מארטגעזש pre approval
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
מארטגעזש pre approval
קען איינער אין קורצן מסביר זיין וואס איז די פראצעדור פון א pre approval פאר א מארטגעזש?
אין מארטגעדזש טערמין, פרי-אפראוועל מיינט אז דער באנק אפראווד א מארטגעדזש אפילו ווען דער קליענט האט נאך נישט געפונען קיין הויז. דהיינו, א מענטש האט אין פלאן צו קויפן א הויז, און ער וויל וויסן אויב ער קען ווערן אפראווד פאר א מארטגעדזש. ער שפאצירט אריין אין באנק און זאגט (למשל) "איך וויל קויפן א הויז פאר 500K, און איך וויל אראפלייגן 100K + קלאוזינג קאסטן." דער Underwriter וועט איבערקוקען די קרעדיט, אינקאם, און נכסים, און וועט דערלאנגען אן פרי-אפראוועל (כעין 'קאמיטמענט') באזירט אויף די אנגעגעבענע דעטאלן. דערנאך וועט דער מאן דהו נעמען דעם פרי-אפראוועל און בעטן די מוכרים און אגענטן פאר דין קדימה. "איך אפפער דיר נישט וואס יענער איז וויליג צו געבן. אבער קוק, איך בין שוין אפראווד. איך סיין קאנטראקט און איך קלאוז אין א פאר וואכן."
א שיינע טעאריע. איך מיין אבער אז אין רעאליטעט וועלן רוב בענק זיך נישט פארענען צו אנדעררייטן און אפראוון א מארטגעדזש אן א פיזישע פראפערטי און אן אפרעיזעל.

א פרי אפראוועל איז עפעס וואס א גראדע מעכיל מוכר אדער בראקער וועט בעטן,
עס דארף זיי ווייזן אז די קענסט קויפן די הויז אין נישט די מאכסט פלען משוגע,
גיי צו עני היימישע נארמאלע מארגעדש בראקער מענטשלעך איז אז עס זאל זיין דער וועם די פלאנסט צו ניצען אין פאל די גייסט קויפן אין ער וועט דיר עס געבן

לעצט פארראכטן דורך פרידן אום מאנטאג יולי 10, 2017 11:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 335
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:28 pm
די באנק אדער מארטגידזש בראוקער וואס מאכט א פרי אפפראוועל בעהט נישט קיין פראוו פון סיי וואס. זיי נעמען דיין אינפארמאציע און אויף דעם איז עס געבעיסד.
כדי צו באקומען א קאמיטמענט פון די באנק דארפסטו אויפווייזן אלע דאקומענטן און קרעדיט ריפארטס און וואס נישט.
א פרי אפפראוועל קאסט נישט קיין געלט, טשעקט נישט די קרעדיט, נעמט אפאר מינוט צו מאכן, און רוב ריעל עסטעיט אגענטן וועלן נישט ווילן בטל'ן צייט מיט דיר אן קיין פרי אפפראוועל.

אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
זאכליך האט געשריבן:די באנק אדער מארטגידזש בראוקער וואס מאכט א פרי אפפראוועל בעהט נישט קיין פראוו פון סיי וואס. זיי נעמען דיין אינפארמאציע און אויף דעם איז עס געבעיסד.
כדי צו באקומען א קאמיטמענט פון די באנק דארפסטו אויפווייזן אלע דאקומענטן און קרעדיט ריפארטס און וואס נישט.
א פרי אפפראוועל קאסט נישט קיין געלט, טשעקט נישט די קרעדיט, נעמט אפאר מינוט צו מאכן, און רוב ריעל עסטעיט אגענטן וועלן נישט ווילן בטל'ן צייט מיט דיר אן קיין פרי אפפראוועל.
געוויסע (היימישע) מארטגידזש בראוקערס וועלן יא טשעקין די קרעדיט פארן ארויסגעבן א פרי אפפראוועל.
-
- שר מאה
- תגובות: 134
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm
איך האב באקומען אן אימעיל פון קעפיטאל 1 אז איך קען מאכען א פרי עפראוועל עס האט געדויערט 3 מינוט אין זייי האבן געהאט אויפן סקרין אויף וויפיל געלט איך בין פרי עפראווד עס אינטערסאנט זיי בעטן נישט קיין שום פראאף אויף אינקאם. ווי אזוי קענען זיי געבן אן אפשאצונג ווען עס וועט קומען צום מארגעדזש וועט מען נישט האבן קיין פראאף אויף אינקאם ?
אויך גלייבן זיי דיר וויפיל דו שרייבסט אז דו האסט פאר דאון פעימיענט אין זיי שרייבן קלאר אז ווי מער דאון פעימענט דו האסט אלץ א גרעסער לאון ווערסטו עפראאווד
פארשטיי איך נישט ווי אזוי א מוכר קען זיך פארלאזען דערויף

באלאנגט נישט דא אבער אז מען רעדט פון pre mortgage איז שוין כדאי עס אהערצוברענגן,
איך האב געליינט די וואך אין די ארטיקל וואס ״עקסיט ריעלטי״ האט אריינגעלייגט אין די אויסגאבעס אז ס׳גאנץ מעגליך ס׳וועט ארויסקומען דאון פעימענט סעווינגס אקאונט וואס וועט האבן די מעגליכקייט צו סעיווען $10,000 פאר א פארפאלק א יאר, און דאס וועט זיין טעקס דידאקטעבול, אויב די געזעץ גייט דורך וועט דאס זיין א מורא׳דיגע הילף.
זאלן די וואס פארשטייען צו טעקסעס/ ריעל עסטעיט/ געזעץ וכדומה, פארשטיין געבן וואס גענוי די געזעץ איז...

עס זעהט אויס וואו דער עולם דא כאפט בכלל נישט וואס א פרי-אפראוועל איז, און פארוואס מען דארף עס.
לאמיר אנהייבן.
וואס איז א פרי-אפראוועל? א פרי-אפראוועל איז א צעטיל פון א פראפעשינעל, אדער פינאנציעלע אינסטעטוציע און די פיעלד פון מארגעזשעס/לאונס וואס האט אדארך געטוהן אייער פינאנציעלער מצב און באשטעטיגט אז ווארשיינדליך גייט איר ווערן אפראווד פאר א לאון. און וואו באלד ער איז א פראפעשינעל איז ער באגלייבט פאר צוויי סיבות 1) ווייל ער ווייסט וואס ער טוט. 2) ווייל ער וויל נישט פארלירן זיין נאמנות (טראסט בלע"ז) וועט ער זיך היטן וואס ער שרייבט.
ווער דארף א פרי-אפראוועל? ווער עס וויל קויפן א הויז דארף א פרי-אפראוועל.
פארוואס טאקע דארף מען דאס? ווייל די ריעל עסטעיט בראוקער פארלאנגט עס, און פאר זייער א פשוט'ע סיבה, ווייל זיי ווילן נישט זיך אפמוטשענען מיט א קאסטומער צו טרעפן א פאסיגע הויז לויט זיין באגער און דערנאך אויסהאמערען די פרייז, קאנטראקט, דאון פעימענט, און נאך די גאנצע אפמוטשעניש אויסגעפונען אז ער קען ניטאמאל באקומען א מארגעזש, צו ווייל זיין אינקאם שטימט נישט אדער ווייל זיין קרעדיט סקאר איז צו נידריג, נישט קיין חילוק. די באדעם ליין איז אז זיי האבן געארבעט אומזיסט, נאכגעקומען יענעמס קאפאריזן און א גרינעם טאלער נישט פארדינט.
יעצט שרייבן געוויסע אויף די אשכול אז מען האט זיי נישט געבעטן קיין פראף פון די אינקאם, להווי ידוע די באנק דארף נישט קיין פראף ער האט אייך קיינמאל גאראנטירט א מארטגעזש, ער האט סכה"כ געשריבן אז געבויט אויף זיין שאצונג וועט איר ווארשיינדליך באקומען א הלוואה, און אז דו האסט איהם אויסגעשפילט ביזטו אליין חוזק ווייל צום סוף וועסטו נישט באקומען קיין מארטגעזש ממילא וואס איז די פוינט פון זאגן ליגנט

