רבי (בנימין) צבי זאב (וואלף) מזבאריזש ג' ניסן תקפ"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

רבי (בנימין) צבי זאב (וואלף) מזבאריזש ג' ניסן תקפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

היינט איז דער יא"צ פון הרה"ק רבי זאב וואלף פון זבאריזש

רבי בנימין זאב (וולף) מזברז' (-ג' בניסן תקפ"ב) היה אדמו"ר בדורות הראשונים של תנועת החסידות, בנו השלישי של רבי יחיאל מיכל מזלוטשוב.

בצעירותו היה שובב ולפני שנהיה בר מצווה לקח אביו מהסופר את בתי התפילין לפני שהכניס לתוכן את פרשיות התפילין והוריד דמעות לתוכן בתפילה על בנו.

נישא לבתו של הרב אשר צבי מפגריביץ' (בנו של רבי זאב ז"ק משאריגראד שהבעל שם טוב נסע אליו לקיים מצוות שימוש חכמים) והתגורר בזברז'. נפטר בוואלטשיסק ונקבר בזברז'.

נסע לחוזה מלובלין ולרבי מנחם מנדל מרימנוב. היה מפורסם בתמימותו ובאהבת ישראל המופלגת שלו אף לרשעים גמורים (לפי רמזו של אביו היה מכוון כנגד חומש ויקרא שעוסק בקודש ובקרבנות שצריכים להיות תמימים).

חיבר ספרים בשם "רזין דאורייתא" ו"תפארת צבי זאב".

מתלמידיו היו רבי צבי הירש מזידיטשוב ורבי סנדר מקומרנה. כמו כן נסעו אליו צדיקים רבים ביניהן רבי מנחם מנדל מקוסוב (עם בנו רבי חיים מקוסוב), רבי צבי אלימלך שפירא מדינוב, רבי דוד שלמה אייבשיץ ורבי נפתלי מרופשיץ (עם בנו רבי אליעזר מדזיקוב).

צאצאיו
הרב יחיאל מיכל, נפטר בצעירותו.
רבי שלום אליעזר.
אשת הרב יצחק צבי מנחם אוירבך מלטיטשוב. בנו של רבי ישראל ממז'יבוז' נכדם של רבי יעקב יוסף כ"ץ ורבי ברוך ממז'יבוז'.
רבי בנימין זאב מאוזריאן חתנו של רבי נחמן מסקאליט.
(משוער) רבי משולם פייבוש מאוזריאן.
חתנו רבי מאיר מיאסי.
חתנו רבי חיים דוד מנזון נכדו של רבי ישראל מרוז'ין.
אשת רבי זושא מלובלין (בן רבי ישראל בנו של החוזה מלובלין).



שמעלקא טויב האט געשריבן:טייערע אידן, כדי זיך אביסל נענטער צו ברענגן צו ביאת המשיח, כדי צו האבן אביסל מער א תשוקה, וועל איך אייך ברענגן אן עובדא וואס ווען איך האב עס געהערט האט עס אין מיר אנגעצינדן א רייץ, אן אינערליכע ווילן צו דערלעבן גאר בקרוב ביאת הגואל.

וגופא דעובדא הכי הוה.
(איך דערצייל די מעשה לויט ווי איך האב עס געהערט, קען זיין ס'איז דא אן אנדערע גירסא, אבער דער תכלית דערפון איז די זעלביגע)

אין די צייטן פון הצה"ק רבי בנימין זאב מזבאריז זי"ע, א זוהן פון הייליגן רבי ר' מיכל'ע פון זלאטשוב זי"ע, איז געווען א איד וואס איז ל"ע געווען א מסור, א איד וואס איז ליידער געווען אן אבן נגף פאר זיינע ברידער מיט בייזע מסירות און מלשינות, און איבער אלעם האט ער אויסגעטיילט אסאך צרות פאר צדיקים פון זיין דור.

