ספורי צדיקים לחג הפסח

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו

ווי באקאנט האט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע זייער שטארק געוואלט פאהרען קיין ארץ ישראל. פון הימעל האט מען דאס נישט צוגעלאזט. און א געוויסע יאהר האט ער נאכאמאהל פרובירט צו פארען קיין ארץ ישראל. אינמיטען זיין נסיעה, וואס איז פינקט אויסגעקומען פאר פסח, האט ער וועגען געוויסע שטערונגען געדארפט פארבלייבען אין דער שטאט קאנסטאנטינאפעל.
דארט אין יענע שטאט, האט מען נישט געוואוסט פונ'ם גרויסקייט פון דעם הייליגען בעל שם טוב. צוליב דעם האט איהם קיינער נישט ספיציעל באמערקט, אין ער האט נישט באקומען קיין איינלאדענונג צום סדר. דער הייליגער בעל שם טוב איז בכלל נישט געווען באזארגט. ער איז רואיג געגאנגען אין בית מדרש און זיך געזעצט לערנען.
די גרויסע צדיקת אדל וואס איז מיטגעפארען מיט'ן הייליגען טאטען, איז יא געווען באזארגט, ווייל דער יום טוב פסח איז שוין באלד דא, און עס איז נישט דא ווי איינצושטיין. אפילו קיין פרוטה איז אויך נישט געווען צו קענען איינקויפען אויף יום טוב. זי האט זיך זייער שטארק צעוויינט.
זי האט גענומען איר פאטער'ס העמד צום טייך אויסצוואשען, טראכטענדיג אז כאטש א ריין העמד זאל זיין אויף יום טוב. בשעת זי האט געוואשען דעם בגד, האט זי מתפלל געווען צום רבונו של עולם, אז זיי זאלען געהאלפען ווערען.
עס איז אדורך געגאנגען א גביר און באמערקט ווי זי וויינט, האט ער איר געפרעגט: "וואס האט מיט אייך פאסירט?". האט זי פארציילט זייער גאנצע פארלעגענהייט, ווי אויך וועגען דעם גרויסקייט פון איר הייליגען טאטען.
דער גביר האט איר בארואיגט, זאגענדיג: "ביי מיר וועט איר זיין אויף יום טוב, און עס וועט אייך גארנישט פעלען", אויך האט ער איר איבערגעגעבען זיין אדרעס.
דער צדיקת אדל איז באלד געלאפען אין בית מדרש פארציילען איר פאטער אז זיי האבען שוין ברוך השם ווי צו זיין אויף יום טוב.
ערב פסח איז דער בעל שם טוב מיט זיין טאכטער אריבער צום גביר אין שטוב. דער גביר האט איהם זייער פריינטליך אויפגענומען. ער האט איהם געוויזען ווי זיין שלאף צימער געפינט זיך. דער הייליגער בעש"ט איז זיך געגאנגען אביסעל צולייגען.
עס איז שוין געווארען שפעט און מען האט שוין געדארפט גיין אין שוהל דאווענען. דער גביר איז אריין אין צימער, אויפצווועקען זיין גאסט. ווי ערשטוינט איז ער געווען, זעהענדיג ווי אינמיטען שלאף גיסען זיך טייכען טרערען פון זיינע הייליגע אויגען.
א וויילע שפעטער האט זיך דער הייליגער בעש"ט אויפגעכאפט, און מיט א ברען געזאגט: "לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו". דערנאך זענען זיי געגאנגען צום דאווענען.
מען איז אהיים פון שוהל פרייליך. דער בעש"ט האט געפירט דעם סדר אויף גאר א הייליגען שטייגער. דער עושר האט פארשטאנען אז דא זיצט פאר איהם א גרויסע צדיק.
ווען מען איז אנגעקומען צו די ווערטער "לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו", האט דער הייליגער בעש"ט זיך זייער שטארק צופייערט. מיט גרויס פרייד האט ער דאס איבערגע'חזר'ט עטליכע מאהל.
ווען זיי האבען געענדיגט די הגדה האט זיך דער בעש"ט אנגערופען: "ברוך השם אז דער אייבערשטער האט אונז געהאלפען און ער האט איבערגעדרייט טרויער צו פרייד". ער האט אנגעהויבען דערציילען וואס דא האט פאסירט.
דא אין קאנסטאנטינאפעל, האט אמאהל געוואוינט דער טערקישע קעניג. ער איז געווען א אוהב ישראל. זיין יועץ איז געווען א יוד מיט'ן נאמען ר' משה. קיין זאך האט ער נישט געטוהן אהן זיך דורכרעדען מיט איהם.
ווען דער קעניג איז געשטארבען, האט זיין זון איבערגענומען דער מלוכה. דער זון איז אויך געווען א אוהב ישראל. אויך ער האט גארנישט געטוהן אהן דער עצה פון זיין ראטגעבער ר' משה.
צווישען די יועצים איז געווען א גוי'שע אנטיסעמיט, וואס האט נישט פארגינט אז א יוד זאל זיין אזוי גרויס. כסדר האט ער געזוכט עצות איהם שלעכטס צו טוהן.
איינמהאל, איז איהם אייגעפאלען א פלאן. ער האט געזאגט אז עס וואלט געפאסט אז דער קעניג זאל ארומגיין אין דעם גאנצען לאנד, כדי אז יעדער זאל אנערקענען דער נייע מלך, און איהם באגריסען.
דער יועץ האט אויסגערעכענט אז דער קעניג זאל אנקומען צום יודישען געגענט פונקט פסח ביינאכט, ווען אלע יודען זיצען ביים סדר. אזוי וועלען זיי נישט באגריסען דעם קעניג. און דער יועץ וועט קענען אויספירען זיין בייזען פלאן.
דער קעניג איז טאקע ארויס אויף א שפאציר. ווען ער איז אנגעקומען צו די יודישע גאס, האט ער געזעהן אז די יודען קומען איהם נישט אנטקעגען. ער האט זיך זייער געוואונדערט.
דער יועץ האט זיך גלייך אנגערופען: "קוק ווי די יודען זיצען ביי זיך אין דער היים, און זיי פראווען גרויסארטיגע סעודות, און פון דיר מאכען זיי זיך גארנישט וויסענדיג".
דער קעניג איז טאקע זייער באליידיגט געווארען, און געפרעגט דעם גוי'שע יועץ: "ווי אזוי דארף מען יעצט באשטראפען די יודען פאר דעם?".
דער יועץ האט אויסגענוצט דעם געלעגענהייט און געזאגט צום קעניג: "דיין גוטע יועץ ר' משה העצט זיכער אהן די יודען, איהם דארף מען הענגען, און אלע יודען דארף מען פארטרייבען פון דעם שטאט".
דער קעניג האט זייער געפעלען די עצה, און באלד איבערגעגעבען זיין זיגעל רינגעל צום יועץ, אויסצופירען זיין רשעות'דיגע אקציע.
ווען דער קעניג איז אהיימגעקומען, האט ער פארציילט פאר זיין אלטע מאמען וואס עס איז דא געשעהן. ווען זי האט דאס געהערט, האט זי אויסגעבראכען אין א ביטער געוויין און געזאגט: "ווייסטו דען נישט אז די אלע וואס הייבען זיך אהן מיט די יודען האבען א ביטערען סוף? ווייסטו דען נישט וואס עס האט פאסירט מיט עמלק, המן, סנחרב, און נבוכדנצר, און אלע וואס האבען פרובירט צו טשעפענען מיט די יודען? די יודען זענען א גוט פאלק. דאס איז זיכער געווען א בלבול פון דיין שלעכטען יועץ".
שפעט אינמיטען נאכט, האט דער קעניג געשיקט רופען ר' משה. ער האט איהם פארציילט דער גאנצער מעשה, און געבעטען א עצה, ווי אזוי מען דרייט זיך ארויס פון דער שלעכטע גזירה, נאכדעם וואס ער האט שוין ארויסגעגעבען דעם רינגעל צו דעם שלעכטען יועץ.
ר' משה האט זיך נישט פארלוירען, טראכטענדיג אז היינט איז דאך "ליל שימורים". דער באשעפער וועט זיי זיכער נישט פארלאזען. נאך אפאהר מינוט טראכטען, האט ער זיך אנגערופען: "מארגען אינדערפרי, ווען דער יועץ וועט אנקומען, זאל מען איהם גלייך באפאלען אז ער האט גע'גנב'עט דער קעניגס רינגעל".
אזוי איז טאקע געווען. מען האט געפונען דעם רינגעל ביים גוי'שע יועץ. מען האט נישט געמאכט קיין פארשונגען, נאר מען האט איהם באלד געהאנגען. אזוי זענען די יודען געראטעוועט געווארען פון א ביטער גזירה.
דער בעל שם טוב האט געענדיגט זיין ערציילונג און געזאגט: "ווען איך האב געוויינט אינמיטען שלאף איז דאס געווען צוליב דעם קטרוג וואס האט געהאנגען אויף כלל ישראל. ברוך השם אז מען האט גע'פועל'ט א ישועה".
יום טוב אינדערפרי, ווען ר' משה איז אהיים געקומען, נאכדעם וואס מען האט געהאנגען דעם רשע, איז ער פונקט אדורך געגאנגען דעם הויז פון דעם גביר. ווען דער הייליגער בעל שם טוב האט איהם דערזעהן, האט ער ארויסגעשריגען פון פענסטער: "גוט יום טוב ר' משה. יא, דער אייבערשטער האט געברענגט א ישועה צו זיין פאלק, און דו ביסט געווען דער גוטער שליח. אמת, "לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער מפלה פון דעם פריץ

ווען מהר"ש מבעלזא זי"ע האט אנגעהויבן צו בויען די שוהל אין בעלזא, האט דער פריץ פון די שטאט אנגעהויבן אנצוטוהן צרות און ענג צו מאכן פאר איהם זיינע וועגן. ער האט געסטראשעט אז קעגען איבער דעם שוהל וועט ער בויען א קירכע גרעסער און העכער פון דעם שוהל.
דערווייל איז שוין אנגעקומען פסח, און דער פריץ האט ארויסגעגעבן א ביטערע גזירה אז מען טאהר נישט מאכן קיין שום מצה בעקעריי אין שטאט ווייל עס קען צוברענגן צו פייער-אויסברוך.
די איינוואוינערס אין בעלזא זענען געווארן זייער צובראכן און טרויעריג פון די ביטערע בשורה, אבער מהר"ש זי"ע האט זיך פון דעם איבערהויפט נישט וויסענדיג געמאכט. און ער האט יעדעם איינעם בארוהיגט אז מען וועט נאך באקען פיל מצות אויף פסח.
די פאליציי וואס דער פריץ האט ארום געשיקט צו זעהן אויב די יודן היטען אפ זיין באפעהל, האבן דערצעהלט פאר דעם פריץ דאס די איינוואוינערס זענען טאקע זייער טרויעריג, אבער זייער רבי בארוהיגט זיי אז זיי וועלן נאך באקען פיל מצות.
דאס האט זייער אויפגערעגט דעם פריץ, און ער האט מורא געהאט דאס די הויפט יודן פון די בעלזער געמיינדע, וועלן נאך קענען ערלעדיגן ביי די העכערע רעגירונגס מיניסטארן, צו מבטל זיין די גזירה. דערפאר האט ער באשלאסען געשווינד אריבער צו פאהרן צו דעם הויפט מיניסטער וואס געוועלטיגט אויף די אלע שטעטלעך און דערפער, און איהם ערקלערן ווי געפערליך עס וועט זיין אויב מען וועט ערלויבן די יודן צו באקען מצות.
אנצוקומען צו יענעם מיניסטער, האט מען געמוזט אריבער פאהרן א שמאלען בריק. ווען דער פריץ איז אנגעקומען צו יענעם שמאלען בריק, האט ער באמערקט ווי קעגען איהם רייט דער פריץ פון "היבניב". אזוי ווי שטאלצע פריצים וואס זענען נישט מוותר פאר זייער כבוד, האבן זיך די צוויי אנגעהויבן ארום צו קריגען ווער עס מוז אפטרעטען פארן צווייטן און פריי מאכן דעם וועג. פון שרייען מיט די מויל האבן זיי אנגעהויבן זיך צו קריגען מיט די הענט, ביז דער פריץ פון בעלזא איז געהרג'ט געווארן.
די גזירה פון מצות איז בטל געווארן, און אויך דער פראבלעם פון דעם שוהל איז צו נישט געווארען. און דער שטאט בעלזא איז געווארן צהלה ושמחה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ישר כח ר' זיידע פאר די הייליגע סיפורים. לכבוד פסח, כה לחי!

