טעסלע קאר קאמפאני (עלעקטעריק קאר)

אלעס איבער קויפן, ליעסן, און רענטן א קאר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

טעסלע קאר קאמפאני (עלעקטעריק קאר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאר א היסטאריע פון די עלעקטעריק קאר און די אנהייב פון טעסלע קוקט דא: און די המשך דא:

------------

איך וויל פארציילען א אינטערעסאנטע געשיכטע וואס שפילט זיך אפעט די טעג אין די וועלט פון "אלטערנעטיווע ענערגיע" קאר'ס.

פריער אינעם אשכול ביי די "עלעקטעריק" קאר (נאר עלעקטעריק, נישט די הייבריד) איז געווען באשריבן בקיצור "טעסלע מאטערס". זיי זענען די וואס האבן ערצייגט א געלונגענע - כאטש זייער טייערע - עלעקטריק קאר.

זייער האבן עטליכע סארט מאדעלען פון זייער קאר, איינס איז די "מאדעל עס." וואס האט לויט די ביכער א "דיסטענס" א ווייטקייט פון 265 מייל, דאס מיינט אזויפיל קען עס פארן אין איין טשארדזש.

א ניו יארק טיימס ריפארטער דזשאן בראדער (גמד"ק - גארנישט מיט די קהילה), האט גענומען די קאר פאר א טעסט דרייוו אויך א ווייטקייט פון 200 מייל בערך.

קומענדיג אהיים האט ער אבגעשריבן א בייסיגער ארטיקל, און גוט אראפגעריסען די קאר!! נישט אינטערעסאנט אלע דיטעילס, בקיצור טענה'ט ער אז זיין קאר איז געווען פולי טשארדזשד, און ער איז אויסגעלאפען פון עלעקטעריק, סאך פאר די געשאצטע מיילידזש, און דאס איז געווען שוין נאכדעם ווי ער האט אריינגערופען און מען האט אין געגעבן פארשידענע עצה'ס ווי אזוי צו שפארן עלעקטעריק, ווי פארן שטייט, און מאכן די סטים שוואך וכדו' . און האט געמוזט רופן א שלעפער טראק, ווייל ער איז געווארן סטאק אינמיטן וועג!! און ער איז אנגעקומען קום אין צרות, מיט פארפרוינע גלידער. בקיצור די ארטיקל איז געווען א געזונע "העק דזשאב", אזוי ארינטער געריסען די חברה אז ס'איז געגאנגען א רויך.

נא, נא!!

זענען געגאנגען די חברה פון טעלסע און קודם געשיקט א "טוויט" אז דער איז פשוט א ליגענער, און געטענה'ט אז זיי האבן די "דעטע" פאר פרואוו, ווייל פארשטייט זיך אז די קאר איז גאר סעפיסטעקירט אין קאלעקטען דעטע, פון די נסיעה.

דערנאך איז געקומען א לאנגע ארטיקל ,באגלייט מיט סקרין שאט'ס, און א פונקט ביי פונקט, פרעזענטאציע, אז דער ריפארטער האט פשוט ליגענט געזאגט!!
ער איז נישט געפארן שטייט ווי ער וויל זאגן, ער האט נישט פולי געטשארדזשט די בעטערי, וכו' וכו' ווייטער נישט אינטערעסאנט די דיטעיס, (בעסער געזאגט ס'איז יא אינטערעסאנט, אבער כ'וויל דאך נישט שרייבן קיין בוך דא, נאר סך הכל אן ארטיקל).

דאן האט נאכגעפאלגט אן ארטיקל פון די ריפארטער זעלבסט, ווי ער פארענפערט זיך און מער ווייניגער זאגט ער אז אויב איז אמת וואס די טעלסע חברה זאגן אים, דעמאלס איז מינימום א חורבן מיט זייער "קוסטעמער סעפארט", וואס האבן אים פאדרייט א קאפ, און געגעבן נישט ריכטיגע אינפארמאציע, ער געט נישט אויף אויך אנדער טענות אבער מער ווייניגער איז עס דאס.

איז געגאנגען סי. ען. ען., און נאכגעמאכט די טריפ, און זיי טענה'ן אז כאשט אינדעמיט האט אויסעגזעהן אז ס'איז צרות, יז עס כעווען אומזינסטע שרעק, און ער האט באקוועם דורך געמאכט די טריפ, נאך בעסער ווי די פארשריפטן פון טעלסע אליינס.

