פרישע דירות פראיעקט: "חזקת הבתים"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

leiby האט געשריבן:ס'איז אנגעקומען אויף די פאסט צו יעדעם.

ניקס צו מיר, עכ"פ אויף וויפעל איך געדענק
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ר' חיים פרנס;
ביטע ענטפערט אויף די קשיא פון שמערי
פינטעל האט געשריבן:ר' חיים שליט"א
אויב האב איך נישט צירוקגעשיקט די אפלעקאציע, שטיי איך אויס צו צאלן מער ווי די א.ד. פרייזען?
אויב יא, וויפיל?


איך האב אקוראשט געליינט דיינע זיסליכע באשרייבונגען, תשוחח"ל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

בס"ד

דינסטאג אמור
העלאו עוורי וואן טודעי, סארי פאר דע טיים ווי ווער אוועי, באט ווארקינג אן חזקת הבתים אן די וועי, ביי וויזיטינג די פרעמיסעס איף איט'ס רילי אקעי, טו ליוו א העפי לייוו דעט וועי, נאו איי קען שארלי סעי, דער איז נאו אדער וועי, פאר אז אין ווילי טו סטעי, וואטעוער יור ווייף אר שוויגער וויל סעי, עט די ענד דעי וויל סעי הארעי, פאר מעקינג די רייט דעסיזשאן אן דיס ספעשל דעי, טו ליוו א לייף די חזקת הבתים וועי,

לכבוד מיינע טייערע און באליבטע אפדעיט ריקוועסטערס, העיר איז וואטס העפענינג,

און די לעצטע צוויי וואכן זענען מיר עטליכע מאל געווען באזוכן די חזקת הבתים פרעמיסעס, און אויסגענוצט די געלעגנהייט צו קוקן ווי לאנג דער וועג נעמט טאקע און נאך פרטים.

דערנאך האב איך מיר גענומען די מיה און אליין אריבער צום בעל דבר אין שטוב, און איהם געזאגט ענינים וואס מיר קלערן איבערן פראדזשעקט, און דאס וועלן מיר באלד אויסלופטערן אויף די לופט דא כדי דער ציבור החשוב זאל קענען זעהן הערן קאסטן און טאפן, און מחליט זיין וועלן מיר צוזאמען.

ברוכים הבאים פאר עטליכע נייע אנטיילנעמערס און מגיבים, אייער ערשיינונג איז אונזער פערזענליכע הנאה, קומט און ברענגט אייער פריינט.

קודם תשובות אויף עטליכע שאלות.

פינטעל האט געשריבן: ר' חיים שליט"א
אויב האב איך נישט צירוקגעשיקט די אפליקאציע, שטיי איך אויס צו צאלן מער ווי די א.ד. פרייזען?
אויב יא, וויפיל?

ענטפער:
אויב האט איר נישט צוריק געשיקט די אפליקעשאן, מיינט דאס אז איר האט נישט רעזערווד די דירה,
די פרייזן וועלן זיך הייבן לכאורה מיט א קליינע פראצענט, נישט באקאנט וויפיל. אבער אויסצוהאלטן, פארגעס נישט אז מען דארף דיך האבן צו עפענען א שטאט. אבער פארגעס נישט אז אויב קען מען מאכן געלט וויל מען מאכן און טאקע ווי מער. יעדער דארף דעם צווייטן.

צווייטע שאלה וועגן די פאסט, עס איז אמת אז נישט יעדער האט דאס באקומען אין די פאסט, ער האט נישט גענוצט אונזער היימישע "ברוך טעם" אדער "עונג שבת" א.ד.ג. וואס האבן בעסערע ליסטעס, איך האב געזען וויפיל זענען צוריק געקומען איז געווען א שאד אויף אזוי פיל נעבעך, אבער ער האט שוין נישט געדארפט א גרעסערע אפרוף, ער האט למעשה געזען און געווען צופרידן, (און מיינט נישט אז ער איז א מסתפק במועט) אז דער ציבור וואס וויל קומען איז דייקא א היימישע און געשמאקע, סאו די אלע לימענע אפשטאמיגע וועלן האבן איינס פון די צוויי ברירות אדער צו ווערן פריילעך, אדער צו בלייבן אין ווילי און זויערן אזוי ווי אסאך פון אונז טוען טאקע יעצט.

