רעסטאראנט האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:געריבענער סוחר האט געשריבן:זיידי בערל האט זייער אויסגעקלארט מיט זיין לאנגע הסברים, אז א פאר א גרויסע טייל פון די עוורידש עולם איז עס א ישועה, און איך פארשטיי נישט וואס וויכי וויל פראווען אז ארימע זענען נאך נישט געהאלפן, די עקספאו קוק איך אן אז עס איז בדווקא געווען פאר קויפערס וואס קענען נישט ערלויבען די סיטי אבער קענען זיך עטוואס צאמקראצען, און צווישן אלע נייע שטעט מיט דיוועלעפמענטס און די אלטע שטעט, מיט די גלילות'ן, וועל זיי עפעס טרעפן ווי אראפצילייגן די קישעלע פאר זייער קאפ עביגצבב''א, פינקט אזוי ווי זיידי בערל'ס עידש האט זיך צאמגעקראצט אין לי גארדענס צי קויפן, ווי ער האט ארויסגעברענגט.
יעצט רענטלס איז דא איבעראל. למשל פאר א קאפל מיט 3 קינדער וואס צאלט אין ווילי 2000 פאר 2 בעדרום, קען רואיג טרעפן אין ק''י א שיינע 3 בעדרום פאר 1800, און פארדעם דארף מען נאכנישט קיין עקספאו.
סאו איך זאג אז די עקספאו איז געווען א סוקסעס פאר מענטשן וואס קענען עפארדן צו קויפן, אבער האט גארניש געטוהן צו העלפן די וואס קענען נישט, און דו זאגסט?
האסט עקספעקטעד אז די עקספאו גייט טיילן געלט פאר מענטשן וואס האבן נישט? יעדע איד כמעט קען מופן קיין מאנסי ,לעיקוואד,זשערסי סיטי , קרית יואל, בלומינגבורג מאנטיסעלא אין צאלן בערך 2000 רענט פאר א שיינע 3 בעדרום דירה
סארי ווילסט קרן עזר זאל צאלן די מאווינג טראקס פארן עולם? וועגן זיי האבן נישט קיין געלט פאר קיין מאווינג טראק? אדער פשוט די ווילסט האבן שיינע נייע רענטאל דירות 1800 סקווער פיס מיט 4 בעדרומס פאר 1500 ? איך פרוביר צו פארשטיין וואס די עקספעטס מען זאל טין?
נאכאמאל מיין ראיה לדבר איז אז טויזענטער מענטשן האבן שוין געמופט צו כמעט מען געגענטער פאר רענט און די לעצטע פאר יאר
פון דיין ערשטע ענטפער צו מיר היינט האסטו געסאונדט זייער אגרעסיוו, און אביסל אומוויסענד! סאו כ'גיי טרייען נאכאמאל...
איך האלט אז די עקספאו איז געווען א גוטע זאך, אין פאקט האב איך פאר די עקספאו געשריבן פאזעטיוו דערוועגן... און מיין ערשטע תגובה האבעך געשריבן אז מענטשן וואס זענען דארט געווען זאגן אז סיז געווען א סוקסעס!
כאב אבער געשריבן נאך צוויי זאכן וואס שמעקט נישט פאר יעדן, און סאם האו זענען רוב זאכן עגריט ביי גאר אסאך, אבער דאך טענהט מען זיך...
נאמבער איינס איז אז פאר סאם ריעזאן פיהלט זיך ווי מענטשן וואס האבן ארויסגעמופט הערן נישט אויף צו זיין ביזי מיט וויליאמסבורג, יעדע זאך וואס ס'געשעהנט, א באסס פארט אויפן סיידוואלק, מוף פון וויליאמסבורג... 9א גוי געשלאגן א איד, מוף פון וויליאמסבורג... ס'גיבט די פילינג אז מ'איז נישט צופרידן פון זיך, מ'זוכט זיך אליין צו פראוון רייט, ווי געשריבן!
די צווייטע זאך איז אז בעת וואס די עקספאו האט געהאלפן פאר געוויסע מענטשן, זענען נאכאלץ דא אסאך מענטשן וואס זענען נישט געהאלפן געווארן, און סיז א שאד אז מ'העלפט זיי נישט...
כאב גענוצט איין משל, די משל איז פון א אינגערמאן וואס שטופט קוים אדורך די וואך, ער וואוינט אין א קליינע דירה, ער וואלט גערן געמופט, אבער ער וויל נישט קיין "פאלאץ" פאר האלב די פרייז, נאר א נארמאלע דירה פאר א פערטל די פרייז, אין ק"י איז נישט פאר אים... אזעלעכע מענטשן דארפן הילף, צו סיז טרעפן א רענטל וואס איז דא זייער ווייניג, צו סיז קויפן א קליינע זאך, איינער זאלעם העלפן מיט א דאון פעימענט... ביי די עקספאו זענען רוב זאכן געווען שיינע הייזער אין די 6-800 טויזענט דאללער רעינדזש... ווי געשריבן, מיטן אויסנאם פון דזשערסי סיטי, וואס האט אנדערע פראבלעמען, איז נישט געווען קיין עכט ביליגע אפשן! און אין דזשערסי סיטי אליין איז אויך דא ווייניג! כמעט אלעס איז אראפלייגן געלט!
סיז דא נאך קליינעקייטן וואס פארלאנג נאך ווייניגער, אמאל איזעס העלפן טרעפן א דזשאב לאוקעלי, אדער העלפן קריגן א מארטגידזש-הילף וואס א מארטגידזש בראוקער קעניש גיבן, למשל קרעדיט אישוס, אדער אנדערע קליינעקייטן... וואס ווען קרן עזר וויל ווען העלפן די מענטשן, וואלטן זיי אויסגעהערט די מענטשן מיט פרטיותדיגע אישוס און עס אדרעסירט, לבי אומר לי זיי וואלט געהאט מינימום דאפעלט סוקסעס!
עכ"פ דאס איז געווען מיין גאנצע פוינט!
ס'זענען דא וואס ווילן עס נישט הערן, סיז געווען א סוקסעס לייק נעווער ביפאר, איינער האט געקויפט אכט דירות... מזל טוב, זאלעם וואויל באקומען... כאב אינגאנצן נישט גערעדט פון דעם...
ואגב, די ראי וואס דו ברענגסט קען גיין פארקערט אויך... וויפיל אידן דערשטיקן זיך צו וואוינען אין וויליאמסבורג? אפשר איז דאס א ראי אז ס'דא עפעס אנדערש וואס דו זעהסט נישט וואס לאזט זיי נישט מופן!