פרישע דירות פראיעקט: "חזקת הבתים"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

בס"ד
א גוטן אווענט מיינע ליבע פריינט.
מיטוואך צו 7:00 אווענט.

היינט זענען מיר געזעצן אויף א פרנסה מיטינג פון 10:30 ביז 2:00, און ווי לאנג מען רעדט אלס מער טוט מען אויף, לאמיר נישט שרייבן אין דער וועלט אריין, א קליינע געדאנק וואס "קען" ווערן זייער גרויס און געלונגען וועט זיך אנהייבן נאך יו"ט, עס איז נישט מורא'דיג באמבאסטיש, אבער אז מען וועט ארבעטן, וועט עס גיין.

דער דעוועלאפער ברענגט ארויס אז הגם ער איז נישט קיין חסידי'שער (וויליאמסבורגער) נאר ענדערש א ליטווישער (לעיקוואדער), קומט ער אבער אהער ווייל ער איז ביים פולסטן איבערצייגונג אז מיט די חסידים קען מען ארבעטן, דהיינו, עס איז שוין היינט א וואויל באקאנטער פאקט אז אסאך גוי'אישע קאמפאניס נוצן אין די מענעדזשמענט ליין, ארבייטערס חסידים.

רעד פון פעינטערס, רעד פון פלאמערס, רעד פון עלעקטרישאן'ס, רעד פון פלאר לייגער'ס, רעד פון עיר קאנדישאן'ס, און מענעדזשן קאנסטראקשן סייטס, די היימישע יונגעלייט זענען שוין היינט נישט אזוי קלאציג מיט זייער ארבעט, זיי קאנען גוט די פאך, זיך נישט לערנענדיג אין דער יוגנט, נאר נאך די חתונה, קענען זיי נאך עני טיים אזוי גוט.

ער זאגט, אז ער האט זיך לעצטענס געבויעט א דירה אין מאנסי (איר האט שוין געהערט אזא אויסדריק? שבת דירה? די וואס האבן דירות אין די קאנטרי ווייסן שוין דערפון, נו, ער האט אזאנס אין מאנסי) האט ער גענומען א סאטמארן יונגערמאן צו לייגן די פארקעי, ווייל יענער האט געגעבן די ביליגסטע פרייז, יענער איז געקומען מיט א סטעף, און האט אין איין טאג אויסגעלייגט א 6000 סקווער פיס דירה, פיקס און פארטיג, שיינע פראפעשאנעל דזשאב, דערנאך האט ער אנגערופן די קלינינג דיפאו ווייטער א היימישער יונגערמאן, געקומען מיט א סטאק פארטאריקאנער, און אויסגעפוצט די דירה ווי ניי, ער וואלט זיך חדשים אנגעפלאגט און געצאלט גוי'טעס און אויסגעמוטשעט זיך מיט זיין ווייב פאר אזא דזשאב,

עס קען זיין אז עס איז דא א סבה דערפאר,
די היימישע אידן האבן א דראנג צו ברענגען פרנסה צו פיטערן זייערע זיסע לעכטיגע קינדערלעך, און זיי ווילן וואוינען אין נארמאלע אומשטענדן, (וועגן דעם גייען מיר דאך פאר א נייע שטאט, אכטונג, נישט זאגן שטעטל, מיר רעדן פון א פול פאנקשענינג שטאט!) און זיי זענען גרייט זיך אוועקצוגעבן לייב און לעבן אנצוקומען צום ציהל, די היימישע יונגעלייט קומען אויף מיט כל מיני עצות ביי א פראבלעם און געוואוינען זיך צו יעדן טויש, זיי קענען הענדלען סיטואציעס און אומשטענדן מיט לעגאליטעטן, און האבן א געוויסע אמת'דיגקייט ביים ארבייטן, (רבי זכרונו לברכה דו הערסט? דיינע תלמידי תלמידים זענען מקדש שם שמים מיט זייער אויפירונג! איר קענט קלויבן וועלכן רבי זצ"ל איר ווילט) פארפאלן די חסיד'ישע מענטאליטי האט געפראווד אז ווער עס וויל טרעפט א גוטע און בכבוד'יגע פרנסה אפילו אין זייער קליינע באגרעניצטע אייגענע (איי-)וועלט מיט זייער ארעמע ענגליש, עס איז נישטא נאך אזוינע געטרייע מענטשן צו באקומען, זייער פארסאנאליטי איז נישט דא צו קויפן, פארפאלן.
עד כאן תוכן דברי הדעוועלאפער הזה.