די עצה איז אז יעדער זאל אריינשיקן א אפליקעשאן און קודם זיי אויף די גוטע זייט.

יעצט די מיליאן דאַללער קוועשטשען אן די טעיבל איז, ווען ווען ווען.

קלארער: ווען דו האסט שוין א גרופע וואס איז מסכים צו גיין, ווען דו האסט שוין מענטשן מיט מארגעדזשעס, ווען דו האסט שוין רב מוסדות עטסעטרע עטסעטרע, און ווען דו האסט שוין שוועסטער מיט מומעס און אך און וויי אויך שוויגערס, און יעדער איז מסכים און יעדער באשטייט אז מען גייט מען גייט מען גייט, יעצט וואו גייט מען?
נעמט זיך דער בויער בויען א געשעפט פון א צוויי דריי יאר, נו ביז דאן קען דער ניי באוואוסטער בארג יאפילעעעליטםקולקול (איינער קען דא ספעלן?) אויפרייסן נאכאמאל און אנפילן גאנץ ... ח"ו מיט רויעך, און אפשטעלן דאס געבוי פאר 5 טעג.
אז מען האלט שוין דא דארף מען זעהן מער עקשאן, וואלט זיך דאך געזאגט אנדערש, קודם בוי אביסל, דערנאך וועט דער ציבור ארבעטן אויף זיך, דער בויער אויף די הייזער, און ווען ביידע וועלן זיך צוזאם קומען וועט מען קענען זינגען עוד ישמע בערי ראק-הילל דרייוו ובחוצות גלען-וויילד ראוד קול ששון וקול שמחה, קול מצהלות תושבי וויליאמסבורג מדירתם ונערים בעפארדעבל חתונתם, דו וועסט מאכן געלט און איך וועל האבן וואו צו שלאפן רואיג.

איז ער מיר מסביר אביסל א אנדערן טראכט,

אז איך וועל בויען און ס'וועט נישט זיין ווער ס'זאל קויפן וועל איך איך זיין א לוזער, איך קען נישט בויען און זיין א לוזער, ווייל דעמאלטס קויפן נאר לוזערס. פון לוזער קען מען קיין שטעטל נישט בויען.
איך מוז האבן קויפערס!. אויב וויל איך ווען פאררענטן האט איך מארגן 500 טענענטס.
און קויפערס קען איך נאר האבן ווען די בענק געבן מארגעדזשעס.
במילא דארף מען גיין ווי א ביזנעס מאן, איינשטעקן דארף מען יעצט. ווען די ריעל עסטעיט איז אין דיוטא תחתונה, מאכן די קאנטראקטן מיט די בויערס, פלאמערס מאכט מען יעצט, צייט צו שלעפן האבן מיר גענוג. וועגן דעם האבן מיר געזאגט תשע"ג. און ווען די צייט איז רייף געבן מיר זיך א לאז ארויס אויף די יארכע און געבויעט און פארקויפט איינס צוויי און ... דרייי.