היינט האבן עטליכע אייגענטומער פון טעלסע קאר'ס זיך ארויס געלאזט אויפן וועג נאכפארן די וועג פון בראדער, און כאטש נישט אלע האבן עס געמאכט ביזן סוף, איינער האט געהאט א מעכאנישע פראבלעם מיטן פלאג, און איינער האט באשלאסען, צו בלייבן אינמיטן וועג, און נישט פארזעצען, האבן עטליכע פון זיי עלפאלגרייך געמאכט דעם נסיעה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

היינט באזוכט ביי א טעסלא מאטארס שאפ, די מאדעל וואס גייט איז די מאדעל S מיט א פרייז טעג פון ארום $70,000 (קוקט אויס די פרייז פאלט).

די קאר האט איין ענזשין וואס גיבט פאוער, נישטא מער קיין טראנסמישאן מיט אנדערע מעקאניזם
אזוי אז א חלק פון די פראנט טראנק וואס פלעגט אמאל טראגן די מעקאניזם איז ליידיג און ווערט גענוצט פאר נאך א טראנק (גערופן FRUNK) פון ארום 5 קיוביק פיס.
אויך די בעק האט נאך צוויי סיעטס פאר קינדער אויסגעדרייט, עס דערמאנט פון די אלטע סטעישן וואגן.. מען קען די סיעט צאמלייגן און האבן פולע סטארעזש פלאץ ממש ווי א טיאטא און אדיסי.
קענסט עס אנקוקן ווי א לוקזורי קאר אבער אין פאקט איז עס עניטיים א באקוועמע פעמילי קאר און אפילו בעסער פון רוב SUV'ס.

אין א שמועס מיט דעם סעילסמאן זאגט ער מיר זיי האבן אין פראדוקשאן 25000 קארס און 9000 זענען שוין אויפן ראוד, דאס מיינט אז 36 פערצענט איז שוין פארקויפט ביז די ערשטע פערטל פון יאר.

איך מוז מודה זיין זיי מאכן די קאר זייער "קאאל" און געשמאק מיט באקוועמע פיעטשורס און פיטשעווקעס, א ריזיגע 17" טאטש סקרין וואס קאנטראלירט אלעס און אודאי א GPS. אויך זייער שאפ איז גאר אנדערש אויסגעשטעלט ווי א טרדיציאנאלע קאר שאפ און גיבט א חשק עס צו (וועלן) קויפן.

ער האט מיר מודיע געווען אז זיי גייען ארויסקומען מיט א נייע מאדעל G דוכט זיך, וואס וועט קאסטן בלויז 30-40 טויזענט און וועט האבן רוב מעלות פונעם S. אויך בויען זיי טשארזשינג סטעישאנס אין גרויסע סיטיס ווי ארום קאליפארניע און וועגאס, די סטעישאנס קענען צושטעלן אזויפול ווי אכט מאל פון א געווענליכע טשארזש
אינדערהיים. אינדערהיים קאנסומט מען ענערזשי ביי א רעיט פון 10-20 kWh און ביי א סטעישאן ביי א רעיט פון 80 kWh ! דאס מיינט אז אין בלויז א האלבע שעה קענסטו אנפילן נאך 150 מייל.
זיי האפן צו האבן איבער 100 אזוינע סטעישאנס איבערן לאנד ביז א יאר צוויי, און די סערוויס איז גענצליך פריי פאר די וואס האבן די S מאדעל.

לדעתי דארפן זיי אבער נאך אלץ אסך מזל צוליב כמה יסודותדיגע סיבות:
- נישט געמאכט פאר סיטי איינוואוינער ווייל נישטא וואו צו טשארזשן ביינאכט
- אויב לויפסטו אויס פון בעטערי ביסטו קאפוט, נישטא קיין ספעיר בעטערי (אפשר יא?) און גיי שטעל דיך טשארזשן אויפן 95 א קאר איבערנאכט
- לימיטעד סערוויס סענטערס איבערן לאנד
- טייערע פארטס אין פאל פון קאאליזשען

העלמיר ווארטן און זען ביז די נייע מאדעל וועט ארויסקומען און וויזוי די קאנסומער וועט עס אויפפיקן. למעשה זעט מען אז זיי שלאפן אויך נישט און עפעס א ביזנעס חשבון האבן זיי פארט מסתמא ווערט עס צעביסלעך אויפגעכאפט ביי א געוויסע קלייענט ווי די BMW אדער אודי און אפילו די וואלט.

http://www.teslamotors.com
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

שקויעך פארן באריכט

ווי פיט אריין צוויי זיצן אין די בעק אויסגעדרייט כאפ איך נישט, די קינדער זענען אין טראנק?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מאנ-יימער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:שקויעך פארן באריכט

ווי פיט אריין צוויי זיצן אין די בעק אויסגעדרייט כאפ איך נישט, די קינדער זענען אין טראנק?