דערפאר וועט יעדער ביזנעס וואס האט פארשטייט זיך פאטענציאלן קענען זיך אויפארבייטן צו א באמבאסטישע קאמפאני וואס זאל אריינברענגען שיין פאר די ראשי משפחה און זיי ערלויבן ארויסצומופן אינדרויסן ווייל די דאזיגע טייפ אוו ביזנעס פארלאנגט נישט צו וואוינען אין די סיטי.

געבליבן צווישן אונז איז, אז מיר גייען זיך ווענדן צו די מוסד וואס איז פאסיג ארויסצוקומען מיט אזא פראגראם (למשל קרן עזר) מיר וועלן עס אין די וואך נאך יו"ט שוין אויספרובירן קודם אויף 3 יונגעלייט, נאך איין וואך דארפן מיר שוין צו זעהן אויב עס איז א פובליק אפשען אזוי צו זאגן, אדער עס מוז נאך דורכגיין אפאר דורכפעלער אין דער שטיל ביז מען וועט עס קענען סוקסעספולי טריאומפירן ברבים.

[ווייל עס איז יעדער מודה, אז ווען איך קום אויף מיט איינשטיין א קאפ שטיק, איז נאך אלץ דא פלאץ דאס צו דיסקוטירן, און אויפברענגען יעס ענד נאו'ס, אבער ווען איך קום מיט א זאך וואס כ'האב שוין אויספרובירט 4 וואכען, און איך זאג: דאס האב איך געטוען און דא בין איך אנגעקומען, וואס קען מען נאך שרייבן אין איי-וועלט? מישאן אקאמפלישד!]

די מעין זאך איז, ווער עס קען אביסל ענגליש, און האט אינטערעסע אין סעילס. א געשמאקע צינג, און גרייט צו הערן א ניין (מיר וועלן טרעינען דערפאר אויך) קען פרובירן, ביז "איין וואך" וועט דער באטרעפענדער קענען וויסען צו ער איז פאר דעם צו נישט.

עס איז נישט קיין נייע ביזנעס, טויזענטער מענטשן טוען דאס, אבער ווייל איך וויל, און ווייל איך וועל האבן די העלפ פון פראפעסיאנעלען וואס נארמאל וואלט מיר דאס געקאסט געלט און יעצט האב איך פאר אומזיסט, (דורך די צדקה ארגאניזעשאן'ס שותפות דערינען) האט דאס שיינע טשענסעס צו א גרויסע הצלחה בעז"ה. געוואלדיג ממש.

ניין, עס וועט נישט העלפן פאר א ראובן וואס איז יעצט געגאנגען ארבעטן מאכן גלייך 600 א וואך, עס איז ענדערש פארגעצויגן פאר א שמעון, איינער פון כולל וואס איז שוין רעדי ארויסצוגיין אום 12 אנהייבן זיך טעסטן צו ארבעטן. און טאקע די שמעון'ס זענען קונים פאר די נייע שטעטל, ווייל ווען עס ווערט פארטיג וועלן זיי זיין די וואס דארפן עס, ווייל די ראובן'ס דארפן שוין געלט און שוין א הויז, פארפאלן, לאמיר טון וואס מען קען.

עס האט אין זיך נאך אסאך פרטים, איבער דעם וועל מיר נאך רעדן נאך פסח אי"ה.

און מארגן, אי"ה ווייטער איבער בוי פלענער, ענדזשוי יאר פעסאח פרעפערעישאן, יאר ווייף'ס מוד דיפענד'ס אן יור אדיטוט. טעיק איט איזי ענד סטעי העפי ענד העלטי.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

א געוואלדיע געוואלדיגע ש'כח פאר די אפדעיטס!!
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

שכוח חיים פאר די אפדעיט
אין אויך פאר די קאמפלימענטס, יא ס'אמת ס'דא אסאך מעלות ביים היימישען עולם וואס מען דארף אפרישיעיטען,
אבער דאס וואס די זאגסט אז מען לערענט זיך נאך די חתונה ווייס איך נישט צי עס איז אמת, אין ישיבה לערענט מען זיך אויס כל מיני פאכען פין אויפמאכען שלעסער ביז וואס די ווילסט,
יעצט לגבי די נייע שטאט דארף מען אסאך רחמים אז ס'זאל געלונגען אין זאל טאקע דער באשעפער העלפען (אין מאכט זיכער אז מען זאל דארט נישט בויען קיין קאסינא ווייל דעמאלץ וועט זיין טראבעל זאלען זיין בויען די קאסינא אין נעבראסקע)
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

