פרישע דירות פראיעקט: "חזקת הבתים"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 9:01 am

לעבעדיגער, לייען איבער די פאר תגובות פון גרינע מיטוואך, קוק נאכאמאל איבער די פד"פ וואס ער האט געברענגט, און נאכדעם לייען די נייעס וואס ביקסאד ברענגט, און אדרבה זיי מסביר די צומישעניש.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 10:20 am

לויט מיין אינפארמאציע איז עס היינו הך, און ס'איז גארנישט קיין צומישעניש, דאס וואס ביקסאד האט געברענגעט זאגט ווי פאלגענד
The town Planning Board accepted the final environmental impact statement, with conditions, for 1,613
homes and about 60,000 square feet of retail space at Exit 109 off Route 17
פארשטייט זיך אז ס'איז דא ווארשיינליך נאך אסאך פרטים, אבער דאס זעט עס אויס, און איך האלט אז זיי האבן שוין גערעדט צופיל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 10:59 am

אבער א שורה פריער שטייט;
Berman’s project does not have final approval, but has been a source of controversy in the hamlet of Rock Hill

וואס שטימט נישט מיט די צעטל וואס זיי האבן ארויס געשטעלט, אויסער די גאנצע מאדנעקייט וואס מען זעט אין דעם שטיקל נייעס, וואס ווארפט א שלייער אויף די חזקת הבתים פראעקט, אויב עס האט נאך נישט געהאט ביז יעצט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 11:19 am

די ווארט "פיינעל אפראוועל" האט אסאך פשטים, איך וועל זאגן בקיצור וואס די זאך איז.
אויב מעג מען שוין יעצט גראבן הייסט עס לאמיר עס אנרופן "פיינעל - פיינעל"
דערווייל איז שוין זיין פראיעקט אפראווד אז מ'קען דארט בויען דעם "סכום" פון הייזער אויב מ'וועט צושטעלן געוויסע אינפראסטרוקטור און פארשטייט זיך אקטועלע פלענער וויאזוי צו בויען די הייזער, דאן וועט די בילדינג דעפארטמענט דארפן ארויסגעבן אלע פערמיטן און דעמאלט קען מען גראבן.
סייוויזוי, כ'האב געמאכט אביסל ריסוירטש, און ליינט איבער מיין פריערדיגע תגובה.
איר ווייסט דאך מיין מיינונג, מ'דארף יעדן וואס טוט דערין העלפן, און ס'וועט זיך סוף כל סוף עפעס איינגעבן. כ'ווייס נאך נישט וואו, אבער ערגעץ גייט עפעס אמאל ווערן.
און איך וויל זיכער נישט האבן קיין חלק אין שטערן חלילה, על כן לאמיר נישט גראבן ווייטער, ספעציעל אז ער בעט נישט קיין געלט דערווייל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 10:49 pm

מיר איז זייער געפאלן אן ארטיקל אין "די צייטונג" סוכות אויסגאבע, ווי די חזקת הבתים והבורות חברה זענען מסביר פארוואס זייער פלאן גייט זיך ענדערש אויסארבעטן ווי אלע אנדערע וואס האבן פרובירט בעפאר..
וז"ל: אנדערש ווי א געווענליכע שטעטל, וועלכע הייבט זיך אן אלס אן ארץ לא זרועה מען בויעט עטליכע צענדליגער הייזקעלעך, מ'איז אנגעוויזן אויף א גרופע פון מערסטענס צענדליגער נחשונים דורכצוגיין די התחלות קשות און שוויצן, און עס נעמט נאך לאנגע יארן ביז די געגנט גייט ארויס פון א דארף קאטעגאריע, צו א שטעטל, וועט די איצטיגע שטעטל גראד אנצוהייבן א וויבלנדע אידישע געגנט.
הייסט עס אזוי, די אלע אנדערע פריערדיגע פלענער פאר א נייע יישוב האט זיך נישט אויסגעארבעט צוליב וואס זיי האבן געצילט אויף געגענטער אין טיפן מדבר אריין ווי קיינער האט נישט געוואלט זיין פון די עשרה הרוגי מלכות.. כ'מיין עשרה נחשונים זיך אהין צוציען, משא"כ חזקת הבתים וואס איז אראונד די קארנער פון בארא פארק גייט מען לכתחילה אהינגיין מאסנווייז, נישט בלויז אפאר נחשונים.. אין אזא פאל זאגט מען; איך הער זאגן...