(עס איז צייט איר זאלט ברענגן נאך בילדער פאר אונז, אזוי פסקנט דער בי"ד של צטה)
אוועטאר
מענדעלע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2007 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדעלע »

א גרויסן יישר כח!
געוואלדיקע מעשה´ס
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אויסגעבעטן קינדער ביים "מה נשתנה"
א חסיד איז אמאהל געפאהרן צו זיין רבי'ן דער "תפארת שלמה" פון ראדאמסק זי"ע. דער איד האט געדארפט געהאלפן ווערן, ווייל שוין אכצעהן יאהר וואס ער האט חתונה געהאט און ער האט נאך נישט געהאט קיין קינדער. האט איהם דער רבי געהייסען קומען צום קומענדיגען סדר, פסח ביינאכט.
איידער דער רבי האט אנגעהויבן צו זאגן די "מה נשתנה" האט ער צוגערופען דעם חסיד, און געהייסען פארלייענען וואס עס שטייט אין די הגדה פאר "מה נשתנה" האט ער געליינט "כאן הבן שואל" (דא פרעגט דער זוהן די קשיות). האט איהם דער רבי געזאגט: "כאן הבן שואל - דא קענסטו אויסבעטן א זוהן"
אזוי איז טאקע געווען, א יאהר שפעטער איז איהם געבוירן געווארן א זוהן!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"א-ת פתח לו"
ווען דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע איז געפאהרן אויפן וועג קיין ארץ ישראל באגלייט פון זיין חסיד ר' צבי סופר זצ"ל. דער בעש"ט האט זיך געוואלט באגעגענען מיט'ן אור החיים הקדוש זי"ע, און צוזאמען ארבעטען מקרב צו זיין די גאולה אז משיח זאל קומען, דער צייט פון דער גאולה איז אבער נאך נישט אנגעקומען, האט דער שטן אונטערגעלייגט פארשידענע שטערונגען אויפן וועג אז דער בעל שם טוב זי"ע האט געמוזט צוריק אהיים פאהרן.
אינמיטען וועג האבן רויבערס זיי געכאפט און געבינדען אין קייטען און זיך געגרייט זיי צו פארקויפן פאר קנעכט. פון גרויס ווייטאג האט דער בעל שם טוב זי"ע פארלוירן זיין רוח הקודש און אלע הויכע מדריגות. האט איהם ר' צבי סופר געפרעגט: "רבי, פארוואס טוהט איהר גארנישט קעגען זיי"? האט דער בעש"ט זי"ע געענטפערט אז ער האט פארלוירן זיינע אלע הויכע מדריגות, און ער האט שוין נישט מער קיין כוח קעגען זיי ווייל ער האט אלעס פארגעסען.
האט דער בעש"ט זי"ע געבעטן ר' צבי סופר ער זאל איהם דערמאנען די "אלף-בית". דער בעש"ט זי"ע האט נאכגעזאגט מיט קדושה און גרויס ברען און התלהבות די אלע 22 אותיות פון דער א-ב, אז פון די קדושה האט זיך אויפגעריסן די שטריק און די רויבערס זענען אנטלאפען.
דאס קען זיין דער רמז: "ושאינו יודע לשאול" דער וואס קען שוין גארנישט רעדן ווייל ער האט אלעס פארגעסן, - "א-ת" (דאס מיינט מען די אותיות פון "אלף" ביז "תיו") "פתח לו", ווערט פאר איהם געעפענט די אלע טויערן פון הימל און די ישועה קומט שנעל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ער האט איהם באמערקט
דער צדיק ר' פסח זצ"ל - דער פאטער פון ר' צבי אלימלך זי"ע (דער "בני יששכר") פלעגט זיך פארדינגען אלץ א מלמד ביי א רייכען מענטש אין א געוויסען דארף. ער פלעגט פארברענגן ביי יענעם א גאנץ ווינטער און פאר פסח איז ער אהיים געפאהרן מיט די געלט וואס ער האט פארדינט ביי יענעם.
דער בעל הבית איז געווען זייער א קארגער מענטש און קיינמאהל נישט געטיילט קיין צדקה מיט א ברייטע האנט. ר' פסח האט נישט געקענט צוקוקען ווי ארימעלייט גייען אוועק פון איהם צובראכען און טרויעריג, האט ער געבעטן זיין בעל הבית אז ער זאל טיילען צדקה אויף זיין חשבון, און ביים ענדע זאל ער אראפ רעכענען פון די געלט וואס ער האט אויסגעטיילט פאר צדקה.
פאר פסח, ווען ר' פסח האט געוואלט אהיים פאהרן, האט דער בעל הבית אויסגערעכענט וויפוהל צדקה ער האט אויסגעטיילט אויף ר' פסח'ס חשבון. עס איז אויסגעקומען אז ר' פסח האט נאך געמוזט צולייגען א סומע געלט, אבער ער האט דאך גארנישט געהאט ביי זיך. האט דער בעל הבית ביי איהם צוגענומען זיין מאנטעל און בעקיטשע.
אזוי איז ר' פסח אהיים געפאהרן ליידיג אהן קיין פרוטה. ער האט זיך געשעמט אריין צו גיין אין זיין הויז, איז ער אנשטאט דעם געגאנגען אין בית המדרש. דארט האט איהם געטראפן זיין זוהן ר' צבי אלימלך, און ער איז באלד אהיים געלאפן מעלדן פאר די מאמע אז דער טאטע איז שוין אהיים געקומען. זי האט שנעל צוגעגרייט א מאלצייט ווי עס פאסט צו זיין.
באין ברירה איז ר' פסח אהיים געגאנגען, און ער באמערקט ווי אויפן וועג פאהרט שנעל אריבער א פערד און וואגען און דער רייטער ווארפט אראפ צו זיי א שווערן זעקל.
ר' פסח רופט און ווינקט איהם אז ער זאל זיך אפשטעלן אויף צו נעמען זיין זעקל. אבער יענער פאהרט ווייטער און מאכט זיך נישט וואוסענדיג. ער שרייט העכער און העכער און לויפט איהם נאך, אבער יענער איז געפארען זייער שנעל ביז ער איז אינגאנצן פארשוואונדען געווארען.
ר' פסח האט פארשטאנען אז דאס איז נישט קיין פשוטע זאך. ער האט אויפגעמאכט דעם זעקל און געטראפען ליגען פונקטליך וויפוהל געלט דער בעל הבית האט איהם געמוזט באצאהלן.
דער סדר האט ער שוין אנגעראכטען מיט א ברייטקייט, און ווען מען איז אנגעקומען צו "שפוך חמתך" און געעפענט די טיהר, האט זיך דער קליינער זוהן ר' צבי אלימלך אנגערופען: "קוק נאר, קוק נאר טאטע, אט דא איז דער מענטש וואס האט צוגעווארפן צו אונז דעם זעקל"!!!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פסח איז נאך א טאג
דער הייליגער צדיק, דער נודע ביהודא זי"ע, וואס איז געווען רב אין'ם שטאט פראג, האט אמאל געטראפען א קליינער שייגעץ אין גאס, ווי ער וויינט. דער נודע ביהודא איז צוגעגאנגען און געפרעגט: "פארוואס וויינסטו?" האט דער שייגיץ געענפערט, און אנגעהויבען דערציילען זיין ווייטאג:
"מיין טאטע און מאמע זענען געשטארבען, און איך וואוין ביי מיין פעטער. ער איז זייער א שלעכטע מענטש. ער איז א בעקער, און יעדן טאג שיקט ער מיר ארויס מיט א קוישעל ברויט. איך מוז פארקויפען אלע ברויט, און אהיימברענגען די גאנצע געלט. טאמער איך קום אהיים מיט ווייניגער געלט, שלאגט ער מיר מיט געפערליכע, אכזריות'דיגע קלעפ. היינט האב איך שוין פארקויפט דעם גאנצען קויש. אזוי ווי איך בין געווען גרייט אהיים צוגיין, האב איך אריינגעלייגט מיין האנט אין טאש, און דער געלט איז נישט דא. מן הסתם האט דאס איינער גע'גנב'עט. יעצט האב איך מורא אהיימצוקומען".
דער נודע ביהודא האט איהם בארואיגט. ער האט איהם אהיימגענומען און געגעבען די גאנצע געלט. דער קליינער גוי, האט איהם זייער באדאנקט, און ער איז אהיים געגאנגען.
* * *
עס איז חול המועד פסח, און דער נודע ביהודא זיצט ביי זיך אין זיין ספרים שטוב. פלוצלינג הערט ער א קלאפ אין טיר. ווען ער איז צוגעגאנגען האט ער געזעהן ווי עס שטייט פאר איהם א גרויסער גוי. דער גוי האט איהם געזאגט: "ביטע לאז מיר אריין. איך דארף דיר איבערגעבען זייער א וויכטיגע זאך".
אזוי ווי דער גוי איז אריין, האט ער אנגעהויבען דערציילען: "דו דערקענסט מיר מן הסתם נישט. איך בין דער גוי וואס דו האסט מיט יאהרען צוריק געראטעוועט פון די רציחות'דיגע הענט פון מיין פעטער. דו האסט מיר געגעבען די געלט וואס איך האב פארלוירען. יעצט בין איך געקומען אפצאלען פאר די טובה. איר זאלט וויסען אז מיין פעטער גרייט זיך יעצט אויסצו'הרג'נען אלען יודען פון די שטאט פראג. א טאג נאך פסח קויפען דאך אלע יודען ברויט פון א גוי. אזוי ווי מיין פעטער איז דער בעקער פון דעם שטאט, פלאנירט ער אריינצולייגען סם אין אלע ברויט. אזוי וועט ער אויס'הרג'ענען די גאנצע שטאט פראג אין איין טאג. דער נודע ביהודא האט איהם זייער שטארק באדאנקט, און דער גוי איז אהיימגעגאנגען.
* * *
עס איז אחרון של פסח, און אין דעם גרויסען שוהל פון פראג האט מען שוין געענדיגט דאווענען. דער גבאי האט געגעבען א קלאפ אויפן בימה און געזאגט: "דער רב האט געהייסען אויסרופען אז היינט נאכמיטאג גייט זיין זייער א וויכטיגע דרשה, און קיינער זאל נישט פעלען".
נאכמיטאג איז דער שוהל געווען פיל. יעדער האט זיך שוין זייער שטארק געוואונדערט וואס דער רב גייט זאגען. דער רב איז ארויף און אנגעהויבען רעדען: "רבותי, עס איז געשעהן זייער א גרויסע טעות ווען איך האב מסדר געווען דעם לוח פון דעם יאהר. איך האב באמערקט אז איך האב מיך פארעכענט. פסח האט זיך באמת געדארפט אנהייבען א טאג שפעטער. יעצט איז שביעי של פסח, און מארגען איז אחרון של פסח. יעדער זאל מארגען קומען אין שוהל, און חס ושלום נישט איינקויפען קיין חמץ ביז מארגען אווענט.
דער נעקסטער טאג, שטייען שוין אלע וועגעלעך מיט ברויט אין דער גרויסע גאס פון פראג. ווי ערשטוינט איז דער רשע, דער בעקער געווען, ווי קיינער קויפט נישט קיין ברויט. אלע יודען זענען אנגעטוהן מיט יום טוב קליידער און זיי גייען אין שוהל.
מען ווארט אז דער רב זאל אריינקומען, כדי אז מען זאל קענען אנהייבען דאווענען. עס גייט אדורך א שעה, אבער דער רב איז נאך אלץ נישט דא. "קוק ארויס" רופט זיך אהן איינער צום צווייטען. אינדרויסען זעהט מען ווי דער רב שטייט, און ער רעדט צו די פאליציי. אויך האבען זיי געזעהן ווי מען קייטעלט איין דער בעקער און מען פירט איהם אוועק.
וואס האט דא פאסירט? האבען זיי זיך געוואונדערט. א וויילע שפעטער איז דער רב אריינגעקומען און פארציילט דער גאנצע מעשה, און ער האט זיי געזאגט אז היינט איז באמת נישט פסח. און דער טעם פארוואס ער האט נישט געוואלט פריער דערציילען וואס דא איז געשען, איז כדי צו זיין פארזיכערט אז דער רשע זאל האבען א ביטערען סוף. היינט אינדעפרי האבען די פאליציי אוסגעפריווט און געגעבען א הינט צו עסען איין ברויט, און דער הינט איז אויפן ארט געשטארבען, און מען האט ארעסטירט דעם רשע דער בעקער. אזוי זענען אלע יודען געראטעווט געווארען, כן יאבדו כל אויבך ה'.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א כזית נרצה
ביים אהבת ישראל זי"ע האט אמאהל פאסירט, צום סוף סדר, פסח ביינאכט, נאכדעם וואס ער האט געזאגט "נרצה" האט ער געגעבען א טיפ'ן זיפץ, און זיך אנגערופען, "דעם כזית מצה האבן מיר געגעסען, דעם כזית מרור האבען מיר געגעסען, אבער ווי נעמט מען א כזית נרצה, צו וויסען אז אונזערע מעשים זענען באוויליגט ביים רבונו של עולם.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שיין פארענטפערט דעם רמב"ם
הרב הצדיק רבי הערשל ליסקער זי"ע האט אמאהל שבת הגדול ביי די דרשה אויסגערופען: "עס איז א מנהג שבת הגדול צו האלטן א דרשה אויף ענינים פון פסח, און פראבירן צו פארענטפערן סתירות אין דעם רמב"ם אז זיינע ווערטער זאלן גארנישט שווער זיין. איך וועל פראבירן צו פארענטפערן א שווערע סתירה פון דעם רמב"ם.
דער רמב"ם פסק'ענט, אז עס איז א מצוה פסח ביינאכט צו עסן מצות. אויך פסק'ענט ער אין הלכות גניבה: אז עס איז אסור צו גנב'ענען. אבער אסאך מאהל קומט אויס אז די ארימעלייט האבן א גרויסע פראבלעם מיט די צוויי רמב"ם'ס.
דערפאר ווען די ארימעלייט קומען צו מיר פאר פסח מיט דעם פראבלעם, פארענטפער איך זיי די שווערע סתירה אויף דעם רמב"ם. און דאס איז מיין גאנצע שבת הגדול דרשה"!!!!... - - - -
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אויסגעבעטן קינדער ביי "מה נשתנה"
א חסיד איז אמאהל געפאהרן צו זיין רבי דער "תפארת שלמה" פון ראדאמסק זי"ע. דער איד האט געדארפט געהאלפן ווערן, ווייל שוין אכצעהן יאהר וואס ער האט חתונה געהאט און ער האט נאך נישט געהאט קיין קינדער.
פאר דער רבי האט אנגעהויבן צו זאגן די "מה נשתנה" האט ער צוגערופען דעם חסיד, און געהייסען פארלייענען וואס עס שטייט אין די הגדה פאר "מה נשתנה": "כאן הבן שואל" (דא פרעגט דער זוהן די קשיות). האט איהם דער רבי געזאגט: "כאן הבן שואל - דא קענסטו אויסבעטן א זוהן"...
אזוי איז טאקע געווען, א יאהר שפעטער איז איהם געבוירן געווארן א זוהן!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קריאת שמע פון די "ארבעה בנים"
דער "בני יששכר זי"ע" איז איינמאהל פסח נאכן סדר ארום געגאנגען אין שטאט צוקוקען ווי אזוי די פראסטע מענטשן רעכטן אפ דעם סדר.
ווען ער איז געשטאנען אונטער די טיהר פון זייער א פראסטער מענטש, האט ער געהערט אז ווען יענער איד איז אנגעקומען צו דעם שטיקל: "אחד חכם, אחד רשע", האט ער אויסגעשריגן הויך אויפן קול: "אחד" חכם, "ואחד" רשע, "ואחד" תם, "ואחד" שאינו אידע לשאול - אזוי ווי מען שרייט ביי קריאת שמע "אחד".
האט זיך דער "בני יששכר" אנגערופען: "דער מענטש האט געמאכט פון די "ארבעה בנים-קריאת שמע". דאס איז מרומז אין די הגדה פון "מעשה ברבי אליעזר וכו' עד שבאו תלמידיהם ואמרו להם רבותינו הגיע זמן קריאת שמע של "שחרית". "שחרית" איז נוטריקון: "חכם - רשע - תם - שאינו אידע לשאול". די הייליגע תנאים האבן אריינגעברענגט א הרהור תשובה אין אלע מענטשן פון שטאט, אז הגיע זמן קריאת שמע של "שחרית", וואס מיינט "חכם-רשע-תם-שאינו אידע לשאול". אז אלע מענטשן האבן אויף זיך מקבל געווען עול מלכות שמים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

