Kosher Travel האט געשריבן:מען דארף שוין איינמאהל פאר אלעמאהל ארויסהאקן די משוגעת און עבודה זרה פון "א יישוב מיט 200 משפחות". אינדערהיים האט מען געלבעט אין שטעטעלעך. נאר וואס דען? מען האט גאדארפט א שטעטעל אין א גיטע גלילות. למשל, גלילות דעברעצין. איעדע שטעטל האט געהאט א ביהמ"ד, רב (מורה הוראה), מקוה טהרה, און א שוחט. צימאהל, א שענערע שטעטעל, אויך א חזן און מוהל. אסאך שטעטליך איז געוועהן די רב אויך חזן, מוהל, און צומאהל גאר אויך דער שוחט.
איין זאך האסטו פארגעסן, דער שוחט איז צומאל אויך געווען דער מלמד, געלערנט מיט די קינדער אין ווייבער שול, אדער אין איינע פון די פאלישן, די קינדער האבן זיך מיטגעברענגט עפעס צו עסן פאר פרישטאג און מיטאג.
צום דאווענען שחרית איז געווען נאר איין מנין, ותיקין אדער זיבענע, א רעסטאראנט איז אויך נישט געווען, א פיצא געשעפט, קליידונג געשעפטן, דריי גודס, הוט סטאר, וכו'.
די מיידלעך זענען אינגאנצן נישט געווען אין סקולס, זיי זענען אפגעזעצן אינדערהיים פון צופרי ביז ביינאכט, העלפנדיג די מאמע מיט די שווערע ארבעט.
צו האבן פלייש איז מען געגאנגען מיט א הינדל צום שוחט, וכו' וכו'.
אבער דו און אלע אונזערע גלייכן, ווילן עס זאל זיין א 'תלמוד תורה', א 'מיידל סקול', א ישיבה, געשעפטן פון אלע מינים, א שוהל מיט מער ווי איין מנין, דעריבער איז טאקע יא דא א מינימום, ווייל אן א מינימום וועלן נישט ערמעגליכט ווערן צו צושטעלן אלע דערמאנטע באקוועמליכקייטן.