קרית יואל - דעוועלאפמענטס אין נייע אנעקסירטע שטחים

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

john
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

תגובהדורך john » זונטאג דעצמבער 16, 2018 9:25 pm

lebediger berel האט געשריבן:וואס איז די פרייז ביי די דירות אויף פארעסט קארנער מאונטען? (ר' יחזקאל בראך)

און איינער ווייסט וויפיל יומי ווערצבערגער האט געבעטן? אדער וויפיל חיים נחום ווערצבערגער גייט בעטן? זלמן לייב ווייס, אדער גאר משה מאנרא, לויט מיין אינפא בעטן זיי אלע העכער $250 א ס.פ.

לויט דעים איז די טייערע פרייז פון $245 נאכאלץ די ביליגסטע פרייז אין קרית יואל, און כרעדט שוין נישט פון שכונת ויואל משה וואס איז נאך ביליגער

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » זונטאג דעצמבער 16, 2018 9:46 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:לשון הטור:
כתב הרמ"ה ז"ל ה"מ היכא דאיכא בי דינא דפרשי לכולהו מוכרין לזבוני הכי אבל אי כל חד וחד מזבין בכל מה דיכיל לא מחייב האי לחודיה לזבוני בזול דכי שלמו פיר ידידיה מזבני אחריני ביוקר ואפסודיה לחודיה בידים לא מפסדינן:.

נאך לשון הטור: כל המפקיע השערים שמוכר ביותר מן הראוי רשאין להלקותו ולענשו כפי הראוי לו: בד"א בדברים שיש בהן חיי נפש כגון יינות שמנים וסלתות אבל בשאר עניינים אין פוסקין להן שער אלא ירויחו בהן מה שירצו .

קודם קום מיר נישט האקן כאילו עס איז דא א שער, נאך דעם וועל איך אריינגיין אין א דיסקאשען ווער עס טרייבט באמת ארויף די פרייז.

ר איד! קודם זאג ביטע מיר וואס מיינט אז איינער קויפט אפ פון איינעם א שטח מיטן איינעם ציל צו ארויפציען די פרייז מיט גרויסע פראצענטן וואס מיינט דאס? לאמיר נישט אריינגיין הלכה'דיג לאמיר רעדן צום ערשט מענטשליך קענסט נישט מאכן געניג געלט פון 225 א סקווער פיס? דארפסט גיין אפקויפן צו ארויפשרויפן
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

green sunday
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:22 pm

[quote="john"]"]
און איינער ווייסט וויפיל יומי ווערצבערגער האט געבעטן? אדער וויפיל חיים נחום ווערצבערגער גייט בעטן? זלמן לייב ווייס, אדער גאר משה מאנרא, לויט מיין אינפא בעטן זיי אלע העכער $250 א ס.פ.

לויט דעים איז די טייערע פרייז פון $245 נאכאלץ די ביליגסטע פרייז אין קרית יואל, און כרעדט שוין נישט פון שכונת ויואל משה וואס איז נאך ביליגער[
/quote]

john
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

תגובהדורך john » זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:52 pm

ויציב ונכון האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ויציב ונכון האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:ווי מען האט פריער געשמיסט, בעטן קען מען ווי לאנג מען צאלט
אז מען קויפט נישט קען מען נישט בעטן...
אמאל ווען די איינציגסטע פלאץ צו קויפן איז געווען אין ק"י האט מען געקענט האבן טענות אויפן בילדער פארן ארויפשרויפן די פרייזן בסך הכל ווייל מיר דארפן צוקומען צו אים,טיט ער וואס ער וויל.
אבער היינט ווען עס איז דא שפע פון די דירות ארום ק"י ב"ה אלע סייזעס דירות, אלע פרייזן (אפילו אזוי נידריג ווי אינטער 300K*) אין מיר האבן די ברירה צו קויפן דארט... קען מען אין מיין אפיניען נישט האבן קיין טענות... ווען די האסט א ביליגע גראסערי אין דיין שטאט קענסטו האבן טענות אויפן טייערע ?? ניין עס איז דיין שילד אז די קויפסט דארט!