באמערקט ווער עס איז דער רייטער
דער צדיק ר' פסח זצ"ל - דער פאטער פון ר' צבי אלימלך זי"ע (דער "בני יששכר") פלעגט זיך פארדינגען אלץ א מלמד ביי א רייכער מענטש אין א דארף. ער פלעגט פארברענגן ביי יענעם א גאנץ ווינטער און פאר פסח איז ער אהיים געפאהרן מיט געלט וואס ער פארדינט ביי יענעם.
דער בעל הבית איז אבער געווען זייער א קארגער מענטש און קיינמאהל נישט געטיילט קיין צדקה מיט א ברייטע האנט. ר' פסח האט נישט געקענט צוקוקען ווי ארימעלייט גייען אוועק פון איהם צובראכען און טרויעריג, האט ער געבעטן זיין בעל הבית אז ער זאל טיילען צדקה אויף זיין חשבון, און ביים ענדע זאל ער אראפ רעכענען פון די געלט וואס ער האט אויסגעטיילט פאר צדקה.
פאר פסח, ווען ר' פסח האט געוואלט אהיים פאהרן, האט דער בעל הבית אויסגערעכענט וויפוהל צדקה ער האט אויסגעטיילט אויף ר' פסח'ס חשבון. עס איז אויסגעקומען אז ר' פסח האט נאך געמוזט צולייגען א סומע געלט, אבער ער האט דאך גארנישט געהאט ביי זיך. האט דער בעל הבית ביי איהם צוגענומען זיין מאנטעל און בעקיטשע.
אזוי איז ר' פסח אהיים געפאהרן ליידיג אהן קיין פרוטה אין זיין קעשענע. ער האט זיך געשעמט אריין צו גיין אין זיין הויז, איז ער אנשטאט דעם געגאנגען אין בית המדרש.
דארט האט איהם געטראפן זיין זוהן ר' צבי אלימלך, און ער איז באלד אהיים געלאפן מעלדן פאר די מאמע אז דער טאטע איז שוין אהיים געקומען. זי האט שנעל צוגעגרייט א מאלצייט ווי עס פאסט צו זיין.
געצווינגען אהן קיין חשק איז ר' פסח אהיים געגאנגען, און ער באמערקט ווי אויפן וועג פאהרט שנעל אריבער א פערד און וואגען און דער רייטער ווארפט אראפ צו זיי א שווערן זעקל. ר' פסח רופט און ווינקט איהם אז ער זאל זיך אפשטעלן אויף צו נעמען זיין זעקל. אבער יענער פאהרט ווייטער און מאכט זיך נישט וואוסענדיג. ער שרייט העכער און העכער און לויפט איהם נאך, אבער יענער איז שנעלער און פאהרט ווייטער ביז ער איז אינגאנצן פארשוואונדען.
ר' פסח האט פארשטאנען אז דאס איז נישט קיין פשוטע זאך, און ער עפענט אויף דעם זעקל און טרעפט דארט ליגען פונקטליך וויפוהל געלט דער בעל הבית האט איהם געמוזט באצאהלן, און נאך מער.
דער סדר האט ער שוין אנגעראכטען מיט א ברייטקייט, און ווען מען איז אנגעקומען צו "שפוך חמתך" און געעפענט די טיהר, האט זיך דער קליינער זוהן ר' צבי אלימלך אנגערופען: "קוק נאר, קוק נאר טאטע, אט דא איז דער מענטש וואס האט צוגעווארפן צו אונז דעם זעקל"!!!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אן אינטערעסאנטע תשובה אויף חמץ אין פסח
אמאהל האט פאסירט אז א איד איז ליידער געשטרויכעלט געווארן מיט די הארבע עבירה פון חמץ אין פסח. דורך דעם וואס צוליב זיינע געשעפטן האט ער געמוזט פארברענגן חול המועד פסח מיט פריצים פון זיין געגענט. און מ'האט איהם מכבד געווען צו טרינקען ביהר (וואס דאס איז חמץ).
ווען דער איד איז ארויס געקומען פון דעם זיצונג, האט ער זיך געכאפט ביים קאפ אז ער איז רחמנא ליצלן אדורך געפאלען מיט די הארבע עבירה פון חמץ.
ער איז באלד אריבער געגאנגען צום לעמבערגער רב רבי יוסף שאול נאטאנזאהן זצ"ל, ער זאל איהם פארלייגען א תשובה אויף זיין עבירה.
רבי יוסף שאול זצ"ל האט איהם צוגעהערט און איהם ערקלערט אז ער קען איהם נישט העלפן, נאר ער זאל גיין צום בעלזער רב (מהר"י זי"ע) אז ער זאל איהם העלפן. און ר' יוסף שאול זצ"ל האט אויך געבעטן, אז ווען ער וועט באקומען א תשובה פון דעם בעלזער רב, זאל ער איהם לאזען וואוסען וואס די תשובה איז.
ווען יענער איד האט דערצעהלט פאר בעלזער רב זיין שרעקליכע מעשה, האט איהם בעלזער רב באפוילן צו פאהרן וואוינען קיין ארץ ישראל. ווען ר' יוסף שאול האט געהערט די תשובה, האט ער זיך שטארק געוואונדערט אויף די מאדנע תשובה, און פון ווי בעלזער רב נעמט דאס.
האט איהם בעלזער רב צוריק געענטפערט, אז דעם פסק האט ער גענומען פון מדרש איכה. אויף דעם פסוק: "גלתה יהודה מעוני" (איכה א') זאגט אויף דעם דער מדרש: ווייל די אידן האבן נישט
אויפגעפאסט צו עסן פסח "לחם עוני" און זיי האבן ליידער געגעסן חמץ. קומט אויס לויט דעם, אז די שטראף פון עסן חמץ אין פסח, איז צו גיין אין גלות. און אויב א איד דארף פארטריבן ווערן אין גלות, איז דאך דער בעסטער גלות צו גיין קיין ארץ ישראל"!!
ווען ר' יוסף שאול זצ"ל האט געהערט דעם ענטפער, האט ער צוגעלייגט מיט א שמייכיל: "מיר זעהן די ליכטיגע און הייליגע אויגן פון דעם בעלזער רב, ווייל אויף דאס ווארט "ונכרתה" וואס שטייט ביי עסן חמץ אין פסח איז די טראפן א "גרשיים", דאס מיינט א לשון פון פארטריבן ווערן. זעהט מען פון דעם אז גלות איז מכפר אויף די זינד פון עסן חמץ אין פסח"...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער ריכטיגער אורח ביים סדר...
געווען אמאל א איד אן ארימאן וועלכער האט געצויגן זיין פרנסה פון גיין, דאס הייסט. ער איז ארומגעגאנגען איבערן שטאט און דערפער און צונויפגעזאמעלט נדבות פון אחינו בני ישראל. אין זיינע וואנדערנונגען האט ער זיך אמאל באגעגענט מיט אן ארימען גוי, וועלכער האט ממש נישט פארמאגט דעם טאג דורכצולעבען. דער גוי האט זיך אויסגערעדט זיין הארץ פאר דעם איד ווי ער פלאגט זיך.

דער איז געווארן שטארק איבערגענומען פון דעם גוי'ס מצב, ער האט פארגעשלאגן פאר דעם גוי א פלאן. אזוי ווי ער, דער גוי, האט אמאל געוואוינט אין דייטשלאנד און ער רעדט נאך גאנץ גוט דייטש, וועלכעס ענדלט שטארק אין דער אידישער שפראך, וועט ער, דער איד, אים אויסלערנען נאך בעסער די שפראך מיט נאך עטליכע אידישע פירונגען, ער וועט אים איינקויפן אידישע קליידער, אזוי אז ער וועט קענען קומען מיט אים צוזאמען אלס גייער, און ער וועט פשוט אויפגעראכטן ווערן...

געכאפט און געטאן, דער איד שטאפירט אויס דעם ארימען גוי, לערנט אים אויס עטליכע לשון הקודש ווערטער, און דער גוי ווארט עטליכע וואכן ביז די בארד הייבט אים אן צו וואקסן. ער איז א פערטיגער. ער לאזט זיך אין וועג אריין צוזאמען מיט זיין שותף דער איד.

אזוי האבן זיי אפגעשפילט דעם גאנצן ווינטער מיט גרויס סוקסעס. דער גוי האט גוט געשפילט די ראלע, און ער האט איבעראל באקומען פיין צו עסן און אביסל שטיצע.