האבן זיך צוזאמגענומען אפאר פון די צדיקי הדור, און מחליט געווען אז מ'קען שוין מער נישט אויסהאלטן, און זיי האבן געוואלט דעם איד פארשעלטן ל"ע אז ער זאל גיין פון די וועלט. זיי האבן פארארבעט מעשים ביז מ'האט פון הימל מגלה געווען אז פאר מען שעלט א איד דארף מען האבן די הסכמה פונעם צדיק הדור, וואס דאס איז געווען דער הייליגער רבי ר' וועלוועלע פון זבאריז זי"ע.

די צדיקים זענען געפארן אויף שבת קודש צום צדיק אין זבאריז מיטן ציהל צו נעמען רשות צו פארשעלטן דעם פארדארבענעם מסור.

דער צדיק האט אויסגעהערט די בקשה פון די צדיקים און ער האט זיי געהייסן ווארטן ביז איבער שב"ק ווען ער וועט זיי קענען געבן תשובה.

פרייטאג צונאכטס האט דער הייליגער צדיק געזאגט ווי פאלגענד:

דוד המע"ה זאגט אין תהלים כל סביביו יובילו שי למורא, אז די אומה"ע וועלן ברענגן א מתנה פארן מלך המשיח. דארף מען פארשטיין וואס דער מתנה וועט זיין.
דערציילט דער צדיק:

א איד וועט שטיין אין געשעפט און אויספאלגן זיינע קונדן. אינמיטן וועט זיך הערן א רעש פון די גאס, עפעס טוט זיך אינדרויסן. דער געשעפטסמאן וועט בעטן פון איינע פון די ווארטנדע קונדן: גיי זיי מוחל ארויס און קוק זיך אום וואס ס'גייט פאר דארט?

דער איד וועט ארויסגיין, ער וועט זעהן אז ס'טוט זיך, מ'לויפט אין אלע גאסן, וועט ער אפשטעלן א איד און פרעגן: זאגט נאר, וואס גייט דא פאר? וואו לויפט יעדער?

וואס? איר האט נישט געהערט? אליהו הנביא איז געקומען מבשר זיין די בשורה אויף וואס מיר ווארטן שוין אזויפיל יאר! הנה זה עומד אחר כותלינו, משיח צדקינו קומט שוין, און אלע אידן לויפן אין די בתי מדרשים אריינצוכאפן תשובה צו טוען, מ'דארף דאך קענען ארויפגיין קיין ירושלים מיט משיח'ן אינאיינעם!

דער שליח וועט פארגעסן פונעם געשעפט, פון די סחורה, און לויפן אין ביהמ"ד אריין, ארויסנעמען א תהלים, ובשירי דוד עבדיך אנהייבן תשובה טאן מיט א תשובה שלימה.

צוריק אין געשעפט וועט מען ווארטן צו הערן וואס אינדרויסן גייט פאר, אבער דער שליח וועט נישט צוריק קומען. דער געשעפטסמאן וועט פארלירן זיין געדולד און ארויסשיקן א צווייטן, אפשר איז יענער פארהאנקערט געווארן אינעם גרויסן הו-הא און האט פארגעסן צוריק צוקומען.

דער צווייטער וועט ארויסגיין, און ענדיגן אין ביהמ"ד, און אזוי גייט דער דריטער און דער פערטער ביז דאס געשעפט וועט ווערן אינגאנצן ליידיג. דער סוחר וועט זעהן אז עפעס ערנסט האט פאסירט, וועט ער אויך ארויסלויפן, און וואו וועט ער אנקומען? אין ביהמ"ד!

אלע אידן וועלן שוין זיין אין די בתי מדרשים, מ'וועט תשובה טאן, וויינען און בעטן מחילה פון די שכינה הק', און פלוצלינג וועט זיך אראפלאזן א וואלקן, ס'וועט אויפהייבן צען אידן און אנהייבן פארן.

די אידן וועלן אנהייבן וויינען און בעטן: פארוואס לאזט איר אונז איבער דא אין גלות, מיר ווילן אויך גיין צום מלך המשיח.

וועט מען די אידן ענטפערן: נאר די וואס האבן שוין אמת'דיג תשובה געטאן קענען קומען, איר דארפט נאך בעסער דאווענען!