*געהערט פאריגע וואך פון איינער וואס האט געסיינט קאנטראקט אויף א דירה אין היילענד לעיק איסטעיט פאר 285K אין פלאנט זיך אריינציען תיקף נאכן קלאוזען, ד.מ. אז ער האט עס נישט געקויפט פאר אינוועסטמענט וואס מאנכע קויפן ביליגע שמאטעס, נאר דאס איז א שיינע דירה.

וואס הייסט א מייקר השער אויב נישט דאס? אידן וואלטן געקענט האבן בעסערע דירות פאר גיטע פרייזן און דו גיייסט דאס ארויפשרויפן פאר גארנישט? ווייל ער קען קויפן ערגעץ אנדערשט? פארוואס זיך סתם פאפן ? ווייסטו דען נישט די אמת אז מען וויל ענדערש וויאנען אין קרית יואל ווי איידער אינדרויסן?

איך בין נישט קיין מורה הוראה, אבער איך בין נישט אזוי זיכער אז דאס הייסט א מייקר שער, קודם ס'איז דא נאך פלעצער אין קרית יואל וואו צו קויפן לעת עתה, צווייטנס, ווען יעדער זאל זיך האלטן פעסט נישט צו קויפן דארט, מ'וועט ענדערש מופן אינדרויסן פון שטעטל, וועט ער זיך שיין ברעכן (און אויב וועט ווערן א מאסן אויסוואנדערונג לכבוד די פרייז וועט ער האבן היץ פון נאך ערגעץ אויך וד"ל)

נאכאמאל די זעלבע דירות האט מען געקענט האבן פאר 225 א סקווער פיס ביז ער האט דאס אפגעקויפט מיטן ציל ארויפצשרויפן די פרייז וואס איז פשא פון דעם? דאס איז רעכט א מייקר השער!

פון ווייסטו אז יודי ג״ב האט געפלאנט צו בעטן $225 א ס.פ. ????
יא עס איז זייער געשמאק צו זאגן פאר מען לייגט ארויס די דירות אויף די מארקעט אז מען גייט בעטן ביליג, און ספעשילי נאכן פארקויפן די פראפערטי צו פארציילן די מאסן אז מען האט געפלאנט צו בעטן ביליג, און זיך אהערשטעלן ווי א שיינער איד, למעשה ווייס איך נישט צו ער האט עס בכלל געזאגט, און אפילו אויב יא איז עס ווי פאליטישע הבטחות כל זמן ער האט עס נישט ארויפגעלייגט אויף די מארקעט, איך ברענג דיר פון דירות וואס זענען פאקטיש אויף די מארקעט און די קענסט אריינריפן צו די אפיסעס און קלארשטעלן מיינע רייד אז אלע גייען בעטן 250 ביז 300 און אפילו מער, קעגן די צוויי דעוועלאפמענטס וואס זענען די ביליגסטע דעוועלאפמענטס וואס איז יעצט דא אויף די מארקעט

איך וואלט נאך יא געוואלט הערן אן ערקלערונג (אויב סאיז טאקע אזוי) פארן רעכענען א דירה פון 2200 ס.פ. ווי א דירה פון 2600 ס.פ.

אבער לגבי פרייז פער ס.פ. איז ער זיכער די ביליגסטע

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 12:09 am

רבותי, די דורכגעפאלענע תקנות האט שוין געדארפט אויסלערנען איינמאל פאר אלעמאל, קיינער איז אייך נישט שולדיג גארנישט, און איר זענט נישט נישט שולדיג פאר קיינעם, מצווינגט נישט צו קויפן נישט אויף שכונת ב"ש און נישט ענקלעיוו, סאיז דא היינט א ברייטע מארקעט, די גרעניצן זענען ברייט אפען, קויפט ווי איר קענט עפפארדן און לאטס די בילדערס לעבן.

