קרית יואל: אנעקסירטע שטחים פולקאם גרייט צו אנטוויקלען

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

קרית יואל: אנעקסירטע שטחים פולקאם גרייט צו אנטוויקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרית יואל, ניו יארק

היינט קומט אריין די פרייליכע נייעס אז דער ווילעדזש האט פולקאם פארענדיגט די ריזאונינג פראצעדור, וואס גיט די גרינע ליכט פאר די לאנד אייגנטומער פון די 164 עיקרס וואס זענען אנאקסירט געווארן פון טאון אוו מאנרא אריין אין קרית יואל, צו ווערן אנטוויקלט און אויפגעבויעט פארן געברויך פונעם ציבור.

די לאנג פארצויגענע אנעקסעישאן פראצעדור איז שוין היינט היסטאריע, נאכדעם ווי אלע לעגאלע און געריכטליכע פראצעדורן זענען געווארן געשליכטעט און די אנעקסעישאן איז אפיציעל געווארן באשטעטיגט אין די געריכטן, עס האט נאכדעם אויסגעפעלט אז קרית יואל זאל דורכפירן א מעסטער-פלאן און א סיקרע פראצעדור אויף צו קענען ריזאונען די שטחים, און היינט מעלדט די רעקארד אז מטעם די ווילידזש איז אלעס גרייט און די שליסלען ליגן יעצט ביי די אייגנטומער און דעוועלאפער אנצוהייבן פאקטישע בוי ארבייט אויף זייערע שטחים.

די סיקרע פראצעדור האט שוין אויך אריינגענומען די 56 עיקרס וואס וועט אי"ה אריינקומען אין קרית יואל קומענדיגען יאנואר למס' ווען די טאון אוו פאלם טרי וועט ווערן א געשעענער פאקט, וואס דאן וועט דער ווילעדזש אויך אנעקסירן די 56 עיקרס וואס זענען לעת עתה נאך אינדרויסן פון די ווילעדזש גרעניצן, און אויך יענע שטחים וועלן גרייט זיין אויפצובויען בעזהשי"ת.

די שמחה ביי תושבי קרית יואל בהווה ובעתיד צו די נייעס איז גאר גרויס, ווען די רעדע איז פון עטליכע טויזנט נייע דירות וועלן צוקומען אויף די שטחים אין משך פון די קומענדיגע פאר יאר, און צוגאב צו די קרוב צו צוויי טויזנט דירות וואס ווערן שוין פאקטיש געבויעט אין שכונת ויואל משה, און נאך אפאר הונדערט אינערהאלב די אלטע ווילעדזש גרעניצן ווי עיקרס ראוד און נאך קלענערע דעוועלאפמענטס, וואס אינאיינעם שטעלט דאס אהער א מעכטיגע דירות סופליי וואס קרית יואל האט שוין יארן נישט געזען, א סופליי וואס וועט צושטעלן בעזהשי"ת גענוג דירות פאר די נאטורליכע וואוקס בליעה"ר און אויך פאר משפחות וואס שטרעבן זיך צו ציען קיין קרית יואל צו קענען געניסן פון די קרית יואל'ער לעבנסשטייגער מיט הרחבת הדעת בגשמיות וברוחניות.

עס איז צום האפן אז די דעוועלאפערס זאלן בקרוב ארויסשטעלן זייערע פלענער און ארויסלייגן די צוקונפטיגע דירות אויף די מארקעט, צו לינדערן די דירות מאנגל און צושטעלן א ברייטע אויסוואל פון אלערליי דירות קלענערע און גרעסערע פארן ברייטן געברויך.

הרחיבי מקום אהלך.

די רעקארד נייעס:
https://www.recordonline.com/news/20181 ... nexed-land
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:היינט קומט אריין די פרייליכע נייעס אז דער ווילעדזש האט פולקאם פארענדיגט די ריזאונינג פראצעדור

Zoning - Adopted September 21, 2018
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין ליכט פון די אויבנדערמאנטע אנטוויקלונג, ווערט היינט געמאלדן אז די ריזיגע שטח ביי עיקרס קארנער בעיקרטאון וואס גרעניצט זיך מיט שכונת ברך משה, איז יעצט אריבער צו די בארימטע דעוועלאפער וואס בויען שכונת ויואל משה, און האבן שוין אונטער זיך א רייע מיט געלונגענע בוי-פרויעקטן, און וועט גאר בקרוב ווערן אנטוויקלט מיט אפאר הונדערט דירות פאר תושבי קרית יואל.