די בכיות, די התעוררות און די געשרייען וועלן גיין עד לב השמים. דערנאך וועט קומען נאכאמאל א וואלקן, און דעמאלטס וועט שוין א גרעסערער ציבור מיטגיין. אזוי וועט קומען וואלקן נאך וואלקן ביז "אלע" אידן וועלן ארויפגיין קיין ירושלים שלום געבן פאר משיח צדקינו.

***

אינעם פוסטן גלות וועלן זיצן די שרי אומות העולם, זיי וועלן הערן די נייעס פון די אידישע וועלט און ס'וועט זיי פינסטער ווערן פאר די אויגן. משיח איז דא און ער וועט זיך נוקם זיין אויף אלע רשעות'ן פון אלע יארן קעגן אידישן פאלק.

זיי וועלן שנעל צוזאמנעמען אלע גרויסע קנאקערס, אלע שרים און אלע הערן, און אנהייבן דן זיין וואס מ'קען טאן צו ראטעווען דעם מצב.

איינער וועט פארשלאגן: 'לאמיר שיקן עפעס א מתנה פאר משיח, מיר וועלן אנפולן וועגענער מיט אלע אונזערע גאלד און זילבער, אפשר מיט דעם וועט ער נתפייס ווערן צו אונז'.

וועט מען אנהייבן צו לאכן..., 'משיח דארף דען אונזער גאלד, ער דארף דען אונזער זילבער, ער האט דאך אלעס, ער געוועלטיגט איבער די גאנצע וועלט'!

א צווייטער וועט פארשלאגן: 'אפשר זוכן מיר אויף א איד וואס איז געבליבן דא אין גלות און מיר וועלן אים נעמען און שיקן אלס מתנה פאר משיח'?

אה, צו דעם וועט מען זיך צוכאפן, א איד האט א חשיבות.

זאגט דער צדיק: די גוים וועלן זיך דרייען אויף די גאסן און זוכן א איד, אבער וועלכער איד וועט דען איבערבלייבן אין גלות? ווער וועט דען נישט תשובה טאן מיט א תשובה שלימה? נאר דער מסור ומושחת וועט זיך אויך דאן נישט ברעכן, ער וועט נישט תשובה טוען אויך ביים הערן דעם שופר של משיח.

די גוים וועלן אנכאפן דעם מסור, אים בינדן הענט און פיס, באצירן מיט גאלד און זילבער און אלע טייערע שטיינער, און אים פירן מיט א גאלדענע קארעטע קיין ירושלים צום מלך המשיח.

דארט אין ירושלים וועט משיח צדקינו זיצן מיט אלע צדיקים, און אינמיטן וועט מען אריינקומען מעלדן אז די אומה"ע האבן געשיקט א מתנה פארן מלך המשיח. יעדער וועט זיך נעמען לאכן: משיח דארף זייער מתנה?

וועט מען ענטפערן, ניין, דאס איז נישט קיין פשוט'ע מתנה, דאס איז א איד וואס איז געבליבן אין גלות!

'א איד'! - וועלן אלע ענטפערן - 'א איד האט שוין איינמאל א חשיבות, דאס איז טאקע א חשוב'ע מתנה'! און משיח צדקינו וועט מקבל זיין די מתנה, נאנט ברענגן צו זיך דעם איד און אים מחזיר בתשובה זיין.

פירט אויס דער צדיק: משיח'ס מתנה וויל איך נישט שעלטן!

viewtopic.php?p=714878#p714878



א בילד פון די מציבה\ציון האט איינער?
אטעטשמענטס
37-39645.jpg
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

נאך א ספר פון אים
אטעטשמענטס
63-3872.jpg
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

דער ביה"ח אין זבאריזש איז אין א שווערע צושטאנד
געטס א קוק אויף די בילדער

http://www.iajgsjewishcemeteryproject.o ... arazh.html
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ייש"כ שוויתיניק
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