אזוי ווי מיר פלעגן זיצן אין די באליבטע סטעישאן וואגאן ז"ל.

דער סטעישאן וואגאן (אויב איך געדענק גוט) איז די דאך אין די בעק געווען די זעלבע הויעך ווי די גאנצע קאר, דא האט די קאר א געהעריגע טראנק, אזוי קוקט אויס אויף די בילדער

זאג מיר נישט אז מען גייט זיצן מער צוזאם געשטופט ווי מען איז געזיצן אין די וואגאנען...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עס פיט שיין, סיז נישט קייו קליינע קאר, סיז ספעישוס און לופטיג.

די טראנק איז אויס טראנק, זיי האבן עס געריקט צו די פראנט אונטער די הוד. אנשטאט די טראנק איז די גאנצע קאר אפען גענוי ווי דער סטעשאן וואגן, גייט אביסל שיף די דאך אבער פיט שיין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טעלסע האט געמאלדען א ערענסטע פארשפרייטונג פון זייער "טשארדזשינג" נעטווארק, וואס וועט פיל פארבעסערען די פראקטישקייט פון זייערע קאר'ס.

ביז היינט קען מען איינפלאגען די קאר אינדערהיים, און עס נימט א לאנגע צייט. און אין געוויסע גאר ביזי שטעט, - בעיקר אין ניו יארק און קאלעפארניע - האבן זיי איינגעשטעלט סטאנציאנען, ווי מען קען פולי ריטשארזשען אין 20 מינוט. אצינד האבן זיי געמאלדן, אז זיי גייען ביז סוף חודש טריפלען די נימער פון "סופערטשארדזש" סטאנציאנען! און דאס וועט צולייגען אפאר זייער וויכטיגע וועגן.

אויך זאגן זיי, וועט מען ביז 6 חדשים קענען פארן פון ניו יארק ביז צו די אנדערע עק אמעריקע צו קאלעפארניע, און האבן אויפן גאנצע וועג אזעלעכע סטאנציאנען.

אינמיטן נעקסטע יאר, וועלן זיי שוין האבן סטעשאנ'ס אין גאנץ נארט אמעריקע - דאס הייסט די פאראייניגטע שטאטען און קאנאדע (יא אזוי ווי סאכדעס נד"נ) און מען וועט קענען פארן סיי ווי אינעם קאנטינענט, און האבן ווי צי סופערטשארדזשן די קאר.

דאס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג, און האט א ערענסטע פאטענטשעל צו רעוועלושענייזן די "עלעקטעריק קאר" אינדוסטריע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

צו אינטערשטרייכען די סוקסעס פון "טעלסע מאטער'ס" קאר קאמפאני, איז געמאלדען געווארן, אז במקום "ארעקעל" - וואס גייט צו די NYSE, אוועק פון נעסדעק, וועט טעלסע אריין גיין אין די "נעסדעק 100" אינדעקס!

טעלסע'ס סטאק איז זייער שטארק, עס איז שוין ארויף 260 פראצענט אין דעם יאר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

געזעהן היינט אין מאנהעטן א טעסלא קאר מיט די פלעיטס "גאט נאו געז".
אטעטשמענטס
IMG-20130715-WA0002_1.jpg
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:צו אינטערשטרייכען די סוקסעס פון "טעלסע מאטער'ס" קאר קאמפאני, איז געמאלדען געווארן, אז במקום "ארעקעל" - וואס גייט צו די NYSE, אוועק פון נעסדעק, וועט טעלסע אריין גיין אין די "נעסדעק 100" אינדעקס!

טעלסע'ס סטאק איז זייער שטארק, עס איז שוין ארויף 260 פראצענט אין דעם יאר.

