שלום עליכם אויף אידיש

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

שלום עליכם אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א אלטע שיינע אידישע ניגון


שלום עליכם .....
ווען א יוד קומט פרייטאג צונאכט'ס פון שול צו גיין
באגלייטן איהם צוויי מלאכים ביזן שטוב אריין
ער נעמט זיך זינגען ווארעם - מיט א ניגון א זיסן
שלום עליכם - די מלאכים צו באגריסן
שלום עליכם - הייליגע מלאכים
די שליחים פון מלך, מלכי המלאכים

בואכם לשלום ....
מה טוב ומה נעים, ברוכים הבאים - בשם השם
מלאכי אלוקים - קוק'טס ארום -
ווי שיין איז א יודיש היים
בואכם לשלום - אין די יודישע אוהלים
די קדושה, איז דאך - יעדען דערקענט
א יעדער זיצט ארום די טיש
מיט'ן שבת לבוש
ס'איז גרייט די וויין און חלות
און די ליכט עס ברענט
ברכינו לשלום ....
עס זיצן ביים טיש - די גאנצע משפחה
און מיר בעטן די מלאכים - זאלן אונז געבן א ברכה
דער מלאך טוב, ווינשט אהן
ס'זאל ווייטער זיין אזוי שיין
יהי רצון שתהא לשבת הבאה כן
און דער מלאך רע - צו ער וויל יא צו ניין
בעל כרחו יענה אמן

צאתכם לשלום ....
ברוך אתה בבואך - ברוך אתה בצאתך
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
מיר ווינטשען בהאי שעתא
צאתכם לשלום מעתה
ועד עולם אמן סלה
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך האב עס געהערט דאכצעכמער אויפן טעיפ "עתיקא קדישא" וואס ירמי' דמן האט ארויסגעגעבן אויף שבת'דיגע זמירות (חלק א')

עס קומט - מיין איך - פון אדמו"ר מ'סקולען זי"ע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מיר ליגט אין קאפ אז איך האב עס געהערט אויף א אלטע טעיפ זמירות ישראל עס איז געקומען מיט א זמירותל און נאכדעים האב איך עס געהערט עטליכע מאל פון זינגערס אין חזנים
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דעיס מאכט מער סענס, ווייל איך געדענק דעי ניגון פון ערגעץ, אבער נישט אויף עתיקא,

זיידעניו, מיר ווילן הערן נאך אביסל פון דער אלטער היים, שכוח א מיליאן!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

איך האב עם זמירות ישראל ניגון אויפן פיוטער.
דער ניגון איז פיל פיל לענגער. עס פעלט דא גאנצע חתיכות
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נו, אפשר לייגסטו עס ארויף מיר זאלן הנאה האבן, אויב איז נישט צו שווער שטייט זיך.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר ליגט עס אין קאפ מיטן געזאנג פון ר' אביש בראדט
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

כ'האב אמאל געהערט א טעיפ פון דעם לעגענדארער פייטן אין טיפער בעל תפילה ר' דוד בוים ז"ל ווי ער זינגט עס. אבער ער מאכט א הקדמה בעפאר.

אין זיין הקדמה זאגט ער.
ער האט עס געהערט פון דעם פארפאסער, דאס איז זיינס א שוואגער. בעפאר די צווייטע וועלט קריג. אין ער זינגט עס (אפשר) אביסל ענליך צו דעם אויבן דערמאנטן גראם..
ער פירט אויס, אז ס'איז היינט ציטאג דא אסאך נסחאות דערין, אבער "וכל המשנה ידו על התחתונה".


דיכט זיך אז ער הייבט אן:
ווען דאס אידעלע קומט פרייטוג צו נאכט פון דעם שוהל אהיים.
באגלייטן אים צווי מלאכים ביז אין שטוב אריין.
דער מלאך טוב ווינטשט אים אן לשבת הבא כן.
אין דער מלאך רע מוז בעל כרחו נאכזאגן אמן.

אבער דאס איז נאר די פיזמון, ס'איז א גאר לאנגע ניגון.

אין אויף עתיקא קדישא זינגט עס טאקע ירמי' דאמען, אבער אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער.

(מעיגליך אז איך רעד פון עפעס אנדערשט..)
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

salads האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט א טעיפ פון דעם לעגענדארער פייטן אין טיפער בעל תפילה ר' דוד בוים ז"ל ווי ער זינגט עס. אבער ער מאכט א הקדמה בעפאר.

אין זיין הקדמה זאגט ער.
ער האט עס געהערט פון דעם פארפאסער, דאס איז זיינס א שוואגער. בעפאר די צווייטע וועלט קריג. אין ער זינגט עס (אפשר) אביסל ענליך צו דעם אויבן דערמאנטן גראם..
ער פירט אויס, אז ס'איז היינט ציטאג דא אסאך נסחאות דערין, אבער "וכל המשנה ידו על התחתונה".


