פרישע דירות פראיעקט: "חזקת הבתים"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קליקו, איך קום נישט פון מאנסי, און כ'קען נישט די מאנסי פאליטיק, און די נושא איז אפשר ווערט א אשכול בפני עצמו.
כ'זע דא למעשה צוויי אופנים וויאזוי צו באטראכטן דעם מאנסי ישוב.
1. א ישוב פאר די ערשטע איינוואוינער לויט זייער געשמאק און געברויך.
2. א ישוב פאר כלל ישראל, מיט פלאץ פאר טויזענטער פרישע משפחות, וואס לעכצען נאך א מקום מנוחה.
די צוויי צדדים (כ'רעד נישט פון מענטשן כ'רעד פון מיינונגען [שיטות] זענען אסאך מאל קעגנזייטיג, און ס'שטימט נישט אלץ איינס מיטן צווייטן, דאס מיינט אבער נישט אז מ'דארף די אנדערע זייט אראפרייסן.
קענסט שיין ארויסברענגען דעם צד, אז מאנסי דארף נישט קיין קאנדא'ס (לשיטה א')און מ'קען דאס דעבאטירן "ציוויל"
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

צום זאך האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:1. אין ראקלענד קאונטי לויט מיין וויסן באקומט מען אויך גאנץ שיין אכטער,
לויט ווי כ'זע האסטו נישט פונקטליך ארויס וויאזוי אכטער ארבעט. די 10+ קינדער העלפט נישט אזוי ווייט צו באקומען מער אכטער, נאר צו זיין עלידזשיבעל פאר מער שטובער, אפשר קען איינער זאגן וויפיל דער אכטער גיבט אין ראקלענד קאונטי (וויפיל דער לענדלארד מעג בעטן) פאר א פיר בעדרום דירה?
2. פאר צווייט טויזענט סק. פיס אין ווילי מיט די אלע באקוועמליכקייטן וואס פרעסטידזש אפערט צאלט מען כאטשיק דאפעלט. דאס איז היפש מער ווי א שטיקל הנחה.
3. רענט גייט אלץ נאר "ארויף" מארידזש בלייבט די זעלבע, און מיט אינפלאציע גייט עס "אראפ". ביי אונז אין די משפחה האט איינער געקויפט פאר 25 יאר צוריק(תשמ"ו) א שיינע זאך (א הייזל) מיט א 1000$ מארגידש אויף דרייסיג יאר, מ'האט אים אנגעקוקט ראדיקאל, וואו נעמסטו זיך אונטער אזאנס, און ער צאלט נאך אלץ (נאך פינף יאר נעבעך) די שטוינענדע פרייז פון טויזענט דאללער א חודש, און פינף יאר ארום איז ער פערטיג.


נו אויב אזוי ווערט דאך דיין קשיא נאך אסאך שטערקער: "פארוואס הרג'ט מען זיך נישט ביי די קעפ צו באקומען א דירה דארט ?"


כ'שטיי אויך און כ'ווארט אויף א הסבר, אפשר איז דא א אינסיידער וואס קען עס מסביר זיין.
נאך א שאלה. אפשר ווייסט איינער וויאזוי מ'קען מברר זיין די טעקס אישו, צו ס'וועט טאקע זיין בערך אזויפיל די טעקס. למשל, וויפיל צאלט מאן אין די עקזיסטירנדע קאנדאס, בלופיעלד וכדו'?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

lebediger berel האט געשריבן:קליקו, איך קום נישט פון מאנסי, און כ'קען נישט די מאנסי פאליטיק, און די נושא איז אפשר ווערט א אשכול בפני עצמו.
כ'זע דא למעשה צוויי אופנים וויאזוי צו באטראכטן דעם מאנסי ישוב.
1. א ישוב פאר די ערשטע איינוואוינער לויט זייער געשמאק און געברויך.
2. א ישוב פאר כלל ישראל, מיט פלאץ פאר טויזענטער פרישע משפחות, וואס לעכצען נאך א מקום מנוחה.
די צוויי צדדים (כ'רעד נישט פון מענטשן כ'רעד פון מיינונגען [שיטות] זענען אסאך מאל קעגנזייטיג, און ס'שטימט נישט אלץ איינס מיטן צווייטן, דאס מיינט אבער נישט אז מ'דארף די אנדערע זייט אראפרייסן.
קענסט שיין ארויסברענגען דעם צד, אז מאנסי דארף נישט קיין קאנדא'ס (לשיטה א')און מ'קען דאס דעבאטירן "ציוויל"


