היימישע געגנטן אין ראקלענד קאונטי און מאנסי אומגעגנט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

היימישע געגנטן אין ראקלענד קאונטי און מאנסי אומגעגנט

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג מאי 04, 2018 9:57 am

אלץ שטאטישע איינוואוינער, ווי די מצב הדירות איז כידוע אומדערטרעגליך, און דער עולם איז משוטט בקרית חוצות זוכן א מקום צו לייגען דעם קן ציפור, איז איינע פון די שוועריקייטן איז צו וויסען ןועלכע גאסען און געגנטן זענען באזעצט מיט אידן, אויב קענען אפאר מאנסיער אידן בייהילפיג זיין און אביסל מרחיב זיין איבער די געגנטער וואו אידן וואינען שוין, און וועלכע גאסן, וואו עס איז דא שוהלן מנינים וכו', עירמאנט, טשעסטנאט רידש, נוא סיטי, נעניועט, וכו' וכו'



(ווייס מיר אז מאנסי'ער אידן האבן נישט ליב קיין אימיגראנטן, אבער ואהבתם את הגר כי גרים הייתם, פאר 100 יאר צוריק איז גאנץ מאנסי געווען א וואלד, איר זענט אויך אמאל געווען א אימיגראנט, און דער ארטיגער האט אייך אויך נישט געגליכען)

מה אנו
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

תגובהדורך מה אנו » פרייטאג מאי 04, 2018 10:22 am

יש״כ פארן גיין פתיחה
אולי איז כדי צו פרעגן מער פרטיות׳דיג
ווייסט איינער וואס טוט זיך אין New Hempstead ?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג מאי 04, 2018 11:20 am

זייטיגע פראגע.
פארוואס מאכן אסאך שרייבערס געוויסע שאלות אין פיצי אותיות אז מיינע אויגען פאלען שיעור ארויס?? איז דאס בכוונה????

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג מאי 04, 2018 11:48 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:זייטיגע פראגע.
פארוואס מאכן אסאך שרייבערס געוויסע שאלות אין פיצי אותיות אז מיינע אויגען פאלען שיעור ארויס?? איז דאס בכוונה????

אן פארדרייען די אשכול, עס איז אזוי ווי זאגן עפעס שטיל אבער יעדער זאל הערן.. די קענסט נישט זאמען?

אוועטאר
Spokesman
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

תגובהדורך Spokesman » פרייטאג מאי 04, 2018 11:51 am

מה אנו האט געשריבן:יש״כ פארן גיין פתיחה
אולי איז כדי צו פרעגן מער פרטיות׳דיג
ווייסט איינער וואס טוט זיך אין New Hempstead ?
צוגעלייגטע
Capture1234.PNG
Capture1234.PNG (14.65 KiB) געזעהן 2319 מאל
"יעדע סוקסעס פאנגט זיך אן מיט די באשלוס צי פרובירן"

אור
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » פרייטאג מאי 04, 2018 1:02 pm

אומקוקענדיג פון א זייטיגע ווינקל זעה איך אז סאיז דא גאר הערליכע זאכן אין ניו העמסטעד, און פאר גאנץ ביליגע פרייזן!!
ווייס נאר נישט וועגן שוהלן וכדו. און אידן
אדרבה איינער קען אריין קומען מיט קלארע דעטאלן

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג מאי 04, 2018 1:30 pm

א מאפע פון ראקלענד קאונטי.
צוגעלייגטע
hudson-valley.jpg
hudson-valley.jpg (56.35 KiB) געזעהן 2210 מאל

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג מאי 04, 2018 1:48 pm

2 עירוב מאפעס געפונען אנליין, איך ווייס נישט וויפארלעסליך דאס איז, אבער א סימן אויף ןוי עס איז דא אידישע ישוב איז עס יא
צוגעלייגטע
SnipImage.JPG
SnipImage.JPG (297.29 KiB) געזעהן 2179 מאל
1525456049393_SnipImage.JPG
1525456049393_SnipImage.JPG (128.84 KiB) געזעהן 2179 מאל

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג מאי 06, 2018 12:43 am

זייער א גוטע געדאנק צו עפענען אזא אשכול. הלוואי זאלן זיך אפאר אידן וואלענטירן און אביסל באשרייבן זייער געגנט אדער א געגנט וואס זיי זענען באקאנט.