פון ווען כהאב געשריבען איבער די טעלסע סטאק, איז עס נאך סאך מער ארויף. עס איז געווען 122.27 יולי 10 ווען כהאב עס געשריבען, און אינצווישען ביז יעצט איז עס געווען ביי א הויך פון 193.37!!!

יעצט די וואך איז עס אביסעל אראפ, ווייל עס איז געווען א פייער אין איינע פון די קארס. די פראבלעם פון א פייער אין א בעטערי קאר, קען מען זעהן פון וואס כ'האב געהאט געשריבען אביסעל פריער, פארוואס די וואלט כאפט זיך נישט שטארק אריין:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:סא פארוואס ווערט נישט די גאס פארפלייצט מיט די וואלט אויב איז עס אזוי גוט?

בעיקר וועגן די פרייז, עס איז נאך אלס אביסעל טייער, און די רעגירונג האט טאקע געטרייט צו העלפען מיט טעקס ברעיקס פאר ווער עס קויפט עס, אבער עס איז נאך אלס נשיט גענוג ביליג. די קאמפאניס האפן אז מיט די צייט וועט מען עס קענען באווייזען פאר ביליגער.

אויך האט עס געהאט געוויסע מעכאנישע פראבלעמען, ווי פייערען. דאס איז אויך געווען איינע פון די סיבות פארוואס מען האט זיך נישט אריינגעלייגט ביז יעצט מיט די עלעקטעריק קארס, ווייל עס צו מאכן זיכער איז א שווערע ארבייט, אזוי ווי די פראקטיק האט געוויזען.

אצינד אז עס איז געווען א פייער, האט עלען מאסק אלייך בכבודו ובעצמו אפגעשריבען א באריכט איבער די פייער.

ער שרייבט אז עס איז געווען א זייער אומגעווענדליכע עקסידענט, וואס ביי א גאז קאר, וואלט דער דרייווער זיכער געהארגעט געווארן. און לייגט אראפ זייער שיין ווי די קאר האט געראטעוועט די מענטש, און אז טאקע די בעטערי וואס האט אנגעהויבען ברענען, האט גערבייט זייער גוט, וועל די פייער איז ארויס אין א געוויסע וועג, וואס האט אויך געהאלפען ראטעווען די מענטש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כבין געווען די חול המועד נאכאמאל באזוכן ביי מיין טעסלא, צווישן די שמועסן האב איך געפרעגט וואס איז געווארן מיט די 40 טויזענט דאלערדיגע קאר וואס האט געזאלט ארויסקומען (כנ"ל אין מיין פריערדיגע הודעה) האט ער געזאגט סיז גארנישט געווארן ווייל סיז נישט געווען קיין פארלאנג דערפאר...

צו פארשטיין, די ביליגערע קאר איז געווען א איבערגעמאכטע ביליגע ווערסיע פון די באטערי, עס וואלט נישט געפארן אזויפול פער טשארזש אבער וואלט געקאסט מיט 25 אלפים ביליגער. בלויז 7.% פון אויסגעפרעגטע האבן עס פארלאנגט, האט טעסלא דיסמיסד די פלאן.
וועלמיר דערווייל בלייבן מיטן אדאסי...

אגב, די נייע 2014 דעזיין איז HTML5...
די הענטל איז באהאלטן און נאר ווען מען געט א טאטש באווייזט ער זיך...

אינעווייניג זייער לוקסוריעז מיט א 17" טאטש סקרין!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:........
יעצט די וואך איז עס אביסעל אראפ, ווייל עס איז געווען א פייער אין איינע פון די קארס. די פראבלעם פון א פייער אין א בעטערי קאר, קען מען זעהן פון וואס כ'האב געהאט געשריבען אביסעל פריער, פארוואס די וואלט כאפט זיך נישט שטארק אריין:
אצינד אז עס איז געווען א פייער, האט עלען מאסק אלייך בכבודו ובעצמו אפגעשריבען א באריכט איבער די פייער.

ער שרייבט אז עס איז געווען א זייער אומגעווענדליכע עקסידענט, וואס ביי א גאז קאר, וואלט דער דרייווער זיכער געהארגעט געווארן. און לייגט אראפ זייער שיין ווי די קאר האט געראטעוועט די מענטש, און אז טאקע די בעטערי וואס האט אנגעהויבען ברענען, האט גערבייט זייער גוט, וועל די פייער איז ארויס אין א געוויסע וועג, וואס האט אויך געהאלפען ראטעווען די מענטש.

