בלאט 1 פון 2

די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 10:39 am
דורך yid
די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

יא עס געפונט זיך א גרויסע אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י פון 100 ערליכע אידישע משפחות אין עס וואוינט שוין א איד מיט א שטריימל

די ביהמ"ד
https://goo.gl/maps/KCwt3DP6PyWUZs3N8

א כשרע פליישיגע רעסטראונט אינטער די שטרענגע השגחה פון הרב הגאון ר יחיאל שטיינמעץ שליט"א
https://goo.gl/maps/JGzabFkhNeotVHNA9

כשרע פיצא געשעפט אינטער די שטרענגע השגחה פון הרב הגאון ר יחיאל שטיינמעץ שליט"א
בלויז 4 מינוט צו פארן
https://goo.gl/maps/pBgZ3NTe3Uf2szhV8

די באקאנטע וועסלי קאשער שאפינג סענטער מיט אלע אידישע שאפינג געברויכן בלויז 10 מינוט צו פארן
https://goo.gl/maps/3dp2Q3ginm1AAdS8A

די ריבניצער ציון בלויז 12 מינוט צו פארן
https://goo.gl/maps/5ZpAtvsDWRa1egYG8

בלויז 3 מינוט צו עקזיט 13 אויפן פאליסיידס פארקוועי
https://goo.gl/maps/W2EZuh3swaLwWJPEA

בלויז 12 מינוט צו שיינערס שול מיט מנינים א גאנצע צייט פון וותיקן ביז 1 ביינאכט
https://goo.gl/maps/SLjM9RPVn3ZkevKV9

און בלויז 15 מינוט צו די עיר התורה והחסד מאנסי
https://goo.gl/maps/kmNsbUYLbtxu1FP87

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 10:54 am
דורך lebediger berel
פרייזן?

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 11:05 am
דורך yid
lebediger berel האט געשריבן:פרייזן?

פון 295k און ארויף

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 11:12 am
דורך בבל
K165 א הערליכע הויז
https://www.zillow.com/homedetails/85-V ... 8345_zpid/

סארי נאכן ארויפלייגן האב איך באמערקט אז עס איז אביסל ווייט 2 מייל פון די שול

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 11:17 am
דורך ישוב הדעת
סאונדס גאד! דער מיטן שטריימל, ווי שיקט ער זיינע קינדער?

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 11:31 am
דורך בבל
איך טראכט עס איז א גיטע פרנסה פאר איינעם צי מאכן גרינג געלט. יעדע יאר מאפן צי א נייע געגנט זיין די נחשון און נאך א יאר פארקויפן פאר דאבל. און מופן צי א צווייטע געגנט א. א. וו הינדערט אלפים א יאר ווי גארנישט. יעדע דזשאב קומט אן שווער

וואסערע מין עולם דארט?

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 11:47 am
דורך א.ב.ג
דעי שטראמעל דארט האט א בּארד אויך?

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 12:00 pm
דורך איש האשכולות
א.ב.ג האט געשריבן:דעי שטראמעל דארט האט א בּארד אויך?

און אויב יא, וועלכע קאליר?

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 12:10 pm
דורך פומפדותא
דאס איז דערפרייענדע נייעס.
ואת יהודה שלח לפניו, נישט יעדער איז געמאכט צו גיין אין א נייע געגענט, מיר דארפן זאגן א ישר כח פאר די נחשונים. דאס איז זיכער אז איינמאל עס ווערט א געגענט וועט דער עולם לויפען אין די מאסן.

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 12:19 pm
דורך א.ב.ג
איש האשכולות האט געשריבן:
א.ב.ג האט געשריבן:דעי שטראמעל דארט האט א בּארד אויך?

און אויב יא, וועלכע קאליר?

נענע, נישט קיין ליצנות דא.. אויב ווילסטו אן ערענסטן אשכול אויף א נייע אומבּאקאנטע געגנט וואו מענטשן זאלן עס אפשר קאנסידערן, ברויך מען וויסן וואסערע מין עולם מען רעדט פון.. ׳אידן׳ קען האבּן אסאך אנדערע דעפענישנס..

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 7:59 pm
דורך yid
ווער עס האט שכל זאל מופן אויף העוורסטראו עס איז א שפאן אוועק צו אלע כשרע און אידישע באדערפענישן עס וואוינען דארט ערליכע גוטע אידן הייזער קאסטן איז פון 295k און ארויף און ווער עס איז אינטערסירט זאל זיך ביטע פארבינדן אין אישי

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 8:23 pm
דורך פרנס היום
בבל האט געשריבן:איך טראכט עס איז א גיטע פרנסה פאר איינעם צי מאכן גרינג געלט. יעדע יאר מאפן צי א נייע געגנט זיין די נחשון און נאך א יאר פארקויפן פאר דאבל. און מופן צי א צווייטע געגנט א. א. וו הינדערט אלפים א יאר ווי גארנישט. יעדע דזשאב קומט אן שווער

איך קען אזא איינער וואס וואינט שוין אין זיין פערדע הויז אין מאנסי אומגעגענט אבער ער האט געמאכט היפש מער ווי א מאה אויף יעדע פארקויף,איבער 2 מאות אויף יעדע פארקויף אין די לעצטע 10 יאר, ער פלאנט יעצט צו מופן קיין לעיקוואד גראדע און פארקויפן פאר 3 מאות פראפיט

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 8:24 pm
דורך פרנס היום
א.ב.ג האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
א.ב.ג האט געשריבן:דעי שטראמעל דארט האט א בּארד אויך?

און אויב יא, וועלכע קאליר?

נענע, נישט קיין ליצנות דא.. אויב ווילסטו אן ערענסטן אשכול אויף א נייע אומבּאקאנטע געגנט וואו מענטשן זאלן עס אפשר קאנסידערן, ברויך מען וויסן וואסערע מין עולם מען רעדט פון.. ׳אידן׳ קען האבּן אסאך אנדערע דעפענישנס..

ווער וויל אז מענטשן זאלן מופן... ער האט סתם געשריבן וועגן א נייע געגענט..

אין מאנסי און אומגעגענט האבן אייביג געוואינט אויסגעמישט אלע מיני אידן , גראדע בארא פארק אויך

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 8:26 pm
דורך פרנס היום
yid האט געשריבן:ווער עס האט שכל זאל מופן אויף העוורסטראו עס איז א שפאן אוועק צו אלע כשרע און אידישע באדערפענישן עס וואוינען דארט ערליכע גוטע אידן הייזער קאסטן איז פון 295k און ארויף און ווער עס איז אינטערסירט זאל זיך ביטע פארבינדן אין אישי

איז דאס נישט פאמאנא געגענט?

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 8:38 pm
דורך yid
פרנס היום האט געשריבן:
yid האט געשריבן:ווער עס האט שכל זאל מופן אויף העוורסטראו עס איז א שפאן אוועק צו אלע כשרע און אידישע באדערפענישן עס וואוינען דארט ערליכע גוטע אידן הייזער קאסטן איז פון 295k און ארויף און ווער עס איז אינטערסירט זאל זיך ביטע פארבינדן אין אישי

איז דאס נישט פאמאנא געגענט?

עס איז נאך פאמאנא געגנט

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 8:52 pm
דורך פעטער שמואל

עס איז קאנעקטעד. די פאמאנא הייטס געגנט (וואס איז אגב א טייערע געגנט) איז א חלק אין טאון אוו ראמאפא און א חלק אין טאון אוו העווערסטאו.
פאמאנא הייטס איז פול מיט אידן אבער בכלל נישט היימישע.

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 8:52 pm
דורך בעל דמיון
איז אזוי, כ'האב זיך אסאך געדרייט אין העווערסטרא, מחמת אסאך טעמים וואלט עס געווען די פערפעקט פלאץ צו מאכן א יודישע ישוב אבער ס'האט אויך חסרונות.
קודם די מעלות, מ'קען דארט באקומען דיסענט הייזער פאר שפאט ביליג (אסאך אסאך ביליגער ווי $295K).
ס'איז נענטער קיין מאנסי ווי וומס"ב צו ב"פ (אפשר נישט אין מיילעדזש אבער זיכער אין צייט).
אריין צו נ"י סיטי נעמט בערך איינס אהאלב שעה מיט פובליק טרענספארטעישן (פערי צו אסינינג און א טרעין ביז גרענד סענטרל).
שאפינג סענטערס זענען האלב ליידיג און רענט איז ביליג וועגן דעם.
א שפאן אוועק צום פאליסעידס.
ס'איז דא הערליכע געגנטער וואס מען האט לעצטנס געבויט וואס זיי מוטשענען זיך עס אנצופילען (אונז זעמיר א שטיק צייט צוריק געווען אין קאנטאקט וועגן א ריזיגע דעוועלאפמענט וואס מ'האט געבויט און זיי האבן עס נישט געקענט אנפילן אפי' למחצה לשליש ולרביע, פאר איינע פון די היימישע קהלות, ס'האט זיך גארנישט אויסגעלאזט...)
און יעצט צוויי ריזיגע חסרונות:
טעקסעס זענען קרעזי הויעך לייק אנרעיליסטיקלי ספיקינג, אין די טאון בכלל און אין די ווילעדזש בפרט (ס'האט צוטיען מיט אפאר לאו סאוטס וואס זיי האבן געהאט עטליכע יאר צוריק און אנשטאט צו סעטלן אזוי ווי מ'האט זיך געבעטן ביי די שטאט טאטעס, האבן זיי עס געפייט און פארשטייט זיך פארלוירן און זיי דארפן באצאלן שווערע געלטער, איז ווער צאלט? אוודאי די איינוואוינער און ביזנעס אונערס...).
אויכעט קריים איז דארט געפערליך! ס'איז א נארמאלע ערשיינונג צו הערן גאן שאטס אינמיטן די נאכט! שוין מיטגעהאלטן לייוו! (כ'האב אויך א ווידאו פון א סעקיוריטי קאמרע פון א סטעבינג...)
אבער אווער אלל וואלט עס געווען א מעכטיגע דורכברוך אויב מען עס אויסארבעטן, אסאך יודן האבן דארט א געוואלד ריעל עסטעיט. כ'ווייס נישט וועגן ממש לעצטנס אבער ביז נישט צו לאנג צוריק זענען די טאון און די ווילעדזש געווען גרייט מיט צו ארבעטן אבי עפעס אויפצוטיען

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 9:07 pm
דורך כא כא כא
אין די הערליכע פארק דארט קען איך זיכער באשטיין צו וואוינען..

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 9:37 pm
דורך Kosher Travel
פרנס היום האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:איך טראכט עס איז א גיטע פרנסה פאר איינעם צי מאכן גרינג געלט. יעדע יאר מאפן צי א נייע געגנט זיין די נחשון און נאך א יאר פארקויפן פאר דאבל. און מופן צי א צווייטע געגנט א. א. וו הינדערט אלפים א יאר ווי גארנישט. יעדע דזשאב קומט אן שווער

איך קען אזא איינער וואס וואינט שוין אין זיין פערדע הויז אין מאנסי אומגעגענט אבער ער האט געמאכט היפש מער ווי א מאה אויף יעדע פארקויף,איבער 2 מאות אויף יעדע פארקויף אין די לעצטע 10 יאר, ער פלאנט יעצט צו מופן קיין לעיקוואד גראדע און פארקויפן פאר 3 מאות פראפיט

איך קען פערזענליך א איד אין ענגלאנד וואס מופט איינמאהל איעדע פיהר, פינעף אדער זעקס יאהר. בערך צוואנציג יאהר צירוק האט ער ארויסגעמופט 5 גאסן צו א געגענט וואס די היימישע האבן גערופן "פאקיסטאני געגענט". ער פארקויפט זיין הויז "אין" געגענט פארן פולער הויעכע פרייז, מופט אינגאנצן אפאר גאסן "ארויס" פון געגענט פאר האלב די פרייז. דאן, ווען עולם גולם לויפט איהם נאך, ווארט ער אפאר יאהר, און פארקויפט נאכאמאהל זיין הויז, וואס איז שוין איצטער "אין" געגענט פארן פולער הויעכע פרייז, מופט נאכאמאהל אינגאנצן אפאר גאסן "ארויס" פון געגענט פאר האלב די פרייז.

