פרישע דירות פראיעקט: "חזקת הבתים"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:41 am

אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:41 am

ווער איז דאס זיי ?
וועלכע בליק האט מען געטיילט, דעם בליק פון תשרי ? אדער עפעס נייעס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:52 am

כ'האב שוין געשריבן אויבן אז אפראווד וואס מ'רעדט דא מיינט נישט בילדינג פערמיט'ס, נאר זאונינג, וואס נאך געלט איז דאס די שווערסטע דורך גאנג.
דער הויפט חורבן איז מיט זאונינג אז די טאון קען לעגאל טוישן די זאונינג ווען זיי ווילן ווילאנג ס'איז נאך נישט געבויעט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » פרייטאג מארטש 19, 2010 7:34 am

פריילאך האט געשריבן:זיין האבן אויסגעטיילט א אינטערוויוא אין די בליק, ווי ער ברענגט ארויס היפש שטארקע נקודות...

קען איינער ממציא זיין די אינטערוויוא?


גם אני מצרף להנל


(כי"ק)
לעצט פאראכטן דורך CID אום פרייטאג מארטש 19, 2010 8:19 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » פרייטאג מארטש 19, 2010 7:55 am

39 מוניט פון עקערס מאנרא Map
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » מוצ"ש מארטש 20, 2010 7:52 pm

פון וויליאמסבורג איז עס איין שעה און 39 מינוט MAP
לעצט פאראכטן דורך CID אום מאנטאג מארטש 22, 2010 12:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » זונטאג מארטש 21, 2010 11:16 am

lebediger berel האט געשריבן:ווער איז דאס זיי ?
וועלכע בליק האט מען געטיילט, דעם בליק פון תשרי ? אדער עפעס נייעס.


"זיי" איז די עסקנים פון חזקת הבתים.

יא די חודש תשרי.

ביידעוועי, יישר כח פאר די לינק. עס זעהט אויס ערנסטע מייסעס
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מארטש 21, 2010 12:47 pm

יעצט איז אזוי, דער בליק פון חודש תשרי האבעך געליינט, כ'האב נאר געוואלט וויסן צו כ'האב נישט עפעס פארפאסט.
ואידך.
וואס דו שרייבסט אז ס'זעט אויס ערנסטע מעשיות, איז אזוי. ווילאנג זיי בעטן נישט קיין געלט פונעם ציבור נאר ממש פיאסטערס וואס גייט אויך אין א עסקראוי עקאונט וויל איך עס נישט חלילה קאלט מאכן, איך בעט נאר אז פאר מען בעט ערנסט געלט זאל מען לאזן וויסן דעם עולם אז מ'זאל קענען ערנסט באטראכטן אלע צדדים צו מ'לייגט נישט דאס געלט על קרן הצבי.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג מארטש 21, 2010 1:33 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך וויל אויך אז דו זאלסט זיין גערעכט...

אגב, עקזיט 109 איז טיפער אין די קעטסקילס וואו 121...


וויכי, איך מיין דו מאכסט א מיסטעיק, נומבער 121 קומט נאך נומבער 109 ......

אבער באמת, מיט עקזיט 109 באגעגענען זיך אייביג מענטשן גלייך ווען זיי קומען אן אין קאנטרי, און דאס קוקט מען אן פאר אנהייב די קעטסקילס, ווידער עקזיט 121 באמערקט מען ניטאמאל, ווייל דאס איז נאך צו פרי ממילא ווייסן מענטשן נישט ווי דאס איז, ווערט מען דערשראקן מען ווייסט נישט פון וואס מען רעדט, אבער 109 ביים עקזיט, ווייס מען פונקליך ווי דאס איז. און חוץ מזה, עקזיט 121 דארף מען נאכדעם נאך פארן א באנטש.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מארטש 21, 2010 1:47 pm

טהור-עיניים האט געשריבן: באמת, מיט עקזיט 109 באגעגענען זיך מענטשן גלייך ווען זיי קומען אן אין קאנטרי, און דאס קוקט מען אן פאר אנהייב די קעטסקילס, ווידער עקזיט 121 באמערקט מען ניטאמאל, ווייל דאס איז נאך צו פרי


ס'ערשטע מאל כ'הער אז צו נאנט איז א חסרון
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 21, 2010 2:27 pm

טהור, וואס ס'אז א מעלה און וואס ס'איז א חסרון וועלעך דיך לאזן זיין גערעכט, ווייל איך זוך נישט ח"ו קאלט צו מאכן אזא פראיעקט.

אבער פליז זאג מיר נישט אז 121 איז נאך 109, דאס קען נאר זיין פאר איינער וואס קומט פון ליבערטי, פון ווילי/ק"י... איז 121 פאר 109.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג מארטש 21, 2010 6:57 pm

איך האב פשוט געמאכט א ווערטל, ווייל דער נומער 121 קומט נאך נומער 109. דעצאל.