איך האב אויסגעוועלט צו באשרייבן די געגנט פון ספרינג וואלי (פון בערך די 45 ביז אריין אין Nanuet).

די געגענט האט אסאך מעלות, פארוואס עס זאל ווערן די קומענדיגע שפראדעלדיגע געגנט, איך בין נישט קיין נביא אבער מיין געוויסן זין זאגט מיר אז דאס גייט זיין די נעקסטע שטארקע געגענט.

די הויפט סיבה פארוואס איך האלט אז עס גייט ווערן א שטארקע געגענט, איז ווייל עס איז "נָאנט", ממש א שפאן אוועק פון די געגענט, און אלע אידישע פאסיליטיעס.

בנוסף, וואס ממש נישט צום גלייבן, די געגנט שטייט גרייט און ווארט אז דער ציבור זאל זיך אנהייבן אריינציען אהין, איך וועל שפעטער דאס מסביר זיין.

צוליב וואס איך שרייב אויף א מאביל דעווייס און עס נעמט אסאך צייט צו שרייבן וועל איך פרובירן צו צוטיילן דעם ארטיקל אין סאבזשעקס/מעלות.

דאס זענען די זאכן וואס איך וויל אויסשמועסן:
*דירות צו פארדינגען.
*דירות צו קויפן
*שוהלן
*מקוה
*גראסערי
*שאפינג
*טראנספעטאציע/Transportation

דאס אז עס די געגנט געפונט זיך אינעם עירוב דארף איך בכלל נישט אויסשמועסן, ווייל עס געגנט געפינט זיך דא ממש אין אונזער בעקיארד, (איך דערמאן דאס נאר פאר די נישט מאנסי'ער וואס ליינען דעם אשכול).

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג מאי 06, 2018 1:07 am

דממה דקה, ס'איז זייער שווער צו ענטפערן פאר אלעס.
מה אנו, ניו העמפסטעד איז א גרויסע געגנט באוואוינט מיט סינגל פאמיליע הייזער. זאג א גאס, (אויב א גרעסערע גאס, זאג אן אינטערסעקשן אויך) וועלן מיר אדער אנדערע קענען ענטפערן.

די עירוב מאפע איז זייער פארלעסליך... נישט באטראכט די מאפע צו זעהן וועלכע יאר דאס איז.

אידן וואוינען שוין "אלע" זייטן.. פון די גרענעץ מיט ניו דזשערסי ביז אריין אין פאמאונא, פון אראפ ביי נעניועט ביז ארויף נאכן שפיטאל..
...

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג מאי 06, 2018 1:14 am

דממה דקה האט געשריבן:2 עירוב מאפעס געפונען אנליין, איך ווייס נישט וויפארלעסליך דאס איז, אבער א סימן אויף ןוי עס איז דא אידישע ישוב איז עס יא


די ערשטע איז היפש אוטדעיטעד.
נוץ בעסער די צווייטע.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג מאי 06, 2018 1:16 am

דממה דקה האט געשריבן:אלץ שטאטישע איינוואוינער, ווי די מצב הדירות איז כידוע אומדערטרעגליך, און דער עולם איז משוטט בקרית חוצות זוכן א מקום צו לייגען דעם קן ציפור, איז איינע פון די שוועריקייטן איז צו וויסען ןועלכע גאסען און געגנטן זענען באזעצט מיט אידן, אויב קענען אפאר מאנסיער אידן בייהילפיג זיין און אביסל מרחיב זיין איבער די געגנטער וואו אידן וואינען שוין, און וועלכע גאסן, וואו עס איז דא שוהלן מנינים וכו', עירמאנט, טשעסטנאט רידש, נוא סיטי, נעניועט, וכו' וכו'



(ווייס מיר אז מאנסי'ער אידן האבן נישט ליב קיין אימיגראנטן, אבער ואהבתם את הגר כי גרים הייתם, פאר 100 יאר צוריק איז גאנץ מאנסי געווען א וואלד, איר זענט אויך אמאל געווען א אימיגראנט, און דער ארטיגער האט אייך אויך נישט געגליכען)

מיט מוסדות ביזטו שוין מסודר??
נישט פארגעסן אז דאס איז די ערשטע סטעפ פון מופן אויף מאנסי נאך פאר אפילו רופן דעם ריעל עסטעיט בראקער.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

מה אנו
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

תגובהדורך מה אנו » זונטאג מאי 06, 2018 1:24 am

עין טובה האט געשריבן:דממה דקה, ס'איז זייער שווער צו ענטפערן פאר אלעס.
מה אנו, ניו העמפסטעד איז א גרויסע געגנט באוואוינט מיט סינגל פאמיליע הייזער. זאג א גאס, (אויב א גרעסערע גאס, זאג אן אינטערסעקשן אויך) וועלן מיר אדער אנדערע קענען ענטפערן.