כדי דאס צו פארשטייו דארף מען מאכן א קורצע הקדמה.
שטעלט זיך א פראגע, האבן די בענק אזוי פיל געלט צו געבן הלוואות פאר איעדן וואס בעט?
די בענק האבן דאך נאר געלט וואס מען האט אוועק געלייגט ביי זיי, איז דאס דען גענוג צו טיילן מארגעזש'עס פאר רעכטס און לינקס?
נאך מער, האט איר אמאל געהערט אז א באנק האט אויסגענוצט אלע זייערע קעש? און די קומענדיגע וואך/חודש געבן זיי נישט קיין הלוואות?
די תירוץ אויף דעם איז fannie mae און freddie mac, דאס זענען צוויי בענק וואס די רעגירונג האט געגרינדעט, צו קויפן די שטרי חובות וואס די בענק האבן ארויסגעגעבן, מיטן ציל אז די בענק זאלן האבן פרישע קעש פאר נייע מארגעזשעס. נאך וואס א באנק געט ארויס א מארגעזדש, פארקויפן זיי די לאון פאר איינע פון די צוויי בענק.
די פראבלעם יעצט איז אז די צוויי בענק קויפן נאר לאונס ביז א געוויסע סכום פער לאון, העכער דעם סכום רופן זיי א jumbo loan און זיי ווילן עס נישט קויפן.
און אז די באנק וואס געט די מארגעזש ווייסט אז די צוויי גייען נישט קויפן די חוב, וועט ער זיך דארפן מוטשענען צו פארקויפען די לאון דעריבער בעטן זיי א העכערע פראצענט.

פומפדותא האט געשריבן:כדי דאס צו פארשטייו דארף מען מאכן א קורצע הקדמה.

א גרויסן דאנק!
די קומסט אריין משוגע קלאר.
ווייסטו אפשר די חילוק למעשה, וויפיל פראצענט מער מען צאלט ביי א jumbo loan?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך
איך בין פרייליך ווייל איך זינג
איך בין פרייליך ווייל איך זינג
עס איז נישט דא קיין באשטימטע מארדזשין וויפול די ראטע פון א דזשאמבא איז העכער פון א 'קאנפארמינג'. די חילוק ווענדט זיך אין די קרעדיט סקאור, וויפול מען לייגט אראפ, ווי אויך און די טיפ פונעם הויז (צום ביישפיל אן 1-פאמיליע הויז קען זיין נידריגער ווי א קאנדא אדער א 4-פאמיליע הויז).
אגב, ביים גרויסן קראך אין 2008, ווען פילע גרויסע בענק זענען געגאנגען באסט און די אינוועסטערס האבן געציטערט אין די הויזן, איז די גאווערמענט (אינטער בוש און טרעזשורי סעקרעטאר פאולסאן) אריינגעשפרינגען און איבערגענומען פעני און פרעדי. דער שריט האט אויך אראפגעברענט ראטעס איבערנאכט; ווייל אז די גאווערמענט גאראנטירט די מארטגעדזשעס, זענען זיי מער סעקיורט און די אינוועסטערס זענען צופרידן מיט א קלענערע ריטורן.
אין יענע תקופה, האט די דזשאמבא מארקעט כמעט ווי אויסגעטריקנט, און מ'האט געציטערט אז אן געלט אין דעם מארטגעדזש סיסטעם וועט די אזוי אויך וואקעלדיגע עקענאמיע גענצליך צופאלן. האבן זיי דאן געטוישט די רעגולאציס אז פעני און פרעדי זאלן אויך מעגן קויפן דזשאמבאו מארטגעדזשעס אין געוויסע טייערע מעטראפאליטען מארקעטס. דער שריט, וואס האט געברויכט צו זיין צייטווייליג ביז די האוזינג און מארטגעדזש מארקעטס בארוהיגן זיך, איז שוין געבליבן פערמאנאנט, און ביזן היינטיגן טאג טיען פעני און פרעדי קויפן דזשאמבא מארטגעדזשעס.

נישט ממש אז fannie און freddie האבן אנגעהויבן קויפן jumbo מארגעזשעס, נאר מען האט געהעכערט די סכום פון די מארגעזשעס וואס זיי קויפן, זיי קויפן נאך אלס נישט קיין מאגעזש פון א מיליאן דאלער.
ביזן קראך האבן זיי געקויפט מאגעזשעס ביז בערך די ווערט פון 400,000 ביים קראך האט מען געטוישט אז געגענטער וואס די עווריזש הויז פארקויפט זיך פאר מער געלט (למשל ניו יארק) קויפן זיי מארגעזשעס ביז אין די געגענט פון 600,000

- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל
ווישוואש האט געשריבן:זאכליך האט געשריבן:אויב טוהן זיי עס קומט זיך זיי פעטש!
פארוואס? טשעיס טוט עס אויך. הגם כ'קען פארשטיין די לאגיק פון נאר מאכן א סאפט פול.
מאכנדיג א פרי-אפראוועל פאר א קליענט, שיקט ער מיר דעם לינק אז כ'זאל נישט טשעקן די קרעדיט...כ'זע קיינער האט נישט געהעריג געענטפערט, וועל איך פראבירן מסביר זיין בקיצור.
ראשית כל, עס איז דא מענטשן וואס געבן פרי אפראוועלס אין די וועלט אריין - כלומר'שט צו העלפן דעם מענטש באקומען א קאנטראקט, דער אמת איז אבער אז די ריעל עסטעיט אגענטן ווייסן שוין אז יענעמס אפראוועלס איז גארנישט ווערט און זיי קאנסידערן עס נישט, אמאל זאגן זיי עס, און אמאל בשתיקה... ביי אונזער קאמפאני ווי ביי אלע רעספעקטירטע קאמפאניעס -ווייסט יעדער אין די ריעל עסטעיט מארקעט- אז אויב איז דא א פרי-אפראוועל, איז דער מענטש בע"ה אפראווד צו קענען באקומען א מארדגעדזש, ווייל מען טוט "געהעריג" אדורכקוקן דעם קרעדיט רעפארט, די אינקאם/אינקאמס, די געלט/עסעטס, און די פלענער וויאזוי מען וועט קויפן די הויז וכו' וכו' און מען מאכט זיכער אז דער מענטש וועט טאקע קענען, און דאן גיבט מען דעם אפראוועל.
דערנאך, מענטשן מאכן א גרויסע עסק פון א קרעדיט אינקווערי. שני תשובות בדבר, ראשית, די קרעדיט רעפארט וואס מען נעמט יעצט איז גילטיג פאר 4 חדשים. אויב וועט מען קלאוזן ביז דעמאלט, וועט מען ניצן דעם דאזיגן ריפארט פאר די מארטגעדזש און נישט שלעפן נאכאמאל. שנית, אויב עס וועט געדויערן לענגער ביז מען טרעפט די הויז וואס מען גלייכט, איז ממנ"פ, איז די קרעדיט גוט, וועט די איין אינקורי נישט אויסמאכן אויפן סקאור, אויב נישט, איז דאך הערשט וויכטיג צו דורכאקערן דעם רעפארט ווי פריער, און זען וואס מען קען טון עס צופארבעסרען.
עס איז שייך צו מאכן א סאפט אינקווערי, אבער איז געווענליך א שאד זיך צו שפילן דערמיט כנ"ל, און די קאמפאניעס וואס געבן זיך אפ מיט די סאפט פולס, איז ווייט נישט אזוי פארגעשריטן מיט די אלע הילף אפציעס וואס די געהעריגע קאמפאניעס האבן.