יא יא גיי קאפ אין וואנט, כאב גארנישט מיט פאליטיק אדער זייטן, איך זאג דברים כהווייתן

שטעל דיר פאר אין רוסלאנד 1930 וואלסטו געזאגט אז די מהלך און געגאנקענגאנג פון קאמוניזם וועט נישט ארבעטן ווייל סקען נישט וואלסטו געכאפט רעכטס און לינקס פון אלע רעכטדענקגיקער מענטש אין רוסלאנד, ווייל די עולם האט דאס געוואלט מיטן גאנצן ברען און פלייס, שענסטע משפחות רבנים אישי ציבור עסקנים, יא אלעמען

די זעלבע דא די עולם וויל זעהן דירות, איי די וועג וואס די עסקנים העלפן אונז באגראבט אונז מער? גייט מיך נישט אן מדארף בויען דירות, שטעטלעך אין קאפ אריין

אז דו וועסט פארשטיין אז ממעג קויפן א הויז אינדרויסן מיט צוויי בלאקס אין דיין שכן וועט עס פארשטיין איז די לעזונד נאנט צו א ענדע
זעה דא מער פארוואס אונז באהאלטן זיך אין לעכער און מקומט נישט ארויס מיט קיין מיינונגען
אוועטאר
פידעלע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 27, 2011 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידעלע »

ס'איז א שאד ס'איבריגע טינט, דער עולם האלט דערווייל נישט ביים גיין אין ערגעץ, אין א 3 4 יאר ארום וועט זיך עס מסתם טוישן, ווייל מען וועט נישט האבן קיין צוויי ברירות, אפשר איין וועג איז דא אז מען קומט מיט
א פארטיגע זאך, ס'מיינט א בית המדרש אין א תלמוד תורה אין א 100 יונגעלייט אריינגעזעצט, ווייל צו וועם איך רעד נאר קומט מיטן זעלבן ניגון, איך בין גרייט צו גיין היינט, נא לאמיר גיין זאג איך. קומט דער באקאנטער
תירוץ, אההה.. דארפסט פארשטיין איינמאל מיין ווייב האט נאר איין פרענד אין ס'איז דא א תלמוד תורה, הייב מען זיך שוין אן פאקן. דעס הערט מען פון יעדעם..
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קליקו, דו ווייסט וואס טייטש די ווארט "פאקט"? "פאקט" מיט "מיינונג" זענען כרחוק מזרח ממערב!

דו האלסט אז זיי שטערן, און יענער האלט אז נישט, ס'איז אבער נישט קיין פאקט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

רב קליקו; זייט נישט ברוגז, אבער איר קייעט איבער די זעלביגע פונקטן נאכאמאל און ווידעראמאל.

מען האט שוין געשטעלט פילע קשיות אויף די "פאקטן", און איר האט נאכנישט גענומען די מיה דאס צו פארענטפערן.
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

ווינקל האט געשריבן:רב קליקו; זייט נישט ברוגז, אבער איר קייעט איבער די זעלביגע פונקטן נאכאמאל און ווידעראמאל.

מען האט שוין געשטעלט פילע קשיות אויף די "פאקטן", און איר האט נאכנישט גענומען די מיה דאס צו פארענטפערן.


איך זעה נישט וואס פרעגט אפ מיין מיינונג [אקעי זאל זיין מיינונג...] אין זיך סתם איבערקייען האט נישט קיין זין אדרבא אפשר ברענג ארויס פוינט מול פוינט וועל איך פרובירן קלארצושטעלן
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

א אפדעיט קען מען ליינען אין חיים פרנס'ס מאה אשכול
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

פיק - א - באא... די פראבלעם איז נאך דא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

בילד
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מיר זעט אויס, אז א מענטש וואס זוכט זיך ארויסצוציען אויף מאנסי, אין מערסטנ'ס פעלער, זוכט ער אביסל רואיגקייט, ער וויל נישט ארויסמופן אין א פרישע שטאט, און דער פראיעקט פון פרעסטיזש, מאכט א שטיקל שטעטל דארט צו נאנט איין הויז צום צווייטן.