ייש"כ פארן אריינברענגען דעם ציבור דא אין די זאך, מיט דיינע אפדעיטס שפירן מיר זיך ווי מיר זיצן ממש אינעם פלענינג בארד פון ווילידש אף כעזקעס האבאטים, און פארשטייט זיך אז ווען ס'וועט קומען למעשה צו קויפן דירות וועט דער היזיגער ציבור די יושבי איי וועלט און תושבי קרעטשמע זיך שפירן גענוג היימיש צו קויפן דירות דארט.

נ. ב. אפשר זאל מען באשטימען א באזונדערע גאס מיטן נאמען "קרעטשמע" וואו אונזער עולם זאל זיך קענען קאנצענטרירן, (און בד"וו, איך דארף נישט קיין דירה נעבן גרויזאמער, גיב מיר ביי די אנדערע זייט...)
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

שכוח פאר'ן דעטאלירטן אפדעיט,
ווי אר וועיטינג פאר מאר.

(האסט א גוטן שפראך, קיפ אן ;l;p- )
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

טענקס פאר די אפדעיט'ס, קיפ איט אפ.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

א גרויסן יישר כח ר' חיים פרנס פאר די אפדעיט'ס
מיר האפן און מיר זענען מתפלל אז חזקת הבתים זאל מצליח זיין
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CID »

איך בין ממש ווערטער לאז פאר די פאזיטיב און געשמאקע שטומאנג וואס הרב חיים האט אריין געברענגט דא
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

כדי די גיטע שטימינג זאל אונהאלטן מיזטו אינץ האלטן אינפארמירירט יעדן טאג

שכוח נאכאמאל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

ישר כח חיימ'ל, מיר האבן הנאה פון דיינע אפדעיטס, קיפ אן.
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

בס"ד

דאנערש. פרשת צו 11:30

העלאו מיינע טייערע,

שכח פאר אייערע תגובות אזוי שפיר איך כאטש אז כרעד נישט צום וואנט...

ווען איך בורדער ארום אין ביהמ"ד וועגן דעם, רוב מאל פיל איך אז כרעד יא צום כותל הצפוני, אבער די קאמפלימענטן דא איז ווירקענד...

לאחר שסדרתי שבחו של המקום, לאמיר גיין צוריק צום ענין.

מיר האבן נעכטן מסיים געווען אז ר' שמואל אייזענבערג איז געווארן א שותף אין א פראדזשעקט וואס זיין מיינונג זאגט אז מען קען דא בויען א אידישע שטעטל.

זיי האבן שוין אריינגעלייגט איבער 20 מיליאן דאלער אין פערמיטן מיט טאון שטאט און ענווייראמענטלס, (אוי רעד נישט פון דעם, די ערגסטע פאלשסטע און משו... [מיין רבי לאזט ער נישט ארויסזאגן] אגענטור אין אמעריקע) במילא ווילן זיי זעהן די פראדזשעקט פארטיג! אפילו זיי ברעיקן איווען מיט די געלט, האבן זיי כאטש נישט פארלוירן די אראפגעפלאשטע 20, און די לאטס ארום וועלן זיך הייבן וועט ער דארט קענען צוריק מאכן זיין געלט, למעשה האבן די דעוועלאפערס אויך ארויס די ריעל עסטעיט ביזנעס און זיי ווייסן אויך אז נאר 3 בלאקס ארויס אויף מוירטל איז רענט געפאלן מיט "טויזענט דאלער" (יא? אזוי האט מיר איינער נעכטן געזאגט כ'האב נאכנישט מברר געווען) און נאר אין וומ"ס שטייט אלעס ביים זעלבן!
זיי גלייבן אויך אין די אידישע צוגעבינדענקייט צו זייער פלאץ.

ער זאגט : וויליאמסבורג וועט איין טאג האבן א דור וואס וועט נישט וואוינען לעבן זייערע עלטערן ווייל דער איז נאו אדער טשויס! זאל עס זיין יעצט! ווען די ריעל עסטעיט איז נידריג, זאל דער ציבור הנאה האבן.

די קאנטרי איז די בעסטע אפשען, נו לעטס גאו.!