ווען עס האט זיך דערנענטערט דער פסח, האט דער איד דערציילט פאר זיין "באגלייטער" אז עס קומט יעצט דער יום טוב פסח. אין דעם יום טוב, האט ער אים געזאגט וועלן מיר ביידע שוין נישט הונגערן, קודם כל די ערשטע נאכט פסח פירט מען אפ א "סדר" ווען מען עסט די שענסט און בעסטע מאכלים, מען טרינקט וויין, פארן עסן און נאכ'ן עסן, מען פראוועט ביז אין דער נאכט מיט געזאנג און טענץ. און בכלל די גאנצע וואך וואס דער פסח דויערט איז דא אין יעדע אידישע שטוב ברייט צו עסן. דער גוי האט דערפון גרויס הנאה געהאט. סוף כל סוף איז ער דאך געווען א גוי, וועלכער עפנט אויף מויל און אויגן ווען עס האנדלט זיך פון עסן און טרינקן. ער האט געציילט די טעג ווען דער יום טוב וועט שוין אנקומען ער האט געטרוימט מיט פלענער.

ער האט זיך געזען זיצן ביי א "סדר" וואו מען זיפט אריין איין גלעזל נאכ'ן צווייטן, דער איד האט דאך עפעס געזאגט אז אפילו אן ארימאן מוז טרינקן אומווייניגסטענס פיר גלעזער וויין, און טאקע פון די גרויסע, און דוקא פיינעם רויטן וויין. נאכער ברענגט מען אריין א פיינע סעודה, פיש, פלייש מיט צימעסן, נאכדעם נעמט מען זיך ווייטער צום טרינקען,און דאן צום זינגן און טאנצן. ווען האט ער דען געהאט אזא איבערלעבעניש... דער איד האט אים אויך דערציילט אז מען עסט "מצה", אזא מין ספעציעלע ברויט. דאס מוז זיין מסתמא גאר א פיין ברויט וואס מען מאכט נאר פאר דעם טוב. אך ווי גוט וועט אים גיין.

ענדליך איז דער ערוואטערטער טאג געקומען. עס איז ערב פסח, דער איד צוזאמען מיט זיין "באגלייטער" זענען איינגעשטאנען ביי א געוויסן בעל הבית, ביי וועלכן עס איז געווען צוגעגרייט פון אלעם בעסטן. דער איד האט געגעבן צו ערקלערן פאר זיין "פריינד", אז כדי מען זאל קענען עסן היינט ביינאכט מיט דעם געוואונטשענעם אפעטיט, וועט מען דורכ'ן טאג נישט עסן קיין צו שטאק זעטיגע מאכלים. מילא, וועט ער אביסל אונטער הונגערן, עס לוינט זיך אלעס אבי צוצוקומען צו דער סעודה.

עס איז שוין נאך זון אונטערגאנג דער בעל הבית מיט זיינע געסט גייען אין שול אריין, אונזער "איד" שפירט גראדע אביסל הונגער, אבער ער מוטיגט זיך אז באלד וועט קומען די גרויסע סעודה.
אפגעדאוונט מעריב וויל דער "איד לויפן אהיים, זעט ער אבער ווי יעדער בלייבט נאך אויפ'ן פלאץ.
וואס איז יעצט? פרעגט ער זיין פריינד.
יעצט זאגט מען הלל ערקלערט ער אים.

נו מילא, ער וועט שוין אויסהאלטן. די פרייליכע ניגונים פון הלל, און דער געדאנק אז אט אט און מען זעצט זיך צו דעם "סדר", האט אים אויפגעהאלטן אין זיין הונגער.

מען איז שוין אינדערהיים, דאס קינד האט שוין געזאגט "קדש", ווען דער טאטע קומט ..."יעדער באקומט א גלעזל וויין, מען מאכט קידוש, דער "איד" זיפט אריין דאס גלעזל, א מחי', נאך עטליכע אזעלכע גלעזלעך, מיט א פיינע סעודה, וועט מיין גלייכן זיין. אמת, כדאי צו זיין א איד" טראכט ער ביי זיך.

דאס קינד זאגט ווייטער פאר "מען וואשט זיך די הענט און מען מאכט נישט קיין ברכה. ער פארשטייט נישט פארוואס מען מאכט נישט קיין ברכה, אבער וואס ארט אים דען, זאל זיין אן א ברכה, נאר מען מען זאל זיך שוין אמאל זעצן צו דער סעודה. ביז א מינוט זעט ער ערשט זיין ביטערן טעות. קיין סעודה נישט, נאר עטליכע שטיקלעך רעטעך איינגעטונקן אין זאלץ וואסער. זיין אפעטיט ווערט נאך מער צערייצט.

דער בעל הבית, זעענדיג די טרויעריגע מינע פונעם גאס. ערקלערט ער אים אז דאס איז נאר א הקדמה צו דער סעודה, מען נעמט זיך שוין צום עכטן. מען מוז נאר קודם זאגן די הגדה נישט אזוי גרינג צו זיין א איד, טראכט זיך דער איד.

שוין געענדיגט די הגדה, מען וואשט זיך שוין צום עסן, דער איד שלינגט גאנץ אפעטיטלעך אראפ די צוויי כזיתים מצה און שטעלט אן זיינע אויגן ווארטנדיג צו די ריכטיגע סעודה. דא דערלאנגט מען אים "מרור". ער בייסט אריין און הייבט אן צו שלוכצן און הוסטן. זיין געדולד פלאצט שוין און פרעגט דעם פריינד זיינעם, דער וועלכער האט אים אריינגעשלעפט אין דעם גאנצן "געשעפט" דאס איז די סעודה פון וואס דו רעדסט?, דאס האט דאך קיין טעם נישט!, ווארט איין מינוט, בארואיגט אים דער איד. דאס איז נאר איין כזית, באלד קומט דאס ריכטיגע.

ווידער דערלאנגט מען אלע מסובים דעם כורך. דער איד בייסט אריין און ... צו זיין ביטער ענטוישונג... ווייטער דאס זעלבע... ביטער און האליג...

ער ווערט אויפגערעגט. הייבט זיך אויף און אנטלויפט מיט די נשמה אין די הענט.. ביי דער טיר האט ער נאך אספייעט צו הערן ווי דאס קינד זאגט "שולחן עורך מען ברענגט אריין צו עסן..." ער טראכט ביי זיך "נאך א גליק וואס איך בין אנטלאפן באצייטענס ווער ווייסט וואס זיי האבן נאך געוואלט דארט אריינבערענגן. אבער וואו אהין לויפט מען?
א צעבראכענער און אנטוישטער איז ער געלאפן אין בית המדרש, זיך אנידערגעלייגט אויף דער הארטער באנק און איינגעשלאפן.

צומארגנס טרעפט ער אין שול זיין אלטן באקאנטן פריינד, און זידלט אים אויס: "דו אינטריגער וואס דו ביזט. דו האסט מיך פארפירט די גאנצע צייט איך זאל נישט עסן נאר ווארטן אויף דער גרויסער סעודה וואס איז באשטאנען פון האליגע גרינסן".

הא הא - צעלאכט זיך דער איד - "דו נאר וואס דו ביסט. ווען דו וואלסט אויסגעווארט נאך איין מינוט וואלסטו באקומען דאס גוטע. אלעס האסטו באקומען דאס גוטע. אלעס האסטו מיטגעמאכט, הגדה, מרור, כורך, נאר ביי שלחן עורך דעמאלט ווען עס קומט די סעודה ביסטו אנטלאפן.

דער נמשל איז זעלבסט פארשטענדליך. אידישע קינדער ליידן און מאטערן זיך אין גלות, האפנדיג אט אט עס פאנגט זיך אן די גאולה. השי"ת בעט אידישע קינדער ווארט מיט געדודלד, ביז דאס גוטע וועט קומען, דער פארכטיגער גרויסער, לעכטיגער, טאג. ביז דערווייל האבן מיר שוין באקומען היפש קארטאפל איינגעטונקען אין זאלץ וואסער. פיל מאל ליידער אראפגעשלינגען דעם ביטערן טראפן, דעם כזית "מרור" מיט'ן פילן זין פון ווארט, און די גרויסע סעודה האט זיך נאך נישט אנגעפאנגען אבער קלוגע מענטשן שטארקן זיך און האבן געדולד ווארטן אויס דאס גוטע.