איך האף אז איר האט נישט געמיינט אז איך מיין עכט אז עס איז נענטער ווי די עקזיט 121 פראיעקט. איך האב פשוט ארויסגעברענגט, אז עקזיט 109 איז אנהייב קעטסקילס, קען א מענטש טראכטן, אההה, דאס איז דאך נישט ליבערטי, אדער סוואן לעיק, סיז נאר עקזיט 109, און אויך גראד לעבן די עקזיט.

ווידער עקזיט 121 און מען דארף נאך פארן ווייטער נאך די עקזיט, דאס "קען" פאר געוויסע מענטשן אויסקוקן ווייטער.

איך האף אז יעצט פארשטייט איר מיך יא
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

תגובהדורך חיים של פרנסה » מאנטאג מארטש 22, 2010 8:39 am

למעשה איז עס טאקע ווייט, מען קען נישט לייקענען, נאר הלוואי זאל זיין נענטער, יעצט איז דא דאס, ווען עס וועט זיין עפעס נענטער וועט מען יעצט פונקט אזוי באטראכטן.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 22, 2010 8:43 am

טהור, איך פארשטיי, דארפסט נאר מסביר זיין פאר די אנדערע יודן דא...

קוק צוריק אפאר בלעטער, און איינער פרעגט עפעס א א סתירה פון צוויי תגובות, קען מען מיינען אז אויף דעם איז די תירוץ געווען אז 109 איז נישט אזוי ווייט ווי 121, און יעצט איז שוין יענע קשי' נישט שווער, ווייל איינער האט געשריבן א תירוץ, אבער די תירוץ איז א וויץ , אההה, דאס גייט קיינעם נישט אן.

און דאס קוק איך זייער קרום אן, קען זיין די וואס פירן אן דעם פראיעקט זענען עכטע עסקנים און זיי מיינען נאר לשם שמים, אבער סתם צו שרייבן אין די וועלט אריין, נישט קיין חילוק אמת צו ליגנט, אבי ס'זאל גוט קלינגען פאר די ליינער, איז א פארברעכן!!!

----------
חיים של פרנסה האקט אריין...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 22, 2010 8:46 am

חיים של פרנסה, שלום עליכם... וועלקאם עבאורד...

פון דיר האבעך מורא'דיג הנאה, מ'זאגט קלאר, דאס האב איך, ס'איז 100 מאל בעסער וואו ס'איז דא אין די סיטי, איי ס'איז אביסל ווייט, הו קעירס? ווען איינער זאגט אז ס'איז ווייט הייבט מען נישט אן צו דרייען אז ס'איז נענטער.

חיים, פליז ברענג נאך קראנטע אינסייד אינפאו, טענקס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

תגובהדורך חיים של פרנסה » דינסטאג מארטש 23, 2010 7:31 am

בס"ד
היינט וועל מיר רעדן וועגן חזקת הבתים
לאמיר אנהייבן פון אנהייב.
דא איז דא א איד מיט'ן נאמען ר' שמואל אייזענבערג, ער דרייט זיך שוין ארום יארן מיט פלענער וועגן בויען דירות פאר אידן און האלטן נידריג די פרייזן, ער האט אליין געבויעט אין לעיקוואד עטליכע פראדזשעקט'ס, כמעט די זעלבע סטייל וואס ער אפפערט דא, (מקען עס גיין זעהן אויב עס געפעלט, אין א קומענדיגע געלעגנהייט וועל איך ארויפלייגן די נעמען פון די פראדזשעקט'ס) ווען ער האט געבויעט איז געווען דארט אזא שפע אז מען האט ניט געקענט פאררענטן א דירה העכער 800$ און דאס איז אפי' געווען ווייניגער ווי די מארטגעדזש קאסטן, אבער ביים אריינמופן איז שוין יעדע דירה ארויף מיט כמעט א מאה אלפים ווייל סאיז געווען א מאנגל!!, האט ער מחליט געווען דאס איז נישט קיין עסק ווייל עס געדויערט עטליכע יאר צו בויען ענדליך ווען מאיז פארטיג איז עס שוין נישט גענוג און די פרייזן הייבן זיך, מען דארף טרעפן א לאנג טערמיניגע לעזונג.

למעשה זענען אלע עסקנים מודה, אז די גרינגסטע צו בויען נייע שטעטלעך איז אין די קאנטרי.

