווערן.

אן אלבוים מלא חידושים נישט קיין אלטע אויסגעדראשענע תנועות וואס קריכט פון די אויערן, אזא ניגון ווי ולא יבוש, יהי חסדיך, מיילעך'ס ניגון דאס זענען בריליאנטן פון וואס אנדערע קענען זיך פארשטעקן. די מוזיק איז אויך עפעס וואס מען זעהט נישט יעדן טאג.

טאקע מלא חידושים, חידושים וואס האבן נאר געקענט ערשינען אין תש15, ווייל פאר צען יאר צוריק וואלט מען זיך געשעמט צו שרייבן דערפון, און ב"ה אז די מוזיק איז אויך עפעס וואס מען זעהט נישט יעדן טאג.

און דאס וואס דו זאגסט אז עס איז גוי'ש, יש לך פוינט, אבער נישט יעדע זאך וואס מען איז נישט געוואוינט ווערט גוי'ש. דאס איז סך הכל קאנטרי סטייל און מ'דארף האבן א געפיל דערצו.

וויי וועט זיין פאר מיר אז איך וועל האבן א געפיל דערצו, און וויי פאר דעם וואס זעט אין דעם שיינקייט, איך ווייס נישט וואס מיינט 'קאנטרי סטייל' אויב מיינט עס די פראבלעמען פון קאנטרי הידועים דעמאלטס איז עס דער ריכטיגער נאמען, ווייל דזשעז מיט יענע פראבלעמען זענען נאנטע קאזינס

לעניות דעתי גייט דאס אריין אונעם קאטעגאריע פון די געלונגענסטע טאלאנטספולע אלבוים'ס פון די לעצטע פאר יאר, צוזאמען מיט אידיש נחת' 'דוד ושלמה' 'כסיפים' 'דאס פינטעלע איד'.

נאך א ווארט אויב ווילסטו מיר הערן, איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואס קיין איין טעיפ איז נישט געווען אסור, איך האב בילדותי געהערט מב"ד מיט אברהם פריעד מיט אלע חברה, ממילא קלער נישט אז איך בין נעראו מיינדעד און איך קען נישט דעם פעלד רויס פון די באקס, דוד ושלמה מיט פינטעלע איד האב איך נישט געהערט, אבער כיסופין יא, און טו מיר א טובה פארגלייך דאס נישט צו כיסופין
דער טעיפ שרייט פון זיך: שחורה אני!, און ס'איז נאך ונאוה אויך? פעך פאר אזא שיינקייט
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ווי געשריבן לכתחילה, נישט יעדעם וועט דאס געפעלן. ער מישט צוזאם צוויי באזונדערע סטיילס אין איין סידי. פארט קען מען נישט אוועקמאכן די 5 הערליכע ניגונים וואס די סידי פארמאגט, צוליב די 2-3 ניגונים וואס הערן זיך נישט היימיש. און איך האב הנאה געהאט ביז אהער אז דער עולם האט ארויסגענומען די גוטע חלקים.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

איך בין געבליבן סטאק מיט מבד און אברהם פריעד, איך הער זיי נאך עד היום מיט זייערע אלטע טעיפס,

אבער איך מוז זאגן אז די סטייל וואס די היינטיגע אונטער 20 יעריגע האבן ליעב, האט זיך דראסטיש געביטן, און מ'טוט זאכן וואס מ'האט זיך אמאל נישט געוואגט.

איך פלעג נישט הערן מרדכי'ס ניגונים אין די ספאנישע גראסעריס, היינט הער איך דארט ה' מלך ה' מלך אויף ספאניש....

איך גיי נישט אריין אין די סוגיא פון נעמען א ניגון פון א גויאישע פלאץ צו ס'איז אויסגעהאלטן אדער נישט, דאס האבן די אמאליגע מחברים געטוהן (עיין ערך אידן אידן קומט צו גיין), אבער די "סטייל" וואס האט אמאל אין ערגסטן פאל רעפרעזינטירט אביסל קילשאפט (און אפשר צעלאזנקייט), האט זיך געטוישט ביי אסאך ניגונים צו שחורישע, נידעריג שבנידעריג סארט סטיילס, עפעס וואס שמעקט זייער נישט אידישליך,

גלייבטס מיר איך בין בכלל נישט קיין פרומער, אבער צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

אז מען רעדט שוין יא, מעג איך אויך ארויסגעבן מיין ווייטאג.

לעצטענס איז געווארן א סטייל ביי די מנגנים אז... יא פראסט און פשוט זיי זינגען אויף עברית... ליידער... אזעלעכע ווי די אלבז"ס און נאך. טאקע עס איז געווען א מהומה ווען מען האט געהייסן דעם קליינעם טסה זינגען עברית,אבער ליידער האט זיך אפגעשטעלט די מערכה.


געט מיי פאוינט? ליבסט נישט? דאן הער נישט. גלייכסט נישט? לעז נישט.
ער זינגט נישט פאר דיר. קויף נישט דעם סידי און מאך נישט קיין קאפיס.
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

סמארט גאי האט געשריבן:איך בין געבליבן סטאק מיט מבד און אברהם פריעד, איך הער זיי נאך עד היום מיט זייערע אלטע טעיפס,

אבער איך מוז זאגן אז די סטייל וואס די היינטיגע אונטער 20 יעריגע האבן ליעב, האט זיך דראסטיש געביטן, און מ'טוט זאכן וואס מ'האט זיך אמאל נישט געוואגט.

איך פלעג נישט הערן מרדכי'ס ניגונים אין די ספאנישע גראסעריס, היינט הער איך דארט ה' מלך ה' מלך אויף ספאניש....

איך גיי נישט אריין אין די סוגיא פון נעמען א ניגון פון א גויאישע פלאץ צו ס'איז אויסגעהאלטן אדער נישט, דאס האבן די אמאליגע מחברים געטוהן (עיין ערך אידן אידן קומט צו גיין), אבער די "סטייל" וואס האט אמאל אין ערגסטן פאל רעפרעזינטירט אביסל קילשאפט (און אפשר צעלאזנקייט), האט זיך געטוישט ביי אסאך ניגונים צו שחורישע, נידעריג שבנידעריג סארט סטיילס, עפעס וואס שמעקט זייער נישט אידישליך,

גלייבטס מיר איך בין בכלל נישט קיין פרומער, אבער צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין,

דאכט זיך, אז דער גוי האט דעמאלט אויך געזינגען אנדערש ווי היינט, און אינזערע טאטעס האבן אונז נישט געקענט פארשטיין וואזוי אונז האב מיר ליב יענע מוזיק, וואס איז יענע צייטן געווען גויאיש.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

אויף וועלכע סייט איז דא די מעגליכקייט צו קויפן איינצעלנע ניגונים פונעם אלבום?

א דאנק
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

צום זאך האט געשריבן:אויף וועלכע סייט איז דא די מעגליכקייט צו קויפן איינצעלנע ניגונים פונעם אלבום?

א דאנק

iTunes
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

שלך לחמך האט געשריבן:
צום זאך האט געשריבן:אויף וועלכע סייט איז דא די מעגליכקייט צו קויפן איינצעלנע ניגונים פונעם אלבום?

א דאנק

iTunes

לינק ביטע.
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

ייש"כ
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”