עס איז געווען נאך א פייער אין א טעלסע קאר. דאס איז שוין די דריטע פייער אין 6 חדשים. עס איז זייער נישט גוט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

און עללען וואס זאגט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שוועמל האט געשריבן:און עללען וואס זאגט?

אז מען האט אראפ געשיקט "אויספארשער" צו זעהן וואס האט פאסירט.

לכתחילה אריבער דאנערשטאג מאי 30, 2013 האט געשריבן:טעלסע האט געמאלדען א ערענסטע פארשפרייטונג פון זייער "טשארדזשינג" נעטווארק, וואס וועט פיל פארבעסערען די פראקטישקייט פון זייערע קאר'ס.

ביז היינט קען מען איינפלאגען די קאר אינדערהיים, און עס נימט א לאנגע צייט. און אין געוויסע גאר ביזי שטעט, - בעיקר אין ניו יארק און קאלעפארניע - האבן זיי איינגעשטעלט סטאנציאנען, ווי מען קען פולי ריטשארזשען אין 20 מינוט. אצינד האבן זיי געמאלדן, אז זיי גייען ביז סוף חודש טריפלען די נימער פון "סופערטשארדזש" סטאנציאנען! און דאס וועט צולייגען אפאר זייער וויכטיגע וועגן.

אויך זאגן זיי, וועט מען ביז 6 חדשים קענען פארן פון ניו יארק ביז צו די אנדערע עק אמעריקע צו קאלעפארניע, און האבן אויפן גאנצע וועג אזעלעכע סטאנציאנען.

אינמיטן נעקסטע יאר, וועלן זיי שוין האבן סטעשאנ'ס אין גאנץ נארט אמעריקע - דאס הייסט די פאראייניגטע שטאטען און קאנאדע (יא אזוי ווי סאכדעס נד"נ) און מען וועט קענען פארן סיי ווי אינעם קאנטינענט, און האבן ווי צי סופערטשארדזשן די קאר.

דאס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג, און האט א ערענסטע פאטענטשעל צו רעוועלושענייזן די "עלעקטעריק קאר" אינדוסטריע.

צום ערשטען מאל זענען צוויי טעסלע קארס אריבערגעפארן דעם גאנצן ברייט פון אמעריקע - פון קאלעפארניע ביז ניו יארק - עס האט געדוארט 76 שעה, און זיך געטשארדזשט נאר ביי "סופערטשארדזש" סטאנציעס. (סטאנציעס אויפגעשטעלט דורך טעסלע).

דאס איז א דערגרייכונג, ווייל די ציל איז צו ווייזען אז אמעריקע איז "געדעקט" מיט סטאנציאנען.

לויט מאסק, איז 80 פראאצענט אמעריקאנער באפעלקערונג געדעקט מיט א סטאנציע. און עס וועט זיין אין די 90'גער ביז א יאר.

אגב זאגט ער, אז כאטש די קאר קאסט יעצט 70,000 $, וועט ביז דריי יאר זיין א קאר פאר העלפט פרייז!! און באמת איז עס נישט קיין 70, ווייל מיט טעקס ברעקס איז עס בערך 60, און עס קומט נאך צו א זייער שטארקע זאך!!

די אלע סטאנציאנען ארבייטן אויף סאולער, און יעדער וואס קויפט א קאר ביי זיי, באקומט אומזונסט טשארדזשעס פאר .......... אייביג!! ווילאנג דו האסט די קאר, באקומסטו אומזינסט טשארדזשעס!!

סא מיט דעם אריין גערעכענט איז די פרייז ערגעץ ביי 50,000 $.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג פעברואר 04, 2014 12:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:און עללען וואס זאגט?

אז מען האט אראפ געשיקט "אויספארשער" צו זעהן וואס האט פאסירט.

געהערט לעצטענס א אפדעיט, אז די פייער איז געקומען פון א אביעקט וואס האט אריינגעקראכט אינעם בעטערי.
דאס הייסט אז די פונקציעס זענען אלעס גוט נאר א דרויסענדיגער אביעקט האט אנגעווערטשאפט שאדן.

זיי קוקן איבער פלענער צו רי-אינפארסן די בעטערי קאמפארטמענט צו פריווענטן אזוינע אינצידענטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שוועמל האט געשריבן:

נאך מער פון דעם.

ער זאגט אז יעדע אנדערע קאר וואלט געווארן א פייער פון אזא קראך, נאר די חילוק איז, אז אין א געווענדליכע קאר וואלט אויפגעריסן אין פלאמען, דא איז גארנישט געשען צו די איבריגע קאר. ער ווייזט אן אז קיינער איז נאך נישט געשעדיגט געווארן פון א טעסלע קאר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אגב זאגט ער, אז כאטש די קאר קאסט יעצט 70,000 $, וועט ביז דריי יאר זיין א קאר פאר העלפט פרייז!! און באמת איז עס נישט קיין 70, ווייל מיט טעקס ברעקס איז עס בערך 60, און עס קומט נאך צו א זייער שטארקע זאך!!

די אלע סטאנציאנען ארבייטן אויף סאולער, און יעדער וואס קויפט א קאר ביי זיי, באקומט אומזונסט טשארדזשעס פאר .......... אייביג!! ווילאנג דו האסט די קאר, באקומסטו אומזינסט טשארדזשעס!!

סא מיט דעם אריין גערעכענט איז די פרייז ערגעץ ביי 50,000 $.

למעשה גייט עס אמאל קאסטן 40 טויזענט, צי נאר מיט לבוד, דופן עקומה, און גיד אחית?

אויב גייט עס פאר 40 האבן זיי היינט א קונה...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ער טענה'ט אז עס גייט זיין א בעיס פרייז פון 35, פאר עני טעקס ברעיק וכדו'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
kls7777
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 9:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kls7777 »

ער טענה'ט פונקט ווי אין סעלפאן זענען דע פרייזן געפאלן אזוי וועט געשען מיט זיינע קארס
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

ווען ״טייפן א שכוח״ וואלט געמאכט וואקסן וואלט יעצט מיין טעלעפאן אויסגעזען ווי א וואלקען קראצער.. Wow חילי! א דאנק פארן מיר אינפארמאטיווען. און א עקסטערן דאנק פאר די לאנגע ארבעט עס צו שרייבן און קלאר מאכן.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

חילי דיינע באריכטן זענען א געשמאק צו לעזן
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טעלסע איז אין די נייעס.

קודם איז שוין עטליכע וואכען וואס זיי רייסען זיך ארום מיט קריסטי די גאווערנער פון ניו דזשורסי, ווייל לויט א געזעץ דארט מעג מען פארקויפן קארס נאר דורך א דילער, און טעסלע וויל נישט, ווייל זייערע קארס זענען שוין גענוג טייער, און וועגן דעם פארקויפן זיי איבעראל נאר דירעקט, און קריסטי וויל נישט.

(דאס קען האבן אן אפעקט אויך אין די פרעזידענטליכע פארמעסט, ווייל עס הערט זיך ווי א "אנטיי ביזנעס" רעגולאציע, וואס איז ביי די ריפאבליקאנער ווי א קניידל ביי די חסידים אינמיטן פסח.)

די צווייטע זאך איז אז ס'זענען דא וואס טענה'ן אז די טעכנעלאגיע אין טעסלע'ס קארס זענען נישט גענוג סעקיורד, און עס קען ווערן גרינג געהיידזעקט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

האט מען שוין געהייזשעקט א טעסלע?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שלעכטע נייעס פאר טעסלע דאס.

אין קורצן:
טאיאטא האט א $100 מיליאן דיעל מיט טעסלע זינט 2010, זיי האבן געמאכט די באקאנטע RAV4 קארס מיט טעסלע'ס בעטערי פאוערד מאטארן.
אבער סעילס זענען זייער שוואך, טאיאטע מוז מאכן ספעשעלס און אפפערס כדי צו ציען קונדן. האט טאיאטע געזאגט אז ביים ענדע יאר וועלן זיי אויפלעזן דעם דיעל.
דאס לאזט אבער נאך אלץ איבער טאיאטע מיט א $50 מיליאן סטעיק אין טעסלע.
טעסלע זאגט אז זיי האבן פון פריער ערווארטעט די דיעל גייט זיך ענדיגן דאס יאר. (טרייען צו זיין פאליטיש...)

אנשטאט אבער אנערקענט טאיאטע אז די צוקונפט ליגט נישט אין בעטעריס נאר אין hydrogen fuel cells, און זיי גייען יעצט אינוועסטן אין דעם טעכנאלאגיע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר דילערשיפ”