איינס: ווייל דער ציבור וואס דארף דאס בויען האבן דארט שוין אייגנטום שטחים אויף שטחים.
צוויי: ווייל דער ציבור וואס דארף וואוינען קען למעשה דאס פלאץ די בעסטע.
דריי: דער ציבור איז שוין דארט א שיין חלק פון יאר.
פיר: די מוסדות האבן שוין דארט פראפערטי האלב זענען שוין אפילו אויסגעצאלט, מקוואות און אזוי ווייטער. דאס מאכט גרינגער פאר ישיבות דארט צו זיין א גרעסער חלק פון יאר.
פינעף: ביזנעסער פארן טאג טעגליכן סערוויס באנוץ, ווי גראסעריען בעקערייען שפילצייג געשעפטן הארדוועיר סטארס זענען דארט נישט אזוי שווער צו מאכן.

(דרך אגב: סעיוו רייט האט צוגעמאכט אין וויליאמסבורג, און גע'עפנט א צווייטע אין קאנטרי, און ער טענה'ט אז ער מאכט מער אין די קאנטרי אין די זומער, אפילו נאכן צאלן רענט פארן גאנצן יאר, וויפיל רענט עס קאסט איהם א יאר אין וויליאמסבורג, איז דאס נארמאל?)

ותשועה ברוב יועץ: מיר ווייסן אז אז וואלט געווען גרינגער ווען עס איז דא דארט ביזנעס, און דער ציבור זאל מוזן אהין מופן וועגן די ביזנעסער, ווי איידער מען זאל מוזן טרעפן ביזנעסער ווייל אידן האבן אהין געמופט, יעצט איז יום ג צו, 9:30 בערך, מיר גייען איצט אויף א מיטינג מיטן דעוועלאפער ווי אזוי צו ברענגען פרנסות אהין, ווער עס האט עפעס צוצולייגן זאל זיך לאזן הערן עס קען זיין א גרויסע הילף, ישר כח פון פאראויס.


המשך יבוא, מארגן צופרי בעזרת ה'.
זייט געבענטשט מיינע ליבע פריינט, ענד טענקס פאר דזשוינינג אס טודעי, סי יו לעטיער סטעי טונננד.
א לוסטיגן טאג אויף אייך אלע.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 23, 2010 8:30 am

טענקס ערעב חיים פאר די אפדעיטס, מיר ווילן הערן נאך דיטעיל'ס.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » דינסטאג מארטש 23, 2010 9:35 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:טענקס ערעב חיים פאר די אפדעיטס, מיר ווילן הערן נאך דיטעיל'ס.


גם אני מצרף להנ"ל

בברכה מראש ווער עס העלפט באמת אנדערע העלפט מען אים פון הימל

(כי"ק)
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דינסטאג מארטש 23, 2010 3:43 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:טענקס ערעב חיים פאר די אפדעיטס, מיר ווילן הערן נאך דיטעיל'ס.

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

תגובהדורך חיים של פרנסה » מיטוואך מארטש 24, 2010 8:19 am

בס"ד
גוט מארגען ליבע אידן

היינט מיטוואך צו, לאמיר ממשיך זיין אביסל מיט די יסודות פונעם געבורט פון די "חזקת הבתים פלאן".

מיר האבן נעכטן זעך אפגעשטעלט אראפ שטעלנדיג א הנחה אז קאנטרי איז די מערסטע קרוב אל השכל צו בויען א שטעטל, אבער למעשה איז עס אויך רחוק מן הלב, דארף מען יעצט טרעפן דעם וועג משליט צו זיין המוח על הלב....

אפמאכענדיג דאס האט ר' שמואל אייזענבערג גענומען זוכן א מקום מוכשר צו בויען א שטעטל,

עס מוז זיין אז ער האט זיך געפילט גרייט גענוג, רעדי וויליג און עיבעל, אריינצוגיין אין אזא שווער פארוויקעלטע און אפשר אפילו צווייפלהאפטע זאך, אבער ער האט געוואוסט צוויי זאכן וואס דאס זענען די יסודות פונעם נייעם שטאט: נויט ברעכט אייזן, און רצון ברעכט אייזן.

דער ציבור האט א נויט, און נאך ווי, איז געקומען ר' שמואל "אייזענ"בערג, , און ער האט באקומען א רצון, און ער איז אויפגעקומען מיט א אייזערנעם פלאן.

דהיינו, עס איז דא (בימים ההם געווען) א ישיבה אין די פארקסוויל געגענט, נאכן רעדן צו יענעם ראש ישיבה און באקומען זיין הסכמה (אוודאי פארוואס נישט) האט מען מחלליט געווען אהערשטעלן לעיקוואד נומער צוויי, גלייך נעבן דעם ישיבה.

אומר ועושה, געקויפט לאט'ס, געבויעט פאר זיך א הויז, און נאך צוויי צו מאכן אנהייב, און מען גייט פאר פערמיטן.