ווען יעדער זאל וועהן האבן דעם אינדיפענדענט מיינדסעט וואלט קיין בילדער נישט געקענט בעטן ניטאמאל קיין $225, ווי מזעהט טאקע די פאקט, אז די לעצטע 2 יאר איז, אדער די פרייזן געבליבן שטיין אדער געפאלן, און טאקע נאר צוליב די ברייטע געענפענטע גרעניצן, נאר די גלילות ווי מהאט למעשה געקענט קויפן און מופן איז געווען די עיקר גורם, קיין שום אנדערע פאקטאר האט נישט אראפגעטריבן די פרייזן.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2785
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 6:38 am

נעמט נאך אלץ נישט אוועק די פאקט אז דעוועלאפערס קויפן אויס פראפערטיס פאר טאפ דאללער און זענען נאכדעם נעבעך געצווינגען צו בעטן טייער פשוט נישט צו דערלייגן
סאיז אן עוולה אפגעזעהן די סופליי און דימענד
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 8:34 am

אנטשולדיגט אבער מעלי גרה זיין דא די זעלבע זאך האט אויך א שיעור

די דירות אויף עיקערס ביי ברך משה איז נאר פאר מיליאנערן , טאמער קענסטו זיך נישט עפפארדען, האסטו שכונת ויואל משה מיט טויזענט דירות וואס איז באמת עפפארדעבעל לויט די היינטיגע פרייזן ,און שלום על ישראל

און אביסעל טיפער גערעדט איז אז דאס האבן זיי געוואלט, יעדער זאל רעדן ווי טייער עס איז, און מען זאל קויפן ביי שכונת ויואל משה , די טייערע פראזשעקט וועט ער אייביג קענען פארקויפן וועגן עס איז אין הארץ פון שטעטל , נישט יעצט דעמאלס א יאר ארום אדער 2 יאר ארום אדער 3 יאר ארום

איך פארשטיי בכלל נישט די אויסברוך , אז דער זעלבער דעוועלעפער האט ביליגע דירות ערגעץ אנדערש ,און בכלל נאך 10 דעוועלעפערס פארקויפן פארן זעלבע פרייז יעצט,זה איך בכלל נישט פארוואס ער איז א חיה , א חיה זענען די מענטשן וואס גייעו קויפן דארט טייערע דירות ,איך האב נישט קיין ספק אז ער וועט עניוועי פארקויפן א שיין חלק ,למעשה גרובט מען שוין דארט און מענטשן זיכן נאך אלס הארץ פון שטעטל

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 9:10 am

john האט געשריבן:פון ווייסטו אז יודי ג״ב האט געפלאנט צו בעטן $225 א ס.פ. ????
יא עס איז זייער געשמאק צו זאגן פאר מען לייגט ארויס די דירות אויף די מארקעט אז מען גייט בעטן ביליג, און ספעשילי נאכן פארקויפן די פראפערטי צו פארציילן די מאסן אז מען האט געפלאנט צו בעטן ביליג, און זיך אהערשטעלן ווי א שיינער איד, למעשה ווייס איך נישט צו ער האט עס בכלל געזאגט, און אפילו אויב יא איז עס ווי פאליטישע הבטחות כל זמן ער האט עס נישט ארויפגעלייגט אויף די מארקעט, איך ברענג דיר פון דירות וואס זענען פאקטיש אויף די מארקעט און די קענסט אריינריפן צו די אפיסעס און קלארשטעלן מיינע רייד אז אלע גייען בעטן 250 ביז 300 און אפילו מער, קעגן די צוויי דעוועלאפמענטס וואס זענען די ביליגסטע דעוועלאפמענטס וואס איז יעצט דא אויף די מארקעט

איך וואלט נאך יא געוואלט הערן אן ערקלערונג (אויב סאיז טאקע אזוי) פארן רעכענען א דירה פון 2200 ס.פ. ווי א דירה פון 2600 ס.פ.