דיכט זיך אז ער הייבט אן:
ווען דאס אידעלע קומט פרייטוג צו נאכט פון דעם שוהל אהיים.
באגלייטן אים צווי מלאכים ביז אין שטוב אריין.
דער מלאך טוב ווינטשט אים אן לשבת הבא כן.
אין דער מלאך רע מוז בעל כרחו נאכזאגן אמן.

אבער דאס איז נאר די פיזמון, ס'איז א גאר לאנגע ניגון.

אין אויף עתיקא קדישא זינגט עס טאקע ירמי' דאמען, אבער אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער.

(מעיגליך אז איך רעד פון עפעס אנדערשט..)
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

געטראפן אין א וויזניצע זמירות דעם ניגון, "זמירות ישראל באידיש" זינגט די גאנצע. ווארשיינליך מיינט איר דאס.

פזמון:
דעם שבת ווער עס הייליגט,
דער ווערט גערייניגט,
פון א יעדע עבירה,
ווער עס פארשטייט די כונה,
דעם איז עס א מתנה,
דער באקומט א נשמה יתירה.

דער שבת איז טייער,
ער ברענט ווי א פייער,
ממש מעין עולם הבא,
נאר דער קען דאס שפירן,
ווער עס טוט זיך יודיש פירן,
וואויל איז איהם בזה ובבא.

א
אין אלע הייליגע ספרים געפונען מיר שטיין,
דעם טעם פארוואס שבת הייסט אות געבן זיי צו פארשטיין,
ווייל פון שבת זעהט א יעדער לויטער און ריין,
אז דאס עם סגולה איז היינט אויך נאר דאס יודעלע אליין.

ב
ווייל כאטש דאס יודעלע איז שוין 2 טויזענט יאהר אין גלות פארשפרייט,
און א גאנצע וואך פון דאגות און פון צרות פארדרייט,
עס קומט אבער פרייטאג צונאכט נישט גערישט און נישט געגרייט,
ווערט ער פול מיט נחת און מיט פרייד.

ג
דאס קען מען דאך אנדערש גארנישט משיג זיין,
ווי אזוי די שמחה איז געווארן אזוי גרויס און די דאגה, אזוי קליין,
נאר אז דאס איז דער אור פון שבת וואס לייכט אין יודיש׳ן הארץ אריין,
מן השמים פון באשעפער אליין.
(פזמון)

ד
ווען דאס יודעלע קומט פרייטאנ צונאכט פון דעם שול אהיים,
באגלייטן איהם צוויי מלאכים ביז אין שטיב אריין,
דער מלאך טוב וואונטשט איהם אן לשבת הבא כן,
און דער מלאך רע מוז בעל כרחו נאכזאגן אמן.

ה
דאס יודעלע נעמט זיך זאגן אזוי ווי מ׳ברויך,
פייערדיג מיט גרויס כונה שבת שלום ומבורך,
דערנאך באגריסט ער זיינע געסט די מלאכי מרום,
שלום עליכם מלאכי השלום.

ו
ער פארגעסט פון אלע זאכן פון א גאנצע וואך,
פון געשעפטן שמועסט ער גארנישט ער דענקט נאך זיי נישט נאך,
אזוי ווי די חכמים דרש׳ענען וביום השביעי,
יהא בעיניך כאילו כל מלאכתך עשויה.
(פזמון)

ז
ווי שיין איז דאס צוצוקוקן ווי דאס יודעלע זאגט זיך פרום,
פייערדיג מיט גרויס כונה רבון כל העולמים,
דאס בני בית זיצט מיט דרך ארץ און הערט צו שטיל,
זינגען דעם זמר אשת חיל.

ח
קדוש צו מאכן מיט גרויס כונה נעמט ער זיך דערצו,
און זאגט ויהי ערב ויהי בוקר יום הששי,
ויכלו השמים והארץ וכל צבאם,
הוא יצרם והוא בראם,

ט
די קדושה הערשט אין שטובעלע עס לייכטן זיך די לעכט,
אויפן טיש ליגט לחם משנה מיט א שיין געפלעכט,
די צוויי מלאכים בענטשן איהם און זאגן דעם פסוק פאר,
וסר עוונך וחטאתך תכופר.
(פזמון)

י
מ׳וואשט זיך צום דעם לחם משנה און מ׳זעצט-זיך צו דעם טיש,
מ׳דערלאנגט איהם באלד א פארציע מיט פיש,
ער זינגט אתקינו סעדתא און ויהא רעוא דערנאך,
מ׳דערלאנגט איהם באלד א פרישן טעלער יאך.

יא
פלייש און צושפייז פעלט אויך נישט עס איז פון אלעם דא,
אפילו פירות ברענגט מען אויך צו דער שבת סעדה,
ביים ארומאן איז אויך אנגעגרייט בכל מכל כל,
אזוי ווי אין פסוק שטייט לא ניכר שוע לפני דל.

