וואוינען אונטער די מאמעס פארטוך קריזיס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ווייס »

כאפצעם האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:
פלייוואד האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:א גאר נאנאטע קרוב מיינע וואס קומט פון ק"י אין האט חתונה געהאט אין ווילי געזאגט די וואך שבת!
ער קען זיך נישט צוגעוואוינען צו די סיטי סטייל...
ער וואלט שוין לאנג געמאפט ווען נישט זיין ווייב...

אז די מענער קענען זיך נישט צוגעוויינען צו נייע וואוינערטער וואס ווילסטו פון די פרויען?

וואס איז די פארגלייך בכלל ?
ווען מען דארף צאלן אין סיטי 22,000 א חודש פאר א לעכעל, איז א וואונדער אז מען קען נישט אויסהאלטן...

דו האסט דען גערעדט פון אויסהאלטן הויכע רענט?! האסט דאך גערעדט וועגן זיך צוגעוואינען צום נייעם שטאט.

קענסט אבסעלוטלי נישט פארלאנגען פון דיין פרוי א זאך וואס דו אליין קענסט נישט!

גראדע איז מיר אינטרעסאנט וואס מען שרייבט דא מיט א פשטות
איך האב שוין געהערט פון עטליכע קר"י אינגעלייט אז זיי זענען זייער צופרידן אין וומ"ס
אין האלטן נישט ביים צוריק מופן
אלא מאי טעם וריח אין להתוכח
ווייל די זעלבע זענען דא אינגעלייט אין קר"י וועס קומען פון וומ"ס וואס זענען מורא'דיג צופרידן
אין ס'איז דא פארקערט
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

חז"ל זאגן חן מקום על יושביו
מ'קען זיך מתוכח זיין ווען מ'ווערט א יושב
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

lebediger berel האט געשריבן:חז"ל זאגן חן מקום על יושביו


אולי טייטשט דאס אין אידיש פארטוך קריזיס ?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

שכל'דיג האט געשריבן:פארוואס זיך פלאגן אין די סיטי ?

ווען מ'קאן האבן א הערליכע דירה אין בלומינגבורג פאר בלויז $304,000,00 !

https://www.dropbox.com/sh/yg03wtuceb84 ... DxNoa?dl=0


Thanks

Good Good
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

זאכליך האט געשריבן:לסיכום.

1. ס'איז דא הונדערטער אידן פון ברוקלין, וואס האבן שוין געטוהן צו די זאך און אוועקגעמופט. הכל מודים אז זיי האבן געטוהן די ריכטיגע שריט.

2. ס'איז דא הונדערטער אידן אין ברוקלין וואס סאם האו קענען זיי באצאלן די רענט, אן אריינגיין אין דיטיעלס וויאזוי. פון זיי רעדט מען נישט יעצט.

3. ס'איז הונדערטער אדער טויזענט אידן אין ברוקלין וואס קענען נישט באצאלן די רענט און זיי פאר'חובות'ן זיך אדער זעצן אן, און זיי ווילן נישט אוועקמופן צוליב קליינע סיבות. הכל מודים אז זיי טוהן נישט ריכטיג.

4. ס'איז דא אידן אין ברוקלין וואס קענען נישט באצאלן די רענט אבער זיי האבן גוטע סיבות נישט אוועקצומופן. זייער פראבלעם איז קאמפליצירט.

די פארטוך קריזיס מיינט מען נומער 3.


מיין קאזין אין ברוקלין קען באצאלן די רענט פון די צוקוועטשטע דירה אויפן פיפטן שטאק,
אבער ער קען זיך נישט ערלויבן צו דינגען אין ברוקלין א נארמאלע דירה / הויז פאר זיינע 12 קינדערלעך ..

איז פשט אז דאס אליין איז א געפערליכע קריזיס, אז ער בלייבט וואוינען אין ברוקלין!
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ווי האלט איך דא האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:חז"ל זאגן חן מקום על יושביו


אולי טייטשט דאס אין אידיש פארטוך קריזיס ?


רוף עס אן וויאזוי דו ווילסט, אסאך זאכן האבן חן ביי מיר און איך קען עס נישט האבן, טראמפס עראפלאן איז מיר גאנץ גוט געפאלן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

lebediger berel האט געשריבן:
ווי האלט איך דא האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:חז"ל זאגן חן מקום על יושביו


אולי טייטשט דאס אין אידיש פארטוך קריזיס ?


רוף עס אן וויאזוי דו ווילסט, אסאך זאכן האבן חן ביי מיר און איך קען עס נישט האבן, טראמפס עראפלאן איז מיר גאנץ גוט געפאלן

אויב עס ווערט שוין אביסל פארענטפערט ע"י חז"ל אז דאס איז חן, וואס האסטו טענות אז א מענטש וויל זיך צוזאם שטופען .....עס האט ביי אים חן
אדער ער שטרענגט זיך אן צו באצאלען ....עס האט ביי אים חן
פארוואס דארף ער גיין וואינען אויף א פלאץ וואס האט ביי אים נישט קיין חן ער וועט זיך מצער זיין יעדן טאג
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

די מצב אין ברוקלין איז נעבעך שרעקליך.