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » מיטוואך מארטש 10, 2010 6:09 pm

ווי איך זעה האבן זיי זיך לעצטענס אויף געוועקט
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 10, 2010 7:00 pm

נישט סתם. אפאר יונגעלייט אין מיין ביהמ"ד זענען אקטיווע עסקנים דארט.

דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

תגובהדורך דער גראפיסט » מיטוואך מארטש 10, 2010 7:01 pm

נו אפשר ברענגט איינער מער דיטעילס אויך וועגן די קארטלעך וואס זענען אנגעקומען אויף די פאסט
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

בילקע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 5:22 pm

תגובהדורך בילקע » מיטוואך מארטש 10, 2010 9:45 pm

די איינציגסטע סיבה פארוואס דעיס האט מער שאנסן ווי אנדערע איז
אז מער מענטשן זענען דעספערט פאר א נערמאלע דירה פאר א
ציגליכענע פרייז ווי א יאר ציריק
לעצט פאראכטן דורך בילקע אום מיטוואך מארטש 10, 2010 9:48 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » מיטוואך מארטש 10, 2010 9:47 pm

לא זכינו להבין

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מארטש 10, 2010 11:17 pm

איך האב נישט קיין געדולד אלעס דורכצוליינען, אבער איך וועל אריינווארפן מיינע צוויי צענט.

די וועד הדירות, וואס איז געווען א פראיעקט וואס האט שוין געהאלטן אט אט ביים פארווירקליכט ווערן, איז אויך דורכגעפאלן, און טאקע צוליב איין סיבה, און דאס איז מארטגעדזשעס!!! קיין שום באנק גיבט היינט נישט קיין מארטגעדזש אן א גוטע קרעדיט, און א גוטע אינקאם...

מיין פראגע צו די יעצטיגע עסקנים, וויזוי גייט איר סאלווען דעם פראבלעם?

אויב האט איר נישט קיין פלאן בנוגע דעם פראבלעם, איז א שאד אייער מיה און פלאג, ס'וועצעך נישט אויסארבייטן...

אויב יא, ווילעך אייך זאגן ס'זענען דא אפאר הונדערט יודן גרייט צו מופן, זייטס נישט ביזי מיט אפליקעישען'ס, נאר נעמטס ענק בויען!!!! סא'שאד יעדע מינוט... מ'טארעס נישט לאזן פאר מארגן!!! דער עולם ברויך דירות!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

רעיא מהימנא
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:02 pm

תגובהדורך רעיא מהימנא » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 8:04 am

איינעיר פין דעי פראדזעקט האט מיר מסביר געוועהן אביסל פין דעם. מען גייט בויען 1600 דירת אין לויף פין די קימענדיגע 9 יאר. ס'גייט זיין ציטיילט אין דריי טיילן, יעדע דריי יאר נאך א שטאפל. ווי פארשטייצעך וועלען די פריערע דירת זיין ביליגער ווי די שפעטעריגע, אבער די פרייזען וועלען זיין זייער זייער ביליג. דאכט זיך מיר אז א דריי שטאקיגע הויז וועט קאסטען ארים 200 טויזענט דאלער!!!!!!
די הייזער גייען זיין געבויט פיר ציזאמען (עטעטשד.) די לאט איז ביי עקזיט 109 פין די סעווענטין.

די מעלת מער פין די אנדערע פראדזעקטס:
מ'בויט אסאך מער דירת אויפאמאל
ס'איז נישט טיף אין די קעסטקילס
ביליגער ווי די אנדערע

און נאך - האט ער מיר געזאגט, איך געדענק שוין ניש אלע פרטים..

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 8:11 am

אבער, וויכי איז גערעכט.
זיי האבן עפעס אן איידיע וועגן מארטגיטשעס?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 8:28 am

זיי האלטן נאך אסאך פאר מארגיטזשעס, אויב וועלן זיי דורך ברעכן די ערשטע פאזע שוועריקייטן וואס זיי האבן מיט די לאקאלע רעגירונג און מיט די שכנים, און זיי וועלן טאקע קענען צושטעלן דעם איפראסטרוקטור פאר ביליג אזוי ווי זיי זאגן (כ'האב נישט קיין אהנונג וויאזוי, ווייל דערווייל איז דארט א מדבר שממה) וועט מען קענען באקומען מארגידזשעס פאר די ביליגע הייזער, דער פראבלעם מיט מארגידזשעס איז בעיקר פון 250,000$ און העכער אבער דא וועט דאך די גאנצע דירה לכאורה נישט קאסטן קיין סאך אלזא איז עס נישט קיין פראבלעם.
ווער ס'וויל בעסער פארשטיין דעם נושא זאל ליינען די ארטיקלען וואס מיין חבר האט געשריבן אין די דירות פראבלעם ארטיקלען אשכול און כ'האב עס געלייגט אונטער מיין נאמען (כ'האב דאך געמוזט האבן אפאר תגובות צו ווערן א שר האלף, נישט אזוי ?)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 8:30 am

סתם אזוי, האסט מיך פלעין אויסגעכאפט...