יב
דאס יודעלע איז גוט געלוינט און זינגט זיך פריילאך אזוי,
כל מקדש שביעי כראוי לו,
ליכטיגקייט און פרייליכקייט איז ביים יודעלע אומעטום,
ווען ער זינגט מנוחה ושמחה אור ליהודים.
(פזמון)

יג
ווי שיין איז דאס צוצוקוקן און ווי אזוי זיס,
ווי דאס יודעלע פאר׳מח׳ט זיך ביי מה ידידות,
עס איז דאך גארנישט צו שילדערן ווי אזוי דאס איז באטעמ׳ט,
ווען ער זינגט מה יפית ומה נעמת.

יד
און אויך אזוי ביי דעם זמר צור משלו,
אשרי העם שככה לו,
מ׳שטעלט זיך אויף און מ׳מאכט א רעדל ארום און ארום,
מ׳זינגט דעם זמר רננו צדיקים.

טו
רבונו של עולם קוק שוין אראפ פון הימל אויף אונז אמאל,
און זעה שוין אז מי כעמך ישראל,
דו מעגסט דיך מיט זיי אלע אויפרומען,
אפילו ריקנים שבהם מלאים מצוות כרימון.
(פזמון)

טז
איי ס׳איז דא נעבאך יודעלעך וואס היטן דעם שבת נישט,
איז אויך נאר ווייל אונז זענען פארטריבן פון דיין הייליגן טיש,
ווייל מיר זענען שוין 2 טויזענט יאהר נתונים בצרה,
פארגעסן זיי פון שבת קודש הנתונים במרה.

יז
טו אונז נאר פון דעם גלות ארויסציען,
וועסטו זעהן אז זיי אלע וועלן אויך רוען,
בונד שוין אויף פון אונזערע הענט די שטריק די גרויסע,
וועסטו זעהן שוין אז כל עדת ישראל יעשו אותו.

יח
רבש״ע ווי לאנג וועלן מיר נאך אין גלות שרייען,
לשנה הבאה בירושלים,
העלף אונז שוין און לייז אונז שוין אויס בזכות דער תפלה,
וואס דאס יודעלע בעט זיך שבת קודש אויף דער גאולה.
(פזמון)

יט
ער שרייט מיט א יאמערלעך קול טאטע זיסע,
אלקא דיליה יקר ורבותא,
פרוק ית ענך מפום אריותא,
ואפק ית עמך מגו גלותא.

כ
שומע צעקת דל ומאזין תחנה,
דו ווייסט דאך אז די גאנצע כונה איז נאר וועגן גלות השכינה,
ס׳זאל שוין מקודש ווערן שמך המחולל בגויים,
על אלה אני בוכיה עיני יורדה מים.

כא
רבש״ע נעם דיך שוין אן פאר דיין כבוד,
און שיק אונז שוין גיך און באלד משיח בן דוד,
ס׳זאל מקויים ווערן דער פסוק והיתה לה׳ המלוכה,
תנחילנו ליום שכולו שבת ומנוחה.
(פזמון)
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
כשרע טעלעפאון
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאון »

צו האט איינער אינפא אויב זיכט מען א שבתדיגען זמירות מיט אידישע ניגונים דערינען פאר א שבת שבע ברכות צו טיילען פארן עולם צו קענען מיטזינגען ווי קען מען טרעפן ?
א דאנק
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

מלכות
מפואר
איך ווייס נישט וואס
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

salads האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט א טעיפ פון דעם לעגענדארער פייטן אין טיפער בעל תפילה ר' דוד בוים ז"ל ווי ער זינגט עס. אבער ער מאכט א הקדמה בעפאר.

אין זיין הקדמה זאגט ער.
ער האט עס געהערט פון דעם פארפאסער, דאס איז זיינס א שוואגער. בעפאר די צווייטע וועלט קריג. אין ער זינגט עס (אפשר) אביסל ענליך צו דעם אויבן דערמאנטן גראם..
ער פירט אויס, אז ס'איז היינט ציטאג דא אסאך נסחאות דערין, אבער "וכל המשנה ידו על התחתונה".


דיכט זיך אז ער הייבט אן:
ווען דאס אידעלע קומט פרייטוג צו נאכט פון דעם שוהל אהיים.
באגלייטן אים צווי מלאכים ביז אין שטוב אריין.
דער מלאך טוב ווינטשט אים אן לשבת הבא כן.
אין דער מלאך רע מוז בעל כרחו נאכזאגן אמן.

אבער דאס איז נאר די פיזמון, ס'איז א גאר לאנגע ניגון.

אין אויף עתיקא קדישא זינגט עס טאקע ירמי' דאמען, אבער אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער.

(מעיגליך אז איך רעד פון עפעס אנדערשט..)
חינוך האט געזיגט!
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”