אינעם קווארטל צווישן יוניאן, עקערסאן, 45, ניו העפסטעד ראוד
אויף א מאפע איז דאס לינקס פון סקווירא,
צוגעלייגטע
image.jpg
image.jpg (361.97 KiB) געזעהן 1926 מאל

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » זונטאג מאי 06, 2018 2:37 am

ניו העמפסטעד וואוינען שוין אידן פאר יארן, עס איז דא עטליכע שוהלן און פיל מיט אידישע גאסן.

מה אנו
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

תגובהדורך מה אנו » זונטאג מאי 06, 2018 3:00 am

גראמער האט געשריבן:ניו העמפסטעד וואוינען שוין ״אידן״ פאר יארן, עס איז דא עטליכע שוהלן און פיל מיט אידישע גאסן.

ליטאים? חסידים? אמריקאים?

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מאי 06, 2018 9:47 am

ווי אין ניו העמפסטעד איז דא חסידישע שוהל\מקוה'ס?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג מאי 06, 2018 9:55 am

מה אנו האט געשריבן:אינעם קווארטל צווישן יוניאן, עקערסאן, 45, ניו העפסטעד ראוד
אויף א מאפע איז דאס לינקס פון סקווירא,


ס'איז זייער א גרויסע געגנט... ביי די וואונקל פון העמפסטעד און ניו העמפסטעד איז דא צוויי שולן, איינס א ליטווישע שוהל אויף בריידל ראוד, און די אנדערע איז אויף Oakwood, א חסידישע שוהל.
...

מה אנו
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

תגובהדורך מה אנו » זונטאג מאי 06, 2018 10:01 am

עין טובה האט געשריבן:
מה אנו האט געשריבן:אינעם קווארטל צווישן יוניאן, עקערסאן, 45, ניו העפסטעד ראוד
אויף א מאפע איז דאס לינקס פון סקווירא,


ס'איז זייער א גרויסע געגנט... ביי די וואונקל פון העמפסטעד און ניו העמפסטעד איז דא צוויי שולן, איינס א ליטווישע שוהל אויף בריידל ראוד, און די אנדערע איז אויף Oakwood, א חסידישע שוהל.

ווער האט די שול אויף Oakwood?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג מאי 06, 2018 10:07 am

געדענק איך נישט זיין נאמען. די חסידישע קהילה דארט.
...

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מאי 06, 2018 10:34 am

האסט אן אדרעסס? די שוהל האט א מקוה?

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » זונטאג מאי 06, 2018 10:47 am

איך וואלט גע'עצה'ט אז מען קען קימען קהילה צוזאמען אזוי ווי לינדען נ''ז מען קען אנהייבן מיט וואס מען דארף שבת, און וואכן קען מען צו פארן, אין ק''י האט עס גיט געארבעט.
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

המשך: Spring Valley / Nanuet

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג מאי 06, 2018 2:42 pm

*דירות צו קויפן.

 ספרינג וואלי/נעניועט האט א מוראה'דיגע מעלה מיט סארטן דירות.
איעדע געגענט אין מאנסי האט א געוויסע סארט דירה, לדוגמא אינמיטן געגענט איז דא קאנדאו'ס, טשעסנאט ריזש/עירמאונט היי רענטשעס וכו'
דא, איז דא אלעס, ווענדט זיך נאר וועלכע גאס די קוקסט, ס'איז דא גאסן מיט קאנדאו'ס, גאסן מיט סעמי עטשעד, גאסן מיט קליינע הייזער 1,200 סקווער פיס, נאכדעם איז דא היי רענטשעס מיט 1,800- 2,300 סקווער פיס.