איך זאג נאך איין מאל קלאר, אך האף און ווארט אז אזא פלאן זאל זיך אויסארבייטן...

די שאלה איז, קען מען צושטעלן מארטגעדזשעס???

ס'איז א שאד די טינט, די קיבארד... מ'קען שרייבן וואו גרויס ס'גייט זיין, וואו נאנט ס'איז וכד'... ווי לאנג ס'איז נישטא קיין פלאן צו פארשאפן מארטגעדזשעס, איז נישטא פון וואס צו רעדן.

--------לעבעדיגער בערל האקט אריין.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 8:32 am

בערל, ביי די וועד הדירות איז אויך געווען א גרויס חלק אונטער 250,000 דאלערדיגע מארטגעדזשעס, די באנק טראסט היינט נישט קיינעם אן א קרעדיט... איך ווייס אז אונטער 250,000 איז גרינגער, אבער נאך אלץ שווער... און אן א פלאן פון פאראויס, איז א שאד די אפליקעישן פי.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 8:43 am

וויכי, מ'זאגט אז ס'וועט נאך אביסל זיין אז די באנק וועט מיד ווערן פון זיצען אזויפיל ליידיג ווייל כמעט קיינער קען נישט האבן א מארגעדזש, אזוי אז זיי וועלן אביסל נאכלאזן, אבער לכאו' נישט פאר אונזער היימישער עולם, וד"ל.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 8:54 am

די אפליקעישאן פי פון 135 איז ריפאנדעבל עניטיים, אזוי שטייט אויפן צעטל. ס'איז נאר צו ווייזן אז דער אפליקאנט מאכט נישט סתם משוגע די מענטשן.
פאר די רעקארד: איך שטיץ נישט דעם פראיעקט און כ'האב גארנישט קעגן דעם. אבער וואס איז אמת איז אמת, דער ועד הדירות האט אנגעפאנגען זייערע פלענער ווען מארגידזשעס איז געווען די גרינגסטע, און זיי האבן געענדיגט ווען מארגידזשעס איז געווען די שווערסטע, איצט ווערט שוין צוביסלעך אלץ גרינגער, מ'קומט אויף מיט נייע וועגן און די רעגירונג איז מורא'דיג אינטערעסירט מענטשן זאלן קויפן און לייגן געוואלדיגע פרעשור אז די בענק זאלן געבן מארגידזשעס.
אויך דארף מען פארשטיין אז מארגידזשעס איז נאר געווען איינס פון די פראבלעמען (אפשר טאקע דער עיקר) אבער ס'איז געווען נאך פראבלעמען און איך וויל יעצט נישט אריין גיין דערין. קענסט דאך זען אז ווען זיי זענען ארויס געקומען מיט רענטלס איז עס אויך נישט געגאנגען. אבער ס'איז נישט כדאי איבערצו'חזר'ן אלטע פראבלעמען.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 9:54 am

בערל, וואס ס'איז געווען ביי וועד הדירת, ווייס איך אביסל בעסער פון דיר, איך האב אסאאך וואלאנטיר'ד דארט... (סאצעך טאקע אנגעהויבן נאכדעם וואס זיי האבן געליינט וואס איך שרייב דא) אלע קליינע פראבלעמען וואלטן דעם פראיעקט נישט געשטערט, דארט איז געווען גענוג געלט... די מארטגעדזש פראבלעם האטעס אין דער ערד געלייגט...

און דיין פראגע וועגן רענטל'ס, דער עולם האט נישט געוואלט קיין רענטל'ס, נאר קויפן... און איך פארשטיי זיי...

און בעריש'ל טייערע, ס'איז אמת אז דעמאלטס איז געווען די מעין קריזיס... אבער מ'קען נישט בויען א פראדזשעקט בלויז ווייל "מ'האפט"... אדרבה, פראביר צו נעמען א מארטגעדזש... קוים וואס מ'האט מיך אפראוו'ד פאר א קאר די וואך... און איך קען ווייזן אינקאם, אבער נישט קיין מעידזשער קרעדיט...

נאך איין מאל, איך האף און איך ווארט אז ס'זאל זיך שוין איינמאל דורכברעכען... און איך בין גרייט צו וואלאנטירן פאר דעם פראיעקט, אבער נאכדעם וואס איך קום שוין פון דארט, פילעך אז דאס איז די שליסל...

"פאר ס'איז נישט דא א פלאן וויזוי דער עולם זאל פינאנצירן זייערע הייזער, איז א שאד יעדע דאללער אינוועסמענט, און יעדע ברעקל ארבייט און טינט!!!"
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 10:51 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:בערל, וואס ס'איז געווען ביי וועד הדירת, ווייס איך אביסל בעסער פון דיר, איך האב אסאאך וואלאנטיר'ד דארט... (סאצעך טאקע אנגעהויבן נאכדעם וואס זיי האבן געליינט וואס איך שרייב דא) אלע קליינע פראבלעמען וואלטן דעם פראיעקט נישט געשטערט, דארט איז געווען גענוג געלט... די מארטגעדזש פראבלעם האטעס אין דער ערד געלייגט...

און דיין פראגע וועגן רענטל'ס, דער עולם האט נישט געוואלט קיין רענטל'ס, נאר קויפן... און איך פארשטיי זיי...

און בעריש'ל טייערע, ס'איז אמת אז דעמאלטס איז געווען די מעין קריזיס... אבער מ'קען נישט בויען א פראדזשעקט בלויז ווייל "מ'האפט"... אדרבה, פראביר צו נעמען א מארטגעדזש... קוים וואס מ'האט מיך אפראוו'ד פאר א קאר די וואך... און איך קען ווייזן אינקאם, אבער נישט קיין מעידזשער קרעדיט...

נאך איין מאל, איך האף און איך ווארט אז ס'זאל זיך שוין איינמאל דורכברעכען... און איך בין גרייט צו וואלאנטירן פאר דעם פראיעקט, אבער נאכדעם וואס איך קום שוין פון דארט, פילעך אז דאס איז די שליסל...

"פאר ס'איז נישט דא א פלאן וויזוי דער עולם זאל פינאנצירן זייערע הייזער, איז א שאד יעדע דאללער אינוועסמענט, און יעדע ברעקל ארבייט און טינט!!!"


איך בין א גרויסער ריזיגער בער, מאך מיך נישט פאר אזא קליינע בערעלע. (דו ווייסט מיין סייז? 90X68 פיקסלים. 98 KB)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 11:36 am

ווי אזוי זונגט ר' ירמי':

הלוואי הלוואי הלוואי הלוואי....
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 11:47 am

שכוח פאר אלע מגיבים, מיין בנ"ב איך שוין געווארען פרייליך (זי האט געמיינט אז עס איז און וויליאמסבורג)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 12:11 pm

אויף לי צווישן ראס און ווילסאן ?
זאג איר ס'איז ביי עקזיט 109 אויפן 17
אז מ'לעבט דערלעבט מען

בילקע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 5:22 pm

תגובהדורך בילקע » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 10:51 pm

איינער זאגט מיר אז דער אייזנבערג האט שוין געבויט א גרויסן
פראדזשעקט פין עטליכע הינדערט דירת אין לייקוואד אין פין דארט
נעמט ער זיין קאנפידענץ פאר דעי פראדזשעק מיין אפיניען איז אויב
פארטיגט ער הינדערט צי הינדערט פיפציג דירות אויף איינמאל אין
מיט אלע ציגעהערן וואס עס פעלט זיך אויס פאר א אידישע שטעטל
האט ער א גיטן שאנס סזאל זיך אויס ארבטן ווי איך פארשטיי פין
איינעם וואס קען אים איז דא די געלט צווישען אים מיט זיינע פארטנעס
צי קענען גיין אויף אזא אויפן אבער איין זאך זעט מען קלאר אז צי בויען
קאסט בערך פינעף אין זיבעציג דאלער א סקווער פיס אדער אפילע
ווייניגער ווייל אז ער קען געבן א דירה פין אכט הינדערט סקווער פיס
פאר אכציג טויזנט דאלער אין ער מאכט נאך געלט אויף עס ……………

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג מארטש 12, 2010 7:03 am

רעיא מהימנא האט געשריבן: די לאט איז ביי עקזיט 109 פין די סעווענטין.
.
רעיא מהימנא האט געשריבן:די מעלת מער פין די אנדערע פראדזעקטס,
ס'איז נישט טיף אין די קעסטקילס




האיך יתקיימו שניהם?
וואדקע דארף נישט קיין הכשר


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט