גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר מאה
- תגובות: 113
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm
גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
https://www.yiddish24.com/interviews/38/23064
האב איך נעכטן אויסגעהערט דעם אינטערוויא פון פעלזען מיט חיים וויזעל פון לעיקוואד. איך בין געווארן זייער איבערגענומען פון לעיקוואד בכלל, און פון סאטמאר ישוב בפרט.
זאגט ער דארטן, אז מענטשן ווייסן נישט אז באמת איז לעיקוואד די גרעסטע אידישע ישוב און גאנץ אמעריקע, סיי און שטח, און סיי און אידן.
בין איך זייער נייגעריג וואס דער עולם זאגט, איז עס טאקע די גרעסטע?

- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי זענען גרעסער, אבער נישט ריין אידיש.
לעיקוואוד איז די גרעסטע ריין אידישע ישוב, קעגן קרית יואל, סקווירא, קאשוי וכו'
לעיקוואוד איז די גרעסטע ריין אידישע ישוב, קעגן קרית יואל, סקווירא, קאשוי וכו'
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
אסדר לסעודתא האט געשריבן:בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי זענען גרעסער, אבער נישט ריין אידיש.
לעיקוואוד איז די גרעסטע ריין אידישע ישוב, קעגן קרית יואל, סקווירא, קאשוי וכו'
אין לעיקוואוד טאונשיפ וואוינען נישט קיין גוים אזוי ווי מאנסי ?
וואטעווער....

איך ווייס נישט וואס די מיינסט מיט ריין אידיש אבער לעיקוואד האט די מערסטע שומרי תורה ומצוות,מער ווי אין וויליאמסבורג,בארא פארק, מאנסי, אלטע מעשה דאס ,אויסער וואס די נומבערס וואקסען גאר גאר שנעל
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
לייטער האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי זענען גרעסער, אבער נישט ריין אידיש.
לעיקוואוד איז די גרעסטע ריין אידישע ישוב, קעגן קרית יואל, סקווירא, קאשוי וכו'
אין לעיקוואוד טאונשיפ וואוינען נישט קיין גוים אזוי ווי מאנסי ?
ער האט נישט געטראכט פארן שרייבן , וועגן ער לכאורה נישט לעיקוואד אזוי ווי רוב חסידים האבן זיך נאכנישט דערקענט מיט לעיקוואד, לעיקוואד והגלילות וואקסט אויף הייווען, עס וועט לכאורה זיך דאפלען פון 5 יאר פון יעצט לויט די שטחים וואס דעוועלעפערס אוינען דארט
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
לעיקוואוד האט יעצט צווישן 12,000 ביז 15,000 משפחות. דאס איז האלב פון וויליאמסבורג און א פערטל פון בארא פארק.
ס'וואקסט טאקע אויף הייוון, אבער שטייט נאך ווייט פון זיין די גרעסטע שטאט.
ס'וואקסט טאקע אויף הייוון, אבער שטייט נאך ווייט פון זיין די גרעסטע שטאט.
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
אסדר לסעודתא האט געשריבן:לעיקוואוד האט יעצט צווישן 12,000 ביז 15,000 משפחות. דאס איז האלב פון וויליאמסבורג און א פערטל פון בארא פארק.
ס'וואקסט טאקע אויף הייוון, אבער שטייט נאך ווייט פון זיין די גרעסטע שטאט.
אין וויליאמסבורג וואינען 24 טויזענט משפחות? און בארא פארק 48 טויזענט משפחות?
-
- שר האלף
- תגובות: 1410
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
אסדר לסעודתא האט געשריבן:לעיקוואוד האט יעצט צווישן 12,000 ביז 15,000 משפחות. דאס איז האלב פון וויליאמסבורג און א פערטל פון בארא פארק.
ס'וואקסט טאקע אויף הייוון, אבער שטייט נאך ווייט פון זיין די גרעסטע שטאט.
און וועלכע וועלט לעבסטו
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
גערעכט, איבערגעטריבן אביסל. אין בארא פארק וואוינען היינט איבער 30,000 משפחות. נאכאלץ דאפלט פון לעיקוואוד.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
חשבון איז פשוט, עס איז דא 200 סקווער גאסן אין ב"פ, אויף יעדע זייט וואוינען ארום 75 משפחות. דאס מיינט בערך 150 משפחות אויף א גאס רינגס און ארום. דאס איז אויסער ארום 20 אפארטמענט בילדינגס פון 50 משפחות אין יעדע פון זיי.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
נאכגעקוקט אנליין. עס וואוינען 40,000 משפחות אין בארא פארק.
לאמיר רעכענען אז איינס פון יעדע צען איז א גוי, דאן נעם אראפ 4,000 גויים, בלייבט 36,000 פרומע משפחות.
אין די 2010 צענזוס איז געווען איבער 100,000 נפשות אין בארא פארק, עס ווערט געשאצט אנצוקומען ביז 130,000 אין דעם יעצטיגן צענזוס. די צענזוס דעקט בערך 75 פראצענט פון די תשובים.
לאמיר רעכענען אז איינס פון יעדע צען איז א גוי, דאן נעם אראפ 4,000 גויים, בלייבט 36,000 פרומע משפחות.
אין די 2010 צענזוס איז געווען איבער 100,000 נפשות אין בארא פארק, עס ווערט געשאצט אנצוקומען ביז 130,000 אין דעם יעצטיגן צענזוס. די צענזוס דעקט בערך 75 פראצענט פון די תשובים.
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
לויט וויקי האט לעיקוואד בערך 106,300 איינוואוינער, און דאס איז אן זשעקסאן און טאמס ריווער וואס איז למעשה א חלק פון די אידישע איינוואוינער אין לעיקוואד הגם ס'איז א אנדערע טאונשיפ
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
ים רויבער האט געשריבן:לויט וויקי האט לעיקוואד בערך 106,300 איינוואוינער, און דאס איז אן זשעקסאן און טאמס ריווער וואס איז למעשה א חלק פון די אידישע איינוואוינער אין לעיקוואד הגם ס'איז א אנדערע טאונשיפ
טאמער זשעקסאן און טאמס ריווער איז איינס מיט לעיקוואד, איז בארא פארק און פלעטבוש זיכער איינס
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
וואס רעדסטו שטותים, מ'זעהט אז דו קענסט נישט לעיקוואד אלע אידן וואס וואוינען אין זשעקסאן אדער טאמס ריווער לערנען זייערע קינדער אין לעיקוואד, ס'נישט קיין איין מוסד אין די צוויי פלעצער, טאמס ריווער מיינעך האט אפילו נישט קיין אידישע גראסערי, זיי נוצען אלע לעיקוואודע פאסיליטיס
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
אין גאנץ לעיקוואוד וואוינען נישט קיין גויים?
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3547
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
לעיקוואד האט בערך אזויפיל חרדישע משפחות ווי וויליאמסבורג און מאנסי והגלילות - דאס איז ארום פופצן טויזנט אין צאל פאר יעדע פון די דריי באזונדער.
דערווייל איז זי נישט די גרעסטע. קען זיין אז ס'גייט זיין, אבער דאס האט דאך שוין ראמאפא געקלעימט.
דערווייל איז זי נישט די גרעסטע. קען זיין אז ס'גייט זיין, אבער דאס האט דאך שוין ראמאפא געקלעימט.
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
טאמער עפעס זענען זיי די גרעסטע אין סקווער מייל [און רוב יודן]
https://capital.one/3Ly0pb9
פארדין 200 טאלער פארן עפענען קעפעטל וואן קרעדיט קארט
פארדין 200 טאלער פארן עפענען קעפעטל וואן קרעדיט קארט
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
קאנטרי האט געשריבן:טאמער עפעס זענען זיי די גרעסטע אין סקווער מייל
דאס יא, אפילו דאפלט אזוי גרויס ווי גאנץ מאנהעטן..
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
לעיקוואד געגענט האט לויט מיין שאצונג איבער 25 טויזענט אידישע הויזהאולדס, א גרויסע חלק זענען אזאלכע וואס קומען פון אר"י און לעבן אונטער די ראדאר, אדער אינגע משפחות וואס זענען נאך נישט ליסטעט געהעריג.
(איך טו אלץ פרנסה אין די מעילינג און איך ווייס מער ווייניגער וואס טוט זיך)
צו פראווען מיין פוינט אויבנאויף, לעיקוואד אליינס האט לויט די פאסט אפיס איבער 26 טויזענט ליגעל הייזער, נעם אראפ אפילו 10 טויזענט סיניערס, (וואס זייער אסאך איז שוין היינט באוואוינט מיט אידן), בלייבט איבער 16000 אין לעיקוואד אליינס, לאמיר רעכענען נאר האלב הייזער האבן בעסמענטס.
אסאך האבן שוין היינט צוויי בעיסמענטס, וואס די קליינע בעיסמענט איז פארדינגען פאר גרושים/גרושות/אינגע קאפלס פאר א גאר קורצע צייט/אדער סתם סינגעלס, וואס די אלע וואלט גערעכנט געווארן אין ב"פ פאר א הויזהאולד.

- תגובות: 3792
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
לעיקוואוד (יד"נ), האסט נישט אריינגערעכנט די צוויי טויזנט + משפחות אין דזשעקסאן און טאמס ריווער
געשטימט פאר ראשעק הול
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
וויליאמסבורג און בארא פארק האבן כמעט נאר די נאטורליכע וואוקס, פון די אייגענע קינדער וואס ווערן געבוירן. לעיקוואד האט דאס און אויך אלע וואס קומען פון דערויסן. אלע ליטווישע קומן למעשה ענדליך דארט אן, ווי אויך די זיידעס ווען זיי רעטיירן, און יעצט קומן די חסידים צו לויפן. ממילא דארף די לעיקוואד געוואוקס זיין מער ווי אלע אנדערע ערטער.
א סברא, ווער ווייסט צו עס איז אמת צו נישט.
א סברא, ווער ווייסט צו עס איז אמת צו נישט.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
איישישאק האט געשריבן:וויליאמסבורג און בארא פארק האבן כמעט נאר די נאטורליכע וואוקס, פון די אייגענע קינדער וואס ווערן געבוירן. לעיקוואד האט דאס און אויך אלע וואס קומען פון דערויסן. אלע ליטווישע קומן למעשה ענדליך דארט אן, ווי אויך די זיידעס ווען זיי רעטיירן, און יעצט קומן די חסידים צו לויפן. ממילא דארף די לעיקוואד געוואוקס זיין מער ווי אלע אנדערע ערטער.
א סברא, ווער ווייסט צו עס איז אמת צו נישט.
מאנסי סעים, פארקערט די חסידים און ליטווישע.
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
ניין, עס איז נישט אזוי. יעדער ליטווישע בחור פון אמעריקא, פון קליוולאנד, לאס אנדזשעלעס, טאראנטא, מאנטרעאל, פלארידא, פאסעיק, מאנסי און וואו נישט, קומט אן קיין לעיקוואד צו וואוינן. נישט אז מ'קומט פון דארט, נאר אז יעדער פון דארט קומט. און ממילא האבן אלע זיידעס א סבה צו רעטיירן דארט אויך. מ'קען פטרארקוין די הויז אין ברוקלין פאר א פאר מעלאנעס, קויפן א הויז אין לעיקוואד פאר $250,000 (די קליינע הייזער פאר סיניארס), און לעבן פון די ריוח. מאנסי האט נישט דער אפציע.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
אסדר לסעודתא האט געשריבן:חשבון איז פשוט, עס איז דא 200 סקווער גאסן אין ב"פ, אויף יעדע זייט וואוינען ארום 75 משפחות. דאס מיינט בערך 150 משפחות אויף א גאס רינגס און ארום. דאס איז אויסער ארום 20 אפארטמענט בילדינגס פון 50 משפחות אין יעדע פון זיי.
Lol
די רוסישע און בוכארישע אימיגארענטען זענען ביי אייך שומרי תורה ומצוות?
Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע
דריידל האט געשריבן:ים רויבער האט געשריבן:לויט וויקי האט לעיקוואד בערך 106,300 איינוואוינער, און דאס איז אן זשעקסאן און טאמס ריווער וואס איז למעשה א חלק פון די אידישע איינוואוינער אין לעיקוואד הגם ס'איז א אנדערע טאונשיפ
טאמער זשעקסאן און טאמס ריווער איז איינס מיט לעיקוואד, איז בארא פארק און פלעטבוש זיכער איינס
בכלל נישט אמת
זשעקסאן און טאמס ריווער איז אזוי ווי
גלילות קרית יואל צו אלט קרית יואל
גלילות מאנסי צו אלט מאנסי
ווי ביידע ווערן גערעכנט ווי איינס,
פלעטבוש און אפילו קענזיגטאן איז למעשה נישט איינס ,נישט מיט קהלות און נישט מיט מוסדות און מיט רבנים וכולי וכולי
בקיצור דער עולם דא קען נישט לעיקוואד, ווי איך טרעף
לעצט פארראכטן דורך עולם השקר אום דאנערשטאג יולי 30, 2020 11:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.