אויסער דעם ווי איך פארשטיי, א מענטש וואס האלט ביי קויפן א הויז אין מאנסי, קען באקומען א לאט מיט א הויז (אפשר וועט ער דארפן אביסל איבערבויען), פאר נישט צופיל טייערער.

נאך א זאך, דער פראיעקט, וואס ווי די לצים שרייבן אויף זייער עד איז "אין די אבסעלוט הארץ פון מאנסי", איז ביים עק עק עק עק מאנסי, אזוי ווייט ווי כמעט קיינער וואוינט נישט, אז איר וועט באטראכטן זייער מאפע, וועט איר זען, אז נאך דעם פראיעקט נישט אויף רעכטס און נישט העכער דעם, איז געהעריג באוואוינט.
געווענליך מענטשן האבן ליב צו וואוינען צווישן מענטשן, אין נעבן בתי מדרשים (בפרט אויב מען באלאנגט צו א קרייז), קיינער טאנצט נישט אויף די מציאה פון גיין וואוינען ביים עק מאנסי (וואס עס מיינט אין מאנסי נאנט און ווייט דארפט איר פרעגן א מאנסי'ער, און ווען איר ווייסט שוין וואס נאנט מיינט אין מאנסי, דאן וועט איר פארשטיין פארוואס קיינער וויל נישט וואוינען ווייט פון געגנט...)
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

יא, איך בין אביסל שפעט אין די נושא ווייל די אשכול איז שוין איינגעשלאפן צוויי וואכן, אבער הערטס,

זינט מיר האבן זיך מער קאנצענטרירט אינעם הרחיבי פראיעקט, האבן מיר אין טייל אויך זיך נאכגעפרעגט ביי א צוויי דריי מאנסי'ער איינוואוינער איבער די פרעסטידזש פראיעקט האבן זיי גע'ענטפערט בערך אזוי:
אז איך וואוין אין מאנסי וויל איך וואוינען אין מאנסי נישט אין א וויליאמסבורג אראפגעלאנדעט אין מאנסי.

מער פרטיות'דיג: זיי טענה'ן אז די דעכער זענען נידריגער ווי געווענליך, נאר אזוי האט ער געקענט אריינשטופן 4 שטאק, ווי אויך איז דער אויסשטעל היבש שטאטיש ווי למשל די גארבידזשעס, עס זעט אויס מער א שטייגער ווי לעמבערג אין קרית יואל.
אויב מופט א ווילי'באגיער קיין מאנסי וויל ער נקמה נעמען אין וויליאמסוברג'ס לחץ, אויב קאסט דאס 350000 דאלער מוז דאס שוין זיין א פאלאץ.

דאס איז נאר מפי השמועה, איך וועל אננעמען אויב איינער וועט מיר לייקענען די פאקטן מעיקרא.

מער מסביר צו זיין פארוואס עס איז אזוי וועל איך אייבער לאזן פאר די ארטיקל וואס מיר גרייטן זיך צו פרעזענטירן פארן ציבור אין אשכול בשם: הרחיבי.ארג

אי"ה נאך די וואך.

יעצט גייט נאר וועלכע סדרה? אה תזריע,

(נייע קינדער מיינט מען וועט דארפן נאך דירות.)
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מיר ווארטן שוין אויף דיין ארטיקל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ס'איז שוין דא
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

נו לוינט זיך נאך אלץ זיך אוועק צו ציען ארויס פון שטאט ווען מען דארף אריין פארן צו די ארבייטן יעדן טאג?

פארשער אין שוועדן זאגן אז עס העכערט די "גיטין ריזיקע" מיט 40 פראצענט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

אז די האסט שוין יא ארויפגעברענגט די אשכול האב איך מיר טאקע דערמאנט,

מזל טוב לידידי וידיד כל "חיים פרנס".
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

זייער נייגעריג האט געשריבן:אז די האסט שוין יא ארויפגעברענגט די אשכול האב איך מיר טאקע דערמאנט,

מזל טוב לידידי וידיד כל "חיים פרנס".

