lebediger berel האט געשריבן:יונה שכח פאר דיין הערליכע הסברים אבער וויאזוי ארבעט די אסעסמענט און די טעקסעישאן דערויף
אסעסמענט איז שוין א שטיקל אריכות... גאר אין קורצן ארבעט עס אז איינמאל א יאר טוט אן עסעסער באשטימען די ווערד פון אלע דירות, עס זענען דא פארשידענע געזעצן וויזוי דאס מוז געמאכט ווערן, כ'וועל אויסרעכנן צוויי דערפון.
- אלע הייזער פון א געוויסע סארט, מוזן ווערן געשאצט אויפן זעלבן שטייגער, דער אסעסער קען נישט באשליסן אויף יעדע הויז וויזוי ער וויל עס רעכנן, למשל אלע קאנדאוס מוזן ווערן גערעכנט אויף איין פארמולע, אלע סינגל הייזער אויף איינס א.א.וו.
- מען טאר נישט טוישן די אסעסמענט פון בלויז געוויסע הייזער סתם אזוי (חוץ אויב מען האט עס איבערגעבויט וכדו'), אויב וויל מען טוישן די ווערד סתם אזוי מוז מען טוישן "אלע" הייזער פון די סארט אין די גאנצן געגענט.
נאכדעם וואס דער אסעסער באשטימט די פרייזן טוט ער ארויסלייגן א ליסטע אנליין פון אלע שאצונגן, די אייגנטומער האבן א חודש צייט אריינצוגעבן טענות אויף זייערע שאצונגן, ביים סוף פונעם חודש לייגט דער אסעסער ארויף די פיינעל ליסטע פון פרייזן. אויב די קאמיסיע האט נישט אנגענומען די טענה, האבן די אייגנטומער נאך 2 חדשים צייט אריינצוגעבן א פעטישן אין געריכט [עס מוז גיין אויף דעם אופן, אויב האט אן אייגנטומער נישט אריינגעגעבן פריער א טענה, וועט עס דער געריכט נישט אננעמען (ק"י האט יעצט א שטרייט מיט וואדבערי איבער די טעקס אויף די פייפליין, דער געריכט האט עס ארויסגעווארפן ווייל ס'איז נישט געווען אריינגעגעבן צו די קאמיסיע בעפאר צייטליך, עס איז יעצט אינעם עפפעלעט געריכט)].
ווען דער פראצעדור איז פארטיג הייבן די טעקס קאלעקטאר'ס אן צו נוצן דעם ליסטע פאר זייערע טעקסעס. דאס ארבעט אז זיי נעמען דעם טאטעל ווערד פון אלע שטחים אין זייער דיסטריקט און לייגן ארויף דערויף א סכום געלט פער טויזענט ווערד, למשל די ווילדש אוו בלומינגבערג רעכנט 7.8 דאלער פער טויזענט, אויב א דירה איז געשאצט אויף 10 טויזענט איז די טעקס אויף דעם 10X7.8= $78 פער יאר. וכן על זו הדרך טון אלע באשטייערן דעם ציבור.
קומט אויס אז ס'ווענד זיך "נישט" אלעס אינעם אסעסער, עס ווענד זיך אויך אסאך אין די טעקס רעיטס, למשל אויב א געגענט האט ביליגע עסעסמענט און הויכע ראטע'ס, קען מען צאלן מער ווי א געגענט מיט טייערע עסעסמענט און ביליגע ראטע'ס.. סא מען דארף האבן ביידע און עס גייט אויך אפט צוזאמען.
דהיינו סוף סוף דארף די גאווערמענט דעקן זייער באדזעט, ווי געזאגט רעכנן זיי אויס די טאטל עסעסמענט ווערד און אויף דעם בויען זיי, אויב איז דער טאטעל א שיינע סומע, קענען זיי לייגן א קלענערע ראטע און דאך אריינקריגן גענוג געלט אין די קאסע, משא"כ אויב איז די טאטעל ווייניג דארף די ראטע זיין העכער [די סטעיט באגרעניצט מיט וויפיל מען קען העכערן אויף אמאל, אבער דאס איז די סיסטעם מער ווייניגער].