די מישאן סטעיטמענט איז:

עס איז דא א פראדזשעקט, וואס איז פשוט אונטערגעקומען, און ער זאגט אז ער גייט "סיי ווי" בויען, וויליאמסבורג האט יעצט א טשענס, זיי קענען דעם טשענס אויך פארלירן, אבער דאס איז עס.

יעדער האט שליסלען צו סוקסעס, האב איך דאך אויך רעכט צו זאגן הנחות כללים פאקטען מיינונגען און וואס נישט?

עס איז דא די דריי וויכטיגסטע זאכן ביים בויען א שטאט, וואס חזקת הבתים ווייסט און האט זיך געלערנט פון די ביז היינטיגע ישובים, און איז נאך יעצט אפען צו הערן פארשלאגן אויב מען קען פארבעסערן אין די נושא.

1. די הויז.
אין דעם גייט אריין: (א) די הויז אליין מוז זיין פראקטיש געבויעט אין די גרויס, (ב) די הויז מוז זיין גוט געבויעט, ד. מ. ווערד די געלט, (ג) און איך דארף אויך האבן די געלט וואס עס קאסט, (ד) די שכינים.

2. די פרנסה.
ווי אזוי גיי איך מאכן א לעבן, (אויב איך האב נאכנישט א פלאן ביז היינט).

3. די מוסדות.
וואס גיי איך טון מיט מיינע קינדער, וואס אין דעם קומט נאכאמאל אריין (ד) די שכינים.

איינס:
די הויז, וועל מיר זעהן ווען ער האט אראפ געלייגט די ערשטע דריי הייזער, טאמער וועט ער נישט געבן צום זאך קען ער בלייבן מיט די חלומות, ע"כ קען איך איהם טראסטן (נאכנישט מיטן געלט, אבער...) אז ער גייט בויען גוטע הייזער, ווי אויך קען מען קוקן ביי זיינע אנדערע הייזער אין לעיקוואד וואס ער טויג צו מאכן.

צוויי:
די פרנסה איז א נושא לאנג און ברייט ווי דער גלות, פארוואס גלות? ווייל דער גלות איז גורם דער שווערער מצב, און ווען משיח קומט וועט דאך עפל וואקסן אויפן בוים. וועט פרנסה קומען פון הימל גראד אן די אלע צינורות וואס הייסט "ארבעטן בזיעת אפיך". דאס הייסט אזוי לאנג ווי דער גלות איז וועט פרנסה זיין א אישו, נאר, מיר דארפן טון אונזערע השתדלות עד מקום שידינו מגעת,

מיר גייען יעצט בארירן א נושא וואס גייט מיר צוריק פייערן אויף הויעכע טענער, ווייל מענטשן האבן דאס נישט ליב צו הערן, (סקען זיין ווייל ס'איז אמת) אבער ביטע מיינע ליבע און טייערע אידן, גיט מיר די געלעגנהייט ביז צום סוף, און ליינט דאס איבער צוויי מאל כדי אייער תגובה זאל זיין שטארק און אויסגעהאלטן, און אויף א אופן פון העלפן , נישט נאר א מיינונג שאדם ניכר מתוכו.

יעצט, ווער עס האט הענט און פיס, און דארף ברויט ווייל ער איז הונגעריג, וועט זיך אנשטרענגען און גיין זוכן א דזשאב, און ווייל פרנסה קומט סיי ווי פון הימל, "וועט ער טרעפן".

סיי ווי די ערשטע ארויסמופערס זענען שטארקע מענטשן אז זיי קענען דאס באווייזן, קענען זייי באווייזן דאס אויך הגם ס'איז שווער. אקעי דאס איז אינדיווידועל.

מעטשן וועלן טענה'ן אז "מען קען נישט ארויסנעמען מענטשן אן א עקאנאמיע", און זיי זענען נעבעך ערליך גערעכט, אבער ווען די עקאנאמיע איז ווען גרייט, דארף איך נישט רעדן צו דיר יעצט, דו וואלסט געלאפן אויף 4 פיס אפילו ווען דער ישוב איז אין בראזיל...