לויט ווי די פלענער לויטן, וועלן ביידע פראיעקטן געבויעט ווערן גלייכצייטיג אויף א שנעלען גאלאפ, סיי שכונת ויואל משה וועט ווייטער פראגרעסירן אין פולן טעמפא ווי אין די לעצטע פאר חדשים, און אין די זעלבע צייט וועלן די נייע דירות פון שכונת ברך משה המורחבת ווערן ארויסגעלייגט אויפן מארקעט נאך דעם וואס די פלענער זענען שוין פולקאם גרייט, און די בוי ארבייט וועט זיך אנהייבן גאר בקרוב.

והשכינה אומרת כן יפרוץ וכן ירבה
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

מיללער האט געשריבן:אין ליכט פון די אויבנדערמאנטע אנטוויקלונג, ווערט היינט געמאלדן אז די ריזיגע שטח ביי עיקרס קארנער בעיקרטאון וואס גרעניצט זיך מיט שכונת ברך משה, איז יעצט אריבער צו די בארימטע דעוועלאפער וואס בויען שכונת ויואל משה, און האבן שוין אונטער זיך א רייע מיט געלונגענע בוי-פרויעקטן, און וועט גאר בקרוב ווערן אנטוויקלט מיט אפאר הונדערט דירות פאר תושבי קרית יואל.

לויט ווי די פלענער לויטן, וועלן ביידע פראיעקטן געבויעט ווערן גלייכצייטיג אויף א שנעלען גאלאפ, סיי שכונת ויואל משה וועט ווייטער פראגרעסירן אין פולן טעמפא ווי אין די לעצטע פאר חדשים, און אין די זעלבע צייט וועלן די נייע דירות פון שכונת ברך משה המורחבת ווערן ארויסגעלייגט אויפן מארקעט נאך דעם וואס די פלענער זענען שוין פולקאם גרייט, און די בוי ארבייט וועט זיך אנהייבן גאר בקרוב.

והשכינה אומרת כן יפרוץ וכן ירבה

איך האף אז סיז אמת אז מגייט ניצן די אלטע פלענער פון בויען קארלסבורג סטייל, אויב יא וועט ער האבן א פראבלעם מיט שכונות ויואל משה, סאו סמאכט מער סענס אז ער זאל ווארטן ביז ויואל משה איז פולע פארקויפט און דערנאך זיך נעמען צו די נייע, און דעס איז זייער נישט קיין גוטע נייעס סיי ווייל די איינע פלאץ וואס מהאט נאך געלייגט האפענונג אז סוועט זיין נארמאלע דירות מיט אביסעלע אטעמען פלאץ גייט ער אויך אוועקנעמען און סיי ווייל ער גייט זיין באלעבאס אויף די פרייזען,
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך האף אז סיז אמת אז מגייט ניצן די אלטע פלענער פון בויען קארלסבורג סטייל, אויב יא וועט ער האבן א פראבלעם מיט שכונות ויואל משה, סאו סמאכט מער סענס אז ער זאל ווארטן ביז ויואל משה איז פולע פארקויפט און דערנאך זיך נעמען צו די נייע, און דעס איז זייער נישט קיין גוטע נייעס סיי ווייל די איינע פלאץ וואס מהאט נאך געלייגט האפענונג אז סוועט זיין נארמאלע דירות מיט אביסעלע אטעמען פלאץ גייט ער אויך אוועקנעמען און סיי ווייל ער גייט זיין באלעבאס אויף די פרייזען,


קענסט מיך פאר א ליגנער?

ער גייט בויען צוויי אנדערע סארט דירות, און ביידע גייט זיך בויען אין די זעלבע צייט.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

*תושבי קרית יואל, יום בשורה לנו*

חסידי סאטמאר נעמען אויף מיט גרויס פרייד די גוטע נייעס, אז נאך ארבייט פון יארן לאנג צו אנעקסירן פרישע לאנד אין קרית יואל, איז נעכטן נגמר געווארן דער גרויסע מקח ציווישן הרה''ח ר' יודל גאלדבערגער הי''ו און הרה''ח ר' עקיבא הערש קליין הי''ו אויף א שטח אווי מ'וועט בויען פרישע 500 דירות פאר אנשי שלומינו.

ר' עקיבא הערש קליין איז נישט קיין פנים חדשות אין די שטאט קרית יואל. יעדע ווייסט אז זיינע דירות זענען אהער געשטעלט אויפן שענסטן און בעסטן אופן. ווי אויך איז ר' מאיר יענקל אינדיג ברייט באקאנט מיט זיין זעלטענע געטריישאפט צו אלע קאסטומערס.

ר' עקיבא הערש און ר' מאיר יענקל האבן שוין אנגעהויבן גיסן פאנדעישען פאר צענדליגער הייזער אין שכונת ויואל משה. אבער נאכן זעהן די גרויסע נאכפראגע אויף דירות אין קרית יואל, און נאכן הערן פון מענטשן אז זיי זוכן דירות מיט אביסל מער פריוואטקייט, האבן זיי מחליט געווען אריין צו שפרינגען אין דעם נייעם פראיעקט.