כצ"ל:
שויתי'ניק האט געשריבן:צאצאיו
א. הרב יחיאל מיכל, נפטר בצעירותו.
ב. רבי שלום אליעזר.
ג. אשת הרב יצחק צבי מנחם אוירבך מלטיטשוב. בנו של רבי ישראל ממז'יבוז' נכדם של רבי יעקב יוסף כ"ץ ורבי ברוך ממז'יבוז'.
ג. א. רבי בנימין זאב מאוזריאן חתנו של רבי נחמן מסקאליט.
ג. א. א. (משוער) רבי משולם פייבוש מאוזריאן.
ג. א. א. א. חתנו רבי מאיר מיאסי.
ג. א. ב. חתנו רבי חיים דוד מנזון נכדו של רבי ישראל מרוז'ין.
ד. אשת רבי זושא מלובלין (בן רבי ישראל בנו של החוזה מלובלין).
לייב ירק
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייב ירק »

שויתי'ניק האט געשריבן:היינט איז דער יא"צ פון הרה"ק רבי זאב וואלף פון זבאריזש

רבי בנימין זאב (וולף) מזברז' (-ג' בניסן תקפ"ב) היה אדמו"ר בדורות הראשונים של תנועת החסידות, בנו השלישי של רבי יחיאל מיכל מזלוטשוב.

בצעירותו היה שובב ולפני שנהיה בר מצווה לקח אביו מהסופר את בתי התפילין לפני שהכניס לתוכן את פרשיות התפילין והוריד דמעות לתוכן בתפילה על בנו.

נישא לבתו של הרב אשר צבי מפגריביץ' (בנו של רבי זאב ז"ק משאריגראד שהבעל שם טוב נסע אליו לקיים מצוות שימוש חכמים) והתגורר בזברז'. נפטר בוואלטשיסק ונקבר בזברז'.

נסע לחוזה מלובלין ולרבי מנחם מנדל מרימנוב. היה מפורסם בתמימותו ובאהבת ישראל המופלגת שלו אף לרשעים גמורים (לפי רמזו של אביו היה מכוון כנגד חומש ויקרא שעוסק בקודש ובקרבנות שצריכים להיות תמימים).

חיבר ספרים בשם "רזין דאורייתא" ו"תפארת צבי זאב".

מתלמידיו היו רבי צבי הירש מזידיטשוב ורבי סנדר מקומרנה. כמו כן נסעו אליו צדיקים רבים ביניהן רבי מנחם מנדל מקוסוב (עם בנו רבי חיים מקוסוב), רבי צבי אלימלך שפירא מדינוב, רבי דוד שלמה אייבשיץ ורבי נפתלי מרופשיץ (עם בנו רבי אליעזר מדזיקוב).

צאצאיו
הרב יחיאל מיכל, נפטר בצעירותו.
רבי שלום אליעזר.
אשת הרב יצחק צבי מנחם אוירבך מלטיטשוב. בנו של רבי ישראל ממז'יבוז' נכדם של רבי יעקב יוסף כ"ץ ורבי ברוך ממז'יבוז'.
רבי בנימין זאב מאוזריאן חתנו של רבי נחמן מסקאליט.
(משוער) רבי משולם פייבוש מאוזריאן.
חתנו רבי מאיר מיאסי.
חתנו רבי חיים דוד מנזון נכדו של רבי ישראל מרוז'ין.
אשת רבי זושא מלובלין (בן רבי ישראל בנו של החוזה מלובלין).



שמעלקא טויב האט געשריבן:טייערע אידן, כדי זיך אביסל נענטער צו ברענגן צו ביאת המשיח, כדי צו האבן אביסל מער א תשוקה, וועל איך אייך ברענגן אן עובדא וואס ווען איך האב עס געהערט האט עס אין מיר אנגעצינדן א רייץ, אן אינערליכע ווילן צו דערלעבן גאר בקרוב ביאת הגואל.

וגופא דעובדא הכי הוה.
(איך דערצייל די מעשה לויט ווי איך האב עס געהערט, קען זיין ס'איז דא אן אנדערע גירסא, אבער דער תכלית דערפון איז די זעלביגע)

אין די צייטן פון הצה"ק רבי בנימין זאב מזבאריז זי"ע, א זוהן פון הייליגן רבי ר' מיכל'ע פון זלאטשוב זי"ע, איז געווען א איד וואס איז ל"ע געווען א מסור, א איד וואס איז ליידער געווען אן אבן נגף פאר זיינע ברידער מיט בייזע מסירות און מלשינות, און איבער אלעם האט ער אויסגעטיילט אסאך צרות פאר צדיקים פון זיין דור.