נארנים אנטלויפן באלד נאכ'ן כזית מרור, זיי פארשטייען נישט אז נאך די פינסטערע נאכט נאך די פילע כזיתים פון מרור אט דעמאלט קומט דאס גוטע אין דאס ליכטיגע צו וועלכן מיר וועלן אי"ה דערלעבן שוין אין באלד.
(לויט דעם ספר כוכבי אור)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין הימל קוקט מען אנדערש
דער רבי ר' שמואל פון קאריב זי"ע פלעגט שטענדיג פארן צום רבי'ן פון לובלין דער הייליגער חוזה זי"ע. ר' שמואל איז געווען ל"ע א גרויסער ארימאן אז ער האט נישט געהאט פון וואס צו שפייזן זיין משפחה, פונדעסטוועגן האט עס אים נישט געשטערט פון זיין הייליגע עבודה. אידן וועלכע האבן זיך דערוואוסט פון זיין ענגן מצב פלעגן אים שטיצן פון צייט צו צייט אז זיי זאלן זיך דערהאלטן.
איינמאל האט זיך דער רבי ר' שמואל פארגענומען אז ער וועט מיט קיינעם נישט ארומרעדן וועגן זיין שווערן מצב אין פרנסה, נישט געקוקט אויף כאטש ווי געענגט ער זאל נישט זיין, נאר דאס וואס השם יתברך וועט באשערן, און מענטשן וועלן פון זיך אליין זיך דערמאנען פון אים, וועט ער נעמען, אויסער דעם, נישט.
די רעבעצין איז אים צוגעשטאנען, אז ער זאל עפעס רעדן מיט איינעם וועגן זייער שווערן מצב, אבער ער האט נישט געענדערט זיין באשלוס, פילנדיג אז השי"ת וועט אים נישט פארלאזן אפילו אין די שווערע צייטן.
אזוי האט ער זיך טאקע געפירט א שטיק צייט. און אלע מאל האט זיך געמאכט איינער וואס האט אים אינזינען געהאט און ארויסגעהאלפן.
איינמאל האט זיך געמאכט פאר פסח, און דער רבי ר' שמואל האט גארנישט געהאט אין שטוב.
ער האט געהאט דערפון גרויס עגמת נפש, מורא האבנדיג אז ער וועט מוזן ענדערן זיין באשלוס, און חלילה דארפן בעטן ביי מענטשן, אבער ער האט זיך דאך געשטאקט מיט דער האפענונג אז השי"ת וועט זיכער העלפן.
דערווייל האט זיך דער יום טוב דערנענטערט און עס האט זיך נישט געוויזן קיין אויסזיכט אפילו אויף דעם כזית מצה און די פיר כוסות, די מינימאלסטע זאכן וואס א איד דארף האבן צום סדר, און דער רבי האט געהאט דערפון גרויס צער.
דער רבי פון לובלין מיט זיינע הייליגע אויגן, האט אבער אין פאראויס געזען דעם שווערן מצב פון זיין הייליגן תלמיד, האט ער מיט א צייט פריער געזאגט פאר איינעם פון זיינע חסידים, דער עושר ר' שלמה פון קאנסקיוואלי אן איידעם פון דעם צדיק רבי נטע פון חעלם זי"ע, אז ער זאל זען צו באזארגן זיין תלמיד דעם רבי'ן ר' שמואל פון קאריב מיט אלע זיינע געברויכן אויף פסח.
און אז דער רבי הייסט, האט ער שוין נישט פארגעסן, און ערב פסח נאכמיטאג האט זיך פאר ר' שמואל'ס הויז אפגעשטעלט א וואגן אנגעלאדענט פון אלעם בעסטן אויף פסח. עסנווארג. געשיר און וואס נאר מען דארף.
דער צדיק האט אויפגעלעבט, אזוי אומגערישט איז ער אויפגעראכטן געווארן און זיין הארץ איז פול געווארן מיט פרייד און שבח והודאה צו השי"ת וואס האט אים באשערט מיט א פרייליכן יום טוב.
עס איז נישט מעגליך צו באגרייפן ווי אזוי דער צדיק האט זיך אוועקגעזעצט צום סדר, מיט גרויס התלהבות, און שמחה פון דעם הרחבת הדעת מיט וואס ער איז באגליקט געווארן, האט ער אפגעראכטן דעם סדר, אזוי אז ער האט ממש פארגעסן פון דער וועלט, און ווי געשוועבט מיט זיין קדושה אין די הימלען, איבערהויפט האט אים דערהויבן דער געדאנק אז ער האט געקענט אנגיין מיט זיין אלטן באשלוס, נישט צו בעטן ביי קיינעם.
דער סדר האט זיך געענדיגט שפעט אין דער נאכט, מיט גרויס שמחה, און אז עס האט זיך אים געדאכט אז קיינמאל האט ער נאך נישט אזוי אפגעראכטן א סדר ווי דאס מאל.
דער ערשטער טאג יום טוב איז אדורך, און דער רבי האט זיך געוואלט נעמען צום צווייטן סדר. אבער ער האט דערפילט א מידקייט, האט ער זיך אביסל אנגעשפארט זיך אביסל אפצורוען פארן סדר.
דער רבי האט זיך געפירט אז ער האט אויך די צווייטע נאכט מקפיד געווען צו עסן דעם אפיקומן פאר חצות, און דא האט פאסירט אז ווען דער רבי האט זיך דערוועקט איז שוין געווען אביסל שפעטליך, און עס וואלט אויסגעקומען צו עסן דעם אפיקומן שפעטער נאך האלבע נאכט.
דער רבי האט געהאט דערפון גרויס עגמת נפש, און ער האט זיך גענומען שנעל צום סדר, און האט אין איילעניש גענומען צו זאגן די הגדה, געטרינקן די כוסות, אזוי אז ער האט קוים געהאט צייט צו עסן דעם אפיקומן צייטליך.
נאכ'ן אפיקומן האט דער רבי גענומען אביסל צייט זיך צו פארטראכטן.
אוי! האב איך געפראוועט א סדר, האט דער רבי געטראכט מיט ביטערניש. די הייליגע ווערטער פון די הגדה, סיפור יציאת מצרים, ווערטער וואס גרייכן ברומו של עולם, האב איך אזוי אפגעזאגט. עס איז אמת אז איך האב עס געטאן וועגן מיין זהירות פון עסן דעם אפיקומן, אבער דאך, אזוי אפצופראווען א סדר, מיט אזא שפלות, איבערהויפט אין די נאכט וואס השי"ת מיט די פמליא של מעלה גייען ארום אין אידישע שטיבער, זיך איינצוהערן די שירות ותשבחות וואס אידישע קינדער זאגן פאר אים, און אט אזא געהויבענע נאכט האט איך געזאגט אזוי איינפאך די ווערטער.
אזוי האט דער רבי ווייטער געשפינט זיינע מחשבות מיט צובראכנקייט און הכנעה, ביז ער איז געקומען צום אויספיר כמעט מיט טרערן - אז ער האט נאך אין זיין לעבן נישט אפגעראכטן א סדר אין אזא נידריגע שטופע ווי ער האט עס געטאן דאס מאל, און ער גלויבט אז קיין שום איד אויף דער וועלט הא נישט געפראוועט אזא שפלות'דיגן סדר .
דער רבי האט דערפון געהאט גרויס צער און עגמת נפש.
נאך יום טוב איז דער רבי ר' שמואל געפארן קיין לובלין צו זיין רבי'ן דער הייליגער חוזה זי"ע.
גלייך ווי ער האט אריינגעטרעטן צום רבי'ן, און שלום געגעבן, האט זיך דער רבי אנגערופן:
"לאמיר באטראכטן די סדרים וואס ר' שמואל האט געפראוועט.
דער סדר פון די ערשטע נאכט איז געווען שוואכליך, עס האט זיך געדאכט אז ער פליעט אין הימל - וואס עפעס פליען אין הימל?" האט דער רבי באמערקט.
"דער צווייטער סדר, אה, דאס איז שוין געווען שיין, מיט אזא פראכט און גלאנץ, דאס אמת'דיגע צעבראכנקייט האט געגעבן דעם גאנצן חן און חשיבות דערפאר, עס האט זיך אנגעזען אויבן אין הימל מער פון אלע סדרים...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אשר "פסח" על בתי בני ישראל.
ווען דער רבי ר' משה לייב סאסובער זי"ע איז געווען דאס ערשטע מאל ביים הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע אין ליזענסק איז געווען דעמאלט שבת פ' בא. און דער רבי ר' אלימלך האט מכבד געווען דעם גרויסן גאסט אז ער זאל זאגן תורה ביים טיש.
די תורה הק' דערציילט אין די וואכעדיגע סדרה - האט דער רבי ר' משה לייב אנגעהויבן - ואמרתם זבח פסח הוא לד' אשר פסח על בתי בני ישראל, אז השי"ת כביכול האט איבערגעשפרונגען די אידישע הייזער און האט נאר גע'הרג'עט די בכורים פון די גוי'אישע הייזער און די אידן זענען אלע געבליבן לעבן. און דאס איז די טייטשט פון "פסח" שפרונגען און איבערהיפן.
איז וויכטיג צו פארשטיין פארוואס האט השי"ת געדארפט איבערהיפן פון איין ארט אויפן צווייטן, השי"ת איז דאך איבעראל, אויך דארף מען צו פארשטיין דאס לשון "על בתי בני ישראל" אויף די אידישע הייזער, עס וואלט דאך געדארפט שטיין" מעל בתי בנ"י", אז השי"ת האט געהיפט "איבער" די הייזער פו ןדי אידן נישט "אויף" די הייזער?
נאר דער סדר איז אזוי ווען איינער וויל עפעס אויסבעטן ביים קעניג זוכט ער זיך אנקומען צום קעניג מיט זיין בקשה אין דער קעניג פארברענגט למשל, צוזאמען מיט זיינע נאענטע פריינד, און דער קעניג איז גוט אויפגעלייגט ווייל דעמאלט איז די צייט געאייגנט אויסצופועלן ביי אים חסדים און טובות.
דאס זעלבע איז אויך ווען אידן טוען מצוות מיט ליבשאפט צו השי"ת ברענגט עס שמחה און פרייד כביכול פאר השי"ת, און דורכדעם קומט די ישועה פאר אידן. אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' בער פון מעזריטש זי"ע האט געטייטשט "עלה אלקים בתרועה" דער "מידת הדין" וואס וויל ח"ו טאן שלעכטס פאר אידן ווערט "דערהויבן" און איבערגעארבעט אויף רחמים "בתרועה" דורך די מצוות וואס ווערן געטאן פון ערליכע אידן מיט ליבשאפט צו השי"ת און דאס ערוועקט א שמחה צווישן השי"ת אין זיינע "פריינד" און ליבהאבער (תרועה איז פון לשון רעות פריינדשאפט) און דורכדעם קומט די ישועה.
אזוי איז אויך געווען ווען השי"ת האט געזען אין מצרים אז דאס גאנצע לאנד איז פול מיט עבודה זרה, און דאך געפינען זיך דארט אויך ערליכע אידישע שטיבער וואו מען פירט זיך לויטן ווילן פון השי"ת און מען איז מקיים די מצוות מיט ליפשאפט האט עס ערוועקט אין השי"ת א גרויסער שמחה און פרייד אז כביכול השי"ת אליין האט געטאנצט פאר פרייד אין יעדע אידישע היים און האט אויסגערופן:
דא וואוינט א איד - דא וואוינט א איד -
דאס דערציילט דער פסוק "אשר פסח על בתי בני ישראל", השי"ת האט זיך געפריידט און האט געטאנצט אין יעדע אידישע שטוב, און אזוי זענען מיר צוגעקומען צו די ישועה.
ווי דער רבי ר' משה לייב האט געענדיגט די תורה איז ער מיט גרויס התרגשות ארויפגעשפרונגען אויפן טיש פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך און האט אנגעהויבן צו טאנצן מיט התלהבות זינגענדיג הויך אויפן קול:
"דא וואוינט א איד - דא וואוינט א איד"
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

(פאלגענד איז א סיפור וואס א איד פון פארן קריג האט פארשריבן אין עס איז היבש אינטרעסאנט וועל איך עס מעתיק זיין )

איך וויל דא דערציילן, ווי אזוי איך בין פסח ביינאכט אויסגעלייזט געווארן פון גלות, דער "אף אותנו גאל" איז ביי מיר נישט געווען בלויז א פארשטעלונג, נאר די ריינע ווירקליכקייט. איך האב עס ממש געפילט אויף דער אייגענער הויט...
איך בין נאך געווען דעמאלט גאר א יונג בחור'ל, געלערנט האב איך אין א קליין שטעטלדיגע ישיבה, צווישן בחורים, אסאך, אסאך עלטערע פון מיר, און וויבאלד איך בין געווען דער יונגסטער צווישן מיינע חברים, האב איך געמאכט דעם איינדרוק ווי א נאאיווע שעפסעלע, וואס האט פארבלאנדזשעט צווישן א סטאדע וועלף.
שוין צוליב דעם אליין, ווי אויך פון דער נאטור בין איך נישט געווען קיין שטארקער און איך האב טאקע דערפון שטארק געליטן. אין אלע הינזיכטן בין איך שטענדיג געווען דער שלימזל, איך האב פארביסן די ליפן און קיינעם נישט אנטפלעקען מיינע יסורים, ווייל איך האב נישט פארמאגט אין זיך קיין שטארקייט צו דערציילן פאר איינעם, וואס מיר קוועטשט, וואס מיר דריקט.
איז געקומען אנהויב "זמן" איז מיר שטענדיג אויסגעקומען צו זיצן אויפן סאמע לעצטן, אומבאקוועמסטן פלאץ, פאררוקט אין א זייט, אין א ווינקל. איז אמאל געקומען א גביר אין שטעטל און האט פארטיילט צווישן די בחורים מלבושים, איז פאר מיר קיינמאל נישט געבליבן.
צום ערגסטן איז געווען מיט די "טעג",דאס מיינט אז מען איז יעדען טאג געגאנגען עסן ביי מענטשען ווייל די ישיבות האבען נישט געהאט קיין געלט פאר עסן די אנדערע האבן געקענט אויסענווייניג אלע בעלי בתים און הייזער פון שטעטל, געוואוסט וואס עס טוט זיך אין די "טעפ", וואו מען קאכט גוטע מיטאגן און וואו - שלעכטע, וואו די בעל הבית'טע איז א גוטע און וואו - א שלעכטע.
און זיי האבן זיך טאקע אויסגעקליבן די שענסטע און בעסטע "טעג", די רייכסטע הייזער, וואו מען קאכט מיטאגן כיד המלך, כסעודת שלמה בשעתו.
דאקעגן איך, א בטלן פון בטלנים-לאנד, איך האב די מינדעסטע אנונג נישט געהאט אין די שווערע סוגיא פון "טעג" און איך בין שטענדיג אריינגעפאלן אין די ארימסטע הייזער, וואו, כאטש מען האט געגעבן צו עסן בתשואות חן אבער די מיטאגן זענען געווען אזוי מאגער, אזוי געשמאקלאז און דערביי זענען די טעלער מיט די לעפל געווען אזוי "ליידיג"...
עס איז געווען די פסח וואך, די יעניגע בחורים וועלכע האבן געוואוינט אין די נאנטסטע ארומיגע שטעט און שטעטלעך, זענען אהיימגעפארן אויף פסח. דאקעגן די בחורים פון די ווייטערע ערטעראון איך בין אויך געוועהן צווישען זיי, זענען פארבליבן אין דער ישיבה, ערשטענס, איז דאס שלפען זיך אזא ווייטע שטרעקע אהיים, געווען אומגעהויער שווער, עס איז גראדע געווען א פראסטיג וועטער, און צווייטענס זענען אויסגאבען פון די וועג געווען אזוי גרויס, אז עס וואלט ממש געווען א זינד פאר השי"ת און פאר מענטשען, קאליע צו מאכן אזויפיל געלד צוליב אכט טעג זיין אינדערהיים.
ארויסגעוויזן האט זיך, אז דער ראש ישיבה האט ממש ערב פסח געמוזט נויטיג אוועקפארן און מיר זענען אלע איבערגעליבען אויף השי"ת חשבון, זענען מיר אלע ארומגעלאפן אליין זיך צו "שאפן פסח", עס פארשטייט זיך אז מיינע חברים האבן געפאקט די בעסטע ערטער: איינער ביים רב, א צווייטער ביים שוחט א.א.וו. און איך שלימזל'דיגער לא יוצלח'ניק, בין אריינגעפאלן צו גאדל פוהרמאן.
צו שילדערן אייך די געשטעל פון גאדלען האלט איך פאר איבריג. ער איז א פערזענליכקייט, א אלעמען בעקאנטע און אויף וועלכען מען קען גאנץ דרייסט זאגן: פירושים זענען איבעריג"...
פארפאלן! - האב איך זיך געטראכט - זאל זיין א פוהרמאן, פארט א איד, בפרט אז גאדל איז געווען א גאנץ פארמעגליכער, און פאר זיין גראשן האט קיין איד נישט געקענט שטארבן. ער האט זיכער אנגעגרייט א שענער פסח ווי דער רב, און שוחט, נאר וואס, א נישט א גרויסען לערנער? - איז וואס, וואס גיי איך זיך דען מיט אים אויף אייביג פארבינדן?...
עס איז געווען ערב פסח נאך האלבן טאג, איך בין אריינגעקומן צו גאדלען און געטראפן אים זיצן ביי א קארב מיט מצות, אז מען האט ביי אים דאס פנים נישט ארויסגעזען, ער האט געשיבט און געריקט און דערביי געווען אזוי פארטוהן אין דער אכילה, אז ער האט מיר אינגאנצען נישט באמערקט, ערשט דאס ווייב זיינס האט מיך פאר אים פארגעשטעלט:
"זעסט, גאדל, מיר האבן א ישיבה בחור צום סדר.
- זייער גוט - האט גאדל געענטפערט - פאר א יאר האבן מיר אויך געהאט א ישיבה בחור, האט ער אונז טאקע א סאך צוגעהאלפן, א שווערער יום טוב, דער פסח, עס זענען דא אזויפיל זאכן צו מאכן - א "סדר", א "כרפס" א "יחץ" א "רחצה"...
גאדל האט פאר מיר אוועקגעלייגט אפשר א הויפען מצות און באפוילן: "גיי וואש זיך, ביסט דאך אוודאי הונגעריג",
ערב פסח טאר מען נישט עסן קיין מצה האב איך אום דרייסט געענטפערט.
זע נאר מיין למדן! האט זיך די בעל הבית'טע אריינגעמישט, א פרישער דיין! מיין מאן איז אויך נישט פון הונטערן אויוון, און אויב ער עסט, מעגסטו אוודאי עסן, וואס דען זאל איך דיר געבן? אפשר א שטיקל חמץ?
זאל זיין א ביסל קארטאפל מיט בארשט האב איך געמורמלט אונטערן נאז.
גאדל איז שיעור נישט צוזעצט געווארן פאר געלעכטער.
סטייטש, בארשט? האט ער געדונערט וואס מיינסטו, אז ביי מיר איז א טריפ'ענע שטוב? אז ביי מיר עסט מען חמץ אום פסח? נישט שיין, אז א ישיבה בחור זאל נישט וויסן, אז א ישיבה בחור זאל נישט וויסן, אז פסח טאר מען קיין בארשט נישט טרינקען, וואס איז דער טייטש "חמץ"? זויער, קיין שום זויער'ס קומט צו מיר אין שטוב נישט אריין, נישט קיין בארשט, נישט קיין לימינעס און נישט קיין לימינע זאלץ...
די בעל הבית'טע האט אנגעקוואלן פון איר מאנ'ס לומדות.
איך האב שוין לאנג געזאגט, האט זי זיך אנגערופן, אז דו, גאדל ביסט מער למדן, ווי די אלע ישיבה בחורים...
עס זענען אריבער עטליכע שעה. גאדל האט זיך מיט מיר אוועקגעזעצט אויסארבעטן די "פלאן" פון "סדר".
וואס נעמט מען אויף "כרפס"? פרעגט ער מיר.
מען קען נעמען רעטעך, קארטאפל.
זאל זיין קארטאפל, האט גאדל באשלאסן.
פראדל, האט ער א געשריי געטון צום ווייב, גרייט צו קארטאפל אויף "כרפס".
פראדל האט זיך אוועקגעזעצט שיילן קארטאפל, אז מען האט אוודאי געקענט פארטיילן דערפון א גאנצע מחנה מיט סאלדאטן.
און וויאזוי מאכט מען חרוסת? פרעגט ער מיר.
איך האב געקוועטשט מיט די פלייצעס, איך האט טאקע נישט געוואוסט.
אוי, דו בטלן איינער, דו ווייסט דאך פון גארנישט, דער בחור וואס איך האב געהאט פאראיאר, האט פון אלעם געוואוסט.
פראדל, האט ער א געשריי געטון, לויף גיך אריבער צום רב און פרעג אים, ווי אזוי מאכט מען חרוסת, מיר וועלן, חלילה, בלייבן אן חרוסת אויף פסח...
א קלאג האט מיר געטראפן, איז פראדל אזוי ווי זי שטייט און גייט געלאפן צום רב, שטראף מיר נישט, ג-ט, מען זאל חלילה, בלייבן אן חרוסת אויף פסח..
און וואס איז מיט "יחץ", מיט "רחצה"?
דאס זענען נישט קיין זאכן אנצוגרייטן האב איך אים אויפגעקלערט.
און "כורך"?
אוף "כורך" נעמט מען חריין,
וועסטו טון א מצוה און אנרייבן חריין?
יא.
ער האט מיר אריינגעפיהרט אין א צימער און מיר אנגעוויזן אויף א הויפן חריין, אזוי, אז ווען מען זאל אפילו די גאנצע אכט טעג פסח עסן בלויז חריין וואלט עס געווען גענוג פאר א גאנצע גרופע אידן. דאס ביסעל - זאגט ער, וועסטו אנרייבן, עס איז דאך א מצוה.
עס איז מיר פשוט פינסטער געווארן פאר די אויגן. ווען וועל איך אנרייבן אזא הויפן חריין?
באין ברירה האב איך זיך גענומען צו דער מלאכה. צובלוטיגט זיך די פינגער, די אויגן זענען מיר שיעור נישט אויסגערונען פאר רייסיגקייט און איך האב ממש ארויסגעקוקט די רגע, ווען איך וועל פטור ווערן פון דאזיגן בלע עגלה'שן גלות.
קוים וואס איך האב שוין דערלעבט אז די נאכט זאל צופאלן און מיר זאלן זיך שוין זעצן בשלום צום סדר.
גאדל האט זיך אנגעטון דעם יום-טוב'דיגן הוט, א גרויסע קיילעכיגע מאטשעיובקע מיט א לאנגן לעדערנעם דאשעק, איינגעהילט זיך אין א שווערן קיטל און גענומען פראווען דעם סדר.
שווער האט ער נעבעך געארבעט, דער "לוי" מיטן "ישראל" זענען נאך ווי עס איז רואיג געלעגן. דערפאר אבער האט זיך דער "כהן", א געבויגענע מצה. געקוועטשט אין אלע זייטן און בשום אויפן נישט געוואלט איינרוען.
גאדל האט דעם "כהן" געגעבן א טראסק אז האט ער זיך צעשפרונגען אויף פיץ פיצלעך, האט ער געשריגן פראדל, ברענג אריין א צווייטן "כהן".
אבער אויך דער צווייטער "כהן" האט נישט געוואלט רוען, ווידער א טראסק!.
גאדל האט צוטראסקעט ביז א צענדליג "כהנים", ענדליך האט ער געפאקט א לייטישן "כהן", א גלייכע מצה, וואס איז זיך געליגען במנוחה, אזוי ווי גאדל האט פארלאנגט.
די רעכטע ארבעט האט זיך יעצט אנגעהויבן ביים אויס'סדר'ן די "קערה". גאדל'ס מוח האט בשום אויפן נישט געקענט באגרייפן דעם "זרוע בימין וביצה בשמאל". ער האט נישט געקענט תופס זיין דעם ענין פון רעכטס און לינקס, ער האט זיך געדרייט ווי א שלאנג, איבער געזעצט זיך אויף פארשידענע ערטער און ווען איך וועלט זיך נישט אריינגעמישט, ווער ווייסט צי עס וואלט אמאל גענומען אן עק.
דער קידוש איז אריבער בשלום, אן באזונדערע שטרויכלונגען, איך האב געפרעגט די קשיות און גאדל האט גענומען מורמעלן די הגדה, צוגעקלאפט ריטמיש מיטן פוס, אויסרופנדיג וואוילעריש: הע, הע, ווא, וויא!... איך האב געפילט ווי די קישקעס אין בויך דרייען זיך ביי מיר שיעור נישט איבער פאר געלעכטער. איך בין אבער געצוואונגען געווען דאס געלעכטער אין מיר צו האלטן כדי גאדל זאל עס, חלילה, נישט באמערקן.
פלוצלינג האט גאדל געטון א זעץ אין טיש אריין: סטאפ, טררר!...
ער פרעגט מיר א קשיא:
עס שטייט מעשה ברבי א מעשה מיט א רבי, אליעזר ורבי, אליעזר מיט א רבי, יהושע ורבי, יהושע מיט א רבי, טרפון ורבי, טרפון מיט א רבי, עקיבא אן א רבי! פארוואס אלע האבן רבי'ס און עקיבא נישט?..
איך וואלט אים אפשר געענטפערט, ווען נישט דאס, וואס איך האב מורא געהאט אז איך זאל נישט אויסשיסן אינמיטן מיט א געלעכטער.
ווייסטו נישט, הא? מאכט צו מיר גאדל, נו ווייטער.
נאכן אפזאגן די ערשטע העלפט "הגדה", נאך פארן אויסטרינקען דעם צווייטן כוס, רופט זיך אן גאדל:
מיר וועלן אפזאגן די אנדערע העלפט "הגדה" אויך, איך האב פיינט צו האבן אן עול אויפן קאפ, נאר פטור, אפגעזאגט.שפעטער וועלן מיר עסן און טרינקען און זיך לאזן וואויל גיין אזוי ווי עס שטייט אין דער תורה...
באין ברירה האב איך געמוזט מסכים זיין, גאדל האט געמאכט קילאמעטערדיגע שפרייזן, געשלונגען די "כי לעולם חסדו'ס", ביי די "אחד מי יודע'ס" איז ער שיעור נישט דערשטיקט געווארן, ביז ער איז בשלום צוגעפארן צום "חד גדיא" און דאן האט ער א שווערן זיפץ געטון: שוין געענדיגט ב"ה...
ער האט אוועקגעשטעלט פאר זיך דריי גרויסע, תשעה-קבין'דיגע כוסות, איינגעריבן די הענד און אויסגעזופט איין כוסה נאך דער צווייטער, אויסרופנדיג: איינס, צוויי, דריי, ערלעדיגט!
מיר האבן זיך געוואשן, וואס פאר א ברכה גאדל האט געמאכט איבער דער מצה, האב איך נישט באמערקט, הערנדיג אבער פון מיר מאכן די ברכה "המוציא לחם" האט ער זיך אנגעצינדען אין א שרעקליכן כעס" סטייטש, לחם? ברויט? חמץ?
איך האב איהם געפרואווט אויפקלערן נאכן עסן דעם כזית אז "לחם" מיינט מען נישט בלויז ברויט חמץ. גאדל איז אבער פארבליבן ביי דאס זייניגע.
סטייטש, מ'מיינט נישט ברויט? דו זאגסט דאך אליין: המוציא, ער האט ארויסגעצויגען, לחם ברויט...
גאדל האט זיך אנגעגאסן א שפארע כוסה פינף און ניינציגער, א כלאפ אריין געטון ווי קיינמאל גארנישט, א צווייטע כוסה, א דריטע, און פארביסן מיט א שטיק פיש, מיט וועלכן מען וואלט געקענט הרגענען א געזונטן פויער...
גאדל איז געווארן רויט ווי א בוריק. די אויגן האבן גענומען גלאנצן און ער האט געפראכעט, ווי א געשטאפטע גאנז.
פראדל האט אריינדערלאנגט די קאכעדיגע יוך מיט די קניידלאך, וועלכע זענען געווען אזוי גרויס ווי טאפעס, גאדל האט זיך אבער אזוי גיך נישט צוגערירט צו זיי, די אויגן האבן זיך ביי אים געקלעפט, א מידער איז ער איינגעשלאפן בייים טיש האלטנדיג פעסט מיט ביידע הענט די ביידע עקן פון טישטעך.
ער האט שווער געכראפעט, געשנארכט. פלוצלונג האט ער זיך א צי אויס געטון אויף דער ברייטער שטול און מיט א הילכיגן געשריי:
טררררר!
ער האט אראפ געצויגן דאס טישטעך מיטן וויין, מיט די כוסות, מיט די קאכעדיגע יוך, מיטן נאפט לעמפל, מיט די לייכטער, מיט הכל בכל...
געוואלד, האט פראדל געשריגן, זע נאר, גאדל, וואס דו האסט געטון? האסט דא מיך אוועקגע'הרג'עט, האסט דאך מיך פאר'ברענט ווי גרויס און אלט איך בין...
מיר זענען אין כינעווער וואלד! האט גאדל אויסגערופן, ציענדיג ווייטער דאס טישטעך און אראפשלעפנדיג די איבריגע כלים...
געוואלד! האט פראדל נישט אויפגעהערט צו שרייען, זעט נאר מיין אומגליק, מיין חורבן, גאדל, וואס טוט זיך מיט דיר?
גאדל האט קוים אויפגעריסן די אויגן.
פראדל וואס איז די מעשה, פארוואס עס איז פינסטער אין שטוב?
האסט זיך אנגעשיכורט ווי א גוי דו פויער איינער, האט פראדל נישט אויפגעהערט צו שרייען, האסט אלץ פון טיש אראפ געשלעפט, האסט פון אלעס א וויסטען חורבן געמאכט, האסט מיך פאר'שרפה'ט...
שווייג, זאג איך דיר, האט גאדל געדונערט, ליארעם נישט אזוי, דו הערסט!
גיי פאפן, פויער איינער, איז פראדל נישט אפגעשטאנען, אנגעשיכורט זיך ווי א גוי און יעצט מאכט ער סקאנדאלן.
גאדל האט זיך א הויב געטון און גענומען דונערן מיט זיין שטימע, און פראדל האט גענומען שרייען מיט די לעצטע כוח:
געוואלד, ראטעוועט!
עס איז זיך צונויף געלאפן אן עולם מענטשן, אין שטוב איז געווען שטאק פינסטער א ריח פון וויין און נאפט און יוך האט געשלאגן אין קאפ, מען איז שיעור נישט געפאלן איבער די צובראכענע כלים וואס האבן זיך געוואלגערט צוזאמען מיט די קניידלעך אויף דער ערד.
אין דעם גרויס טומלדיגן יריד, האב איך זיך אפגעטראגן, אויפגעהויבן די הענד צום הימל און געדאנקט זיין ליבן נאמען, וואס האט מיר אויסגעלייזט פון דאזיגען גלות..
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א סדר אין דער פרעמד
די פאלגענדע מעשה האט פאסירט אין די צייטן ווען די רוימישע אימפעריע האט באהערשט לענדער און פעלקער און איר נאמען האט געקלינגן פון איין עק וועלט ביז צום צווייטען. די שטאט רוים אליין איז דאן באטראכט געווארן אלס די מעכטיגסטע אין דער גאנצער וועלט, און צווישן די פיל געזעצן וואס דער פויפסט פון רוים האט דאן ארויסגעגעבן, האט פארנומען דער אויף אויבן-אן א געזעץ וואס פארבאט א איד ארויפצוטרעטן אויף די רוימישע ערד, א איד האט אפילו נישט געמעגט דורכפארן די שטאט. שוין אפגערעדט פון וואוינען אדער פירן דארט א געשעפט. פאר פארלעצן דעם געזעץ האט מען באשטראפט מיט טויט.
האט זיך אמאל געמאכט אז א באוואוסטער אידישער סוחר מיטן נאמען ר' הלל, האט זיך בהאלטענערהייט געפונען אין רוים צוליב געשעפטליכע אינטערעסן און צוליב די גרויסע פארפלייצונג אין דער רוימישע געגענט, האט ער נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט צוריקצופארן אהיים אויף פסח וואס האט שוין געהאלטן ביים אנקומען. עס איז אים געווען זעהר שווער ארויףף צו ברענגען אויפן געדאנק. אז ער וועט דארפען זיין פסח ווייט אוועק פון דער היים, איבערהויפט אין אזא שטאט ווי רוים וואו די סכנה פאר א איד איז אזוי גרויס. פון דער אנדערע זייט, האט ער אבער פארט געמוזט שנעל טרעפן אן עצה וואו אזוי צו פארבלייבן פסח אין רוים, און דאך אויסגעהיטן ווערן פון דעם הארבן איסור פון חמץ בפסח און זעהן מקיים צו זיין די מצוה פון אכילת מצה.
די צייט איז ווי געפלויגן, די טעג האבן זיך גערוקט.. עס איז שוין ערב פסח נאכמיטאג און ר' הלל ווייסט נאך אלטץ נישט וואו ער האלט אין דער וועלט, ער האט ערשט יעצט דערפילט דעם טעם פון גלות און זיין הארץ איז פיל מיט באגער צו פייערן דעם יום טוב פון דער ערשטער אידישע גאולה, לויט אלע דינים און הידורים.
פון גרויס פארצווייפלונג איז אים איינגעפאלן א געדאנק, זיכער, האט ער ביי זיך געטראכט, לעבן דא אין רוים ערגעץ אידן באהאלטענערהייט און אין זייערע הייזער גרייט מען זיך יעצט אריינצונעמען דעם שיינעם יום טוב פסח. ער וועט גיין צום שטאטישן מארק פלאץ, האט ער ווייטער געטראכט, און צוקוקען ווער פון די איינקויפער וועט איינהאנדלן אזא פסח'דיגן מאכל ווי מרור וואס אידן לייגן אויף די פסח'דיגע קערה צום סדר, דער וואס וועט איינקויפן היינט ערב פסח נאכמיטאג א מאכל וואס מ'לייגט אויף די קערה, איז זיכער א איד וואס היט אפ אידישקייט באהאלטענערהייט און ער וועט שוין טרעפן א וועג ווי אזוי זיך אויפצוהאלטן פסח ביי דעם איד.
שטייענדיג אזוי אויפן מארק פלאץ און מיט די אויגן קוקענדיג אויף אלע זייטן און ווארטענדיג צו געפונען א איד אין רוים, האט ער מיטאמאל באמערקט ווי עס איז צוגעפארן א שיינע קארעטע פון וועלכען עס איז אויסגעשטיגן נישט קיין אנדערע ווי דער שטאט-הויפט (גובערנאטער) פון רוים. ער האט זיך אליין נישט געקענט גלייבן ווען ער האט געזעהן ווייטער ווי דער שטאט-הויפט איז האסטיג אראפ פון קארעטע און שטילערהייט עפעס אנגעזאגט פארן באדינער וועלכער איז גלייך געגאנגן צו איינעם פון די גרינס-הענדלער און געקויפט א בינטעלע מרור. פאר דעם גרויסן עולם וואס האט זיך ארומגעקליבן ארום דעם מעיאר'ס קארעטע, האט דער מעיאר עקלערט אז ער איז ספעציעל געקומען זיך צו באקענען מיט דער לאגע אויפן מארק און זעהן וואס פארא אויסבעסערונגען מען דארף דארט מאכן.
דער באדינער איז צוזאמען מיט זיין האר גלייך אפגעפארן צוריק צום שטאטישן פלאץ.
פאר ר' הלל איז עס געווען מער ווי זיכער אז דער שטאט-הויפט פון רוים, די שטאט וואו קיין שום איד טאר זיך נישט געפונען, איז גאר אליין א איד, און נאך דערצו א פרומער איד וואס קומט אליין אויפן מארק איינקויפן מרור אויף פסח, די פראגע איז אבער יעצט געווען פאר ר' הלל ווי אזוי זאל ער זיך דערשלאגן צום שטאט-הויפט און אים אנטפלעקען זיין סוד? די צייט איז געווען קורץ און ר' הלל איז גלייך אוועק צום פאלאץ און זיך געמאלדן פאר זייער א וויכטיגע אוידיענץ מיטן שטאט-הויפט.
איך וויל אייער אויפמערקזאמקייט פאר אייניגע מינוטן, האט ר' הלל אנגעהויבן זיין געשפרעך מיטן שטאט-הויפט, און איך האף אז איר וועט עס מיר באוויליגן. איך בין א איד און היינט אווענט פאנגט זיך אן אונזער גרויסער און הייליגער יום טוב פסח. איך בין דא פארהאלטן געווארן צוליב די פארפלייצונגן און אזוי ווי איך האב דערקענט דורך אייער איינקויפן מרור אז איר זענט א איד וויל איך זיין אייער גאסט פאר די אכט טעג פון יום-טוב. איך וועל אייך באצאלן וויפיל איר וועט בעטן.
דער שטאט-הויפט האט רוהיג אויסגעהערט ר' הלל'ס רייד און אים קיין ווארט נישט געענטפערט ער האט אים אנגעונמען ביי דער האנט און אריינגעפירט אין א צווייטן צימער וואו ער האט אויפגעעפנט א געהיימע טיר וואס האט געפירט צו א גרויסער הייל, א מין אינטער-ערדישע וואוינונג וואו עס זענען געשטאנען גרייט טישן מיט כל טוב און דער ריח פון די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען געשפירט פון יעדן ווינקל.
דא אויף דער רעכטע זייט האט איר א צימער פאר זיך. האט דער מעיאר ענדליך געבראכן זיין שטילשווייגן און מיט א צופרידענעם שמייכל דערלאנגט ר' הלל א ברייטן שלום עליכם...
ווען עס איז אנגעקומען מנחה צייט. איז א באדינער אריינגעקומען צו ר' הלל אין צימער און אים געבעטן צו גיין אין שול דאווענען, אזא פראכטפולע שול האט נאך ר' הלל אויף זיין לעבן נישט געזעהן. די ווענט געמאכט פון טייערע מארמארענע שטיינער, די לייכטער אויסגעקלאפט פון ריינעם גאלד און דער דאך אויסגעמאלן מיט די שענסטע אויג-פארכאפנדע מאלערייען, דער עולם אין שול איז געווען רייך געקליידעט און יום טוב'דיג געשטימט, די שטימונג האט אינגאנצען נישט אויסגעזעהן ווי אין א שול וואס איז באהאלטן אין אן אינטער-ערדישע הייל וואו מען איז שטענדיג אין מורא פאר דער רעגירונג.
מען האט זיך געשטעלט דאווענען מנחה בציבור, דערנאך געזאגט דעם סדר קרבן פסח, און אלעס מיט גרויס התלהבות, אזוי איז אדורך א גאנצען דאווענען, נאכען דאווענען האט מען זיך איינער דער אנדערן געוואונטשן "גוט יום טוב" און דער גאנצער עולם איז אריין אין גרויסן עס-זאל, נעבן שול, אפצורעכטן דעם סדר און פראווען די הייליגע נאכט ווי מ'פירט זיך ביי אלע אידן.
ר' הלל איז געזעצן אויבן-אן און נישט געגלויבט זיינע אייגענע אויגן. דאס איז רוים? די שטאט וואו א איד טאר נישט וואוינען? איז עס דען נישט קיין באווייז, אז טראץ די אלע גזירות וואס די גוים מאכן אויף דעם אידישן פאלק וועט זיי קיינמאל נישט געלונגען ביי צוקומען דעם אייביגן גייסט פון דער הייליגער תורה? אייביג איז דאס פאלק ישרא-ל און אייביג איז זיין תורה!
אבער זיצנדיג אזוי פארטראכטערהייט איז ער מיטאמאל ווי אויפגעשפרינגן פון זיין ארט ווען ער האט געזעהן ווי איינער פון די באדינער האט דערלאנג צום טיש א לאנגע פעטן קעז וועלכער דער גאנצער עולם האט אויפגעשלינגן. וואס טוט זיך דא? איז ער צווישן אידן אדער חס ושלום... זאלן דען די אידן נישט וויסן דעם דין אז מען טאר נישט עסן קיין מילכיגס נאך פלייש?
בעטנדיג אנטשולדיגונג האט ער זיך געווענדעט צום שטאט- הויפט, אלס בעל הבית פון זיין הויז, אויב ער ווייסט נישט דעם דין וואס פארבאט צו עסן מילכיגס נאך פלייש. "איך האב דאך געמיינט אז איר זענט פרומע אידן", האט ער מיט טרערן אין די אויגן אויסגעשריגן, "און איך האב ביי אייך געגעסן די ערשטע סעודה פון יום-טוב פסח. ווער ווייסט אויב איך בין נישט נכשל געווארן אין דעם הארבן איסור פון חמץ בפסח?"
אנשטאט אים צו ענטפערן אוף זיינע דרינגליכע פראגעס האט דער שטאט-הויפט געבעטן ר' הלל ער זאל פארזוכן פון דעם וואונדערבארע "קעז"
איר האט נאך אזוינס אויף אייער לעבן נישט פארזוכט", האט ער צוגעגעבן, און וועגן דער עבירה פון עסן מילכיגס נאך פלייש האט ער אנגעפאנגן צו ברענגן ראיות אז עס איז גארנישט אזא שטארקע עבירה ווי מען מיינט און אז ביי זיי האלט מען נישט פון דעם, פון זיינע רייד איז געווען קענטיג, אז ער האלט זיך פאר א גרויסן למדן און דאס האט נאך מער אויפגעבראכט דעם פארצארענטן ר' הלל.
נאך לאנגע אמפערנישן האט דער בעל הבית איינגעזעהן ווי שטארק ר' הלל ערגערט זיך און האט זיך ענדליך אנגערופן צו אים , "איר זאלט וויסן טייערער גאסט, אז דער קעז וואס מיר אלע האבן געגעסן איז געווען פון מאנדלען און נישט פון מילך. עס איז געווען א הונטדערט פראצענטיגע פרווה קעז, און אין די דינים פון "בשר וחלב" זענען מיר אפגעהיט פונקט אזוי ווי איר.
פארוואס האט איר מיר גלייך נישט געזאגט? האט ר' הלל געפרעגט, פארוואס האט איר מיר אנגעטוהן אזוי פיל עגמת נפש און צער?"
"איר פארשטייט" האט דער שטאט-הויפט געענטפערט, מיר האבן געוואלט זעהן אויב איר זענט נישט קיין שפיאן, יעצט איז אונזער פארדאכט פאריבער, און לאמיר אלע ממשיך זיין מיט אונזער טייערן יום טוב פסח!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די מעשה ביים שפאלער זיידע זצ"ל


