שכונת העלף האללאו, קרית יואל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
שכונת העלף האללאו, קרית יואל
נייע חסידישע געגנט "העלף האללאו"
- אטעטשמענטס
-
- HH.JPG (167.47 KiB) געזען 7392 מאל
הארץ האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:הארץ האט געשריבן:בילדער
איז דאס די געגנט וואו מ'פארט אריין און מ'סירקעלט ארום און ס'איז דא עטליכע גאסן אינמיטן? (דארט וואו מ'לערנט זיך דרייוון?...)
יא יא, נו פון דעם רעד איך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
וואלט נישט שלעכט געווען ווען אידן קענען זיך ווען אריינציען אויך צום קעגנאיבערדיגן הידדען קריק.
הידדען קריק איז א שטארקע מעלה פאר דער וואס זוכט נישט דייקא אן 1-פאמיליע הויז, אבער אויך נישט קיין 9 ביז 36 שכנים אינעם זעלבן בילדונג.

Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אלט מאנרא האט געשריבן:איז שוין דא מינין אויף שבת?
נאך נישט, אבער ס'איז נישט ווייט דערפון. אין די בילד אויבן איז א איד וואס האט זיך פארגאנגע וואך אריינגעצויגן אהין. איך אליין ווייס פון עטליכע אינגעלייט וואס האבן שוין געקויפט דארטן אויף צו וואוינען. איינער ווייס איך מופט שוין אריין נעקסטע וואך.
האב איך גערעדט צו איינע פין די איינוואוינער פריער, זאגט ער מיר אז שבת פאר די פאר וואכן ווילאנג ס'וועט זיין מנין וואקט מען אריין אין שטעטל. ער זאָגט מיר אז ביז משכנות הרועים שול האט געדויערט 15 מינוט צו גיין. דאס איז א געוואלדיגע זאך אז ס'איז אזוי נאנט.
אגב, א עירוב איז שוין דא פאר צווישן די אידישע איינוואוינער זאָלן קענען טראגן צווישן זיך.
אפשר דאך? האט געשריבן:אלט מאנרא האט געשריבן:איז שוין דא מינין אויף שבת?
האב איך גערעדט צו איינע פין די איינוואוינער פריער, זאגט ער מיר אז שבת פאר די פאר וואכן ווילאנג ס'וועט זיין מנין וואקט מען אריין אין שטעטל. ער זאָגט מיר אז ביז משכנות הרועים שול האט געדויערט 15 מינוט צו גיין. דאס איז א געוואלדיגע זאך אז ס'איז אזוי נאנט.
אגב, א עירוב איז שוין דא פאר צווישן די אידישע איינוואוינער זאָלן קענען טראגן צווישן זיך.
- אטעטשמענטס
-
- 25Min.JPG (60.75 KiB) געזען 5963 מאל
- ס'רעגענט ס'גיסט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am
- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3613
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע: צווישן גראז און ביימער
אפשר דאך? האט געשריבן:חלה האט געשריבן:אלט מאנרא האט געשריבן:איז שוין דא מינין אויף שבת?
ניין
די וואך שבת הגדול עפענט זיך ב"ה די ערשטע שול אין די געגנט אינאיינעם מיט א פיינע ווארעמע מקווה פאר שבת צופרי.
מזל טוב קרית יואל! יעצט מיט די נייע שול ומקוה איז נאך א געגנט אין די גלילות ב"ה באשטעטיגט אלס א פאקט!
מזל טוב זאל עס זיין מיט מזל.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
אפשר דאך? האט געשריבן:די וואך שבת הגדול עפענט זיך ב"ה די ערשטע שול אין די געגנט אינאיינעם מיט א פיינע ווארעמע מקווה פאר שבת צופרי.
מזל טוב קרית יואל! יעצט מיט די נייע שול ומקוה איז נאך א געגנט אין די גלילות ב"ה באשטעטיגט אלס א פאקט!
- אטעטשמענטס
-
- Capture.JPG (180.64 KiB) געזען 4798 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
- ס'רעגענט ס'גיסט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am
שטייגען האט געשריבן:איך הער סאיז געווען א שיינע עולם שבת ביים דאווענען
גאר גוט געהערט.
ב"ה געווען א הערליכע שבת אין העלף האללאו.
פרייטיג צונאכטס איז געווען די אפיציעלע מנין פון עלף אידן. געווען א גאר געשמאקע שטימונג זייענדיג די ערשטע שבת'דיגע תפילה אין די שכונה. פאר'ן דאווענען האט מען זיך קודם באקאנט געמאכט מיט די נייע תושבים וואס האבן זיך נארוואס אריינגעצויגן אין זייערע רחבות'דיגע הייזער. נאכ'ן זיך היימיש מאכן האט מען זיך געשטעלט דאוונען מיט א געשמאַק מנחה וקבלת שבת המלכה.
שבת צופרי איז געווען צוגעשטעלט א פיינע מקווה. אין ביהמ"ד איז געווען צוגעשטעלט פיינע ווארעמע קאווע מיט א פול געפאקטע שאנק מיט (ספעציעל ניי געקויפטע) ספרי קודש ווי אויך גליונות פון די וואך.
שבת צופרי האט אפגעווארט די תושבים א ספעציעלע איבערראשונג. ווען א שיינער ציבור געסט זענען ספעציעל געקומען צו שפאצירן צום דאווענען פון אלע עקן קר"י. צווישן די געסט זענען געווען צוקנופטיגע תושבים, וואס האבן געוואלט מיטהאלטן די פתיחת הביהמ"ד ווי זיי גייען דאווענען גאר בקרוב. אין אינאייוועגס זיך באקענען מיט זייערע נייע שכנים. עס זענען אויך געקומען צו גיין עלטערן אין געשוויסטער פון געוויסע תושבים ווי אויך חברים ווילנדיג זיך מיטפרייען מיט די שמחה פון זייערע קינדער/געשוויסטער/חברים. אלעס אינאיינעם האבן דארט געדאוונט קרוב צו דריי מנינים. צו שחרית איז צוגעגאנגען מכבד את השם מגרונו הר"ר אלישע פריינד וואס איז ספעציעל געקומען צו גיין צום דאווענען. מיט זיין קול נעים וערב האט ער אריינגעשלעפט דעם עולם אין העכערע ספערן.
נאכ'ן דאווענען האט מען געדעקט טיש צו א קידושא רבא לכבוד שבת ולכבוד המאורע. ס'געווען צוגעגרייט מכל טוב וטוב בשר ודגים וכל מטעמים. בשעת דער עולם האט געקידוש'ט האט אויפגעטרעטן מיט טרעפליכע ווערטער הר"ר שאול גאַנץ שליט"א (טאטע פון איינער פון די תושבים) ווי ער האט גאר שיין משלב געווען די מאורע מיט די צייט פון יאר ווי מ'שטיי מיר אצינד. ווי אויך האט ער שיין ארויסגעברענגט די געפילן אין גאר שיין אנגעוואונטשן. דערנאך האט מען געזונגען שירות ותשבחות פאר'ן באשעפער על שהחיינו והגיענו לזמן הזה. דער עולם האט זיך געוואונטשן לחיים אין נישט געדזשאלעוועט קיינע ברכות. ס'געווען א גאר שיינע מחזה צו זעהן ווי נאכן דאווענען האב'ן זיך ארויסגעלאזט אזויפיל אידן מיט בגדי שבת. עס האט געמאכט א גאר גוטן רושם אויפ'ן געגנט......
שבת נאכמיטאג איז ווייטער געקומען צו גאסט איינער פון די עלטערן מתושבי השכונה. נאך מנחה האט מען זיך געזעצט צו א פול געדעקטן טיש צו שלש סעודות. קורץ אין שארפע דיבורים זענען געזאגט געווארן פאר ידיד נפש דורכ'ן שבת נאכמיטאג גאסט מוה"ר משה מרדכי פרידמאן ווי ער האט אויך ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די מאורע. די שבת האט זיך געענדיקט מיט קידוש לבנה אויפן גאס. װי נאך טובים מאורות איז זיך דער עולם צוגאנגען אהיים אין א גאר גוטער שטימונג.
ווי עס הייסט יעצט קומען אי"ה נאך אפאר משפחות צו מופן בעפאר שבועות מאכנדיג די געגנט נאך שענער אין די מנין נאך ברייטער בעז"ה
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:שטייגען האט געשריבן:איך הער סאיז געווען א שיינע עולם שבת ביים דאווענען
שבת צופרי געוועזן 22 טליתים
אגב געהערט פון איינער וואס האט אהינשפאצירט פון גרויסן ביהמ''ד די וועג האט גענומען 35 מינוט
יאפס, די מענטשן וואס זענען געקומען צו גיין זענען געווען איבערראשט ווי שנעל די וועג האט זיי גענומען. זייענדיג גאנץ נאנט צום שטעטל
אפשר דאך? האט געשריבן:שטייגען האט געשריבן:איך הער סאיז געווען א שיינע עולם שבת ביים דאווענען
גאר גוט געהערט.
ב"ה געווען א הערליכע שבת אין העלף האללאו.
פרייטיג צונאכטס איז געווען די אפיציעלע מנין פון עלף אידן. געווען א גאר געשמאקע שטימונג זייענדיג די ערשטע שבת'דיגע תפילה אין די שכונה. פאר'ן דאווענען האט מען זיך קודם באקאנט געמאכט מיט די נייע תושבים וואס האבן זיך נארוואס אריינגעצויגן אין זייערע רחבות'דיגע הייזער. נאכ'ן זיך היימיש מאכן האט מען זיך געשטעלט דאוונען מיט א געשמאַק מנחה וקבלת שבת המלכה.
שבת צופרי איז געווען צוגעשטעלט א פיינע מקווה. אין ביהמ"ד איז געווען צוגעשטעלט פיינע ווארעמע קאווע מיט א פול געפאקטע שאנק מיט (ספעציעל ניי געקויפטע) ספרי קודש ווי אויך גליונות פון די וואך.
שבת צופרי האט אפגעווארט די תושבים א ספעציעלע איבערראשונג. ווען א שיינער ציבור געסט זענען ספעציעל געקומען צו שפאצירן צום דאווענען פון אלע עקן קר"י. צווישן די געסט זענען געווען צוקנופטיגע תושבים, וואס האבן געוואלט מיטהאלטן די פתיחת הביהמ"ד ווי זיי גייען דאווענען גאר בקרוב. אין אינאייוועגס זיך באקענען מיט זייערע נייע שכנים. עס זענען אויך געקומען צו גיין עלטערן אין געשוויסטער פון געוויסע תושבים ווי אויך חברים ווילנדיג זיך מיטפרייען מיט די שמחה פון זייערע קינדער/געשוויסטער/חברים. אלעס אינאיינעם האבן דארט געדאוונט קרוב צו דריי מנינים. צו שחרית איז צוגעגאנגען מכבד את השם מגרונו הר"ר אלישע פריינד וואס איז ספעציעל געקומען צו גיין צום דאווענען. מיט זיין קול נעים וערב האט ער אריינגעשלעפט דעם עולם אין העכערע ספערן.
נאכ'ן דאווענען האט מען געדעקט טיש צו א קידושא רבא לכבוד שבת ולכבוד המאורע. ס'געווען צוגעגרייט מכל טוב וטוב בשר ודגים וכל מטעמים. בשעת דער עולם האט געקידוש'ט האט אויפגעטרעטן מיט טרעפליכע ווערטער הר"ר שאול גאַנץ שליט"א (טאטע פון איינער פון די תושבים) ווי ער האט גאר שיין משלב געווען די מאורע מיט די צייט פון יאר ווי מ'שטיי מיר אצינד. ווי אויך האט ער שיין ארויסגעברענגט די געפילן אין גאר שיין אנגעוואונטשן. דערנאך האט מען געזונגען שירות ותשבחות פאר'ן באשעפער על שהחיינו והגיענו לזמן הזה. דער עולם האט זיך געוואונטשן לחיים אין נישט געדזשאלעוועט קיינע ברכות. ס'געווען א גאר שיינע מחזה צו זעהן ווי נאכן דאווענען האב'ן זיך ארויסגעלאזט אזויפיל אידן מיט בגדי שבת. עס האט געמאכט א גאר גוטן רושם אויפ'ן געגנט......
שבת נאכמיטאג איז ווייטער געקומען צו גאסט איינער פון די עלטערן מתושבי השכונה. נאך מנחה האט מען זיך געזעצט צו א פול געדעקטן טיש צו שלש סעודות. קורץ אין שארפע דיבורים זענען געזאגט געווארן פאר ידיד נפש דורכ'ן שבת נאכמיטאג גאסט מוה"ר משה מרדכי פרידמאן ווי ער האט אויך ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די מאורע. די שבת האט זיך געענדיקט מיט קידוש לבנה אויפן גאס. װי נאך טובים מאורות איז זיך דער עולם צוגאנגען אהיים אין א גאר גוטער שטימונג.
ווי עס הייסט יעצט קומען אי"ה נאך אפאר משפחות צו מופן בעפאר שבועות מאכנדיג די געגנט נאך שענער אין די מנין נאך ברייטער בעז"ה
שכח פארן באריכט סאיז דערפרייענד צו הערן ווי דער עולם קומט צום שכל
אבער ליידער וואלט עס שוין געקענט זיין פיל מער באוויוונט מיט היימישע יודן ווען נישט די בראקערס שרויפען ארויף די פרייזען דארט פי כמה וויפל סווערט