האבן זיך צוזאמגענומען אפאר פון די צדיקי הדור, און מחליט געווען אז מ'קען שוין מער נישט אויסהאלטן, און זיי האבן געוואלט דעם איד פארשעלטן ל"ע אז ער זאל גיין פון די וועלט. זיי האבן פארארבעט מעשים ביז מ'האט פון הימל מגלה געווען אז פאר מען שעלט א איד דארף מען האבן די הסכמה פונעם צדיק הדור, וואס דאס איז געווען דער הייליגער רבי ר' וועלוועלע פון זבאריז זי"ע.

די צדיקים זענען געפארן אויף שבת קודש צום צדיק אין זבאריז מיטן ציהל צו נעמען רשות צו פארשעלטן דעם פארדארבענעם מסור.

דער צדיק האט אויסגעהערט די בקשה פון די צדיקים און ער האט זיי געהייסן ווארטן ביז איבער שב"ק ווען ער וועט זיי קענען געבן תשובה.

פרייטאג צונאכטס האט דער הייליגער צדיק געזאגט ווי פאלגענד:

דוד המע"ה זאגט אין תהלים כל סביביו יובילו שי למורא, אז די אומה"ע וועלן ברענגן א מתנה פארן מלך המשיח. דארף מען פארשטיין וואס דער מתנה וועט זיין.
דערציילט דער צדיק:

א איד וועט שטיין אין געשעפט און אויספאלגן זיינע קונדן. אינמיטן וועט זיך הערן א רעש פון די גאס, עפעס טוט זיך אינדרויסן. דער געשעפטסמאן וועט בעטן פון איינע פון די ווארטנדע קונדן: גיי זיי מוחל ארויס און קוק זיך אום וואס ס'גייט פאר דארט?

דער איד וועט ארויסגיין, ער וועט זעהן אז ס'טוט זיך, מ'לויפט אין אלע גאסן, וועט ער אפשטעלן א איד און פרעגן: זאגט נאר, וואס גייט דא פאר? וואו לויפט יעדער?

וואס? איר האט נישט געהערט? אליהו הנביא איז געקומען מבשר זיין די בשורה אויף וואס מיר ווארטן שוין אזויפיל יאר! הנה זה עומד אחר כותלינו, משיח צדקינו קומט שוין, און אלע אידן לויפן אין די בתי מדרשים אריינצוכאפן תשובה צו טוען, מ'דארף דאך קענען ארויפגיין קיין ירושלים מיט משיח'ן אינאיינעם!

דער שליח וועט פארגעסן פונעם געשעפט, פון די סחורה, און לויפן אין ביהמ"ד אריין, ארויסנעמען א תהלים, ובשירי דוד עבדיך אנהייבן תשובה טאן מיט א תשובה שלימה.

צוריק אין געשעפט וועט מען ווארטן צו הערן וואס אינדרויסן גייט פאר, אבער דער שליח וועט נישט צוריק קומען. דער געשעפטסמאן וועט פארלירן זיין געדולד און ארויסשיקן א צווייטן, אפשר איז יענער פארהאנקערט געווארן אינעם גרויסן הו-הא און האט פארגעסן צוריק צוקומען.

דער צווייטער וועט ארויסגיין, און ענדיגן אין ביהמ"ד, און אזוי גייט דער דריטער און דער פערטער ביז דאס געשעפט וועט ווערן אינגאנצן ליידיג. דער סוחר וועט זעהן אז עפעס ערנסט האט פאסירט, וועט ער אויך ארויסלויפן, און וואו וועט ער אנקומען? אין ביהמ"ד!

אלע אידן וועלן שוין זיין אין די בתי מדרשים, מ'וועט תשובה טאן, וויינען און בעטן מחילה פון די שכינה הק', און פלוצלינג וועט זיך אראפלאזן א וואלקן, ס'וועט אויפהייבן צען אידן און אנהייבן פארן.