אבער לגבי פרייז פער ס.פ. איז ער זיכער די ביליגסטע

איך קוק פון א אנדערע בליק, דאס אז עקיבא הערש בעט מער וויפיל יודי וואלט געבעטן איז זייער פארשטענדליך, ער דארף דאך מאכן געלט, דאס איז ביזנעס, איך קען נישט זאגן מיט א זיכערקייט פאר וויפיל יודי וואלט פארקויפט א סקווער פיס ווען ער בויעט, אבער דאס ווייס איך גאנץ ערשט האנטיג אז די סיבה פארוואס יודי האט עס פארקויפט איז געווען וועגן פרעשור ער זאל מאכן ביליג, און דא קומט די שאלה וואו זענען יעצט די בעלי לחץ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 9:25 am

מי יודע האט געשריבן:
john האט געשריבן:פון ווייסטו אז יודי ג״ב האט געפלאנט צו בעטן $225 א ס.פ. ????
יא עס איז זייער געשמאק צו זאגן פאר מען לייגט ארויס די דירות אויף די מארקעט אז מען גייט בעטן ביליג, און ספעשילי נאכן פארקויפן די פראפערטי צו פארציילן די מאסן אז מען האט געפלאנט צו בעטן ביליג, און זיך אהערשטעלן ווי א שיינער איד, למעשה ווייס איך נישט צו ער האט עס בכלל געזאגט, און אפילו אויב יא איז עס ווי פאליטישע הבטחות כל זמן ער האט עס נישט ארויפגעלייגט אויף די מארקעט, איך ברענג דיר פון דירות וואס זענען פאקטיש אויף די מארקעט און די קענסט אריינריפן צו די אפיסעס און קלארשטעלן מיינע רייד אז אלע גייען בעטן 250 ביז 300 און אפילו מער, קעגן די צוויי דעוועלאפמענטס וואס זענען די ביליגסטע דעוועלאפמענטס וואס איז יעצט דא אויף די מארקעט

איך וואלט נאך יא געוואלט הערן אן ערקלערונג (אויב סאיז טאקע אזוי) פארן רעכענען א דירה פון 2200 ס.פ. ווי א דירה פון 2600 ס.פ.

אבער לגבי פרייז פער ס.פ. איז ער זיכער די ביליגסטע

איך קוק פון א אנדערע בליק, דאס אז עקיבא הערש בעט מער וויפיל יודי וואלט געבעטן איז זייער פארשטענדליך, ער דארף דאך מאכן געלט, דאס איז ביזנעס, איך קען נישט זאגן מיט א זיכערקייט פאר וויפיל יודי וואלט פארקויפט א סקווער פיס ווען ער בויעט, אבער דאס ווייס איך גאנץ ערשט האנטיג אז די סיבה פארוואס יודי האט עס פארקויפט איז געווען וועגן פרעשור ער זאל מאכן ביליג, און דא קומט די שאלה וואו זענען יעצט די בעלי לחץ

וועגן די בעלי לחץ וועלן דיר זאגן גיי אין קויף אין שכונת ויואל משה

און עקיבא הערש וועט דיר זאגן קויף נישט, ער האט 240 דירות צו פארקויפן , איך גלייב אז ער פארקויפט 100 שטיק איז ער ארויס א געווינער , און איך גלייב אז פאר ווי וואס ווען וועט ער האבן 100 קונים, אבער די גאנצע זאך פון עס אפקויפן איז געווען אז ער האט מורא געהאט אז עס וועט אינטערהאקן שכונת ויואל משה און קיין צווייטע ביזנעס ברירה האט ער נישט געהאט , און טאקע איז עס אים געלונגען .

סא באמת איז אזוי איינער וואס זיכט א דירה ביליג ,איך מיין פאר די ביליגסטע פרייזן יעצט דא ,איז דא א אפשען פון שכונת ויואל משה אדער צאלן טייער אדער קען מען גיין אין די גלילות פאר שפאט ביליג

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 9:54 am

אפדעיט בנוגע די סקווער פוס:

אן איינגעשטעלטער אין די פירמע איז ענדליך צוריקגעקומען זאגן אז די בוידעם איז נישט אינקלודעט אין די סקווער פוס, און אפילו נישט די פארטש. אויף די מרפסן איגרא'דיגע שאלה וויאזוי קומסטו דאן צו 2600 בעת וואס דער פליישיגער אויג זעהט קלאר נישט מער ווי 2050 אנעם פארטש, איז דער תירץ געווען אז אקוראט אזוי האט דער קאמפיוטער אויסגערעכנט!.. איז דא האלטן מיר.