לרגל?
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הולדת בנו למז"ט
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

יא טאקע איך האב פארגעסן צו ווינטשן אונזער טייערע ר' חיים

מזל טוב און אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

משה קארנפעלד האט געשריבן:נו לוינט זיך נאך אלץ זיך אוועק צו ציען ארויס פון שטאט ווען מען דארף אריין פארן צו די ארבייטן יעדן טאג?

פארשער אין שוועדן זאגן אז עס העכערט די "גיטין ריזיקע" מיט 40 פראצענט.

פארשער אינעם KNA יוניווערסיטי זענען ביי די מיינונג אז ביי חרדי'שע אידן ווערט גאר גענידערט די ריזיקע ווען מען איז אינדערהיים אביסל ווייניגער אויב דער אורזאך דערפון איז בולט.

די זעלבע שטודיע ווייסט אויך צו פארציילן אז ביי די הויך געשולטע קרעטשמע תושבים איז גארנישט מעלה און נישט מוריד, און ביי זיי ווערט גאר א שטערקערע קשר ווען זיי זענען אינדערהיים.

די KNA יוניווערסיטי פירער לייגן גרויס האפענונג אז די צווייטע העלפט שטודיע זאל נישט ארויסרינען אויף די גאס, צוליב זייער פארשטענדליכן שרעק אז דאס וועט פארטרייבן די איינוואוינער פון זייער וועלט באקאנטן קרעטשמע און אהיים לויפן. אנדערע ווארפן דאס אפ מיטן טענה אז די תושבים וועלן סייווי נישט אפלאזן דעם קרעטשמע ווען זיי וועלן נעמען אין באטראכט אז זיי וועלן אריינפאלן אינעם ערשטן קאטאגאריע. KNA איז ביי די מיינונג אז די אלע וואס לאזן איבער קרעטשמע קענען זיין אויסגעשטעלט צו בי.קעי. דיזיז ווען זיי וועלן נישט האבן וואנעט אויסצוגעבן זייער 'בויך קרעמפן', און אפלאזן קרעטשמע קען חלילה האבן א פארקערטן ווירקונג אינדערהיים.

(סארי פארן אויסגעבן מיינע קרעמפן אינעם דאזיגן אשכול.)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מידער גוט! ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

מזל טוב "ר' חיים פרנס"

אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער
שתזכה להכניסו בבריתו של אברהם אבינו בעיתו ובזמנו ולגדלו לתורה לחופה ולמעש"ט
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

העלאו, ווי אזוי האט איר אויסגעפאסט?
ווי אזוי האט איר פארברענגט דעם תשעה באב?
מיר האבן [אין טייל] פארברענגט מיטן רעדן פון חזקת הבתים, ווייל עס איז געווען נייעס.

דער סך הכל פון דאס גערעדעכץ ביז היינט, איז אז דער בעל חזקת הבתים (מר. אייזנבערג) האט געגעבן א דאטום פון תשע"ג [דער דאטום איז אין deerros.com,] זאגט ער אז ביז תשע"ג וועט "עפעס" זיין מצדו, יעצט איז שטיל ווייל עס איז נישטא קיין מארקעט פון הויזינג אין אמעריקע,

דריי וואכן צוריק רופט ער אונז אן, מיט די שאלה, אויב עס וואלט געווען גוט די פאלגענדע פלאן:

א דירה פון 3000 סק פיס (3 שטאק, 1000 פער שטאק)
קאסט :220,000
דער חידוש איז:
רענט: 1250$,
און ווען דו ביסט גרייט מצדך עס אפצוקויפן, וועט דער פרייז זיין לויט די דאמאלטיגע מארקעט,

לאמיר אויסשמועסן די פרטים דערין.

קויפן איז היינט נישט שייך, און אפילו יא, אין א נייע געגנט האלט קיינער נישט ביים קויפן, און ווען יא? וווען איך וועל זעהן דארט א 300 אידן, קויף איך דאס אפ, און אפילו פאר 20K מער, ווייל עס איז מיר ווערט מער געלט ווען איך קויף אין א שוין עקזיסטירנדע שטאט,

איז דאך מן היושר אז ווער עס טאנצט אריין אין א מדבר זאל צאלן ביליגער, און ווער עס וויל דווקא זעהן 300 אידן מיט די שולן מיט די חדרים זאל צאלן עטוואס טייערער,

טייערער מיינט, מער ווי פריער, און שטענדיג ביליגער ווי קרית יואל. (א נישט קומט מען דאך נישט, דער סוף פסוק איז דאך דאס פארקויפן, אויב דער עולם קרית יואל'יזירט זיך בלייבט ער מיט די הייזער...)

דער ליעס פון די רענט איז 50 יאר!
דאס מיינט צו זאגן אז א א יונגערמאן פון 30 יאר וואס מוז מופן, אויב וועט ער נעמען די אפשען פון חזקת הבתים 50 יאר ליעס רענט, קען ער בלייבן א רענטער ביז די אכציג, און דעמאלטס וועלן זיינע קינדער זיך פאר איהם זארגן צו לייגן אין קרית יואל אין א וואק אין דירה, (ווי נענטער צום בית החיים) ווייל זיי וועלן האבן גענוג געלט פאר איהם ווייל זיי וועלן אויך וואוינען אין 3000 פוסיגע דירות פאר א נידריגע רענט,

ווען אימער דער איד מאכט אפ צו קויפן, וועט ער צאלן די דאן-חזקת-הבתים-מארקעט-פרייז, (וויפיל קען עס שוין זיין?)

לאמיר אייך איבערגעבן תוכן הפאון קאל, דברים כהווייתן.
שאלה, און די געלט וואס מצאלט רענט, האט שייכות מיט די אפקויפן?
ענטפער: ניין. רענט איז רענט, נאר וואס דען....
איך קען דיר געבן צוויי אפשענ'ס. 1) אז דו צאלסט מער א יעדן חודש, אז עס זאל זיך רעכענען אויפן סעיל פון די הויז וואס קען נעמען פלאץ היי יאר אדער אפילו נעקסטע יאר, ד"ה איך העלף דיר שפארן געלט און עס אריינלייגן על חשבון די דירה, און 2) מיט עפעס אראפ געלייגט, ווען ער (אייזנבערג ושותפיו) וועלן מעגן לעגאל, וועט ער געבן די מארגעדזש, און נאר פון דאן וועט זיך די געלט רעכענען אויפן אפקויף.

שאלה: ווער צאלט מעינטענענס?
ענטפער: דער רענטער.

שאלה: אוי וויי, וויפיל קומט צו צו די 1250?
ענטפער: טעקס מיט מעינטענענס אזא $400.00

שאלה: אהא, קומט דאך שוין אויס 1700, נו וואט'ס דע קעטש? פאר צו סעיוון נאר 10 טויזנט $ א יאר, בלייב איך נאך ענדערש א וויליאמסבורגער,
ענטפער: קודם מוזטו פארשטיין ווי אזוי די געלט ארבעט, ביי יעדע מארטגעדזש, פון 1000 דאלער, צאלסטו 25% קרן (פרינסיפאל) און 75% איז די פראצענטן, יעצט, איך נעם דיין רענט נאר די פראצענטן. (דאס מיינט, לויט מיין פארשטאנד, הגם ער האט מיר נישט אלעס קלאר ארויסגעזאגט אזוי, אז ער, די קאמפאני פון חזקת הבתים נעמט ארויס א קאנסטראקשן לאון פאר 1200 דירות צו קענען בויען אין איין מאל [לאמיר זאגן 2-3 יאר] און איך מיט מיין רענט צאל אט די מארטגעדזש, און אויב שטארק איך זיך, קויף איך אפ מיין דירה, און ער האלט ווייטער די מארגעדזש פאר מיר, און יעצט בלייבט דאס שוין מיינס)

נאך אזאך זאגט ער, "איך מוז דאך מאכן זיכער אז דער עולם קויפט צום סוף, ווייל אויב לוינט צו זיין נאר א רענטער וועט קיינער נישט קויפן נאר רענטן, און דער ישוב וועט נישט ווערן נאר אויב מענטשן לייגן אריין זייער נשמה(=לייען: געלט) אינעם ישוב".

דערפאר מאך איך דיר נאר גרינגער אז פאר אביסל לוינט דיר צו רענטן, נישט וויילעס לוינט, נאר ווייל דו קענסט נעבעך נישט קויפן, לוינט דיר יעצט צו רענטן, ווייל אויב דו העלפסט אנהייבן דעם ישוב האסטו דעם ביליגן פרייז צו קויפן שפעטער, און דו נעמסט נישט קיין ריסק, ווייל אויב גייט עס נישט מופסטו צוריק וואו דו ווילסט, און עס איז גארנישט געשען, האסט געטרייעט, און נישט דערלייגט.

שאלה: און וואס שטעלסוט צו אויב די ערשטע 2-300 רענטן נאר?
ענטפער: אלעס די זעלבע ווי ביז יעצט, ד.מ. 2 סעטס מוסדות, א מייל איינס פון צווייטן, א שאפינג סענטער, דאקטאר קליניק, אינטערנעט אפיסעס מיט סטארעדזשעס פאר ווערהאוז פאר ביליג, א שאטעל פאר 4 אדער 5$ צו די ארומיגע מאללס און קרית יואל 3-4-5 מאל א טאג, ווי אזוי עס וועט אויספעלן,

זאג איך איהם,
שאלה: סאו ווי אזוי אפעלירסטו צום עולם מיט א כאפ?
ענטפער: נו זאג דו?

אפשר מאכסטו מיר אזוי:
א 1600 אדער 1700 סק פוס, 4 בעדרום, 2 טוילעט דירה, פארטש, פארקינג, א רום אין בעסמענט, פלעט שטאק נישט דופלעקס וואס גייט קאסטן?
ענטפער: 1600 קען גיין פאר 1300 רענט נאך אלעם.

אההה, דאס קען שוין גיין, ווייל אז עס קאסט 1600 רענט בין איך מוחל 3000 פוס, איך דארף רחבות, מיט ביליג, און אז ביים קויפן וועל איך וועלן א 3000 וועל איך דעמאלטס זעהן, קודם לעב איך, אטעם איך, און סקאסט נישט צופיל.

שאלה: און אזאנס צו קויפן?
ענטפער: אין די געגענט פון 165000. אדער ווייניגער.

אהה דאס הייסט גערעדט.
דאס מיינט אזוי,
איינער וואס האט חטאת שמינה, און ער האט 5-6 קינדער און איז בארעכטיגט צו א 4 בעדרום דירה, באקומט דארט 1100 בערך, (אין גיבערס פאר א 3 בעדרום געבן זיי 8 הונדערט) מיינט דאס אז די פראגראם איז "זיין" ריווח נישט די לענדלארד'ס, שוין, מיט אזא רענט קען איך ריסקן אין פעלד פון פרנסה, כ"ש ווען פוד סטעפס גייט דאך ווייטער אן.

שאלה: און פאר די אינגערע, וואס דארפן נאך קלענערע הייזער אבי צו צאלן נאך ווייניגער?
ענטפער: א צוויי בעדרום, 1000 סק פיס, וועט גיין פאר 700 אדער ווייניגער

איז געבליבן אז מען רעדט נאכנישט פון דעם , ער האט נאר געוואלט אויסשמועסן וואס צו ברענגען פאר זיינע שותפים, וואס פאר א זאך איז פארן ציבור גוט.

שאלה: און וואס דארף דער ציבור איינלייגן פאראויס?
ענטפער: איין יאר רענט אין עסקראו.

אקעי, ריזאנעבל.

שאלה: נו ווען קען מען איינשרייבן?
וואו וואוינט דער יעניגער לויער?
איין מינוט, קודם וועל איך רופן די רעזערווירטע פון חזקת הבתים וואס האבן געגעבן די 135 דאלער, און דערנאך וועט מען אדווערטייזן.