און אויך, ווען איך בוי, מוזן די קונים האבן אין מיר "טראסט" אז איך גיי זיי נישט אויספאפן, זיי גייען דאך אריינלייגן זייער געלט, אפילו ווען מען לייגט איין $ ביי א לויערס עקראו איז אבער נאך אלס איז שייך טראסט, ווייל די מערסטע זיכער איז עס איז זיין טאש, איינמאל עס איז ארויס פון א מענטש זיין געלט ציטערט ער יעדן טאג.
יעצט ווען דער מענטש זעהט אז אין ברוקלין מיט הויעכע פרייזן איז דאס בויעריי געשטארבן א מיתת חטופה נעבעך, ממש קיינער בויעט נישט, און ער זעהט אז איך גיי זיך נעמען בויען אין א ארץ לא זרועה מיט וויסטע חלומות ווייסט ער גראד אז איך בין גוט משוגע, ווייל דער חשבון שטימט נישט, דער חשבון איז דאך, אז דו גייסט נעמען א דירה מיט א מארגעדזש! און אז עס איז נישטא קיין משכנתא'ס איז נישטא קיין הייזער,
איך אליין האב נישט קיין טראסט אין די מארקעט יעצט, אז איך בוי אזא פראדזשעקט קען עס נאר קומען ווען איך גלייב דערין (!) און טאקע איך גלייב מיט א שטארקע זאך אז וויליאמסבורג האט נישט נאך א ברירה ווי דעיס, אבער איך קען נישט בויען יעצט במילא וועל איך נישט בויען יעצט.
האב איך איהם געפרעגט,

און ווי לאנג געדויערט דיר אויסצובויען דאס שטעטל?

ענטפערט ער:
איך גיי נישט נעמען א קאמפאני פון צוואנציג ארבייטער צו ארבעטן צוויי יאר, איך וועל נעמען א קאמפאני פון הונדערט מענטשן און ארבעטן נאר איין יאר.

שאלה: ווי לאנג געדויערט 500 דירות?
אין איינס און א האלב יאר קען איך האבן 500 דירות א מוסד און א שאפינג סענטער.
די רגע וואס איך פיל טראסט אין די מארקעט טאנץ איך אריין אין די געבויעכטס.

און ווי אזוי זעסטו די מארקעט?

איך האב געהערט פון קוועלער, פון מיינע שותפים, אז די בענק מענטשן הויבן שוין ווייטער אן צו פארקויפן מארטגעדזש באנדלעך פאר די גרויסע קאמפאני'ס, אוודאי, אין פראנט פון אויגן פון די פאליציי נישט, נאו-דאק לאוןס אויך נישט, און נאך אזעלכע צווייפלהאפטע מארגעדזשעס אוודאי נישט, אבער שטייטלעך גייט עס ווייטער, ווייל מען קען פשוט נישט שטיין בלייבן, יעדער וויל סזאל זיך רירן, (ווי מיר האבן שוין מסביר געווען בעבר)
יעצט, עס קען נעמען 6 חדשים, און עס קען נעמען א יאר מיט 6 חדשים, סיי וווי אזוי בין איך גרייט, ווען אימער מען קען גיין גיימער.

דאס מיינט חזקת הבתים וועט לכאורה שטיל זיין פאר א שטיק צייט, ביז די מארגעדזשעס וועלן זיך אויפוועקן?

יא. פונקט אזוי, נאר איך כשלעצמי וועל נישט שלאפן, מענטשן וואס האבן אריינגערופן וועלן באקומען צעטלעך פון א אפדעיט דא און דארט, צו שרייבן אוןיף איי-וועלט וועל איך דיר נוצן (הא הא הא, דא האבן מיר געלאכט), ביז עס וועט קומען דער ריכטגער טאג, אזוי ווי ביי יעדע ברית נאר בעתו ובזמנו.

דו ביזט א מוהל?

נישט נאר איך, יעדער וואס וועט קויפן אין חזקת הבתים וועלן גוט אפשניידן.
און יעצט האב איך מיר ערלויבט צו פרעגן די קוועטשיקסטע שאלה, וואס כהאב איינגעהאלטן א גאנצן צייט,
און טאמער קומט אויף אין וויליאמסבורג נאך א פלאן, האלסטו עס וועט דיר שטערן?