די אידן וועלן אנהייבן וויינען און בעטן: פארוואס לאזט איר אונז איבער דא אין גלות, מיר ווילן אויך גיין צום מלך המשיח.

וועט מען די אידן ענטפערן: נאר די וואס האבן שוין אמת'דיג תשובה געטאן קענען קומען, איר דארפט נאך בעסער דאווענען!

די בכיות, די התעוררות און די געשרייען וועלן גיין עד לב השמים. דערנאך וועט קומען נאכאמאל א וואלקן, און דעמאלטס וועט שוין א גרעסערער ציבור מיטגיין. אזוי וועט קומען וואלקן נאך וואלקן ביז "אלע" אידן וועלן ארויפגיין קיין ירושלים שלום געבן פאר משיח צדקינו.

***

אינעם פוסטן גלות וועלן זיצן די שרי אומות העולם, זיי וועלן הערן די נייעס פון די אידישע וועלט און ס'וועט זיי פינסטער ווערן פאר די אויגן. משיח איז דא און ער וועט זיך נוקם זיין אויף אלע רשעות'ן פון אלע יארן קעגן אידישן פאלק.

זיי וועלן שנעל צוזאמנעמען אלע גרויסע קנאקערס, אלע שרים און אלע הערן, און אנהייבן דן זיין וואס מ'קען טאן צו ראטעווען דעם מצב.

איינער וועט פארשלאגן: 'לאמיר שיקן עפעס א מתנה פאר משיח, מיר וועלן אנפולן וועגענער מיט אלע אונזערע גאלד און זילבער, אפשר מיט דעם וועט ער נתפייס ווערן צו אונז'.

וועט מען אנהייבן צו לאכן..., 'משיח דארף דען אונזער גאלד, ער דארף דען אונזער זילבער, ער האט דאך אלעס, ער געוועלטיגט איבער די גאנצע וועלט'!

א צווייטער וועט פארשלאגן: 'אפשר זוכן מיר אויף א איד וואס איז געבליבן דא אין גלות און מיר וועלן אים נעמען און שיקן אלס מתנה פאר משיח'?

אה, צו דעם וועט מען זיך צוכאפן, א איד האט א חשיבות.

זאגט דער צדיק: די גוים וועלן זיך דרייען אויף די גאסן און זוכן א איד, אבער וועלכער איד וועט דען איבערבלייבן אין גלות? ווער וועט דען נישט תשובה טאן מיט א תשובה שלימה? נאר דער מסור ומושחת וועט זיך אויך דאן נישט ברעכן, ער וועט נישט תשובה טוען אויך ביים הערן דעם שופר של משיח.

די גוים וועלן אנכאפן דעם מסור, אים בינדן הענט און פיס, באצירן מיט גאלד און זילבער און אלע טייערע שטיינער, און אים פירן מיט א גאלדענע קארעטע קיין ירושלים צום מלך המשיח.

דארט אין ירושלים וועט משיח צדקינו זיצן מיט אלע צדיקים, און אינמיטן וועט מען אריינקומען מעלדן אז די אומה"ע האבן געשיקט א מתנה פארן מלך המשיח. יעדער וועט זיך נעמען לאכן: משיח דארף זייער מתנה?

וועט מען ענטפערן, ניין, דאס איז נישט קיין פשוט'ע מתנה, דאס איז א איד וואס איז געבליבן אין גלות!

'א איד'! - וועלן אלע ענטפערן - 'א איד האט שוין איינמאל א חשיבות, דאס איז טאקע א חשוב'ע מתנה'! און משיח צדקינו וועט מקבל זיין די מתנה, נאנט ברענגן צו זיך דעם איד און אים מחזיר בתשובה זיין.

פירט אויס דער צדיק: משיח'ס מתנה וויל איך נישט שעלטן!

viewtopic.php?p=714878#p714878



א בילד פון די מציבה\ציון האט איינער?
הרה"ג ר' מנשה ריזמן רעדט פון דעם צדיק און ער פארציילט די מעשה גענווי ווי די שרייבסט
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

פרענומעראנט פון ספר יסוד יצחק
אטעטשמענטס
פרענומעראנטן לספר יסוד יצחק.jpg
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

הסרפד האט געשריבן:כצ"ל:
שויתי'ניק האט געשריבן:צאצאיו
א. הרב יחיאל מיכל, נפטר בצעירותו.
ב. אשת רבי שלמה אליעזר.
ג. אשת הרב יצחק צבי מנחם אוירבך מלטיטשוב. בנו של רבי ישראל ממז'יבוז' נכדם של רבי יעקב יוסף כ"ץ ורבי ברוך ממז'יבוז'.
ג. א. רבי בנימין זאב מאוזריאן חתנו של רבי נחמן מסקאליט.
ג. א. א. (משוער) רבי משולם פייבוש מאוזריאן.
ג. א. א. א. חתנו רבי מאיר מיאסי.
ג. א. ב. חתנו רבי חיים דוד מנזון נכדו של רבי ישראל מרוז'ין.
ד. אשת רבי זושא מלובלין (בן רבי ישראל בנו של החוזה מלובלין).
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

איז דער נאמען 'צבי' א זיכערע זאך?
שמעתי אז ס'איז א טעות ווייל דער ספר הייסט תפארת צבי, אבער באמת איז נישט קלאר???
און וואס איז מיט בנימין?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נאך א איידעם פון רבי זאב מזבאריזש ווערט דערמאנט דא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הרבנית של רבי בנימין זאב מזבאריז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איז באקאנט וויאזוי די רביצין פון רבי זאב מזבאריז האט געהייסן?
משה ברמן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ברמן »

כמדומני ששמעתי מכ"ק אדמו"ר מרחמיסטיבקא שהיה לו גבאי בשם חלאוונא.
והיה מעשה אודותת זה אשמח אם אי מי יפרט
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

משה ברמן האט געשריבן:כמדומני ששמעתי מכ"ק אדמו"ר מרחמיסטיבקא שהיה לו גבאי בשם חלאוונא.
והיה מעשה אודותת זה אשמח אם אי מי יפרט

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1503907#p1503907
ספר.הערוך
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 9:01 pm

Re: רבי (בנימין) צבי זאב (וואלף) מזבאריזש ג' ניסן תקפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספר.הערוך »

אין א ספר כתב יד מוכן לדפוס, ווערט אראפגעברענגט א חתימה פון הרה"ק ר' וואלף מזיטאמיר זצ"ל, צולייגנדיג די נאמען "אברהם".
אטעטשמענטס
העתק חתימת ר' וואלף מזבאריז.PNG
העתק חתימת ר' וואלף מזבאריז.PNG (614.25 KiB) געזען 1747 מאל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי (בנימין) צבי זאב (וואלף) מזבאריזש ג' ניסן תקפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

ספר.הערוך האט געשריבן:אין א ספר כתב יד מוכן לדפוס, ווערט אראפגעברענגט א חתימה פון הרה"ק ר' וואלף מזיטאמיר (מזבאריזש) זצ"ל, צולייגנדיג די נאמען "אברהם".

דאס איז שוין געדריקט און תשובות הרא"ם (לר' אלכסנדר סענדר מרגליות מסאטנוב דוד הבית אפרים) אה"ע סימן י"ב דארט שטייט בטעות ר' אברהם בן הגאון ר' וואלף אבער בתחילת התשובה שטייט ר' אברהם בנימין וואלף בן ר' יהושע העשיל, איך שיהיה איז דאס זיכער נישט ר' וועלוויל זעבארזער (וואס איז סיי ווי סיי געועהן זייער יונג באותו זמן, תקל"א תקל"ו)

חוץ מזה זעהט דאס אויס ווי א העתק פון א מעתיק (מיט טעותים להמעיין בשו"ת הרא"ם) און נישט כתב ידו
ספר.הערוך
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 9:01 pm

Re: רבי (בנימין) צבי זאב (וואלף) מזבאריזש ג' ניסן תקפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספר.הערוך »

א. ריכטיג, טעיתי, וטעות לעולם חוזר.

