וועלכע פייערפאקס עקסטענטשענס נוצט איר?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

וועלכע פייערפאקס עקסטענטשענס נוצט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

וואו באקאנט זענען דא טויזענטער פייערפאקס עקסטענטשינס (צו זיין אביסל מער פונקליך: איבער 10 טויזענט!) וואס מ'קען צולייגען צו פייערפאקס ארויסצוהעלפן, מאכן געשמאקער, גרינגער, און\אדער בכלל צוצולייגען געשמאק צום טעגליכן באנוץ פונ'ם בראוזער.

כ'גלייב נישט אז ס'זענען דא צופיל מענטשען וואס האבן דער צייט אדורכצוגיין אלע צען טויזענט עקסטענטשינס, און ס'זענען זיכער דא א א שיין ביסל עקסטענטשינס וואס קען אייך א געוואלד צוניץ קומען, נאר איר ווייסט פשוט נישט דערפון, וואלט כ'מיין געווען א תועלת לרבים אז דער עולם זאל דא שרייבען וועלכער עקסטענטשינס זיי נוצען, און וואס ס'העפלט (וכדו') זיי, כדי אנדערע זאלן אליינס קענען הנאה האבן דערפון.

און כדי ס'זאל נישט זיין קיין געשלעעעעעעעג, וועל איך זיין דער ערשטער ווייזען די וועג.

בקיצור נמרץ:

Download Helper
דאס נוץ איך צו גרינגערהייט און פשוט דאונלאודען ווידאוס פון וועבזייטליך וואס האבן נישט קיין אריינגעבויטע וועג וויאזוי עס צו טוען (מערסט נוגע ביי יו טוב).

Hebrew Calendar
ס'שרייבט אונטען ביים סטעטוס באר דעם אידישען טאג, טאג אין חודש, יאר, כניסת שבת ויו"ט, וכדו'. ס'קען דיר ווייזען און היברו, ענגליש, אדער א געמיש פון ביידע (היבליש, ווי זיי רופן עס). איך האב שטארק הנאה דערפון.

IE Tab
פיל מאל מאכט זיך אז מ'קען נישט צוקומען צו ספעציפישע וועבזייטליך צוליב ס'נישט געבויט פאר פייערפארקס נאר פאר IE (אינטערנעט עקספלארער), וואס טוט מען געווענליך אין אזא פאל? אדער גיבט מען גלייך אויף, אדער, אויב ס'וויכטיג, שלעפט מען זיך קיין IE, אין מ'קאפיעט און פעיסט אריין דעם URL. מיט דעם פעלט עס נישט אויס, מיט איין קוועטש פונ'ם מויז, טוישט זיך דעם ענדזשין (בלויז פון דעם טעב) פון פייערפאקס צו IE (חוץ דעם וואס ס'ארבעט יעצט, זעט מען נישט קיין שום חילוק).

(WOT (Web of Trust
דאס אינטערנעט איז דאך געשטאפט פיל מיט סכנות'דיגע פלעצער, הן בגשמיות והן ברוחניות. דא קומט דעם עקסטענטשין צו הילף. הן ווען איר גייט צו א וועבזייטל, הן ווען איר מאכט א סערטש, ווייזט עס אייך לויט קאלירן (גרין = גוט, רויט = שלעכט, און אלעס אינצוווישן) די סטאטוס פון דעם וועבזייטל. און וויאזוי ווייסען זיי? דיר, מיר, און אלע אנדערע וואס נוצען דעם עקסטענטשין זאגן זיי!

McAfee SiteAdvisor
דאס איז אויך פאר סעקיורעטי אזויווי WOT, נאר דא ווייסען די סטאטוסען פון וועבזייטליך אטאמאטיש דורך קוקן אויף די דאונלאודס פונ'ם סייט און זען צו וואו אלס זיי לינקען וכדו'.

Read it Later
וואס טוט איר ווען איר קומט אן צו אן אינרעסאנטע ארטיקל וכדו' אויפ'ן אינטערנעט וואס איר ווילט ליינען, נאר איר האט פשוט נישט קיין צייט אויפ'ן מינוט? געווענליך וואס איך פלעג צו טוען, האב איך געמאכט א בוקמארק ביז כ'וועל צוקומען דערצו, אמאל היינט, אמאל מארגען, און אמאל הערשט אין א חודש ארום, ביז די בוקמארקס ווערן אינגאנצען צומישט פון די אלע בוקמארקס. מיט דעם עקסטענטשין, גיב איך א קוועטש אויף א קנעפל, אין ס'סעיווט זיך זיך אין זייער דעטעבעיס, און ווען כ'האב צייט געב איך א גיי דערצו און איך ליין עס.

Skip Screen
פיל וועבזייטליך וואס מ'קען דאונלאודען פיילס בחינם מאכן אז מ'דארף ווארטן עטליכע סעקונדעס (צי מער) ביז מ'קען עס דאונלאודען (למשל, רעפידשיער, מידיעפייער, וכדו') דעם עקסטענטשין סקיפט עס פאר אייך און דאונלאוד עס גלייך. (כ'בין אליינס נאך צומישט פונקליך וויאזוי ס'ארבעט, און צי ס'ארבעט טאקע...)

Stop-or-Reload Button
דאס איז א קליינטשיק עקסטענשין וואס מאכט דעם 'עקס' קנעפל מיט'ן 'ריפרעש' קנעפל צו איינס, אדער דאס אדער דאס. (וואס פעלט דען אויס ביידע באזונדער? מ'קען דאך סייווי בלויז נוצען איינס אויף א מאל!). ס'גיבט צו אביסעלע פלאץ צום אדרעסס באר.

Xmarks
זענט איר אפט אויף מער וואו איין קאמפיוטער, און אייער בוקמארקס זענען צוטיילט ביי די ביידע, און איר זענט זייער צומישט? פונקט גוט! דעם עקסטענטשין סעיווט אייער בוקמארקס צו זייער סערווער, און נישט קיין נפק"מ וואו איר זענט קענט איר אייביג צוקומען דערצו. (דאכציכמיר אז דער זעלבע זאך טוען זיי מיט סעיווט פעסווארדס.)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

WOW
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

ומיט וואס איז פייערפאקס בעסער פון IE ?
איך רעד אין א זייט געלייקט אלע עקסטענטשענס, די עצם בראוזער וואס איז די מעלה דערפון אז מ'זאל אוועגיין פון די בראוזער וואס אונזערע אבות אבותינו האבן גענוצט
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

זוך אויף אין די דערנעבענדיגע אשכולות ווי מען רעדט שוין וועגן דעם
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

שכוח האניג, איך האב לעצטענס אנגעפאנגן צו נוצן פייערפאקס. וויאזוי לייג איך צו די עקסטענשאנס?
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

גייט דא, דא קענט איר זוכן וואס איר דארפט, איינמאל איר טרעפט עס, קליקט Add to Firefox, און פאללאוד אינסטראקשינס. הצלחה!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יישר כח.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יישר כח האניג, געדאונלאודעד אפאר, א חלק ארבעט שוין נישט אין די נייע ווערסיעס

Echofon for Twitter

ארבעט זייער גוט פאר טוויטער, ווי אויך קעמען אנשטעלן עס זאל סינקן מיט די אייפאון
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

העלמיר זיך אריבערכאפן צו פיירפאקס פאר אפאר מינוט. (איך נוץ עס נאר הער און דער, און די עקסטענטשענס זענען פון אמאל)

Add to Search Bar
איר קענט זוכן אין סיי וועלכע סייט דורך די גיווענליכע סוירטש באקס.
למשל איר ווילט זוכן אויף אייוועלט: אנשטאט צו גיין קודם צו iוועלט.קם, קענט איר גלייך זוכן דורך די סורטש באר. (לייגט די מויז אינעם אייוועלט סוירטש-באקס, רייט-קליק "Add To Search Bar" דערנאך איז אייוועלט א חלק פון פיירפאקס)
(אילוסטרירט דא ביים דעוועלאפער)

Saved Password Editor
דאדורך קענט איר טוישן אוועקגעלייגטע פעסווארדס.
און אויך סעיוון פון פריש, למשל אויב א סייט גיבט אייך נישט די אפציע "Save Password", קענט איר דאס נוצן צו מענואלי סעיוון. (איך נוץ דאס נאך היינט, ווייל פאר קרום איז נישט פארהאן אזא מעגליכקייט, טו איך עס סעיוון ערשט אין פפ, דערנאך אימפארט מען אין קראום פפ פעסווארדס)

Find In Numbers
כידוע ווען איר זוכט עפעס אין א פעידז אויף פייערפקס דורך CTRL+F וועט איר נישט זעהן וויפיל מאל אייער געזוכעכטס געפינט זיך. (קען צומאל גיין צו די נערפן ל"ע)
דער עקסטענטשען מאכט אים זיך פירן ווי קרום אין דעים הינזיכט

עד-בלאק-פלאס פארשטייט זיך, ווי שוין דערמאנט עטליכט מאל דא אינעם אשכול (אוועילאבל אויך פאר קרוים).
נישטא מער קיינע בעננערס און אנדערע אומנויטיגע עדס. אויך קענט איר פטור ווערן פון סיי וועלכע בילד (אדער עלעמענט) עס שטייט אייך אין וועג, א רייט-קליק און ס'איז דערנאך.
אגב, דער עקסטענטשען איז דער מערסט פאפולער אויף פייערפאקס
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איינער ווייסט פון א גוטע טוויטער עקסטענשן? די פריערדיגע, דערמאנט צוויי הודעות ארויף, ארבעט שוין נישט

ייש"כ למפרע
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

פארוואס קראכט מיין פייערפאקס ווען איך פרוביר צו אינסטאלירן א עדד-אן?
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

האסט די לעצטע ווערסיע? זיי אפדעיטן שנעלער ווי איך טויש זאקן, פאר יעדע קלייניקייט מאכן זיי א אפדעיט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אפצוטון און נישט אויפטון... סתם נקמה...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

חחח..
ווענד זיך פאר וועם.. די סייט וואס האלט די עדס העלפט מען גאר
גוגל קלעימד אז זיי קענען דיטעקטן עכטע קליקס ווערסעס פאלשע אוטאמאטישע קליקס אדער קליקס וואס צילט נאר צו הייבן די צאל קליקס פאר זיך אדער פאר יענעם, זיי האבן א ספעציעלן קאלום פאר אינוועליד קליקס ריפארט מיט adjustments כפי העולה על רוחם

https://support.google.com/adsense/answer/1348752?hl=en&ref_topic=1348566
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”