(מען זאגט דאס מיט א ניגון:) אאאהההה, יעצט וועל איך דיר ענטפערן, כהאב דיר שוין אסאך מאל געזאגט, ווי אזוי סגייט גייט עס, כהאב שוין אסאך זאכן געטוישט פון ווי אזוי כהאב אנגעהויבן, איך מיין טאקע געלט, אבער איך גיי טון מער עסקנות ווי געלט, סאו איז אזוי,
ביים טוען פאר יודן איז מען מחשיב יעדער וואס טוט וואס מען קען נאר, און טאמער ווערט א ישוב ערגעץ וואו לויף איך שוין אראפ קויפן פראפערטי דארט... ווייל איך גלייב יעדע ישוב וואס מאכט סענס קען געשען, דער ציבור איז רעדי, אסאך ברצון און מער נעבעך באונס,
און בנוגע ראק היל קענסטו זאגן אזוי,
אזוי ווי די פראדזשעקט איז אויך פאר מיר מיין פרנסה, קען מיר קיינער נישט אוועקנעמען גארנישט,

אבער יעצט לאמיר רעדן תכלית.
די מענטשן וואס קענען נישט גיין אויף ראקהיל עניוועי ווייל זיי פארנעמען נישט דעי מין לעבן, וועלן טאקע לויפן ערגעץ אנדערש, זייער גוט, און אויך אז מען מאכט א מוד פון גיין האט יעדער הנאה, ווייל אפילו מיין אייגענער פלאן שטעלט נישט צו די פולע אמאונט דירות וואס איז נויטיג, עס שטעלט נאר אויס מעגליכקייטן וואס קיינער קען נישט אזאלכע מעגליכקייטן צושטעלן, פארוואס, ווייל יעדע פלאץ אין די סיטי האט באגרעניצונגען, און אפילו די וועסט האבן ערגעץ 500 אדער אפילו טויזנט דירות וועט אבער די פרייז ארויף גיין, ווייל ווי יודן קומען אן, ווערט ב"ה א דראג פריי זאון און פארברעכנס פאלן, און פרייזן הייבן זיך, נאר וואס דען? האבן כאטשיג עטליכע הונדערט יודן געטראפן א גוט פלאץ, איז גוט,
יעצט וואס וועט זיין ווייטער מיט זייערע קינדער?
וועט מען ווייטער מוזן צוקומען צו א נייע שטעטל, לאמיר זאגן מען גייט קיין ניו דזשערסי נעבן ברידזש, וועט דאס ווערן אנגעפילט מיט טויזנט אידן אין נאו טיים, פון וויליאמסבורג און בארא פארק, וועט זיך דאס פלאץ אויסנוצן, נו גייט מען נעקסט, בין איך שוין נישט אזוי זיכער וואו מען וועט גיין ווייל מען קען שוין גיין קיין נ.דז. 50 יאר און מען זיצט נאך דא, אלא מאי ביזטו מודה אז עס איז נישט דא אזויפיל פלעצער, נו וואס איז די הילף? נאר א הצלה פורתא, קענען קינדער ווייטער נישט וואוינען נעבן עלטערן, וועט חזקת הבתים ווייטער ווערן א האט דיעל.
וואס דאס וועט האבן אויפגעטאן איז, אז די עלטערן וועלן נישט פרעשורן די קינדער צו וואוינען אין וויליאמסבורג ווייל זיי וואוינען דאך אויך נישט דארט, זיי וועלן שנעלער מסכים זיין צום פאקט אז מען גייט ארויס ווייטער, דאס איז זייער גוט פארחזקת הבתים, און באמת, אויב איז דא פון וואס צו רעדן וועל מיר דעמאלטס זען, מען וועט סטאפן בויען פאר א יאר צוויי, און דאן גיין ווייטער, לאמיר נאר דארט האלטן.

ביז דערווייל לאמיר נישט פארגעסן אז אין עוד מלבדו!


זאג איך איהם: איינער א שארף אידל האט מיר געזאגט, אז דער פלאן זעהט אויס אזוי גוט אויסגעשטעלט, אז טאמער משיח וועט אינצווישן קומען קען איהם דער אייזענבערג נאך אויפהענגען!
לאכט ער, פאר דעם בין איך דאך עפעס א ליובאוויטשער, איך זאג דאך אייביג משיח איז אן דע וועי! עה דשאסט קידינג...
פארקערט, אין סאטמאר האלט מען דאך אין איין חזר'ן, אז עתידין בתי כנסיות לקבע בארץ ישראל, אפילו מיין פלאן ארבעט זיך נישט אויס דא אין גלות, אבער אין ארץ ישראל וועט מען זיכער דארפן נייע דירות און רבנים מיט ישיבות, דארט וועט מען זיכער האבן אזא פלאן אין ריעליטי.
ונפרדנו לשלום.

נאך איין שאלה, מען האט געשמועסט אז אין זומער וועט מען דארט האבן א קרעטשמע, דאס גייט טאקע זיין?
עה, ס'פעלט נישט אויס, וואס וועל איך טון דארט, זאגן מיינע חלומות? הערן אלעמענס שוואכקייטן? איך וועל נאך האבן גענוג צייט צו רעדן צו די אלע מענטשן, ווייסט ווען? ווען 150 דירות וועלן שטיין, און באסעס וועלן מאכן 10 טריפס א טאג, און..... און..... און..... און..... און.....
היוצא לנו מכל אלה, אז דער פלאן איז אין פראסעס, מען וועט דעם זומער נאר פארברענגען מיט רעדן, קוקן די פלאץ, און דאס אלעס, און ווען ס'וועט זיין פון וואס צו רעדן וועט מען זיך לאזן הערן,

נאר איין זאך, די נושא, וועמען מען זאל צושטעלן קודם דארף מען נאך דעבאטירן,
איין וועג איז איז: די כולל יונגעלייט פוירסט. זיי דארפן נישט עפעס מורא'דיג פרנסה, און וויפיל יא קען זיך אויסארבעטן, איינמאל עס איז דא ישוב, קען מען איבערצייגן אנדערע,
צווייטע וועג: מען דארף האבן קויפערס, און מען האט געלט איז דא אלעס, פארטיג.

מורי ורבותי, וואס זאגט איר? אייערע מיינונגען זענען ערווארטעט. פון יעדן וואס האט אונז נאך אריינדערלאנגט א פסוק, און אוועקגעמאכט, כ"ש די וואס זאגן: איך וויל דיר נישט קאלט מאכן נאר... (איר קענט די מענטשן?) האב איך זיך נאך עפעס געלערנט, כ"ש אונזערע געשמאקע יושבים על מדור איי-וועלט, וועלן זיכער האבן צוצולייגן וויכטיגע ענינים, ריכטיגע געדאנקען, פאסיגע פארשלאגן, אויסגראדן מחלוקת'ן, אמת'ע נקודות, בארואיגן די פרויען, וואס וועט ווערן גערעכנט בבחינת המזכה את הרבים....


העלאו, ביזט דא? ספיק אפ!....
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואס איך זאג??? איך זאג נישט, איך גיי פרעגן...

חיים, דו האלטסט אז נאך דיין דרשה איז נאך דא וואס צו פרעגן? דו ביסטעך צוקער ווי זיס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

זאג מיר נישט אז דו גייסט אונז יעצט איבערלאזען פאר די קומענדיגע דריי יאר! פליזזזז נאט!!!!!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך בין דא! איך בין דא! נאר געוואלט זאגען אז איך האב געליינט און געקוועלט, און יעצט ווארט איך אויף די געלט און איך שפרינג אריין.
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

קרעמער האט געשריבן: און יעצט ווארט איך אויף די געלט.

ביי וועלעכע קארנער?
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

ס'וועט זיין מעגליך צו קויפן ליידיגע שטחים און אליינס אויפבויען?
ווער זאגט
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 26, 2010 1:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער זאגט »

לכבוד מוה"ר ר' חיים שליט"א
איך זיץ מיר שוין דא שטיל פאר דע לאנגעסט טיים און איך ליין און ליין, איך בין געווען איטרעסירט צו הערן וואס טיצעך, און 'ווער זאגט' אז מ'מוז אלעמאל אריינרעדן? אבער עד כאן! איך האב זעך מער נישט געקענט אייהאלטן! ווייל כייב שוין אן עכט צו גלייבן אז יא! כאזעך נישט סתם געלאזט נאר'ן, מ'רעדט דא פון פלעינע נארמאלע רעאליסטישע מענטשן און איך הייב אן טאנצן. איך אלץ איינער וואס האט אריינגעשיקט אן אפלקעישאן בין איך איך ממש צעפיצלט געווארן צווישן מיינע מחשבות מיינע האפענונגען און מיין ווייבס קריטיק. יעצט הייבט אלעס אן צו קלאר ווערן. די שוואצע וואלקענעס הייבן זיך אן אוועקרוקן און דו פליגערס הייבן ווייטער אן פליען און ביז א שטיק צייט אביסל מער אדער וויינעגער וועצעך אלעס צוריקשטעלן בבחינת מחזיר עטרה ליושנה, אידן וועלן צוריק אריין מופן אין ברייטע פאלאצן אוי' די לענג און די ברייט פון די קארפאטן בערג, אנטשולדיגט קעטסקילס בערג... און אריבערפירן אהין די נייע עקאנעמיע (שייבנה בעוד שתי שנים אחרי עזיבת אובמה את הווייט האוז) והעיר ראק-הילל צהלה ושמחה! לאמיר מאכן א לחיים!

א שטראהל פון האפענונג!

בד"וו טענק יא פאר סעיווינג מיי שלעם באיעס-שכויעך נאכאמאל!
ווער זאגט?
סיז שוין צייט זיך א ריר צו טאן - ווייל אם לא עכשיו אמתי? נא! דו האלטסט אויך אזוי?
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

אזוי ווי מען האט געמאלדן דאן, וועט מען אין די טעג ארויסשיקן די "קאנפירמאציע נאוט" וואס זאגט אז יא, דו פלוני האסט רעזערווד דירה נומער ??? אין חזקת הבתים, פאר די פרייז פון איינגעלייגט כך וכך,

דאס איז נאר אזוי ווי א רעסיט אז מיר האבן גענומען פון דיר געלט אויפן חלום וואס מיר ווילן פארווירקליכן.

רעזערווד מיינט נישט אויף די ספעציפישע גאס, עס מיינט נאר צו זאגן אז דו האסט רעזערווירט די דאזיגע "סייז", אין אנדערע ווערטער דו האסט אויסגעוועלט אט די דאזיגע סייז דירה,

ווייל ווען מען הייבט אן צו פארקויפן פארטיגע דירות און רוב עולם פארלאנגט גרעסערע סייז דירות און עס איז דא ווייניגער פון יענע סייז דארף מען וויסן מי קודם לזכות.

די זאך איז נאר יעצט אזוי, אז אזוי ווי מיר האלטן יעצט נאך בעפאר דאס בויען, זעהען מיר וויפיל דירות רוב עולם האט רעזערווד, און מען וועט משתדל זיין אז עס זאל זיין גענוג פון די סייז דירות,

רוב ציבור האט געבעטן צו באקומען א 3000 סק. פיס הויז פאר 220,000 $, עס איז דא מער אפליקעשאןס פאר די דאזיגע סייז, ווי הייזער מען האט לכתחילה געפלאנט בויען, אבער יעצט וועט מען פרובירן אויסשטעלן מער הייזער פון דעם סארט.

אויך מיינט דאס, אז די אלע וואס האבן אריינגערופן דורכאויס דעם ווינטער ווען עס איז געשטאנען "בלי שום דמי נתינה כלל" האט מען פון זיי נישט געקענט נעמען קיין 135 דאלער אפליקעשאן פי, ווייל עס שטייט דאך "בלי שום דמי נתינה כלל" גייט מען אבער יעצט מעלדן מיט דעם נאוט, אז למעשה ביים קויפן וועט מען ענדערש זיך רעכענען מיט דעם וואס האט שוין יא געגעבן די אפליקעשאן פי, ווייל פאר אומזיסט האבן אסאך מענטשן נישט קיין פראבלעם צו רעזערווירן א הויז, און ווען עס וועט קומען לידי מעשה וועט ער דעמאלטס זאגן: איך בין קודם, אבער די וואס האבן ארויסגענומען עטוואס געלט פון טאש זענען מער פאררעכנט ווי אמת אינטרעסירטע קונים.

און טאמער איינער פון די אלטע אפליקאנטן וועלן יעצט שנעל לויפן אריינברענגען געלט, וועט ער יא האבן זיין דין קדימה לויט די נומבער רופער וואס ער איז געווען, ווייל די דירות ווערן ארויסגעגעבן אויף א First come first serve basis.

נאר אסאך אידן האבן דווקא געבעטן דירות אויף א פלעט שטאק, אפילו א 1600 סק. פיס דירה פאר 170טויזנט דאלער איז זיי גוט, און אפילו מען וועט וואוינען מיט איינעם אויפ א שטאק העכער זיך, ווייל אין פארשידענע אומשטענדן איז בעסער א פלעט הויז.

האט דער בויער מסביר געווען גאנץ אינטרעסאנט,

אויף א 2000 ס"פ דירה קען איך דיר זייער גרינג געבן די עקסטערע 1000 פיס אין די בעיסמענט ווייל וואס דען זאל איך טון דערמיט, קען אויס קומען אזא באמבע גוטע פרייז, אבער טאמער בוי איך מער פוס אויף 1 שטאק, קען איך נישט צופיל ארויף גיין ווייל סטעפס מוז נאך אלץ זיין, אבער מען קען עס אויסארבעטן.

דאס מיינט אז מענטשן וואס קענען זיך צוזאם נעמען צו שאפן א 80,000 צום ארויסמופן (over all, נאך 10% אראפ לייגן און מופן קאסטן, און טעקסעס וכו') , וועלן ענדערש נעמען די הויז,און מענטשן וואס זענען מער עדריקט, וועלן ענדער נעמען א דירה, און טאמער וועט זיי גיין בעסער, וועלן זיי ביי די צווייטע פאזע נעמען א גרעסערע דירה,

אפילו ס'וועט זיין טייערער ווי יעצט, אבער זיין דירה וועט ער קענען פארקויפן פאר טייערער ווי ער האט דאס געקויפט, האלט מיר געלט-ווייז די זעלבע.

עכ"פ מען רעדט ס'וועט זיין, ס'וועט זיין און ס'וועט זיין, זאל הקב"ה העלפן ס'זאל שוין טאקע זיין.
לעצט פארראכטן דורך חיים של פרנסה אום פרייטאג אפריל 30, 2010 8:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אפשר שטעלט איינער צוזאם ר' חיים'ס מייסטער ארבייט און שטעלט עס אויס אין א שיינעם פארמאט אז די אשת חיל זאל הנאה האבן? א דאנק פון פראנאויס, די הנהלה!
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

אט האסטו:

ס'איז נישט אזוי פונקטליך, און נישט מוגה.
ס'איז בעיקר וואס ער האט געשריבן לכתחילה, און נישט תגובות און ענטפערס [אויסער איינס צוויי].
אבער עפעס.
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

אדער דאס
זייער גוט צוגעשטעלט, דבר דבור על אופניו, נישט אלעס אבער רוב.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CID »

חיים של פרנסה האט געשריבן:אדער דאס
זייער גוט צוגעשטעלט, דבר דבור על אופניו, נישט אלעס אבער רוב.


זייער שיין אהער געשטעלט די פייל חיים :!: הלואי זענען אלע אשכולות אזוי :lol:

פליז קופ אפ :!: מיר ווארטן געשפאנט אויף די נעקסטע חלק :lol:
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

ערעב חיים איר זענט איינגעשלאפן?.

די גאנצע עולם שטייט און ווארט צו הערן נאך
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:ערעב חיים איר זענט איינגעשלאפן?.

די גאנצע עולם שטייט און ווארט צו הערן נאך
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

אפדעיט.
ביטע, סאם טינג איז קוקינג....