די איינציגע חסרון (אדער קען מען עס רופן א מעלה) דאס אז עס קומט נישט ארויף אויף די מארקעט אסאך הייזער פאר סעיל.
די סיבה דערצו איז ווייל א גרויס חלק פון די בעלי בתים פון די הייזער זענען עלטערע געסעטעלטע גוים, בערך אין די 50-60 יארן און זיי פארקויפן נישט אזוי שנעל.

*דירות צו פארדינגען/דירות אין אלגעמיין:


עס איז דא אפאר דיוועלפמענט וואס האלטן אינמיטן.

אויף  Rose Ave. בויעט מען 80 צוויי בעדרום דירות.

אנפאנג Bethune Blvd. נעבן White בויעט מען 25 דירות (די דירות גייען האבן פלאמבינג פאר פסח קאך)

אביסל ווייטער אויף Bethune Blvd. נאך Clinton גיייט קומען 60 דירות.

אויף Memorial Park Dr. קומט אויך דירות.

דאס איז חוץ וואס א שיינע פאר הייזער וואס זענען לעצטנס געבויט געווארן מיט'ן חשבון אז מען זאל עס קענען פארדינגען פאר אידן.

רוב הייזער דארט געהערן שוין פאר אידן.



Screenshot_2018-05-06-03-29-12-1.png
Screenshot_2018-05-06-03-29-12-1.png (460.86 KiB) געזעהן 1633 מאל
Screenshot_2018-05-06-14-59-34-1.png
Screenshot_2018-05-06-14-59-34-1.png (558.66 KiB) געזעהן 1625 מאל

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » זונטאג מאי 06, 2018 5:09 pm

שקויעך פומפדותא! קומסט אריין קלאר!

ווארט מיר אויף די המשך.

אגב אויב קענסטו אויך שרייבן וואס זענען בערך די פרייזן.

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » זונטאג מאי 06, 2018 5:34 pm

פומפדותא האט געשריבן:*דירות צו קויפן.

 ספרינג וואלי/נעניועט האט א מוראה'דיגע מעלה מיט סארטן דירות.
איעדע געגענט אין מאנסי האט א געוויסע סארט דירה, לדוגמא אינמיטן געגענט איז דא קאנדאו'ס, טשעסנאט ריזש/עירמאונט היי רענטשעס וכו'
דא, איז דא אלעס, ווענדט זיך נאר וועלכע גאס די קוקסט, ס'איז דא גאסן מיט קאנדאו'ס, גאסן מיט סעמי עטשעד, גאסן מיט קליינע הייזער 1,200 סקווער פיס, נאכדעם איז דא היי רענטשעס מיט 1,800- 2,300 סקווער פיס.


די איינציגע חסרון (אדער קען מען עס רופן א מעלה) דאס אז עס קומט נישט ארויף אויף די מארקעט אסאך הייזער פאר סעיל.
די סיבה דערצו איז ווייל א גרויס חלק פון די בעלי בתים פון די הייזער זענען עלטערע געסעטעלטע גוים, בערך אין די 50-60 יארן און זיי פארקויפן נישט אזוי שנעל.

*דירות צו פארדינגען/דירות אין אלגעמיין:


עס איז דא אפאר דיוועלפמענט וואס האלטן אינמיטן.

אויף  Rose Ave. בויעט מען 80 צוויי בעדרום דירות.

אנפאנג Bethune Blvd. נעבן White בויעט מען 25 דירות (די דירות גייען האבן פלאמבינג פאר פסח קאך)

אביסל ווייטער אויף Bethune Blvd. נאך Clinton גיייט קומען 60 דירות.

אויף Memorial Park Dr. קומט אויך דירות.

דאס איז חוץ וואס א שיינע פאר הייזער וואס זענען לעצטנס געבויט געווארן מיט'ן חשבון אז מען זאל עס קענען פארדינגען פאר אידן.

רוב הייזער דארט געהערן שוין פאר אידן.



Screenshot_2018-05-06-03-29-12-1.png
Screenshot_2018-05-06-14-59-34-1.png

שכויעח!
האסטו די קאנטעקט ביי וועם מען קען קויפן איינע פון די דירות?
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג מאי 06, 2018 5:45 pm

וואס פאר א סארט הויז זיכסטו? קאנדאו אדער הויז? וואו גרויס בערך?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: crispy און 12 געסט