אויפגעפרישט האט געשריבן:למעשה איז עס אוועליבל? מיט וויפיל קעש קען מען קויפן ?
מיר טענה'ן זיך דא ארום כאילו עפעס איז דא
עס איז דא איין זאך א קאמפעני אין טעקסעס האט ערנסט אנגעזעצט מיט א ריזיגע אפראווד פראפערטי, (די גרעסטע סובדיוויזשאן אין היסטאריע פון ני סטעיט אפראווד אויפאיינמאל) זייער חשבון איז געווען אז די קאסינא וועט בומען ווי משוגע, זיי וועלן זוכן אויפצונעמען הונדערטער ארבעטער און זיי וועלן עס אריינכאפן מיט האוזינג פאר זיי, למעשה איז די קאסינא א גרויסע אנזעץ כן יעזור השי"ת להלאה.
איך האב איבערגעקוקט די גאנצע דראפבאקס ס'האט נישט קיין וואסער אין סוער צוגעשטעלט, איך ווייס נישט פון וואו מ'טראכט אזוי, די דעוועלאפער וועט מוזן מאכן אייגענע וואסער און סוער, (סקען אפילו נישט זיין קיין וועל און סעפטיק לויט די סטעיט DEC מוז יעדע נייע סובדיוויזשאן פון פופציג און העכער דאס מאכן אויב די מיניסיפאליטי שטעלט נישט צו, און מיר דא אויף אייוועלט האבן זיך גענומען חלומ'ן, נא, אדרבה, זאלן קומען די היימישע עשירים און פרובירן צו מאכן געלט און צושטעלן דירות פאר ביליג אדרבה ואדרבה.
אסאך מאל ענדזשוי איך די שפוקלאציעס און חלומות און איך האב ליב צו טון דערין פאר אינטערעסאנטקייט אלץ האבי, אבער אפ טו א פוינט.אויך געהער עס נישט און דירות און ישובים
ולעומת זה, אויב איינער קויפט עס יא אפ אדער פלאנט עס אפצוקויפן זאל ער מאכן א גרויסע ששששששששששטילקייט אז ער מארקעט פאר חסיד'ישע אידן ביז ער האט נישט די סי אף אוי פאר די ערשטע פאזע
דאס וואס מ'שרייבט אויבן וועגן מאכן א ווילידזש וועט זיין איבעריג און א שאד, אויב ס'זאל קומען לידי מעשה (שוין בין איך ממשיך חלומות און שפעקולאציע) ווייל גאנץ טאון אף פארעסטבורג באשטייט פון קארגע דריי הונדערט משפחות און מ'דארף פשוט האבן גענוג שטימען און די ערשטע פאזע, א היימישער אינוועסטאר קען דאס נעמען אין חשבון.