ווער עס האט א שאץ פון 50 אדער 75.000 דאלער אראפצולייגן, און איז עליגיבעל פאר א מארגעדזש אדער האט א פלאן פאר א מארטגעדזש אין היינטיגן זמן, און איז "שויןי" גרייט צו זיצן ביי א מיטינג (חוה"מ מסתמא) זאל זיך ביטע מעלדן צו מיר אין אישית, אדער צו [email protected], איך דארף נישט מער ווי 15! אוט אוו 10.000 משפחות וואס וואוינען אין וויליאמס.

ביטע נאר "ערענסט" "ערענסט" "ערענסט" פאראינטרעסירטע זאלן זיך מעלדן,
איך קום אראפ צו אייך עקספלעיניען וואס איך וויל, אבער איר דארפט זיין גרייט פאר אימידיעט עקשאן.

געדענקט עס איז א וואן טיים אפארטוניטי.

איך וועל איבערקוקען די ענטפער'ס\אימעילס ביינאכט, און כ'וועל זיך פארבינדן איבערן זונטאג און מאנטיג אי"ה.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

חיים'ל, געסט אזא לענד אראפ, אזוי מיטן שלאף קאפל און צישויבערטע פיאות און פארלאנגסט עקשאן?

נא נא נא, נישט אזוי שנעל,

מיר פארלאנגען (בבקשה) א אפדעיט ווי האלט עס מיטן פראיעקט? גייט שוין אלעמענס חלום פארווירקלעכט ווערן?

חיים, מיר ווייסן אז די קענסט דאך יא
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ב"ה אז עפעס רירט זיך.
איך וואלט אריין געשיקט אבי אז אזא געשמאקער חיימל זאל מיך קומען באזוכן כאלהעמויד
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ויהי כמשלוש חדשים, לכבוד חנוכה האבעך געטראכט ארויף צוברענגען דעם אשכול נאכאמאל. לעבעדיגער, וואס טיצעך, ס'גאנצע פרשת ישוב חדש איז איינגעשלאפן? רובאשקין נעמט אלעס צו? פליז, וואס עט דא זיין, זענען מיר טאקע פאר'משפט אויף אייביג צו וואוינען אין די יעצטיגע אנגעשטויסענע ישובים?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

עס איז שרעקליך קאלט יעצט אין ראק היל, געב עס צייט זיך אנצו-ווארעמען אפשר ווען גלאבעל ווארמינג וועט פאסירן וועט זיין געשמאק דארט.
דערווייל ארבעט מען אויף אנדערע פראיעקט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

lebediger berel האט געשריבן:דערווייל ארבעט מען אויף אנדערע פראיעקט


ד.מ. אז ראק היל איז אווער? צוריק מיט מיין דעפאזיט ביטע.

און וואס ווען וואו איז די אנדערע פראיעקט ר' בערל?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פריילאך האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:דערווייל ארבעט מען אויף אנדערע פראיעקט


ד.מ. אז ראק היל איז אווער? צוריק מיט מיין דעפאזיט ביטע.

און וואס ווען וואו איז די אנדערע פראיעקט ר' בערל?


כ'האב נישט געזאגט אז ס'איז אווער, אבער עסקנים ארבעטן שווער אויף פארשידענע פראיעקטן, וואס ווערן אלץ מער עוועלעבל צוליב דעם שווערן האויזינג מארקעט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ביותר ביאור, צוליב וואס מער און מער דעוועלאפער און פראפערטי בעלי בתים זעען אז זייערע חלומות צו פארקויפן פאר מיליאנען לאזן זיך אויס מיט א בוידעם, זענען מער און מער דעוועלאפער, בעלי בתים, און אפילו לאקאלע רעגירונגען גרייט צו הערן וואס זיי קענען מרויח זיין פון זיך צושטעלן צום היימישן עולם.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

דארף מען אריינכאפן ווי לאנג אלעס איז אינדערערד

אבער מ'דארף אינאכט נעמען אז פונקט ווי די בעלי בתים האבן נישט קיין געלט און זוכן היינט צו פארקויפן אפילו ביליג, די זעלבע האבן די עמך אידן -וואס מ'וויל זיי זאלן קויפן די דירות- אויך נישט קיין געלט יעצט.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”