מיר דארפן אבער נישט "ארויסשלעפן" דא קיין מענטשן, ווער עס קומט איז עס ווייל ער האט נישט קיין דאך, אדער ער האט יא און ער צאלט פאר דעם איבער זיינע כוחות,

לאמיר עס קלאר מאכן אין א סטעטימעט ווי פאלגענד:
דירות און מוסדות שולן און שאפינג צענטערן "קען ער" צושטעלן, ווייל דאס טוט מען מיט געלט, אויב דו גיבסט עס נישט, מוז ער נעמען זיין אייגענע געלט, [וואס דאס וועט ער מוזן טון אויב ער וויל שניידן פירות פון דא]
פרנסה אבער איז א אישו וואס האט צו טון מיט דיין ווילן, זריזות און מעגליכקייטן, דאס "קענסטו" צושטעלן אויב דו ווילסט, און דער דעוועלאפער וועט צו העלפן.

ווי אזוי? גלייבט מיר ער פלאגט זיך שטארק אויפצוקומען מיט א אמת'דיג אויסגעהאלטענע זאך. מען קען דאס נישט אויסזויגן פון די פינגער אין איין טאג, און ער ווייסט אז נאר דאס וועט עס מאכן, מיר קענען איהם גארנישט פרעדיקטן, אין יעדע געלונגענע זאך איז דא אנע שיעור דורכפעלער, פרובירן, פלאנירן חלומות און אנטוישונגען, און דערנאך וועט הקב"ה העלפן עס וועט זיך דרייען לטובה,

דער דעוועלאפער אליין זאגט אז ער האט געוואלט בויען א אלגעמיינע שטאט גוט פאר לעקוואד און מאנסי פונקט ווי ווילי און בי. פי., נאר עס האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט אין לויף פון די זאך, אז דער חסיד'ישער ציבור איז דערינען מער, און יעצט פילט ער קאנפטעבל לויט די פידבעקס און אפליקעשאןס, אז: מיט "די" חברה וועט עס ארבעטן.

זאגט ער ווי אזוי עס גייט, גייט עס, איך האב אינזין דעם כלל וואס איז אין נויט, און הקב"ה זאל מיר פירן אז ווער עס דארף עס אזא שטאט זאל ער האבן,

איך מיין אז אונזערע זיידעס זענען גערעכט, ווען מען גייט מיטן באשעפער וועט מען אנקומען.

דריי,
מוסדות: וועט ער אויפבויען 2 פולע אינגלעך חדרים און מיידל סקול, דאס מיינט די בילדונג'ס, ער איז פארנומען מיט "די ביג פיקטשור" און קען זיך נישט אריינלייגן אין די דיטעילס פונעם וועד החינוך אויפנעמען און ארויסווארפן (דעם ערשטן, ווי אייביג) מנהלים אויב עפעס איז נישט גוט, דאס ווענדט זיך אין די תושבים, סאיז ענקערע קינדער עטס דארפטס נישט מיין עדווייס אין ענקער חינוך,

נאר וואדען, די ערשטע 150-200 מענטשן וועלן אויסשטעלן די רוחניות'דיגע פארעם פון די שטאט, האסט דען א אנדערע וועג?

איך מיין אז 150 מענטשן זענען גענוג א גרויסער ציבור מען זאל זיי קענען לאזן וואוטן ווער עס זאל זיין מנהל, וועד החינוך א.א.וו., און דערנאך וועט מען מוזן טראסטן דעם וועד החינוך אז זיי טוען די ריכטיגע זאך. מען קען נישט לעבן אנדערש.

יעצט, אין פאל א געוויסע קרייז, לאמיר נעמען א משל פון א נאמען וואס יעדער ווייסט און רעדט וועט דאס קיינער נישט נעמען פערזענליך, די סאטמארע, אויב וועלן די סאטמאר'ע יונגעלייט מחליט זיין אז די מוסדות צוזאמענשטעל איז נישט פאר זיי, דאן קענען זיי בויען א אייגענע חדר, און דער דעוועלפער וועט מעטשען פאנדס. למשל אויב דו ברענגעט 100 אלפים, געב איך דיר נאך 100 אלפים, אויב האסטו נאר געשאפט 50 אלפים געב איך דיר אויך אזוי פיל.

דאס אלעס איז נאר זיסע פלענער, אבער אויב למשל וועט זיך ענדערש אויסארבעטן אן אנדערע וועג קען מען ארבעטן מיט דעם אויך, למשל:

אויב איינע פון די סאטמארע זייטן וועלן זאגן:, געב מיר א געגענט, איך וויל באזעצן מיינע יונגעלייט ארום מיר, און איך וויל האבן א חדר גלייך נעבן די שול, א שטייגער ווי א קרי' אינעם נייעם שטאט. א שיכון. דאן וועט דער דעוועלאפער זאגן בערך אזוי:
מסכים, אבער דו OWN'סט נישט גארנישט, אפשר נאר די שול, די חדר, אבער ד קענסט נישט לייגן א בערלינער וואנט ארום דיר, און דער עיקר מוזטו מיר צוזאגן א חשבון פון הונדערט אדער הונדערט און פופציג "קויפערס". איווען סטיווען, זה נהנה וזה נהנה, און שיק דיין רבין'ס א קינד צו ווערן רב.

איבער אונזער פרנסה פלאן וועל מיר רעדן נאך פסח בעז"ה.

אין די קומענדיגע ארטיקל וועט מען רעדן איבער די נושאים:
1. פארוואס גייט מען נישט צו קיין רבנים און קהלות?
2. פארוואס אדווערטייזט איר אזוי פאני?
3. פארוואס טארגעט מען נישט די פרויען זיי זענען דאך 75% שותפים אין דעם?
4. פארוואס געדויערט דאס 3 יאר?
5. וואס גייט זיין דארט שוין אויף דעם זומער?

בלי נדר פרייטאג זונטאג, אויב נישט אי"ה נאך פסח.

האטס מיר א לעכטיגן פרייליכן און כשרן פסח.

א הערה קטנה פאר די וואס פירן א סדר, לאמיר "שפילן" חזקת הבתים, גרייט אן יעדן קינד'ס פלאץ ביים טיש בעפאר, און רופט אויס הויעך זיין פלאץ אזוי וועט עס איהם ווערן א חשיבות דארט צו זיצן און מען וועט זיך נישט קריגן, און פארגעסט נישט, הקב"ה פרובירט אונז ביים סדר מיר זאלן זיך נישט רעגן לאמיר פרובירען און ווייזן פאר די אידענעס שטארקייט פרייד און רואיגקייט. בי בלעסד ענד בי סטראנג! האשעם לאווס יו עני וועי
לעצט פארראכטן דורך חיים של פרנסה אום דאנערשטאג מארטש 25, 2010 11:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

חיים חיים של פנסה, חיים של עושר וכבוד, חיים חיים של פנסה, חיים של עושר וכבוד טאר רי רא רי ראם...

קענסט דעם ניגון? כ'האב מיר עס געמוזט אונטערזינגען ביים דורכליינען אלע תגובת.

א גרויסן ישר כוח, און לאמיר שוין זוכה זיין צו גיין אהיים קיין ירושלים עיה"ק, אבער דערווייל דארף מען זיך זארגן פאר אידישע קינדער, וויל איך נאר געבן א ברכת הדיוט פאר די עסקנים און אינוועסטירער. הקב"ת ישלח ברכה והצלחה במעשי ידיכם, איר זאלט זוכה זיין צו דערלייכטן אידישע הערצער מיט אלעם גוטן עד ביאת הגואל.

וואס מ'טוט פאר אידנ'ס וועגן קומט אהיים, הקב"ה ישלם שכרם וירפא לכל גופם וכו' ונאמר אמן.

כה דברי
הק' יוסף שלמה
פה קרעטשמע
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

שכויעך חיים, איך האף אז דו קענסט אויך צושטעלן דירות פאר אידן, אבער שיינע ארטיקלען קענסטו זיכער שרייבן פאר אידן קיעפ איט אפ.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

חיים, טענקס פאר די אפדעיט...

איך בין אביסל מחולק מיט 2 זאכן, איין'ס, מוסדות מוז זיין געסאלוו'ד, ד.מ, הנהלה, וועד החינוך, וכד' פאר מ'מופט ארויס, און נישט ווען ס'וועט זיין 150 משפחות, וועלן זיי וועהלן א וועד החינוך.

צוויי, די גרעסטע פראבלעם, איז נישט אדרעסירט געווארן, "מארטגעדזשעס"...

אלע אנדערע פראבלעמען איז ביי די וועד הדירות געווען געסאלוו'ד...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

סקען זיין ער רעדט נאך פאר ממופט ארויס ווען ס'וועלן שוין זיין 150 זיכערע מענטשן וואס 'גייען' אהין מופן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זאג איך דיר, אז ס'וועט שווער זיין 150 מענטשן רעדי ארויסצומופן, פאר ס'איז דא א וועד החינוך.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

" ענדזשוי יאר פעסאח פרעפערעישאן, יאר ווייף'ס מוד דיפענד'ס אן יור אדיטוט. טעיק איט איזי ענד סטעי העפי ענד העלטי."
די ווערטער זענען נאך די בעסטע פון אלע...(עכ"פ פור דא מאמענט) האט מיך געקאסט א שמייכל!
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

הרב 'חיים של פרנסה'

האסט דאך א פעדער פון גאלד. זיסע שפראך.

אוי באשעפער.

לאמיר האפן אז "דאס" וועט זיך יא אויסארבעטען. סדאך שוין כלו כל הקיצין.
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערלליך חיימ'ל.
מארטעגעדזשעס איז א זאך וואס איך וואלט געוואלט אז די זאלסט מער ארום רעדן,
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

שכוח חיים,
ס'איז אינטרעסאנט צו הערן פון א כלי ראשון
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

בס"ד
גוט מארגן, עש"ק צו 8:00
ישר כח פאר די אלע וואס פרעגן קושיות, ס'איז נישט אינטרעסאנט פאר א מלמד אין א חדר צו רעדן און די קינדער זאלן אלעס מסכים זיין, יעצט ווערט אונזער קלאס אביסל פריש.... מען פרעגט מען ענטפערט סטוטצעךךךךךךך.

אבי Noise.

צוליב די פראגעס לאמיר שוין יעצט ענטפערן אויף שאלות וואס כהאב געקלערט אוועקצולייגן אויף נאך יו"ט.

קודם בנוגע די מוסדות, אז מען מוז וויסן שוין מי ומי ההולכים אל ארץ גזרה, איז דאס טאקע די ענטפער, אזוי וועט זיין, די ערשטע הונדערט און פופציג מענטשן וואס אפלייען, זיי זענען די וואס פארעמען עס.

דאס מיינט אזוי;
באמת דארף מען נישט אדווערטייזן בכלל חזקת הבתים ביז מען זעהט פאקטן, מוסדות, שאפינג סענטערן און אוודאי אויך, יא, הייזער. ווייל פון ווי ווייס איך אז דער דעוועלאפער וועט מיר נישט אויספאפן? ווען פאפט ער מיר נישט אויס, ווען איך זעה עס, וועל איך צוגיין עס אנכאפן, מאכן איי-קאנטאקט, טאטשן סענס, א.א.וו. נאך וואס איך וועל זיך צוקלאפן פון די ערשטע דירה, וועל איך זעהן אז ער בויעט נישט קיין פעיפער, און דער האט מיר נישט אויסגעפאפט ווי אלע אנדער האבן מיר געזאגט ביז היינט,

אזוי איז עס, א וויליאמסבורגער האט א קאמפלעקס אז מען וויל איהם אויספאפן און ארויסטראגן אין א מדבר ווי ער גייט נישט האבן א פרנסה, און זיינע קינדער וועלן בלייבן אינדערהיים, די סוער גייט נישט ארבעטן און אויך וועט אריינרעגענען, די שנייאיגע גאסן גייען איהם בא'תפיסה'נען, די שאפינג סענטער וועט זיין ליידיג, די רעסטוראנטן פארדארבענע עסן, און די שיכן וועלן נישט זיין גוט געפיט, ווייל איך וואוין נעבעך אין .. נישט קיין חילוק ווי. און מען רייט אויף מיר.. מען דארף ביטער שווער ארבעטן איהם צו איבערצייגן, אז מען קען אויסארבעטן א פראדזשעקט מיט אירע דיטעיל'ס, און דערנאך מאכט זיך אפילו אמאל אז די פראדזשעקט געלונגט אפילו, ער כאפט נישט אז א בויען דעוועלאפמענטס איז אט אזוי שווער און דיטעילד, און אויב איינער קען בויען הייזער קען ער פארנעמען אויסצורעכענען אלע דיינע באדערפענישן און וויפיל ער קען פון זיי צושטעלן.

קומט דאך אויס אז אזוינע פארשמאלטע מענטשן קען מען נאר מאכן גלייבן ווען זיי זעהען עס ריעל, נו פארוואס אדווערטייזן מיר בכלל?

נאר יעדער ווייסט אז די שטעטל'ס הצלחה ווענדט זיך אין די רוחניות, דערפאר האט מען יעצט אדווערטייזט נאר אביסל, [און דער עיקר איז געווען א "לעגאלע" סבה, ווי איר האט אלע געזען אז די פאוסט קארד וואס מען האט ארום געשיקט פורים צייט האט געהאט אסאך אינפא אויף זיך, ווי א בילד פון די דירה און נאך, אבער אלעס איז געשטאנען אין קליין, איין זאך איז געווען אין גרויס, די פובליק נאטיץ, אז נאך די דעדליין פון מארטש 16 קען מען נישט אפלייען פאר די אפארדעבל פרייז, און אזוי ווי אלעס וואס ווערט אויסגעלופטערט ברבים קען אנקומען צו די גוי'אישע פרעסע סטאפ איך דא, והמבין יבין, צופיל גערעדט].

אבער למעשה אז די פאוסט קארד איז שוין סיי ווי ארויס האט מען געוואלט דערגרייכן נאך א ציהל, דהיינו, אז אויב א דעוועלאפער לייגט אריין 250 מיליאן בילקעס, (ס'איז שוין ערב שבת) האט ער חשק געהאט צו זעהן עפעס פידבעק, צו וועט עס גיין? גיי איך אין גראדן וואנט? למעשה איז די פידבעק געווען א שטארקע ענקאורעדזשמענט פאר איהם,

און דער עיקר האט ער געוואלט קענען ענטפערן איבער די רוחניות, יעצט אז עס איז אריינגעקומען אפליקעשאן'ס, זעהט מען בערך וועלכע ציבור איז אינטרעסירט, האט מען אן אהנונג מיט וועם מען רעדט, און אויב איז מען נישט צופרידן גענוג פונעם ציבור, וועט מען דארפן ארויסקומען מיט א אפפער צו נאך א קרייז, וואס דאס וועט העלפן באלאנסירן דעם עולם צו זיין א (כמעט) קאפי פון וויליאמסבורג בערך, צום האפן.

און דאס איז זייער געלונגען, ווייל עס איז אריינגעקומען 120 אפליקעשאןס פון וויליאמסבורג אליין, און דער ציבור וואס איז שוין דא איז גראדע זייער ערנסטע בני תורה'דיגע און באזעסענע מענטשן, (איינער וואס איז גרייט צו מאכן דעם שריט יעצט לטובת זיינע קינדער, דער האט א ווייטן בליק איז אוודאי א באזעסענע מענטש) קרייזן איז נישט שייך אנצוטייטלען, ווייל עס זענען דא "אלע", און א איינזייטיגע שם וויל מען זיכער נישט ארויסלאזן, פשוט ווייל עס איז נישט אויף דעם געמאכט, נאר פארקערט, אז יעדער ערליכער איד וואס דארף א הויז זאל קענען דארט קויפן.

יעצט מארגעדזשעס וועל איך רעדן בל"נ זונטאג ווייל עס איז 8:30 און איך מוז גיין רוקן די קאר, (איך וואוין יעצט אין וויליאמסבורג).
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סאו אין קורצן זאגסטו אזוי.

מ'נעמט אפליקעישן'ס, און לויט דעם עולם וואס עפליי'ד וועט מען פארמירן א וועד החינוך, און דאן וועט מען זעהן ווער ס'קומט... איא?

אויב אזוי, גייסטע אויף גוטע דיירעקשן'ס.

טענקס.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

א גרויסע ש'כח ר' חיים פאר די אינפראמעישאן וואס איר טיילט מיט.
איך בין פין די וואס האבען אריינגעסיינט אין דעי פראדזשעקט, אין איך מיז זאגען אז איך בין היבש טעיקען עבעק פין אייערע רעפרענץ אגאנצען צייט צי ווילימסבורג. איך פערזענליך זיך "נישט" די ווילימסבורגע טייפ "רוחניות" ודי, איך וואלט געוואלט מער א שטייגער ווי מאנסי אדער בארא פארק. וועגען דעים איז טאקע וויכטיג אז איך זאל וויסען צי די ציל איז טאקע צו מאכען:
א (כמעט) קאפי פון וויליאמסבורג בערך, צום האפן.


אין אויב דאס איז נישט דווקה די ציל - נאר אזוי שטעלט זיך אויס לויט די אפליקעישאנס וואס זענען אריינגעקימען, דארף איך אויך וויסען דערפין, זיך באצייטענס ארויסציציען דערפין.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

רעיא מהימנא,

אזוי אנצוגרייפן אונזער שטעטל וויליאמסבורג.. זיי כאטש מסביר וואס די מיינסט, איך בין זיכער אז זיי ווילן די מעלות פון וויליאמסבורג...
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פריילאך, איך וואוין אין וויליאמסבורג, און איך פיהל מיך נישט אנגעגרייפט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”