ביים סדר נאכט ביים הייליגען שפאלער זיידע זי"ע זיצט דער עולם און אן ערנסטע שטימונג און ווארט אז מ'זאל אנהייבען דעם סדר, דער הייליגער שפאלער זיידע קומט אריין און רופט אויס "קדש" און ווייזט פאר זיין זון זאל זאגן וואס דער רבי אין חדר האט איהם אויסגעלערנט, דאס קינד הייבט גלייך אן צו זאגן ווען דער טאטע קומט אהיים פון שוהל טוט ער זיך אן די ווייסע קיטל און ער מאכט שנעל קידוש, דער עולם שטייט שוין און ווארט אז דער הייליגער שפאלער זיידע זאל נעמען די בעכער אין די הענט און אנהייבן קידוש, אבער דער הייליגער שפאלער זיידע שטייט פארזינקען אין זיינע מחשבות און ווארט, ענדליך רופט ער זיך אן צום קינד, פארוואס זאגסטו נישט ווייטער!!! דאס קינד שטייט פארווינדערט און ער פארשטייט נישט וואס דער טאטע מיינט צו זאגן מיט דעם, און ווי דער טאטע זעהט זיין פארווינדערונג געט ער איהם א פרעג "דיין רבי האט נישט אויסגעלערנט ווייטער" און אזוי ווי דאס קינד ענטפערט "ניין" זאגט איהם דער הייליגער שפאלער זיידע "מען דארף ענדיגן כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן און קענען פרעגן די מה נשתנה" און תיכף האט דער הייליגער שפאלער זיידע אויפגעהויבן דעם בעכער און מיט גרויס התלהבות אנגעהויבן קידוש.