דאן, ווען עולם גולם לויפט איהם (נאכמאהל) נאך, ווארט ער אפאר יאהר, און פארקויפט נאכאמאהל זיין הויז, וואס איז שוין איצטער "אין" געגענט פארן פולער הויעכע פרייז, מופט אינגאנצן אפאר גאסן "ארויס" פון געגענט פאר האלב די פרייז. דאן, ווען עולם גולם לויפט איהם נאך, ווארט ער אפאר יאהר, וחוזר חלילה...

בקיצור, you get the picture. דער איד איז א נחשון בן עמינדב, און מאכט דערפון גאר שיין פרנסה. און... ער וואוינט אין הערליכע גרויסע הייזער...

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 10:24 pm
דורך פעטער שמואל
יעצט ארום געקוקט אביסל אויף zillow און די טעקסעס זענען טאקע שרעקליך הויעך. פאר א היי רענטש וואס גייט פאר $299,000 צאלט מען $20,000 א יאר אין טעקסעס.

I'm letting this one pass.

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 10:50 pm
דורך פרנס היום
עפעס א שייכות מיט דעם?

viewtopic.php?f=98&t=8327&start=150

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 11:14 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פעטער שמואל האט געשריבן:יעצט ארום געקוקט אביסל אויף zillow און די טעקסעס זענען טאקע שרעקליך הויעך. פאר א היי רענטש וואס גייט פאר $299,000 צאלט מען $20,000 א יאר אין טעקסעס.

I'm letting this one pass.

איך ווייס נישט וואו דו האסט געקוקט, ווייל איך האב אויך פערצופאל געקוקט און איך זעה נישט קיין 20 אלפים טעקס

דא האסטו א 299K פאר $10,823 טעקס וואס דאס איז שוין פון די טייערע וואס איך האב געזעהן
https://www.zillow.com/homes/for_sale/H ... 4_zm/1_fr/

און דא האסטו א 299K פאר א נישטיגע $2549 פראפערטי טעקס
https://www.zillow.com/homes/for_sale/H ... 4_zm/1_fr/

א 300K פאר $8458 פראפערטי טעקס
https://www.zillow.com/homes/for_sale/H ... 4_zm/1_fr/

נאך א 300K פאר $6072 פראפערטי טעקס
https://www.zillow.com/homes/for_sale/H ... 4_zm/1_fr/

נאך א 300K פאר $7586 פראפערטי טעקס
https://www.zillow.com/homes/for_sale/H ... 5_zm/1_fr/

און שוין אפגערעדט די ביליגערע הייזער וואס זענען נאך ביליגער טעקס
א 155K פאר $5612 פראפערטי טעקס
https://www.zillow.com/homes/for_sale/H ... 5_zm/1_fr/

א 125K פאר $3046 פראפערטי טעקס
https://www.zillow.com/homes/for_sale/H ... 5_zm/1_fr/

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 11:17 pm
דורך פרנס היום
ווי ווייט איך קען זיללאו זענען זיי זייער נישט גוט אפדעיטעד מיט טעקס

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 11:22 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
איך האב נישט געזאגט אז זיללאו האט די ריכטיגע טעקס (ספעציעל ווען זיי זענען בעקדעיטעד ביז 2017)
נאר אז איינער ברענגט אז ער האט ארומגעקוקט אויף זיללאו און געזעהן אז די טעקס איז 20 אלפים
אויף דעם האב איך געשריבן אז איך זעה דאס נישט...

געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2019 5:37 am
דורך פעטער שמואל
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז זיללאו האט די ריכטיגע טעקס (ספעציעל ווען זיי זענען בעקדעיטעד ביז 2017)
נאר אז איינער ברענגט אז ער האט ארומגעקוקט אויף זיללאו און געזעהן אז די טעקס איז 20 אלפים
אויף דעם האב איך געשריבן אז איך זעה דאס נישט...

איך האב געשריבן אז איך האב געקוקט אויף א היי רענטש און די ברענגסט מיר גארבעדזש הייזער פון די פריע 1900 יארן.