פרישע דירות פראיעקט: "חזקת הבתים"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

לאמיר שוין זאגן אז בלומינגבערג גייט צוריקמופן אז איך זאל האבן אזא פנים ווי שאינו...... למעשה האט מען געהאפט אז נישט. און טייל איינוואוינער וועלן פאר קיין געלט נישט צוריק מופן. אמת פלאטשיגער?

--

ר' חיים, ווי שטענדיג, שטייען מיר און ווארטן פון דיינע געשמאקע באריכטן.

#רעזערווירטצוליינעןאיבערמארגןבייפרישטאג
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

viewtopic.php?p=647585#p647585

ליין איבער.

איך האב געשריבן אז איך האב גערעדט צו איינעם אז ער גייט צוריקמופן און דער .. איז געשפרינגען ווי א צאפ.

למעשה האט יענער שוין צוריקגעמופט, און נאך איינעם וועם איך קען.
די איבעריגע עולם קען איך נישט.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

איך בין זייער פרייליך געווארן צו זעהן אז פרייליך געדענקט פון מיר און טראכט פון מיר...
אמת! ריכטיג! נישט נאר איך, נאר א היבשע פאר אזוי ווי מיר האבן זייער געגליכן די לייף סטייל דא און האבן זייער שטארק און גערן געוואלט פארבלייבן דאהי, נאר די פראבלעם איז געווען די פלאץ... די חורבן איז געווען "טאון ענד קאנטרי" סיידן מ'האט נישט געקענט וואקסן, במילא האבן אוטאמאטיש געפעהלט געוויסע סערוויסעס וואס קומען צושטאנד נאר דורך א שטעטל מיט מערערע איינוואוינער, און וואו אויך האט געהערשט א מורא'דיגע צופארנקייט אינעם פלאץ, ווי דעי וואס ווייסן איז נישט דא קיין איין מענטש וואס האט אריינגעלייגט א פינגער דא און זיך נישט אפגעבריהט... ואכמ"ל... ווי אויך איז פארגעקומען א שענדליכער גזירת גירוש דא... שוין העמער ווארטן אז אונזער ידיד ר' חיים של פרנסה זאל זיך מסדר זיין און אלעס גוט אראפלייגן... האטס מיר און זייטס מיר!
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

חיים של פרנסה האט געשריבן:על כן זעמיר מודיע, עס איז אינפארמאציע פון 3 פולע יארן, איך בין דאס איצט קלאר מסדר דבר דיבור על אופניו, און בעזר הוי' זיין צוריק ביז צוויי טעג.

באלד א וואך פאריבער שוין...
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

האט איינער א אנונג וואס איז געבליבן מיט חזקת הבתים?
הק' איש ימיני
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווי לאנג קען מען לערנען איין פרק? מסתמא האלט מען שוין ביי "המוכר את הבית" אדער "המוכר את הספינה".
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

גערעכטער האט געשריבן:האט איינער א אנונג וואס איז געבליבן מיט חזקת הבתים?

פרעג גרינע מיטוואך. (גראדע זעהט אביסל אויס אז ער איז נאר דא געווען פאר חזקת הבתים)
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

חזקת הבתים אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

בס"ד
אזוי ווי מען האט טאקע געפרעגט, וועלן מיר טאקע ענטפערן.
1. קורצע ענטפער: חזקת הבתים פערמיטן זענען אפגעלאפן, און ביז ווי ווען וואס איז עס נאך נישט קלאר צו וועם דער פראיעקט געהער, ווייל די באנק האט נאך אינטערעסע דערויף, ספעציעל יעצט מיט די קאסינא ביזנעס, דער וואס וועט ענדגילטיג געואונען בעלות וועט אריינגעבן צו באנייען די פערמיטן..

2. מיר לערנען ארויס פון דעם, אז אויב מען רעאגירט נישט גענוג שנעל, דערלייגט מען א פראיעקט, דער שאד איז זייער גרויס, הגם איך ווייס נישט אויב אידן האבן האבן דערלייגט געלט דא, אבער מיר האבן זיכער דערלייגט א גוטן פלאן.

לאמיר זעהן וואס איז געווארן ביז דערווייל:
3. ביז דערווייל איז דער מצב אין שטאט וו. געווארן נאר שווערער,

4. דער מצב אין שטאט ב.פ. איז אויך געווארן זייער שווער, קויפן פרייזן זענען העכער די יכולת.

5. און מען הערט אפילו פון די ליטוויקעס פון שטאט ל. אז זיי זוכן ביליגערע אפציעס, הגם פערמיט'ן איז דא גענוג אין שטאט ל. זייענדיג געבענטשט מיט א אידישע מאיאר, אבער די פרייזן זענען צו הויעך פאר די בני תורה.

6. אין ברוקלין, האבן שוין געוויסע אדמורי"ם מודה געווען אז מען און זענען גרייט ארויסצו שיקן דעם עולם.

7. די אגודה, וואס האבן געבויעט אין שטאט ב.פ. אסאך דירות דורך זייערע שטאטישע קשרים, האבן געזען אז עס איז בעצם נישט דא א ענדגילטיגע לעזונג אין ב.פ. גופא צו די דירות פראגע, און האבן שוין אנערקענט אז עס איז גאר א ערנסטע כלל ישראל פראגע, זיי זענען איצט עוסק אויף זייער אופן זוכן געגענטער מיט שטאטישע הילף אויף housing וואס זאל קענען ארויסהעלפן דעם ציבור, הגם נישט אלע חסיד'שע געמיינדעס זענען גרייט צו טון וואס די ליטאים טוען זיך ארויסנעמען די משפחה און סעטלען צו יעדן מקום, אבער דאס איז וואו עס איז כאטש מקום ידי האגודה מגעת, זאל זיי הקב"ה געבן סייעתא דשמיא, שיבוא הנס מכל מקום, לכל מקום, למצוא מקום.

8. ביז דערווייל, האט שוין קהלת סאטמאר בהסכמת ובברכת כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א געמאלדן שטיצע צו צוויי עקזיסטירנדע ישובים, וואס ווערט געבויעט דורך דעוועלאפער'ס דפקיע שמי', איינס אין בלומיגבורג, און די אנדערע אין לעיקוואד, "שטיצע" באשטייט פון א הסכם, אז די דעוועלאפער'ס זאלן פארקויפן פאר סאטמאר'ע אידן פאר געוויסע פרייזן געוואנדן יעדע פראיעקט, און סאטמאר וועט אראפשטעלן א סעט אידישקייט, 1) ביהמ"ד, 2) מקו', 3) דיין, 4) חדר, 5) סקול, 6) און עוועטועל א ישיבה.

9. סאטמאר איז נישט קיין ריעל עסטעיט קאמפאני, אבער זיי זענען א רוחניות'דיגע סערוויס קאמפאני, פאר מענטשן וואס פירן זיך על פי הוראות רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע.

10. אויב וועט איינער אויפקומען מיט נאך א גוטע פלאן אדער אפילו 5 פלענער, ווי מענטשן קענען באקומען גוטע דירות פאר גוטע פרייזן, קענען זיי אפשר אויך באקומען אט די "שטיצע", הגם מען בויעט נישט 4 שטעטלעך אויף איינמאל, אבער ווען עס רעדט זיך אז דער דעוועלאפער קומט אפפערן וואס ער האט צו אפפערן, דאן וועט איהם סאטמאר זאגן: דו אפעליר צו מיינע מענטשן, אויב האסטו איבערצייגט מיינע מענטשן אז דו ביזט געמאכט פאר זיי, און זיי האבן א שכל'דיגע מהלך פינאנציעל, דאן האסטו מיין "שטיצע", דאס הייסט: געלט פאר די סאטמאר'ע אידישקייט סערוויס פעקעדזשTM.

11. למשל אויב וועט איינער צוזאם שטעלן אלע אידן וואס בענעפעטירן פון קרית שמונה אין מאנטיסעלאו, און איבערצייגן די קהלה אז די מעטשן בלייבן דא, און מען האט ווי זיך אויסצושפרייטן, מאכט דארט סאטמאר מארגן א חדר און א שול.

12. די זעלבע זאך קען בעצם טון יעדער קהלה, ווייל די ארבעט ליגט אויף די עקספיריענסד דעוועלאפער, און נישט אויף די וואלונטירן עסקני הקהלה.

13. צו זיין קלאר, סאטמאר האט נישט געמאלדן זייער "סאטמאר אידישקייט סערוויס פעקעדזש" אין די לאקאלע קלאסיפייד'ס, יעדער פון די בעלי השכונה האט זיך געזעצט מיט די בעלי הקהילה, און נאך דיסקוסיעס פון שעות ארוכות האט מען געשריבן א נארמאלן, פראפעסיאנאלן, און אחריות'דיגן קאנטראקט.

14. ביז דערווייל, איז שוין אויפגעקומען די נייע געדאנק פון דזשוירזי סיטי כמפורש במקו"א, און שפאנט יעצטיגע טעג מיט גרויסע טריט, צו ווערן א גרויסע געגנט בעזרת השם.