אויף צו מארגענס ביי די סעודה איז דער מלמד אריבער געקומען צו די סעודה פון דעם הייליגען שפאלער זיידע, און אזוי ווי דער הייליגער שפאלער זיידע האט איהם געזעהן געט ער איהם א פרעג "פארוואס לערנסטו נישט אויס די קינדער דעם טעם פארוואס דער טאטע דארף שנעל מאכן קידוש" רופט זיך אן דער מלמד "איך האב געמיינט אז דער טעם איז נישט וויכטיג, ווייל דער דין אז מען דארף שנעל מאכן קידוש גייט דאך אן אפילו דארט ווי עס איז נישט דא קיין קליינע קינדער" הייבט דער הייליגער שפאלער זיידע אן צו שרייען אויף איהם "ווי קענסטו זאגן אז דאס איז נישט וויכטיג די ביזט דען חשובער פון אלע מלמדים פון ביז היינט, און די פארשטייסט בעסער פון זיי" "די זאלסט וויסען אז די פארשטייסט נישט אונזערע מקובל'דיגע מנהגים, און די זאלסט נישט וואגן מער צו גרינגשעצן און צו פארענדערן לויט דיין פארשטאנד די מנהגים פון די פריערדיגע מלמדים"

און דא האט זיך דער הייליגער שפאלער זיידע אויסגעדרייט צום עולם און געזאגט, דער הייליגער זוהר הק' ברענגט אז כנסת ישראל זאגט פארן באשעפער אז מיר זענען אין גלות אין די בחינה פון "פארשלאפען" און מיט דעם הייבן מיר אן דעם סדר ווען דער טאטע קומט אהיים פון שוהל דאס מיינט צו זאגן ווען דער טאטע פון הימל קומט אהיים פון שוהל פסח ביינאכט און ער זעהט ווי זיין הייליג פאלק די יודען אפילו זיי זענען אויסגעמיטשעט און פארפלאגט פון די ארבעט פון פאר פסח, מיט דעם אלעם זענען זיי אלע געקומען אין בית המדרש און געזאגט הלל פארן באשעפער מיט התלהבות און השתפכות הנפש מאכט ער שנעל קידוש דארף ער שנעל באנייען אונזער קדושה און אונז אויסלייזען פון גלות כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפען דאס גייט ארויף אויף די יודען וואס זיי ווערן אנגערופען "ילד שעשועים" זאלן נישט פארשלאפען ווערן אינגאנצען אין דעם טינקעלן גלות און ח"ו זיך מייאש זיין פון די גאולה, און קענען פרעגן די מה נשתנה אז מיר יודען פרעגן פון באשעפער "מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות" פארוואס איז דער גלות לענגער ווי אלע אנדערע גליות, און זאגענדיג די ווערטער האט דער הייליגער שפאלער זיידע אויפגעהויבען זיינע הענט צום הימל מיט א געוויין און געזאגט "טאטע אין הימל נעם אונז ארויס פונעם גלות ווילאנג מיר ווארטן נאך אויף די גאולה און לאז אונז נישט חלילה אינגאנצען פארשלאפען ווערן אין דעם פינצטערן גלות".

אבער יעצט זאגט דער הייליגער שפאלער זיידע פארן עולם "לאמיר ווייזען פארן באשעפער אז דאס קליין קינד קען טאנצן אפילו אין אזא טינקעלקייט פון דעם גלות" און צוזאמען האט זיך דער גאנצער עולם ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד לכבוד יו"ט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס ווערט דערציילט, אז אמאל האט הרה"ק רבי אייזיקל זידיטשויב'ער זצ"ל געשיקט זיינע קינדער צו הרה"ק ר' אליעזר פון דזשיקוב זצ"ל, און האט זיי געהייסן אים פרעגן, פארוואס אין די תפילין לייגט מען אריין "פיר פרשיות", און ביי ציצית איז דא פיר ציצית, ביי לולב נעמט מען ד' מינים, אזוי אויך די כוסות ביים סדר זענען פיר, און מצות נעמט מען נאר דריי? ווען זיי האבן געפרעגט די שאלה פון הייליגן דזשיקוב'ער, האט ער זיי געענטפערט: נו, דערפאר צעברעכט מען איין מצה אויף צוויי, און ממילא איז שוין דא פיר מצות...

(זיין זון אין ספר "אמרי נועם"
איז מבאר די כוונה פון די ווערטער).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער רבי ר' מענדעלע מרימנוב זצ"ל שרייבט אין זיין ספר "מנחם ציון", אז דער סוד פון "יחץ", וואס מ'ברעכט די מיטלסטע מצה אויף צוויי, איז ווי א "כריתת ברית" (שליסן א בונד), אזוי ווי ווען צוויי נאנטע פריינט צעשיידן זיך צעברעכן זיי א רינגל אויף צוויי, און יעדער נעמט העלפט דערפון. אזוי אויך טיילן מיר די מצה, צו שליסן א בונד מיט'ן אויבערשטן צו גיין אין זיינע וועגן.
דער הייליגער רבי ר' אייזיקל פון ספינקא זצ"ל, דער בעל "חקל יצחק", פלעגט פאר "יחץ" זאגן אזוי: הרה"ק רבי ר' מענדעלע מרימנוב זי"ע האט געזאגט, אז דער סוד פון יחץ איז, ווייל אמאל זענען געווען צוויי גוטע געטרייע פריינט, וועלכע זענען געווען שטארק צוגעבונדן איינער צום צווייטן, און ווען זיי האבן זיך געמוזט צעשייידןן האבן זיי געטראכט אן עצה וויאזוי זיי זאלן היטן אויף זייער ליבשאפט, און האבן .באשלאסן, אז יעדער וועט געבן א פארטרעט פון זיך פאר אן אנדענק, און דער רבי ר' מענדעלע האט געזאגט: מיינטס נישט, אז יעדער האט געגעבן זיין בילד פאר זיין חבר, ניין, נאר זיי האבן גענומען ביידע בילדער און עס צעטיילט אויף צוויי, און יעדער איינער האט גענומען העלפט פון זיין אייגענע בילד און העלפט פון זיין חבר'ס בילד. און דער רבי ר' אייזיקל האט אויסגעפירט מיט גרויס התרגשות און מיט טרערן אין די אויגן: און דאס האט דער רבי ר' מענדעלע מרימנוב געזאגט, "אז דער סוד פון יחץ איז, דאס אידן בלייבן אנגעקניפט אין בורא כל עולמים און דער בורא כל עולמים בלייבט אנגעקניפט אין אידן".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אמאל זיצנדיג ביים סדר האט אן אייניקל פון הגאון רבי שמעון סופר זצ"ל, אבד"ק קראקא, געפרעגט דעם זיידן: וואס איז דער טעם אז מ'גנב'עט אוועק דעם "אפיקומן"?. דער זיידע האט אים אבער נישט געענטפערט, נאר ווייטער געזאגט די הגדה.
ערשט נאכדעם ביי די סעודה האט אים דער זיידע געזאגט: קינד מיינער, האסט מיך געפרעגט דעם טעם פאר'ן מנהג צו גנב'ענען דעם אפיקומן, און די עלטערן רייצן נאך די קינדער זיי זאלן עס גנב'ענען. און כאטש חז"ל זאגן "חוטפין מצה וכו' שלא ישנו תינוקות", דארף מען אבער האבן א טעם דערפאר. און דער אמת איז, אז איך האב נאך נישט געהערט קיין טעם. אבער ווען דו האסט מיר געפרעגט, איז מיר איינגעפאלן א טעם, נאר איך האב דיר נישט געוואלט ענטפערן אויפ'ן ארט, כדי דו זאלסט דיר אויסלערנען, אז א מנהג דארף מען מקיים זיין, אפילו ווען מ'ווייסט נישט דעם ריכטיגן טעם. ווייל דאס איז דער תכלית, מיר זאלן מקבל זיין אויף זיך דעם עול פון די אמונה און תורה, כאטש מ'ווייסט נישט דעם טעם. און איצט הער אויס דעם טעם: עס איז דאך באקאנט, אז אלעס וואס מיר טוען אין די נאכט, קומט דערמאנען די גרויסע חסדים וואס דער הייליגער באשעפער האט מיט אונז געטאן. און לכאורה איז א וואונדער, פארוואס מאכן מיר נישט קיין זכר צום גרויסן נס פון "לא יחרץ כלב לשונו", אז קיין איין הונט האט נישט געבילט אין די נאכט? דאס איז דאך געווען א גרויסע וואונדער?! נאר חז"ל זאגן (פסחים קיג), אז א מענטש זאל נישט וואוינען אין א שטאט וואו ס'איז נישטא קיין הינט, ווייל עס איז א סכנה פון גנבים. און מיט דעם וואס מ'גנב'עט דעם אפיקומן ווייזט מען, אז אין מצרים האט א הינט נישט געבילט, ממילא האט מען געקענט יענע נאכט גנב'ענען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אויסגענארט דעם דאקטער:
ווען דער הייליגער אמרי חיים זי"ע איז אמאהל שוואך געווען, איז איהם א דאקטער געקומען באזוכן, ווען דער דאקטער איז אנגעקומען האט דער רבי געפרעגט דעם דאקטער צו ער מעג עסן "חריין" מיט די פלייש. האט איהם דער דאקטער געענפערט: "חריין איז זייער נישט גוט פאר אייך". האט איהם דער רבי ווייטער געמוטשעט, אז ער האט זייער שטארק ליב צו עסן חריין מיט פלייש. האט איהם דער דאקטער געענפערט: "אויב דער רבי האט אזוי שטארק ליב צו עסן חריין מיט פלייש, קען ער דאס עסן". ווען דער דאקטער איז שפעטער ארויס, האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צו זיין גבאי און געזאגט: "קוק אהן א נארישן דאקטער, "חריין האב איך ליב?", איך ווייס גאנץ גוט אז מען וועט מיר נישט לאזן עסן פסח דעם מרור, וויבאלד איך בין נישט אזוי געזונט האב איך מיר געוואלט פארזיכערן. איך וויל אז דו זאלסט זיין ביים סדר פסח ביינאכט, און דו וועסט זיין דער "עד" אז דער דאקטער האט געזאגט אז איך מעג עסן דעם "מרור".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מען דארף זיך אליינס דערנענטערן:
דער הייליגער אמרי חיים זי"ע, האט אמאהל אויפ'ן וועג אהיים פון שוהל, געפרעגט זיין גבאי: "וואס הערט זיך?", האט דער גבאי געענפערט: "עס דערנענטערט זיך שוין דער הייליגער יום טוב פסח. האט דער רבי איהם צוריק געענפערט: "דאס אז דער יום טוב פסח דערנענטערט זיך, דאס ווייס איך, אבער ווי אזוי דערנענטערסט דו זיך צום יום טוב פסח.
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”