פאלט אים נישט איין צו דינגען א 4/5 Bedroom הויז אין לעיקוואד / ניי לעיקוואד / מאנסי וכדו׳,
און אנהייבן לעבן א נארמאלע לעבן ברוחניות ובגשמיות.
אטעטשמענטס
brookl.jpg
brookl.jpg (39.13 KiB) געזען 3424 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

לסיכום.

1. ס'איז דא הונדערטער אידן פון ברוקלין, וואס האבן שוין געטוהן צו די זאך און אוועקגעמופט. הכל מודים אז זיי האבן געטוהן די ריכטיגע שריט.

3. ס'איז הונדערטער אדער טויזענט אידן אין ברוקלין וואס קענען נישט באצאלן די רענט און זיי פאר'חובות'ן זיך אדער זעצן אן. הכל מודים אז זיי זענען נאריש.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ראספשע האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:ביז דערווייל איז נאך נאך נישטא בכלל א נארמאלע אפציע ווי עס איז מעגליך פאר א אינגערמאן צו מופען....

מאנרא- צו דארפיש.
מאנסי-צו פריי. (בכלל איז מאנרא מאנסי כמעט אזוי טייער ווי ווילי כידוע)
סטעטען איילענד-צו בארא פארקיש.
זשערסי סיטי- נישט אינטער קיין קהלה.
בלומינגבורג-צו ווייט.
לעיקוואד - צו נאענט צו די ליטווישע.
בלומינג גראוו- נישט גענוג נאענט צו שול אינדערוואכן.

וואס איז יא א גוטע אפציע? צאלן אין וויליאמסבורג 4000$ פאר א פיר בעדרום דירה צווישן די איידעלע יאפיס....

און לעבן אויף געשנארטע/געבארגטע/גגנבטע געלט, מיט א שטארקע רוחניותדיגע הנהגה אונטער די מאמעס פארטוך.

מה ל....שכן... יוכיח

ומה ל....שכן... יוכיח

הצד השוה שבהן שכן אינם תחת הסינר של האם...

דער ווער ס'צאלט פון טאש ארויס 4000 פאר א פיר בעדרום דירה אין ווילי, וואוינט שוין לאנג נישט דארט.....
עפ"י רוב איז עס דער אכטער וואס צאלט עס ..... [יא יא, דער זעלבער אכטער וואס האט ארויס געפירט די ערשטע תושבים קיין בלומינגבערג....]
סאו, די קשיא איז נישט אזוי גרויס, און דער וויליאמסבורגער איז נישט אזוי משוגע... [איי דו האלסט עם אלס גנב, דאס האט מען דאך נישט דיך נישט געפרעגט....]
כ'מיין אז דו ווייסט עס אליינס, נאר פאר סאם ריזען ווילסטו עס נישט זאגן,
גרינגער צו שרייען אויף א גאנצע שטאט 'עטץ זענטס משוגעים'....

ראה זה מצאתי אין אן אנדערן אשכול, אז דער מצב איז איום ונורא.
--
האבעך מיך יעצט אנגעהערט פון איינעם איבער די גזירות הרענט והדירות אין וומבס"ג וואס האלט שוין לאאאאנג ביי קריזיס שטאפלען
שוין העכסט צייט צו מאכן א ריזיגע 'כינוס'
וואו טויזנטער פארווייטיגטע פארבלוטיגטע טענענטס וועלן אויסשרייען די וויי געשריי
און די הויך געשעצטע דברנים זאלן אויפקלערן דעם ציבור, עפענען די אויגן פאר די וויליאמסבורגע זיצערס, עד מתי???
ווילאנג נאך וועט עטץ שטאפן די אנגעפרעסענע קעשענעס פון די וויליאמסבורגע לענדלארד'ס?
געוואלד פוצט אפ פון דאנעט!!!!!!!!!!!!
וואו?
מ'וועט מאכן א אסיפת הרבנים....
נו אפשר???
---

פססס..
האסטעס זייער שנעל געכאפט!.
אנשטאט מאכן א כינוס אז אין ארץ ישראל זאלן זיך די בחורים נישט שטעלן
זאל מען מאכן א כינוס אין בארקלעיס [אדער אין די ארמארי..] אויפקלערן פאר די וומבס"ג'ע, זיי זאלן ווי פריער אפפוצן פון דאנעט

[כ'שרייב עס אינטערן רושם וואס כ'האב געהערט אויף איינעם נעבעך וואס האט נישט קיין ברויט אויף הויזן א שטוב מיט פראבלעמען, און מאפט יעצט אין א דירה אין ווילי רחמנא ליצלן, [פארן אכטער שטייצעך..] וואס דער צאלט צאם דארט....]
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

זיין לעצטע שורה איז קיצור'דיגע חזרה אויף ראספשע'ס גאנצע דרשה פון דעם אשכול
נעמליך .... דער אכטער!!
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”