15. יעדער מענטש געהערט ערגעץ אנדערש, יעדע קהלה דארף האבן שולן איבעראל, האלט אפן אייערע אויגן צו זעהן וואס עס איז גוט פאר אייך! (יא, איר עקזיסטירט אויף דער וועלט, און קיינער וועט פון אייך נישט קעיר נעמען ווייל ער האט אליינס די צרה).

16. די ערשטע דארף מען קוקן ביי א געגנט, צו מיינע קינדער וועלן דא קענען אויסקוקן ביי די צוואנציג יאר ווען מען שטייט אין שידוכים, אזוי ווי איך וויל, אדער אזוי ווי מיין משפחה פירט זיך, לויט דעם קענט איר באשליסן ווי צו גיין, און הגם פרנסה איז א גרויסער פאקטאר, און צומאל א אפהאלט, אבער סיטואציעס טוישן זיך, דזשאב'ס אויך. מען דארף אחריות'דיג איבערטראכטן אלע מעגליכקייטן, און זיך דורכרעדן פאר מען באשליסט, קודם מיט א טאטן, ער מיינט דיין טובה די מערסטע ריין, און דערנאך ווען די אפציעס זענען קלאר (אדער אז עס איז דיר שוין קלאר וואס דיינע ספיקות זענען) נעם א הסכמה פון א רבי'ן, ער האט סייעתא דשמיא, (והא ראי' דו פרעגסט איהם שאלות) און דו דארפסט איהם טראסטן אז דאס איז פאר דיר א גוטע עצה.

17. דערנאך ווען מען ווייסט וואס מען וויל דארף מען מתפלל זיין צו הקב"ה אז מען זאל קענען אנקומען דערצו.

18. דערנאך דארף מען זיך אראפ זעצן זעהן "ווי אזוי" מען קומט אן דערצו פינאנציעל, אסאך מאך וועט איינער טוישן פון דעם וואס ער וויל, ווייל די פינאנצן שטימען בעסער אין א אנדערע געגנט, דאס הייסט נישט צוריקגעצויגן, דאס הייסט געמאכט א ביזנעס דעסיזשאן.

19. אסאך מאל וועט איינער מופן דארט ווי זיינע קרובים (פון זיין אידענע) גייען מופן, דאס הייסט נישט זיך געבויגן דאס הייסט געמאכט א דעסיזשאן פאר א פרייליכע לעבן, אין ענגליש זאגט זיך דאס: Happy Marriage, נישט געזארגט, איינמאל דו וועסט דורכשלאפן א וואך/חודש אין דיין אייגענע נייע בעדרום, וועסטו טרעפן דעם זעלבן יצה"ר וואס מאכט שלאפן פארטאג'ס. דו וועסט אפילו גלייכן דאס פלאץ.

20. דאס לעבן איז קורץ. מאכן א דעסיזשאן געדויערט א 1/5 סעקונדע. אבער הייבט אהן דעם פראצעס (פון מאכן א דעסיזשאן) שוין היינט.
מיט דאנק און ליבשאפט, חיי"ם.

אגב:
די קרית יואל אנעקסעישאן וועט יא צוברענגען א שפע פון דירות, מיר האבן עס נישט אויסגעשמועסט אלס א זאך וואס האט פאסירט ביז דערווייל, פאר צוויי סבות.
איינס ווייל עס האלט נאך ביז דערווייל, ביי ביז דערווייל, און ווען עס וועט ווערן גרייט, וועט מען שוין סיי ווי מעלדן.

צווייטנ'ס, ווייל אויב הייבט מען אן בויען היינט, קען מען האבן 10 טויזנט דירות ביז 8-10 יאר, און אין קרית יואל אליין געפונען זיך שוין היינט "כמעט" 10 טויזנט מיידלעך.

אין א געלענגנהייט, באזוכט ביי http://www.Harchivi.com
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

wow! שוין לאנג נישט געזען אזא קלארע ארטיקל אויף אזא וויכטיגע טאפיק

שכח רעבי חיים
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין 'די צייטונג' פאריגע וואך (פ' חקת) איז געווען א באריכט [אין 'אויפאסונגען' אפטיילונג], ווי אזוי און פארוואס דער גאנצער פלאן איז ציפאלן..... [און אויך די גאנצע 'חלום' מיט אלע אירע דעטאלן....]
אוועטאר
קאוטש
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:11 pm
לאקאציע: פה גוגל וה'גוגל'ילות יצ''ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוטש »

יהיה כן האט געשריבן:אין 'די צייטונג' פאריגע וואך (פ' חקת) איז געווען א באריכט [אין 'אויפאסונגען' אפטיילונג], ווי אזוי און פארוואס דער גאנצער פלאן איז ציפאלן..... [און אויך די גאנצע 'חלום' מיט אלע אירע דעטאלן....]

ברענג עס אהער ביטע.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”