איך טראכט אפשר ארויפצולייגן שפעטער דא די בלו-פרינט, און אזוי אויך די ענליכע ברך משה 2100 סקווער פוס בלופרינט, וירא הקהל ושפוט.

--------------------------

בנוגע די 245 א סקווער פוס. עס איז אין מיין מיינונג לגמרי נישט העכער ווי די יעצטיגע מארקעט פרייז, נעמענדיגע דערצו אין באטראכט אז עס ווערט געבויט אויף א רחבות'דיגע שטייגער וואס מען זעט היינט זעלטן. בלויז 3 שטאקן, נארמאלע גאסן, שיינע פלענס, בלויז 9 דירות א בנין, און א גוטע בילדער. דעריבער וועלמיר זיך האלטן בלויז צו די סקווער פוס אישו.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 10:44 am

ר' יום טוב האט געשריבן:אפדעיט בנוגע די סקווער פוס:

דאס הייסט געמאכט דאס גענאר פונעם ציבור פשוט זאגן שקר במילתא דעבידא לגליא

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 11:20 am

אט אזוי האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:אפדעיט בנוגע די סקווער פוס:

אן איינגעשטעלטער אין די פירמע איז ענדליך צוריקגעקומען זאגן אז די בוידעם איז נישט אינקלודעט אין די סקווער פוס, און אפילו נישט די פארטש. אויף די מרפסן איגרא'דיגע שאלה וויאזוי קומסטו דאן צו 2600 בעת וואס דער פליישיגער אויג זעהט קלאר נישט מער ווי 2050 אנעם פארטש, איז דער תירץ געווען אז אקוראט אזוי האט דער קאמפיוטער אויסגערעכנט!.. איז דא האלטן מיר.

איך טראכט אפשר ארויפצולייגן שפעטער דא די בלו-פרינט, און אזוי אויך די ענליכע ברך משה 2100 סקווער פוס בלופרינט, וירא הקהל ושפוט.

--------------------------

בנוגע די 245 א סקווער פוס. עס איז אין מיין מיינונג לגמרי נישט העכער ווי די יעצטיגע מארקעט פרייז, נעמענדיגע דערצו אין באטראכט אז עס ווערט געבויט אויף א רחבות'דיגע שטייגער וואס מען זעט היינט זעלטן. בלויז 3 שטאקן, נארמאלע גאסן, שיינע פלענס, בלויז 9 דירות א בנין, און א גוטע בילדער. דעריבער וועלמיר זיך האלטן בלויז צו די סקווער פוס אישו.

דאס הייסט געמאכט דאס גענאר פונעם ציבור פשוט זאגן שקר במילתא דעבידא לגליא

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 11:23 am

איינער האט די נומער פון אפסקעיל דעוועלאפערס?

hyper
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 1:23 pm

תגובהדורך hyper » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 12:20 pm

שמערלער האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:אפדעיט בנוגע די סקווער פוס:

אן איינגעשטעלטער אין די פירמע איז ענדליך צוריקגעקומען זאגן אז די בוידעם איז נישט אינקלודעט אין די סקווער פוס, און אפילו נישט די פארטש. אויף די מרפסן איגרא'דיגע שאלה וויאזוי קומסטו דאן צו 2600 בעת וואס דער פליישיגער אויג זעהט קלאר נישט מער ווי 2050 אנעם פארטש, איז דער תירץ געווען אז אקוראט אזוי האט דער קאמפיוטער אויסגערעכנט!.. איז דא האלטן מיר.