ב. דאס איז זיכער נישט די כת"י פון ר' אלכנסדר אליינס (כמו שכתבתי 'כת"י מוכן לדפוס'), וואס איז כידוע זייער אומקלאר.

ג. איבער דעם נאמען פונעם אויבנדערמאנטן מגיד איז דער טעות אינעם געדרוקטן ספר, און נישט אינעם כתב יד דלעיל, ווייל אנהויב פון יענע תשובה ווערט ער דערמאנט מיטן נאמען ר' אברהם בנימין וואלף ב"ר יושע העשיל.
(אויפן פלאץ פון רבי יצחק מפרעמיסלא פונעם כת"י איז געדרוקט אינעם ספר א נאמען ר' אפרים, זעהט אויס אז עס איז געדרוקט געווארן מיט אן אנדערן כת"י)
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי (בנימין) צבי זאב (וואלף) מזבאריזש ג' ניסן תקפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

ווער איז געווען די שווער פין בנו רבי יחיאל מיכל ? אין ווער זענען געווען זיינע קינדער ?
סלמון
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 02, 2022 7:18 pm

הרה"ק ר' בנימין זאב מזאבריז זיע"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סלמון »

יוד"ק ג' ניסן
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
סלמון
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 02, 2022 7:18 pm

Re: הרה"ק ר' בנימין זאב מזאבריז זיע"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סלמון »

1.png
1.png (35.8 KiB) געזען 984 מאל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי (בנימין) צבי זאב (וואלף) מזבאריזש ג' ניסן תקפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נכדו ר בנימין וואלף מאוזיראן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2410214#p2410214
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי (בנימין) צבי זאב (וואלף) מזבאריזש ג' ניסן תקפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין רבי וועלעווע זבאריזשער זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי (בנימין) צבי זאב (וואלף) מזבאריזש ג' ניסן תקפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

שויתי'ניק האט געשריבן:
היינט איז דער יא"צ פון הרה"ק רבי זאב וואלף פון זבאריזש
נפטר בוואלטשיסק ונקבר בזברז'.
א בילד פון די מציבה\ציון האט איינער?
וואו שטייט אז ער איז נפטר געווארן אין וואלאטשיסק?
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: רבי (בנימין) צבי זאב (וואלף) מזבאריזש ג' ניסן תקפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

נחוניא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 8:29 am
שויתי'ניק האט געשריבן:
היינט איז דער יא"צ פון הרה"ק רבי זאב וואלף פון זבאריזש
נפטר בוואלטשיסק ונקבר בזברז'.
א בילד פון די מציבה\ציון האט איינער?
וואו שטייט אז ער איז נפטר געווארן אין וואלאטשיסק?
און וואו שטייט אז ער ליגט אין זבאריזש?

זכות יגן עלינו.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי (בנימין) צבי זאב (וואלף) מזבאריזש ג' ניסן תקפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שבת קודש איז דער הילולא קדישא פון רבי וועלוול מזבאריזשער זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: רבי (בנימין) צבי זאב (וואלף) מזבאריזש ג' ניסן תקפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

ס'איז דא א ספר 'ישועות מלכו' ד"ת מלוקט פון די זלאטשעבער מגיד, [י"ל אין די סעריע פון ספרי 'אוצר החסידות' ע"י מכון הרי"מ לוין].
צום סוף איז אריינגעדריקט א כת"י (די גאנצע 20 בלעטער) 'כתבי קודש' ד"ת פון ר' וואלף זבאריזש'ער, געשריבען ע"י 'מהו' אהרן בן מה"ו שמואל מראפשיץ'.
איינער ווייסט ווי איז די מקור הכת"י?
ווער איז דער כותב?
און צי איז די כת"י געדריקט געווארען? [אפשר נכלל בתוך א' מספריו 'תפארת צבי זאב' או 'רזין דאורייתא'?].
(איך האב נאך נישט בודק געווען בכלל די תוכן הכת"י אין נאכגקוקט גארנישט, איך פרעג אויב איינער ווייסט עפעס)
Screenshot 2023-03-26 014439.png
Screenshot 2023-03-26 014439.png (349.45 KiB) געזען 321 מאל
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם, או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה. (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”