דאס נייע פראיעקט וועט האבן די פאלגענדע מעלות וואס אנדערע פראיעקטן אין קרית יואל האבן נישט.

1. דא וועט מען בויען אזוינע הייזער וואס וועלן נאר האבן 9 דירות אין א בילדינג. (ווי באקאנט בויעט מען היינט 25 ביז 30 דירות פער בילדינג)

2. די הייזער וועלן נאר זיין דריי שטאק הויך. (ווי באקאנט בויעט מען היינט 4-5 שטאק הויך)

3. יעדע דירה וועט האבן א פריוואטע הערליכע אריינגאנג. (ווי באקאנט זענען אלע האלוועיס כסדר אנגעלייגט מיט זאכן פון די שכנים)

4. די לאקאציע פון דעם פראיעקט איז ממש אין הארץ פון קרית יואל. ס'איז נאנט צו יעדעס פלאץ.

5. דאס פראיעקט האט שוין אפראוועלס פאר וואסער און סוער. דא וועט מען אנהייבן די ארבייט ביז אפאר וואכן.

ווי אויך הערט מען אז טראץ דעם וואס ר' עקיבא הערש האט באצאלט א הויכע פרייז פאר דעם לאט, וועלן די פרייזן נאך אלס זיין גאר ביליג. די פרייזן וועלן זיין $240 א סקווער פיס, וואס דאס איז ממש א מציאה, נעמענדיג אין באטראכט די לוקסוס און באקוועמליכקייט וואס די דירות וועלן פארמאגן.

ווי אויך איז ר' עקיבא הערש די איינציגסטער וואס פארקויפט נאך דירות אין קרית יואל פאר די פרייז פון $210 כדאי צו ערמעגליכן כמעט רוב ציבור צו קענען קויפן א דירה.

די הרחבת גבולי הקדושה איז ספעציעל גוטע נייעס פאר חסידי סאטמאר אין קרית יואל, ווייל ווי באקאנט ברויך קרית יואל האבן 6,000 דירות אין די קומענדיגע 10 יאר פאר די תלמידי המוסדות. דאס איז אויסער די הונדערטער דירות וואס ווערן פארקויפט יערליך פאר אידן וואס צוה'ען זיך ארויס קיין קרית יואל.

זאל די רבש''ע העלפן אז אין דעם זכות וואס מ'איז מרחיב די גבולי הקדושה פון דעם הייליגן שטאט וואס רבינו הקדוש זי''ע האט געבויעט מיט זיינע לעצטע כוחות, זאלן זיי געהאלפן ווערן מיט אלע השפעות טובות.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

פיינע נייעס דאס,
פרישע הינדערטער דירות און "אלט מאנרא"
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

מיללער האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך האף אז סיז אמת אז מגייט ניצן די אלטע פלענער פון בויען קארלסבורג סטייל, אויב יא וועט ער האבן א פראבלעם מיט שכונות ויואל משה, סאו סמאכט מער סענס אז ער זאל ווארטן ביז ויואל משה איז פולע פארקויפט און דערנאך זיך נעמען צו די נייע, און דעס איז זייער נישט קיין גוטע נייעס סיי ווייל די איינע פלאץ וואס מהאט נאך געלייגט האפענונג אז סוועט זיין נארמאלע דירות מיט אביסעלע אטעמען פלאץ גייט ער אויך אוועקנעמען און סיי ווייל ער גייט זיין באלעבאס אויף די פרייזען,


קענסט מיך פאר א ליגנער?

ער גייט בויען צוויי אנדערע סארט דירות, און ביידע גייט זיך בויען אין די זעלבע צייט.

וואס הייסט צוויי סארט אין ויואל משה גייט זיין מער ברייטער?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אלט מאנרא האט געשריבן:פיינע נייעס דאס,
פרישע הינדערטער דירות און "אלט מאנרא"

כ'האף דו מאכסט כאטש עפעס טעקסעס....
שויתי ה' לנגדי תמיד
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

פארוואס זאל איינער יעצט קויפן א דירה אין ויואל משה ווען ער קען פאר די זעלבע געלט האבן א שענערע דירה מיט ווייניגער מענטשן אינעם בנין צוויי גאסען ארויף ?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אזוי וויל איך האט געשריבן:4. די לאקאציע פון דעם פראיעקט איז ממש אין הארץ פון קרית יואל. ס'איז נאנט צו יעדעס פלאץ.

