קאמענטארן איבער דירות פראבלעם - ארטיקלען

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך יולי 08, 2009 2:03 pm

כא כא כא כא כא כא כאכ אכ כא כאכ כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כאכ א כא אא
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יולי 08, 2009 6:03 pm

האט אים איינער גערופן ?
וואס איז באמת זיין טעות ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך יולי 08, 2009 7:00 pm

טהור; איך האב הנאה געהאט פון דיין ארטיקל... מען זעט בחוש אז אלע ישובים וואס האבן זיך אויסגעארבעט זענען נאר געווען אזעלכע וואס זענען שוין געקומען צו באוואוינטע פלעצער און זיך דארט ארגאניזירט, א שטייגער ווי מאנסי און לעקוואד וכו'... אבער גענצליך נייע ישובים האבן זיך נישט אויסגעארבעט, א שטייגער ווי גיבערס, נייטרא, בעסוואטער, וכו'...

איך האלט אז עס וואלט געמעגט זיין א קבוצה אידן וועלכע זאלן זיך אויפהויבן גיין וואוינען קיין וואדרידזש אדער מאונטענדעיל וואו עס עקזיסטירן שוין ישובים, מיט די צייט וועט ווערן דארט א שיינער אידישער יישוב מיט אלע ציגעהערן...

אין ארץ-ישראל איז עס פארט גרינגער וויבאלד די רעגירונג שטעלט צו מוסדות התורה א.ד.ג. א זאך וואס אין אמעריקא איז עס נישטא, און עס איז "נישט נארמאל שווער" דאס אליין צוצושטעלן און דאס אליין פאנדערעיזן...

מאכנדיג א סך-הכל פון אלע נייע ישובים אין די וועלט, קען מען דאס איינטיילן אין דריי:

א) א רבי פון חסידים וואס האבן זיך ארויסגעצויגן אויף אן ארט און האבן דארט געמאכט זייער הויפטקוואטיר פון די חסידות... צ.ב.ש. מאנסי, קרית יואל, סקווירא וכו'.
ב) א רבי וואס שיקט חסידים צו א נייע יישוב, אבער ער בלייבט וואוינען אויפן אלטן ארט... צ.ב.ש. בעסוואטער, גיבערס, חצור אין א"י (גור) וכו'.
ג) עטליכע קהילות וואס נעמען זיך צוזאמען און שטעלן אויף א נייע יישוב... צ.ב.ש. בית-שמש, אשדוד, אלעד, וכו'.

סוג א' - האט זיך געווענליך זייער שיין אויסגעארבעט (א אויסנאם איז קאשוי), און געווענליך איז דערפון געווארן א שיינער יישוב, ווייל אויב אלע חסידים קומען צום רבי'ן אויף ימים טובים און חסידים שטרעבן זיך צו געפינען נאנט צום רבי'ן, ווערט צום סוף דערפון א שיינער יישוב.
סוג ב' - האט זיך געווענליך נישט אויסגעארבעט, ווייל פרעמדע וועלן נישט אהינקומען און אייגענע אויך נישט אלע, ווייל טייל ווילן זיין נעבן רבי'ן און טייל ווילן פשוט נישט אוועקמופן...
סוג ג' - האט זיך אין ארץ-ישראל הערליך שיין אויסגעארבעט און איז געווארן א שיינער יישוב, אין אמעריקא האט זיך עס דערווייל נישט אויסגעארבעט... עס קען זיין צוליב דער אויבנדערמאנטע סיבה ווייל דארט איז עס פשוט פיל גרינגער צוליב די בענעפיטן וואס די רעגירונג שטעלט אהער.

אבער אריינקלערנדיג טיפער קען זיין אז סוג א' האט זיך אויך נאר אויסגעארבעט צוליב דעם וואס זיי זענען געווענליך געגאנגען וואוינען אין געגענטער וואס איז שוין סיי-ווי באוואוינט און דערפאר האט עס מצליח געווען אבער אויב וואלטן זיי געגאנגען וואוינען אין אומבאוואוינטע געגענטער וואלט עס זיך נישט אויסגעארבעט, וקאשוי יוכיח...

דער אמת איז אז שפעטער מיט די יארן וועט פארענטפערט ווערן די איבעי', ווען מען וועט זען אויב גיבערס, קייאמישע וועט בליען, וד"ל....

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » דינסטאג יולי 28, 2009 4:26 pm

ווען איז געווארן די אנדערע צוויי פראבלעמען פון חתונה הוצאות און חינוך עקספענסעס?
לעצט פאראכטן דורך CID אום מאנטאג מאי 03, 2010 9:12 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 4:40 pm

אויב איינער האט געזען די היינטיגע קלעסיפייד וועגן טויזענט דירות נעבן סעווענטין, און מען קען זיך איינשרייבן אן קיין דמי קדימה זאל עס ביטע מעלדן פארן ציבור
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24847
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 4:41 pm

זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » מאנטאג מאי 03, 2010 9:08 am

איך האב מיר איבער געטראכט פארוואס וואוין איך טאקע אין שטאט?

ווען איך קען וואוינען אונדערויסן פאר אסך ביליגער בין איך טאקע אונגאנצען משוגע?
הגם עס וואוינען מער מענטשן אין שטאט!

האב איך מיר אוועגעזעצט טראכטן וואס איז טאקע די סבה?

די וועלט זאגט אז ווי גרעסער די קשיא איז בעסער די תריץ!
עס איז בעיקר ווייל עס איז דא א גרעסערע אויסוואל!

דא האט איר די גאנצע ליסט. . .

1. מער חבירים
2. בוזנעס געלעגענהייטן
3. פארדינט מער וועדשעס
4. ווי זיך אויסצוליפטרן למשל לעבן וואסער Park's & play grands
5. שאפינג מער סעלעקשן
6. נאנט צום שוויגער / מאמע
7. אלעס איז נאנט און נישט בערגוג
8. דאקטוירים / ספעשעליסט
9. שלום בית מאכער / פסיכילאגן
10. אויסוואל פון פראפעשענעלס
11. ס'איז אלץ לעבעדיג אויפן גאס WINDOW
12. מער משפחה שמחות זענען לאקאל
13. אויסוואל פון רבישע טישען
14. דא וואוין איך
15. מער גוטע און ערליכע יודן
16. די ווערט פון די דירה שטייגט מער
17. סטארס זענען אפען מער און שפעטע שעות
18. בעסערע סערוויס (וועגן קאמפעטישן)
19. נאנט צום AIRPORT
20. די מוסדות זענען מער אהערגעשטעלט
21. איך פיל מיר גרויס צו זיין א שטאטישער (ארויפגעקוקט)
22. גראסערי און נאך זענען בליגער און שטאט
23. די הויז איז א הויז פון ציגעל נישט פון פלעסטיג שמאטעס
24. אויסוואל פון חתונה זאלן
25. איך מאך מיט מער כוונה שלא עשנו ג. . .
26. עס איז דא ווי צו אנטלויפן. . . נאך שווערן טאג! אדער ווען מען חאפט א פסוק פונעם שוויגער
27. אויסוואל פון כוללים מוסדות שבת פעקלעך שכנים מיט וועם יא צו רעדן און מיט וועם נישט


תם ולא נשלם . . . ווער עס האט צוצוליייגן זאל מוחל זיין זיך נישט שעמען. . .

און אודאי ווער עס האט אפצוווענדען. . . תמיד בשמחה
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 03, 2010 9:58 am

נומער 14 איז די שטארקסטע טענה... ממש מען קען דאס נישט אפווענדן.

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

תגובהדורך חיים של פרנסה » מאנטאג מאי 03, 2010 5:01 pm

איך וואלט ערלויבט אויך אריינצוזאגן, אז קיינער האט נאך נישט באמת ארויסגעשטעלט א פלאן במילואו אוואו צו גיין.

ווען מען וואלט געהאט א אמת'ע פלאן, וואלט עס מענטשן באטראכט און אויסגעפירט, מוז מען זאגן, אז ווען דו פרעגסט דיר פארוואס וואוין איך נאך אין וויליאמסבורג? איז די ענטפער וואו דען זאל איך גיין? מי ידמה לוויליאמסבורג?

נאר צו עס וועט נאך אמאל זיין א דומה לוויליאמסבורג? מסתמא נישט ממש, אבער עפעס ענליכעס קען זיין.

און דאן וועסטו טאקע גיין.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מאי 04, 2010 11:11 am

היינט מוז מען שוין מיטברענגען א זאזא מיט א גרעטש מיט א שעיפער, אפשר אויך א פיטער לוגער, און כ'ווייס נישט וואס נאך אלץ
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » מאנטאג מאי 10, 2010 8:32 am

הרב קרעמער (מייסד הקרעטשמע)

די האסט געמאכט מיין חודש :!: די מארגיטש פעמענט איז שוין אין די מעיל :lol: די האסט מיר געגעבן חשק ווייטער צו שטיפן די וואגן :lol: חאטש איינער האלט ווי מיר כו לחו

הרב חיים פרנס (מחזקת הבתים)

אדרבה הייב אן צו באשרייבן א שבת (נחמו) און ראק הילל וועל איך עס קאנסידערן :lol: צו זיין פון די נחשונים ארויסצו מופן :!: ביז דערווייל מיז איך מיר מאכן צופרידן דאהו

הרב בערל לעבעדיגער (כותב דירות ארטיקלען)

איך בין נישט באזארגט אז מען זאל דארפן מיטנעמען די פראבלעמען :oops: ווייל איך גלויב עס וועט זיין פרישע :roll: נאר מען דארף גוט איבערלייגן די זאך כדי צו קענען קומען צו החלטה :lol: עס איז דאך נישט א קלייניקייט
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג יוני 02, 2013 12:13 pm

איך ברענג ארויף דעם אשכול, ספעציעל ווייל מענטשן האבן מיך זייער אראפגעריסן אלץ א וויליאמסבורגער וואס האלט נישט ביים מופן נאר רייסט אראפ און מאכט קאלט אנדערע, וויל איך אייך אלע מודיע זיין אז איך האב אמאל פארמאגט א ניק מיטן נאמען שלמהלע1 וואס איז פארלוירן געגאנגען ביים גרויסן (איי) וועלטליכן קראך, ווער עס האט א ספק אין מיינע מאטיוון זאל דא ליינען וואס איך האב געשריבן עטליכע יאר צוריק

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג יוני 02, 2013 2:12 pm

lebediger berel האט געשריבן:פאלגענד איז זיין עצה,{ א שאד וואס דער "זשורנאל" איז שוין פארמאכט און ער האט נישט געהאט ווי עס צו מעלדן איצט פארן זומער}
א ווארט למעשה:
אויב מוטשעט איר זיך מיט א דירה אין ברוקלין
1. פארט נישט אין קאנטרי דעם זומער.
2. דינגט אייך דירה אין א עקזיסטירנדע אידישע ישוב אין אפסטעיט.
3. פרובירט אויס דעם דארטיגן מהלך החיים.
4. נעמט די פובליק טראנספארטאציע צו די ארבעט טעגליך.
5. אויב קענט איר זיך צופאסן דערצו – דינגט זיך א דירה אויף א יאר צוויי.
6. אויב קענט איר זיך צופאסן דערצו – זוכט צו קויפן א דירה און באזעצט אייך דארט בקביעות עד ביאת הגואל.

אויב קענט איר זיך נאך נישט צופאסן דערצו. זענט איר אין זעלבן פעקל ווי א גרויס חלק פון כלל ישראל, וואס לעבט ממש אין א אייגן געמאכטע תפיסה, און מען מוז זוכן א לעזונג צו די קריטישע פראגע, מיר אינעם זשורנאל האבן צוזאם געשטעלט עטליכע פונקטן וואס מיר האבן געקליבן מיט פיל מיה און נאכגעפארשט די זאך, האבן מיר פעסטגעשטעלט אז דער לעזונג וועט זיין א ישוב וואס וועט האבן "אלע" פאלגענדע מעלות, דאס מיינט נישט אז אן דעם קען מען נישט געהאלפן ווערן, אבער מיר פאדערן אויף עסקנים ואישי ציבור, צו זוכן יעצט ווען די האויזינג מארקעט איז ביליג א נייע פלאץ וואו אידן שומרי תורה ומצות מיט גרויסע משפחות זאלן זיך קענען צופאסן.