דערנאך האט מען אראפגערופן ראשי ישבת לעיקוואד, זיי האבן באקוקט די זאך, מסכים געווען צום פלאן, און ב"ה מען האלט שוין דא.

אבער, ווארטענדיג פאר לעגאליטעטן, (רוב מאל פון 7 יאר און מער), האט זיך צוליב סבות...... די ישיבה פארמאכט.

אויס הינדל און אויס אייער.

אבער ס'איז דא אזוינע אידן וואס א דורכפאל מיינט נישט א דורפאל, עס מיינט א דורכגאנג...., און אזוי איז אויך ר' שמואל אייזענבערג.

ווען ער האט געמאלדן פאר זיינע גוי'אישע בעלי בתים פון וועם ער האט געדארפט קויפן לאט'ס פאר זיין פלאן אז ער קען נישט ממשיך זיין, האבן זיי איהם געזאגט עמו אנחנו בצרה.

מיר האבן זיך געגרייט צו בויען א דעוועלאפמענט פאר די קאסינא גוים, א פראיעקט פון 1613 דירות, און ווי אזוי גוים האבן ליב. דאס הייסט ביים 17 כדי מען זאל גרינג קענען צוקומען צו די הייוועי אפילו אין שניי, און מיר זענען שוין אפראווד געווארן פאר דעם, אבער זייט עס איז נישט געווארן לעגאליזירט די קאסינא שטעקן מיר מיט דעם,

האט ר שמואל מברר געווען, און געזען, אז אויב האלטן זיי שוין נאך די אפראוועל, קען נישט זיין בעסער, נו אפשר קען דאס ווערן מיין חלום\שטאט?

אבער וואס וועט זיין טאמער איך וועל אנהייבן רודערן ביים ציבור און דערנאך וועלן מיר די גוים זאגן יש... מצד השני?

האט ער געזאגט אזוי, טאמער ווער איך א געהעריגע שותף אז עטס זאלט מיר נישט קענען אפזאגן פון דא, דאן קען איך "עפעס-אפשר" מאכן,

ר' שמואל האט געדארפט אריינברענגען אפאר מיליאן דאלער משלו, אזוי אז קודם איז ר' שמואל געווארן א בעה"ב אינעם געשעפט.

יעצט קען מען גיין צום ציבור, מיט עפעס זאכליך. אט אזוי איז געבוירן די געשיכטע פון "חזקת הבתים".

דאס איז געווען פשט פון די טרוקענע עד'ס אין די קלאסייפיידס,

איי וואס איז דא זאכליך מיט א שיינע גרויסע גרינע וואלד?

אנטשולדיגט ביטע, מיר וועלן דא נעמען פויזע, ווייל די נעכטיגע מיטינג איז אפגעשטופט געווארן אויף יעצט. לאזט מיר א חלק נעמען און קענען ברענגען מארגן די נייעס,

איך שטעל זיך פאר אז אסאך וואונדערנישן איז שוין פארענטפערט, אבער ווארט אויף די קומענדיגע חלק, בלי נדר מן הסתם, מארגן.

טענקס פאר דזשינינג אז, ווי אר שאר יו ענדזשויעד איט מאטש. ביי ביי נאו. סי יו טומארא בעזרת ה'.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » מיטוואך מארטש 24, 2010 10:42 am

טענקס חיים, מיר ווארטן אויפ'ן פארזעצונג.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מארטש 24, 2010 12:00 pm

מיר ווארטן? אוי ווי מיר ווארטן!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך מארטש 24, 2010 12:09 pm

חיים מיר ווארטן אלע מיט אפענע מיילער

ב"ה דער עולם האט שוין איינגעזען א א דארף איז גיט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » מיטוואך מארטש 24, 2010 2:54 pm

חיים של פרנסה האט געשריבן:בס"ד
טענקס פאר דזשינינג אז, ווי אר שאר יו ענדזשויעד איט מאטש. ביי ביי נאו. סי יו טומארא בעזרת ה'.


יא סגעווען א מחי' קודם שוין עפעס אויף געטאן אז מיר האבן דא א געשמאקע פארברעגען

ברעגט גוטע שטאף ווייל מיר ווילן גיין צום סדר מיט א שמייכל
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » מיטוואך מארטש 24, 2010 2:58 pm

פריילאך האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:ווער איז דאס זיי ?
וועלכע בליק האט מען געטיילט, דעם בליק פון תשרי ? אדער עפעס נייעס.


"זיי" איז די עסקנים פון חזקת הבתים.

יא די חודש תשרי.

ביידעוועי, יישר כח פאר די לינק. עס זעהט אויס ערנסטע מייסעס


אפשר קען איינער פאסטען די ארטיקל

תזכו למצות
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נאר חסרונות, שיעלע בהמה און 10 געסט