שאלה: און וואס א אפשען האט א עושר אין וומס וואס האט א דירה אבער ער וויל ביזנעס אדער סתם העלפן?
ענטפער: ער קען קויפן דעם שליסל אזוי צו זאגן, צו איינלייגן די יאר רענט סעקיוריטי און לאקן א רענט רעיט פון 1250, און ווען די פרייז גייט ארויף מעג ער הייבן, און דעמאלטס ווען סוועט אביסל הייבן איז א סימן אז די שטעטל האט זיך שוין אויסגע'ארבעט.... לאמיר נאר האלטן דארט.

שאלה: און נאך 50 יאר וואס איז מיט די סעקיויריטי?
ענטפער: באקומסט עס צוריק!

שאלה: מען וועט מעגן קויפן א הויז פון 3000 פוס, און צוטיילן פאר 3 דירות פאר קאפלס, פאר למשל 500 רענט?
ענטפער: ביז ווילאנג סבויעט אויף די עקאנאמיע און מאכט נישט חרוב, מעגסטו טון וואס דו ווילסט, געזונטערהייט,

WOW, איך קען נישט אראפ שלינגען, OUCH כהאב געכאפט א ציפ, אוי, ווער? איך אליין? אה, יא, כהאב געוואלט זעהן צו איך חלום.

שאלה: ווען זעה מיר זיך נאכאמאל?
ענטפער: גלייב מיר ווי פריער, אבער לאמיר זעהן ווי אזוי זאכן קייקלען זיך.

א גוטן.

שכויח פארן גאנצן ציבור וואס האט זיך געהאלטן שטיל און נישט אריינגערעדט אינמיטן א פאון קאול, מיט ענק קען מען עפענען א נייע ישוב.

איך וואלט געוואלט הערן וואס דער עולם זאגט, אויב דער אפפער קען גיין,

איך רעד יעצט נאר פון די נקודה, אויב "דער פראדוקט" איז ווערט, נישט איבער די פרויען און נישט איבער די חדר, און נישט איבער די גראסערי. נאר איבער די רענט.

איין זאך וואס עס פעלט נאך אויס א שטארקע ענטפער איז "דזשאבס" אבער אויף דעם קען מעםן ארבעטן נאר אויב מען האט מענטשן. מען קען נישט פארקוקן פון דעם, אבער פאוואליע, יעצט עדט מען פון איין זאך אויף אמאל....

סינג אלאנג......
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שטעטל ארויף אדער אראפ, דער חיים פרנס איז זיס ווי ציקער

יישר כח פארן טוהן אומערמידליכע השתדלות פאר אחב"י וואס זוכן א דאך איבערן קאפ וואס די פרייז דערפון זאל זיי נישט אוועקנעמען די פאדלאגע פון אונטער די פיס
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

חיים ווארפט דא אריין יעדע פאר חדשים א ציקערל, אין פארם פון א זאפטיקע באצויבערטע ארטיקל. אבער ווי די ערד וואלט אים איינגעשלינגען ווערן זיינע פוס-טריט פארלארן גלייך נאכן שלח'ן די תגובה.

ווי נישט ווי ביזדערווייל ווי לאנג מ'קען עפעס אויפטון ווערן יעדע יאר אריינגעשטופט אין די שטייעדיגע וואגאנען נאך הונדערטער פאמיליעס, - באצאלענדיג פאר דעם זכיה צו וואוינען דערין, ס'גאנצע ארבעטס געלט.

חיים איך וואונטש דיר הצלחה רבה און אסססאך סיעתא דשמיה, איך גלייב אז ווער ס'טוט אין דעם מצוה וועט באקומען גרויסע חלקים אויף יענע וועלט, און אז מ'פראבירט אויפצוטון וועט מען זיכער אויפטון. העט זיין גוט אויף דעם וועלט אין אויף יענע וועלט
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אלץ ווען איך טרעף ערעב חיימ'ן זאגט ער מיר איבער די פלענער, אין וויפיל ער האט אלץ איבערצוגעבן פאר אונזערע חבירים דא, נאר צוליב זיין פארנומענקייט איז אים נישט אזוי גרינג אריינצושטיפן צייט דערצו.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”