אלעס איז דא ווי באקאנט...
אויך איז באקאנט צו יעדן די הארץ טרענספלענט פון דעם פלאץ, עקקארדינג צו פאראגראף נומער פיר, און דאס נאנטקייט צו אלעם. צ.ב.ש, עס איז נאנט צו בעיקערטאון, עיקערס ראודס, און אויך צו RT 105. עס האט אויך נאנטקייטן צו שכונת ברך משה.
עס גייט אויך זיין נאנט צו אלע הייזער וואס מען גייט בויען ארום דעם, און צו די קארס דארט אין די פארקינג לאטס

דו ווילסט מארקעטן, זייער גוט. אבער עס איז נישט נאנט צו גארנישט!!! פינטל!

אפילו די ברך משה געגנט, וואס איז נאנטער, איז אויך נישט אין הארץ. עס נעמט ביילייפיג 12-16 מינוט צו גיין ביז די נייע ביזנעס צענטער, וואס איז די נאנטסטע שאפפינג צו די געגנט, און די נייע שכונה איז נאך ווייטער
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

210 א ספ.?
דאס מיינט אז נאכדעם וואס מען קען נישט היינט מער קויפן א דירה אין שטעטל אונטער 550+ וועט מען קענען באקומען א 2200 ספ פאר 460 און נאך דערצו פרייוועט סטייל .. טו גאאד טו בי טרו....
'ומאתים לנוטרים את פריו'
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

עפעס שמעקט צו גוט דא, יודי ג״ב האט זיך געגרייט צו אנהייבן בויען וואס וואלט געמיינט א האלד אויף נאך דעפאזיטס פאר שכונת ויואל משה און פלוצים די אייגענטומער פון שו״מ קויפן אויס די ריזיגע שטח פון יודי ג״ב און דו זאגסט נאך אז גייען בויען פאלארעל
טוה מיר א גענאדע און מאך דיך נישט אליינס צו׳נער
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מאתים האט געשריבן:210 א ספ.?
דאס מיינט אז נאכדעם וואס מען קען נישט היינט מער קויפן א דירה אין שטעטל אונטער 550+ וועט מען קענען באקומען א 2200 ספ פאר 460 און נאך דערצו פרייוועט סטייל .. טו גאאד טו בי טרו....

ער (ווער?..) שרייבט טאקע אז עס גייט קאסטן 240 פס"פ. די 210 איז דערמאנט אין די חנופה/פראפאגאנדע ווערטער, אז ר' עקיבא הערש איז דער איינציגסטער וואס פארקויפט נאך פאר 210, אבער די פרייז פאר די עיקערס x בעיקערטאון זאגט ער גייט זיין 240.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

מיללער האט געשריבן:אין ליכט פון די אויבנדערמאנטע אנטוויקלונג, ווערט היינט געמאלדן אז די ריזיגע שטח ביי עיקרס קארנער בעיקרטאון וואס גרעניצט זיך מיט שכונת ברך משה, איז יעצט אריבער צו די בארימטע דעוועלאפער וואס בויען שכונת ויואל משה, און האבן שוין אונטער זיך א רייע מיט געלונגענע בוי-פרויעקטן, און וועט גאר בקרוב ווערן אנטוויקלט מיט אפאר הונדערט דירות פאר תושבי קרית יואל.

לויט ווי די פלענער לויטן, וועלן ביידע פראיעקטן געבויעט ווערן גלייכצייטיג אויף א שנעלען גאלאפ, סיי שכונת ויואל משה וועט ווייטער פראגרעסירן אין פולן טעמפא ווי אין די לעצטע פאר חדשים, און אין די זעלבע צייט וועלן די נייע דירות פון שכונת ברך משה המורחבת ווערן ארויסגעלייגט אויפן מארקעט נאך דעם וואס די פלענער זענען שוין פולקאם גרייט, און די בוי ארבייט וועט זיך אנהייבן גאר בקרוב.

והשכינה אומרת כן יפרוץ וכן ירבה

מיללער האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך האף אז סיז אמת אז מגייט ניצן די אלטע פלענער פון בויען קארלסבורג סטייל, אויב יא וועט ער האבן א פראבלעם מיט שכונות ויואל משה, סאו סמאכט מער סענס אז ער זאל ווארטן ביז ויואל משה איז פולע פארקויפט און דערנאך זיך נעמען צו די נייע, און דעס איז זייער נישט קיין גוטע נייעס סיי ווייל די איינע פלאץ וואס מהאט נאך געלייגט האפענונג אז סוועט זיין נארמאלע דירות מיט אביסעלע אטעמען פלאץ גייט ער אויך אוועקנעמען און סיי ווייל ער גייט זיין באלעבאס אויף די פרייזען,


קענסט מיך פאר א ליגנער?

ער גייט בויען צוויי אנדערע סארט דירות, און ביידע גייט זיך בויען אין די זעלבע צייט.



viewtopic.php?f=98&t=38422
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”