איך טראכט אפשר ארויפצולייגן שפעטער דא די בלו-פרינט, און אזוי אויך די ענליכע ברך משה 2100 סקווער פוס בלופרינט, וירא הקהל ושפוט.

--------------------------

בנוגע די 245 א סקווער פוס. עס איז אין מיין מיינונג לגמרי נישט העכער ווי די יעצטיגע מארקעט פרייז, נעמענדיגע דערצו אין באטראכט אז עס ווערט געבויט אויף א רחבות'דיגע שטייגער וואס מען זעט היינט זעלטן. בלויז 3 שטאקן, נארמאלע גאסן, שיינע פלענס, בלויז 9 דירות א בנין, און א גוטע בילדער. דעריבער וועלמיר זיך האלטן בלויז צו די סקווער פוס אישו.

דאס הייסט געמאכט דאס גענאר פונעם ציבור פשוט זאגן שקר במילתא דעבידא לגליא

הרב יום טוב:
ביסט זייער ראנג, ווייל איך בין געזיצן מיט די דעוועלאפער פאריגע וואך און:

1) ער בעט נאר פאר 2400 סק' פיס (נישט 2600)

2) און דע 2200 קשיא (צו 2050) איז אויך נישט שווער, ווייל דא ביי עיקרס ענקלעיוו מאכן זיי סך גרעסערע פויער'ס און גרעסערע בעדרומס ווי ברך משה דירות, דער עולם האט דעס פארלאנגט,
כאבעס נאכגעטשעקט מיט א ב"מ דירה

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 1:26 pm

hyper האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:הרב יום טוב:
ביסט זייער ראנג, ווייל איך בין געזיצן מיט די דעוועלאפער פאריגע וואך און:

1) ער בעט נאר פאר 2400 סק' פיס (נישט 2600)

2) און דע 2200 קשיא (צו 2050) איז אויך נישט שווער, ווייל דא ביי עיקרס ענקלעיוו מאכן זיי סך גרעסערע פויער'ס און גרעסערע בעדרומס ווי ברך משה דירות, דער עולם האט דעס פארלאנגט,
כאבעס נאכגעטשעקט מיט א ב"מ דירה

אז איר זענט געזיצן מיט זיי, און ווי עס ווייזט אויס זענט איר באהאוונט, לאמיר אויסקלארן מער אינפארמאציע:

1 - וואס איז טאקע די פרייז פאר אט די 2400 סק. פוס דירה?

2 - פארוואס איז דאס א 2400 סקווער פוס דירה, ווען כפי ראות עיני איז דאס 2050 סקווער פוס?

3 - בנוגע ברך משה, איך האב דאס שוין געשריבן אויבן אז ס'איז טאקע א משהו גרעסער. די לאנדרי רום איז גרעסער, אזוי אויך די מיטלסטע בעק רום און די foyer. דאס אלעס איז אבער בערך 30 סקווער פוס, און גיב א קוק, די דיינינג רום איז גאר קלענער... בקיצור ס'איז נישט ממש די זעלבע, ס'איז קלוגער אויסגעשטעלט, אבער ס'איז באזירט אויף די זעלבע סייז פלאטפאמע. איך האב דאס יעצט גענוי אויסגערעכנט, די ברך משה איז 2010 סקווער פוס, און די יעצטיגע איז 2033.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 3:03 pm

נארמאל ווען מען רעכנט סקווער פוס פין א פלאץ, רעכנט מען אריין די ווענט סיי די אינעווייניגסטע און סיי די דרויסענדיגע, כ'האס מורא אז איר האט נישט אזוי געטון, נאר איר האט גערעכנט די 'נעט' סקווער פוס פין יעדע שטוב אינעווייניג. אויב איז דאס אמת, דאן זענט איר דער וואס מאכט א טעות נישט זיי.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 3:32 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:נארמאל ווען מען רעכנט סקווער פוס פין א פלאץ, רעכנט מען אריין די ווענט סיי די אינעווייניגסטע און סיי די דרויסענדיגע, כ'האס מורא אז איר האט נישט אזוי געטון, נאר איר האט גערעכנט די 'נעט' סקווער פוס פין יעדע שטוב אינעווייניג. אויב איז דאס אמת, דאן זענט איר דער וואס מאכט א טעות נישט זיי.

לכתחילה האב איך אויך געהאט אזא געדאנק אז אפשר דא שטעקט עס, אבער די ברך משה בלו-פרינט איז זייער דיטעילד, און עס שטייט דארט גענוי די "אויסערליכע" מאס אנגעצייכנט גענוי מיט ליניעס, און עס שטייט אויך ארויס די טאטאל סקווער פוס ציפער, וואס איז 2168 + 32 די ענטרענס און סטעפס = 2200, אינקולדעט אלע ווענט! (2010 וואס איך האב געשריבן איז נישט אריינגערעכנט די דרויסענדע ווענט, - די ווענט אינעווייניג צווישן איין צימער און צווייטן איז אלץ אינעם חשבון ווי מען זעהט קלאר פון די ברך משה בלו-פרינט) אויף די יעצטיגע בלו פרינט איז די דאזיגע אינפארמאציע מיסטעריעז פארשווינדן.

דאס ברענגט אונז אליינס צו טאן די האום-ווארק און פארגלייכן די יעצטיגע בלו-פרינט צו יענע, און עס האט בס"ה 23 סקווער פוס מער פון ברך משה, וואס שטייט קלאר דערויף 2200 סקווער פוס, אלעס אינקלודעט.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 3:41 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:

ס'וואלט געווען א גרויסע חידוש אז אז א פראפעסיאנאל אין א אינדוסטרי - זאגאר א פירמע זאל זאגן אזא ליגנט במילת דעבידי לגלוי', ניתי ספר וניחזי, אפשר קענט איר אהערשטעלן די בלופרינט?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 3:51 pm

זאל איינער אהער ברענגען א בלו פרינט פון א 2300 סקץ פיס דירה אין ויואל משה
איך קען נישט טרעפן דארט קיין גאנצע צוויי טויזענט סקווער פיס
ווער עס קען טרעפן מער זאל זיך ביטע מעלדן

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 4:05 pm

enclave #301 - נישט געלונגען אזוי קלאר די ציפערן ווי איך האב עס ביי מיר.

download/file.php?mode=view&id=197373
צוגעלייגטע
ENCLAVE 301.JPG
ENCLAVE 301.JPG (60.1 KiB) געזעהן 1585 מאל

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 4:14 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:enclave #301 - נישט געלונגען אזוי קלאר די ציפערן ווי איך האב עס ביי מיר.

download/file.php?mode=view&id=197373

דאס איז א אכט רומיגע דירה? וויפעל קאסט אזאנס ?

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 5:18 pm

עס איז גאנץ מעגליך אז נאר די ברך משה בלופרינט האט אריינגערעכנט די אינערליכע ווענט ביים גיבן די ציפער מאס פון א רום. משא"כ די יעצטיגע נישט. אין אזא פאל, אויב דו רעכנסט צו די פארטש, די ענטרענס עריע, און די טרעפ ארויף צום בוידעם, קען דאס יא גאנץ מעגליך גרייכן צו קרוב 2600 סקווער פוס. אבער אויבנאויף איז פאראן א תמיהא ווען מען פארגלייכט איינס צום צווייטן.

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 6:27 pm

דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען
אויב האט איר א פראגע איבער טרעדינג פרעגט זייער גערן אין אישי

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 6:50 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:enclave #301 - נישט געלונגען אזוי קלאר די ציפערן ווי איך האב עס ביי מיר.

download/file.php?mode=view&id=197373

דאס איז א אכט רומיגע דירה? וויפעל קאסט אזאנס ?

638k
+ 50k for the attic

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 6:54 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:enclave #301 - נישט געלונגען אזוי קלאר די ציפערן ווי איך האב עס ביי מיר.

https://www.ivelt.com/forum/download/fi ... &id=197373

לייג עס אויף דראפבאקס, וועט עס זיין פול סייז.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט