פארוואס געסטו נישט די טשעינדזש? פארדינסטעך נאר!!!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- קרוץ מחומר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 407
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm
פארוואס געסטו נישט די טשעינדזש? פארדינסטעך נאר!!!
א קלאפ אין טיר
איך עפן איר
ווער שטייט דארט
א אינגעלע א דיימאנט
א פושקעלע אין האנט
צדקה! דאס איינע ווארט
שעפעלע אוודאי!
אין טאש גראדע
קיין מטבעות פארהאן
ווארט ביים טיר
כ'ברענג עס דיר
אט איז עס דַיין
מיט א דאלער אין האנט
אהינגעשפאנט
צום טיר פאמעלעך
דאס פושקעלע פול
עפענען איך וויל
רעשט נעמען וועל-איך
דאס אינגעלע זעט
מיט טרערן בעט
ניין! נאר נישט דאס
די אלע געלט
איך צאמגעשטעלט
צונעמען פארוואס
שעפעלע ניין!
געב איך צו פארשטיין
ס'איז פונקט פארקערט
די דאלער פאר דיר
נאר רעשט פאר מיר
אבער גארנישט דערהערט
הסברים מער
דאס קינד כ'ערקלער
ס'פאר דיין גוטס
וויאזוי אבער קעמען
פון פושקע ארויס נעמען
ס'אידאך אין "מיין" באזיץ
אין זיין הענטעלעך ס'בלַייבט
שטארק אנכאפט
אנטלויפט דערמיט שוין
א שריט א ווילדן
אבער גערעטעט די גולדן
פונעם אומפארשטענדליכן פארשוין
מיט'ן גרינעם פאפיר
איך פרעג זיך ביים טיר
פ"וו ער פארשטייט נישט
געב אהער
קריגסט דאך מער
אנדערשט ס'גייט נישט
א מחשבה'לע דורכאויס
גליטשט זיך מיר ארויס
וואס איז די וואונדער
צו פאסירט נישט גענוי
פונקטליך אזוי
ביים רבש"ע'ס קינדער
פאר'דאגה'ט פארשוויצט
אין ארבעט מ'זיצט
מיט יגיעה אנשטרענגען
מ'אינוועסט מ'יאגט
מיט שווייס פארפלאגט
ברויט אהיימצוברענגען
אן א שיעור
מיר קלאפן דעם טיר
פונעם משביע לכל חי
צדקה! טאטע
שיק אונז למטה
ותן לכל איש די
שעפעלע אוודאי!
מיט מיין גענאדע
וועל איך דיר שענקען
א בקשה דערביי-איז
מיט אפאר מטבעות
טו מיר געדענקען
א שעה א פולע
פאר'ן נורא עלילה
זיך זיין שופך שיח
אין זה כי אם
בית אלוקים
שענק מיר נחת רוח
די פָאר גרייצערליך
געב מיר ערליך
באקומסט כפולה ומכופלת
מידי הפתוחה
מזוני רוויחא
ס'איז אפן דעם דלת
ווי נאריש פארדרייט
דער מענטשעלע נישט גרייט
די מטבעות אים צייגן
דאס גאנצער געשעפט
און שול מ'טרעפט
באנקנאטן מ'טוט דערלייגן
קוים מ'הייבט אן
תפלה צו טון
די מח צום ארבעט טוט פליען
א טעקסט גאר נייטיג
און ארויס פריצייטיג
ביי אשרי ובא לציון
נישט זיין קיין נארנים
האבן די זעלבע פנים
מיט'ן פושקע צו אנטלויפן
שענק אים די מטבעות
מיט א ברען און חיות
און אלע השפעות איינקויפן!!!
איך עפן איר
ווער שטייט דארט
א אינגעלע א דיימאנט
א פושקעלע אין האנט
צדקה! דאס איינע ווארט
שעפעלע אוודאי!
אין טאש גראדע
קיין מטבעות פארהאן
ווארט ביים טיר
כ'ברענג עס דיר
אט איז עס דַיין
מיט א דאלער אין האנט
אהינגעשפאנט
צום טיר פאמעלעך
דאס פושקעלע פול
עפענען איך וויל
רעשט נעמען וועל-איך
דאס אינגעלע זעט
מיט טרערן בעט
ניין! נאר נישט דאס
די אלע געלט
איך צאמגעשטעלט
צונעמען פארוואס
שעפעלע ניין!
געב איך צו פארשטיין
ס'איז פונקט פארקערט
די דאלער פאר דיר
נאר רעשט פאר מיר
אבער גארנישט דערהערט
הסברים מער
דאס קינד כ'ערקלער
ס'פאר דיין גוטס
וויאזוי אבער קעמען
פון פושקע ארויס נעמען
ס'אידאך אין "מיין" באזיץ
אין זיין הענטעלעך ס'בלַייבט
שטארק אנכאפט
אנטלויפט דערמיט שוין
א שריט א ווילדן
אבער גערעטעט די גולדן
פונעם אומפארשטענדליכן פארשוין
מיט'ן גרינעם פאפיר
איך פרעג זיך ביים טיר
פ"וו ער פארשטייט נישט
געב אהער
קריגסט דאך מער
אנדערשט ס'גייט נישט
א מחשבה'לע דורכאויס
גליטשט זיך מיר ארויס
וואס איז די וואונדער
צו פאסירט נישט גענוי
פונקטליך אזוי
ביים רבש"ע'ס קינדער
פאר'דאגה'ט פארשוויצט
אין ארבעט מ'זיצט
מיט יגיעה אנשטרענגען
מ'אינוועסט מ'יאגט
מיט שווייס פארפלאגט
ברויט אהיימצוברענגען
אן א שיעור
מיר קלאפן דעם טיר
פונעם משביע לכל חי
צדקה! טאטע
שיק אונז למטה
ותן לכל איש די
שעפעלע אוודאי!
מיט מיין גענאדע
וועל איך דיר שענקען
א בקשה דערביי-איז
מיט אפאר מטבעות
טו מיר געדענקען
א שעה א פולע
פאר'ן נורא עלילה
זיך זיין שופך שיח
אין זה כי אם
בית אלוקים
שענק מיר נחת רוח
די פָאר גרייצערליך
געב מיר ערליך
באקומסט כפולה ומכופלת
מידי הפתוחה
מזוני רוויחא
ס'איז אפן דעם דלת
ווי נאריש פארדרייט
דער מענטשעלע נישט גרייט
די מטבעות אים צייגן
דאס גאנצער געשעפט
און שול מ'טרעפט
באנקנאטן מ'טוט דערלייגן
קוים מ'הייבט אן
תפלה צו טון
די מח צום ארבעט טוט פליען
א טעקסט גאר נייטיג
און ארויס פריצייטיג
ביי אשרי ובא לציון
נישט זיין קיין נארנים
האבן די זעלבע פנים
מיט'ן פושקע צו אנטלויפן
שענק אים די מטבעות
מיט א ברען און חיות
און אלע השפעות איינקויפן!!!
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
- קרוץ מחומר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 407
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm
- בנימין הלוי
- שר האלף
- תגובות: 1620
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5559
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5559
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
- א גראם מיט טעם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3947
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר
- קרוץ מחומר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 407
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm
א גראם מיט טעם האט געשריבן:געשריבען אויף א הויכע רעינדזש
די וויכטיגקייט פון אונזער טשעינדזש
קרוץ, מיר ווארטען אויף נאך אביסעל
זאפטיגע סחורה גרייט אן אין שיסל
Wow Wow גראם'ס א תגובה
איז מיר ספעציעל מקובל וחשובה
אז דער גראמען מלך פונעם סביבה
זאגט ווערטער פאזעטיווע
אידאך הוא הודה הדרה וזיווה
און אזוי אויך שכוח פאר'ן גאנצן אייוועלט ישיבה
פאר'ן נישט זיין קיין נייאיווע
נאר געשענקט אנערקענונג בלי עיכובה
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
wow!!!
קרוץ האסט מיר איבעראשט!
קרוץ האסט מיר איבעראשט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- מילין_יקירין
- שר חמש מאות
- תגובות: 521
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2319
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
קרוץ
א גאנצע מאמר מיט תגובות, ממש איך שטוין! קיינער כאפט נישט די זאך!!
א קרוץ מחומר וואלט איך אויך נישט געטראסט אליינס צו נעמען טשעינדזש, כוואלט אויך אפגעטראגן מיט די נשמה אין די הענט...
אינעם פיוט (שבועות) זאגט מען בפירוש, 'קרוץ מחומר, מה מועיל לו, חומד ומתאוה, את שאינו שלו, זה שיש לו אינו שלו, וכו'.....
---
קרוץ, סאיז א מעסטערפיעס, הן די שריפט, הן די געדאנק! יישר כח.
א גאנצע מאמר מיט תגובות, ממש איך שטוין! קיינער כאפט נישט די זאך!!
א קרוץ מחומר וואלט איך אויך נישט געטראסט אליינס צו נעמען טשעינדזש, כוואלט אויך אפגעטראגן מיט די נשמה אין די הענט...
אינעם פיוט (שבועות) זאגט מען בפירוש, 'קרוץ מחומר, מה מועיל לו, חומד ומתאוה, את שאינו שלו, זה שיש לו אינו שלו, וכו'.....
---
קרוץ, סאיז א מעסטערפיעס, הן די שריפט, הן די געדאנק! יישר כח.