to whom it may concern, וויל איך מודיע זיין אז איך האב געטוהן די 6 סטעפס ביי 2 מעגליכקייטן אן הצלחה.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

הבדלה וויין
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

תגובהדורך הבדלה וויין » זונטאג יוני 02, 2013 3:01 pm

ניק ניק וועגן דעם זאגט ער אז מען לעבט אין א אייגען געמאכטע תפיסה, און אזוי ווי עס איז דא ליידער אחינו בני ישראל וואס זיצן אין די רעגירונג תפיסה און עס איז א רחמנות אויף זיי, די זעלבע איז א רחמנות אויף דיר, אבער לאז כאטשיג אנדערע זיך יא ארויסזען פון די תפיסה.

הערליך פון די וועג ווי אזוי די האסט געשריבו קעגן לאק שעלדריק קוקט מיר אויס אז די האסט עפעס אן אינטערעסע אין די הרחבת הדעת, עס איז נישט מסתבר אז די ווייסט די "מעכטיגע" נעמען פון די עסקנים ווען קיינער ווייסט נאכנישט גארנישט און אויף קול מבשר'ס אינטערוויו קוקט נישט אויס אז עס שטייט אונטער דעם אזאלכע קנאקע'דיגע עסקנים וואס האבן שוין אויסגעפירט גרויסע פראיעקטען.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג יוני 02, 2013 3:02 pm

ערעב יואל ווייס האט שוין גאר אסאך אויפגעטון... פרעגט אייך נאך אביסל...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג יוני 02, 2013 3:03 pm

וואס סקוקט אויס ווייס איך נישט, איך האב מיט הרחבת הדעת קיין שום שייכות נישט,

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג יוני 04, 2013 7:00 pm

הבדלה וויין האט געשריבן:ניק ניק וועגן דעם וועגן וואס? זאגט ער אז מען לעבט אין א אייגען געמאכטע תפיסה, און אזוי ווי עס איז דא ליידער אחינו בני ישראל וואס זיצן אין די רעגירונג תפיסה און עס איז א רחמנות אויף זיי, די זעלבע איז א רחמנות אויף דיר יישר כח פאר דיין רחמנות, אבער לאז כאטשיג אנדערע זיך יא ארויסזען פון די תפיסה ווער ס'בעט שיין לאז איך.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:52 pm

הערליך, דו ביסט שלמהלע1, מיי ג....

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14762
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:55 pm

הערליך האט געשריבן:איך ברענג ארויף דעם אשכול, ספעציעל ווייל מענטשן האבן מיך זייער אראפגעריסן אלץ א וויליאמסבורגער וואס האלט נישט ביים מופן נאר רייסט אראפ און מאכט קאלט אנדערע, וויל איך אייך אלע מודיע זיין אז איך האב אמאל פארמאגט א ניק מיטן נאמען שלמהלע1 וואס איז פארלוירן געגאנגען ביים גרויסן (איי) וועלטליכן קראך, ווער עס האט א ספק אין מיינע מאטיוון זאל דא ליינען וואס איך האב געשריבן עטליכע יאר צוריק

memberlist.php?mode=viewprofile&u=936

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג אוגוסט 11, 2013 7:17 pm

דער עולם האט זיך ערענסט גענומען צו מיינע ביינער

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » זונטאג אוגוסט 11, 2013 7:24 pm

וועלכע ביינער ? פון הערליך אדער שלמהלע1 ?

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג אוגוסט 11, 2013 7:26 pm

זיי זענען ברודערס

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » זונטאג אוגוסט 11, 2013 7:29 pm

ווער איז עלטער ?

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג אוגוסט 11, 2013 7:31 pm

פרעג אין פישי


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט