חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובה דורך El Rushbo »

וויאזוי איז טעקס דארט?
ראשון לציון
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:24 am

תגובה דורך ראשון לציון »

שעמעדיגער האט געשריבן:געהערט אז ער גייט נישט געבן קיין עליה וכן צירוף למנין למי שעשה פליפ או שקנה מפליפער

און נישט קענען ניצען די שול און נישט באס סערוויס אדער אנדערע קהלי'שע געברויכען
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

איז דא עפעס פארשריט?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובה דורך אוהב ספרים »

יא הושענא רבה האבי ןזיך ארויסגעצויגן 15 משפחות
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובה דורך Haklal »

אוהב ספרים האט געשריבן:יא הושענא רבה האבי ןזיך ארויסגעצויגן 15 משפחות


פין?
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובה דורך העניך »

Haklal האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:יא הושענא רבה האבי ןזיך ארויסגעצויגן 15 משפחות


פין?

נא לאמיר הערן נעמען בילדער
זייער אינטרעסאנט הושנה רבה אביסעל פאני
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובה דורך אוהב ספרים »

Haklal האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:יא הושענא רבה האבי ןזיך ארויסגעצויגן 15 משפחות


פין?



עולם הדמיון
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

אפשר געמיינט צו זאגן זיך ארויסגעצויגן פונעם פלאן אהינצוגיין :grin:
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובה דורך חוקר »

אינטערסאנט ווי עס איז נישטא קיין איינער דא מיט קיין קראנטע איפארמאציע דא
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

Haklal האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:יא הושענא רבה האבי ןזיך ארויסגעצויגן 15 משפחות


פין?

די סוכה...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

געווען א זויערע וויץ. מאכט נישט קיין עסק.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
קאטשעניו
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:55 pm

תגובה דורך קאטשעניו »

איך האב זיך גענומען די מיה און געמאכט אייגענע ריסוירטש ארום דעם נייעם ישוב אין לינדען און דא איז וואס איך האב דערווייל אויסגעפונען.

לעת עתה זענען פארהאן 22 מענטשן וועלכע האבן שוין, אדער געקלאוזט אדער געסיינט קאנטראקט אויף הייזער. דער ערשטער איינוואוינער ציעט זיך ארויס בעז"ה נאוועמבער דעם ערשטן און די אנדערע אין די נאכפאלגענדע וואכן.

דער קאסאנ'יער רבי האט אויך שוין א צייטווייליגע דירה אין דעם ישוב, און ווי נאר די משפחות ציען זיך ארויס וועט ער זיך אויס בעז"ה האלבוועגסט ארויסציען. דאס הייסט אז ער וועט צוטיילן זיין צייט צווישן בארא פארק און לינדען, און וועט מיט די צייט זיך גענצליך אריבערציען קיין לינדען.

די 22 פאמיליעס וואס זענען שוין אויפן וועג באשטייען פון 19 פאמיליעס חסידי קאסאן און נאך דריי פרעמדע מענטשן וועלכע האבן גארנישט מיט קאסאן, נאר זיי זוכן ווי צו גיין אין א נוטראלע, רואיגע אטמאספערע.

ווי איך זעה עס, סאטמאר'ער חסידים קענען גיין צו דזשערזי סיטי, בלומינג גראוו, בלומינגבורג אדער לעיקוואוד. אבער איינער וואס האט גארנישט מיט סאטמאר, האט פשוט נישט ווי צו גיין. קאסאן איז א שטילע רואיגע חסידות און סיי ווער קען זיך גוט געפונען דארט, ממילא, פאר א בארא פארק'ער אינגערמאן, וואס זוכט ווי צו קויפן א הויז פאר ביליג, איז עס גאר א גוטער מקום, און דערפאר טאקע האבן דריי פרעמדע שוין געקויפט דארט.

איין אינטערעסאנטער קרישקעלע וואס איך האב געהערט איז, אז איינער פון דזשערזי סיטי ציעט זיך אריבער אהין.

ע"כ וואס איך האב אויסגעפונען דערווייל קראנטע אינפארמאציע.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובה דורך ווערעצקי »

וגם אני שמעתי, פון א וויליאמסבורגער סאטמארער יונגערמאן, וועלכער האט גארנישט מיט קאסאן, און טראכט גאר ערענסט אהינצומופן. מחמת כמה סיבות, ציהט עס איהם מער ווי זשערסי סיטי והמסתעף, ממילא קוקט אויס אז דאס איז א שטעטל פאר יעדעם בעז"ה.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

עס וועט זיין תלוי אין די ערשטע פאר איינוואוינער וואס די רוח וועט זיין.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובה דורך נודה לך »

יישר כח פאר די אפדעיטס
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובה דורך חוקר »

די שאלה ווען וועט זיך עפענען א צווייטע בית המדרש (דאס וועט ציען א נוטראלע ציבור)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובה דורך מתון מתון »

נישט שיין גלייך צו רעדן פון א צווייטן ביהמ"ד. עס וועט זיין מיט די צייט בעזהי"ת. אבער דא ארבעט זיך א איד אן שוין צוויי יאר מיט בלוט און שווייס און הוצאות גדולות און דערווייל האלט מען נאך ווייט פון פירות. און דא קומען זיך אן אידן וואס הערן דערפון דאס ערשטע מאל און גלייך רעדט מען שוין נאר וויאזוי עם אינדערזייט צו לייגן.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובה דורך חוקר »

מתון מתון האט געשריבן:נישט שיין גלייך צו רעדן פון א צווייטן ביהמ"ד. עס וועט זיין מיט די צייט בעזהי"ת. אבער דא ארבעט זיך א איד אן שוין צוויי יאר מיט בלוט און שווייס און הוצאות גדולות און דערווייל האלט מען נאך ווייט פון פירות. און דא קומען זיך אן אידן וואס הערן דערפון דאס ערשטע מאל און גלייך רעדט מען שוין נאר וויאזוי עם אינדערזייט צו לייגן.


חס ושלום קיינער (אדער עכ"פ מיר) ווילן נישט צוגרינד לייגן די פלאן
אבער אזוי ווי עס רעד זיך פון א אדמו"ר וואס געט אסאך צו צו א ישוב, אבער עס קען צוקומען א חסרון און מען דארף אויסשמיסן אז עס זאל נישט זיין קיין חסרון נאר א מעלה (איך האב נאך זאכן וואס מען דארף אינאכט נעמען אבער איך האב אנגעהויבן מיט דעם)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובה דורך מתון מתון »

כפארשטיי אז דו ווילסט נישט צוגרינד לייגן. כ'רעד פון דעם שלך שלי מענטאליטי. דו ארבעט און איך וועל קומען צום גרייטן מאכן א נייטראלע ביהמ"ד, לטובת הענין פארשטייציך.
איך בין נישט קיין קאסאניער חסיד, אבער אויב גיי איך אהין וועל איך עם שטיצן און דאווענען ביי עם פשוט אלץ הכרת הטוב. עווענטועל ווען עס וועט זיין יותר מכדי חלוקה און נאך מענטשן וועלן עפענען, אדרבא.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובה דורך חוקר »

איך פערזענלך וואלט אויך אהין געגאנגן דאוונען אבער צו פאשטיין אז ווען מען וויל עס זאל זיין א נוטראלע מקום און ציען אן אלגעמיינע ציבור מוז עס זיין צוגעשטעלט און אז מען וועט הערן אז עס וועט זיך עפענען א נוטראלע בית המדרש איז עס פונקט אזוי גוט ווי מען גייט עפענן מוסדות הגם עס איז נאכנישט דא אבער אז מען גייט אויף דער ריכטונג איז שוין גענוג
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובה דורך ווערעצקי »

כמדומה לי אז "קאסאן" איז בגדר נייטראל, חוץ פון דאווענען אויף זידיטשויבער נוסח פארלאנגט עס נישט עפעס ספעציעל פון די מתפללים, ממילא האמיר שוין די ערשטע נייטראלע ביהמ"ד.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובה דורך מתון מתון »

אויב די פראגע איז אויף וועלכן ריכטונג עס גייט. איז שוין געווארן אויסגעשמועסט דא אז זיי זענען גרייט און וויליג אז עס זאל זיין מערערע בתי מדרשים און קרייזן. אדרבא, זיי קוקן ארויס אויף א פילפארביגע אידישע שטאט נישט אויף א קאסאניער שטעטל.
וכן שמעתי מבניו החשובים בשמו .
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

ווערעצקי האט געשריבן:כמדומה לי אז "קאסאן" איז בגדר נייטראל, חוץ פון דאווענען אויף זידיטשויבער נוסח פארלאנגט עס נישט עפעס ספעציעל פון די מתפללים, ממילא האמיר שוין די ערשטע נייטראלע ביהמ"ד.


איך בין 100% מסכים. איך קען קאסאן פון דער נאנט, שוין אסאך יארן. און חוץ א חסידי'שע פלאם און זיין ווארעם צו יעדן צוגלייך, האבן זיי גאר ווייניג פאדערונגען...
נישט קיין מוסדות, נישט קיין מחלוקת מיט'ן "אנדערן", נישט קיין לבוש, נישט קיין צווינגען צו גיין אין א געוויסע דירעקשאן. אין קאסאן קענסטו קומען און גיין, און מען וועט דיר גלייכן סייווי!
א גוט חסידיש ווארט וועסטו אלעמאל הערן, און דאווענען און מצוות זאלסטו מיט א ברען!
mi a nagy ügy
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

בין כסא לעשור האבן נאך 4 אידן זיך אנגעשלאסן קיין לינדן, דורך קויפן הייזער

מ'האפט אז ביז חנוכה וועט שוין זיין איבער א מנין תושבי לינדן קבועים

און ביז א חודש שפעטער בערך, א ערך פון צוויי מנינים, און דערווייל וואקסט דער אינטערעסע, נאר ס'דא אסאך וואס ווארטן צו זעהן א מנין אידן דארט, און נאר דערנאך וועלן זיי זיך אנשליסן אין דעם נייעם ישוב, לאמיר האפן אז ס'וועט זיין א ישועה

(געהערט פון איינעם פון סטעטן איילענד, אז זיי האפן צו עפענען א בשתפות'דיגע מוסדות פאר סטעטנאיילענ&לינדן, ימים ידברו)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

תגובה דורך דברים אלו »

וואס איז לינדן בעסער פון זשערסי סיטי
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”