פון א חלום ביז א רעאליטעט - מיין מאווינג פראסעס קיין בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

פון א חלום ביז א רעאליטעט - מיין מאווינג פראסעס קיין בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

[align=center]הקדמה[/align]
שלום עליכם אידן!

דא רעדט צו אייך איינע פון די נייע תושבים אינעם נייעם הערליכן חסידישן ישוב אין בלומינגבורג ניו יארק, דא אין דעם אשכול האף איך בעז"ה צו באשרייבן די גאנצע סדר הדברים פון ווען איך האב בלויז גע'חלומ'ט צו מופן קיין בלומינגבורג (אבער האט נאך אויסגעזעהן ווייט פון א מציאות), ביז ווען איך האב ב"ה זוכה געווען צו קויפן א שיינעם רחבות'דיגן הויז אינעם נייעם טשעסנאט-רידזש געגנט, און זיך פאקטיש אריבערגעצויגן אהין בשעטומ"צ.

אין איינוועגס וועט איר אויך קענען דערפון ארויסנאשן פארשידענע נוצליכע טיפס און עצות, כדי צו פארגרינגערן פאר אנדערע אידן וואס פלאנען זיך ארויסצוציען דארט.

איך האף מיטן אייבערשטענס הילף אנצוהייבן די קומענדיגע וואך מיטן באשרייבן די סדר הדברים, דערווייל עמיר צוריקגיין צום פרישן דירה נאה המרחבת דעתו של אדם און העלפן די בני בית אויספאקן די חפצים.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

יישר כח פאר דיין גוטע ווילן מיטצוטייילן מיט אונז אייער עקספיריענס, כ'האפ איר וועט אונז נישט לאזן ווארטן צו לאנג...
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

יונה האט געשריבן:יישר כח פאר דיין גוטע ווילן מיטצוטייילן מיט אונז אייער עקספיריענס, כ'האפ איר וועט אונז נישט לאזן ווארטן צו לאנג...
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

ממש אין די ריכטיגע צייט, איך וועל באמת אפרישיעיטן דיין ארבעט, איך קוק ארויס דערויף!
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5903
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

עלה והצלח!
מיר ווארטן צו הערן/ליינען דיין באשרייבונג.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

Can't wait
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

משנה מקום משנה מזל
ווען דו מופסט אריין אין דיין נייע גרויסע הייזל
זאל דיר דיין מזל לייכטען אין שיינען
מיט אלעס וואס דו טיסט נאר פלאנען ....
אסאך הצלחה....
WELCOME צו די בלומענבערג משפחה......
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

קיפ איט אפ! ווייל לכאורה גייען אסאך יידען דארפן צוקומען צו עצות און עקספיריענס פון מופן !!! (האפענטליך קיין ארץ ישראל מיט משיח אבער אפי' חלילה נישט איז די שטאט שוין נישט קיין פלאץ פארן עתיד)
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמס »

מיר ווארטן צו הערן, עס וועט זיכער זיין א גרויסע זכות
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

מיר וואלט געווען אינטערסאנט אויב קענסט אראפלייגען וואס די שפיל קאסט דיר יעצט טאטעל און מאנאטליך וויפיל דאס קאסט
זשערסיסיטי עסקן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 11:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשערסיסיטי עסקן »

גם אני מצטרף, ווארט צו הערן.

אז איר האט אוועקגעמופט פון וויליאמסבורג האט איר שוין געמאכט א ריזן גוטן דעסישאן.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

געוואלדיג געוואלדיג חזק ואמץ, דער עולם ווארט מיט דארשט!
זשערסיסיטי עסקן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 11:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשערסיסיטי עסקן »

הערליך האט געשריבן:געוואלדיג געוואלדיג חזק ואמץ, דער עולם ווארט מיט דארשט!


אבי מען זאגט אז יעדער יישוב פראבירט אינטערמינעווען די אנדערע, דא האט איר לעיקוואד און זשערזי סיטי וואונטשען ווארעם פאר א איד וואס מופט קיין בלומינגבורג.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

אויף קול מבשר ביי די אינטערוויוס 3-1 פון די מעין מעניו,

שיינע אינטערוויו מיט איינע פון די ערשטע [13'טע] תושבים, ס'האט זיך מיר פארגלוסט אהינצומופן
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

חושב מחשבות... האט געשריבן:אויף קול מבשר ביי די אינטערוויוס 3-1 פון די מעין מעניו,

שיינע אינטערוויו מיט איינע פון די ערשטע [13'טע] תושבים, ס'האט זיך מיר פארגלוסט אהינצומופן

נו האסט נאך די ברירה !!!
סנאך דא גענוג א גרויסע אויסוואל......
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

סעמס האט געשריבן:מיר ווארטן צו הערן, עס וועט זיכער זיין א גרויסע זכות
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

[align=center]חלק א'[/align]
אייגענטליך האט זיך שוין מיין חלום פון האבן א אייגענעם דאך איבערן קאפ אנגעהויבן פאר א צירקע 12 יאר צוריק, נאך וואוינענדיג אין ניו יארק סיטי אין א קליין לעכל אונטער דער ערד (אינאיינעם מיט מייז און רייטן און מרבה רגלים'דיגע וואטער-באגס וועלכע זענען געווען טעגליכע געסט ביי מיר אין בונקער), איך האב געצאלט פאר יענעם לעכל 700 מאות א חודש (אינקלודעד יוטיליטיס) וואס איז געווען א יקר המציאות אפילו אין יענע צייטן, אבער דאך האב איך נאך נישט געקענט אוועקלייגן געלט, ווייל כולל געלט האב איך נישט באקומען קיין פרוטה אחת, אזוי ווי אסאך כוללים אין יענע צייטן האבן געהאט א מנהג אז פאר שנה ראשונה אינגעלייט צאלט מען נישט, און מיין פרוי'ס פעי טשעק איז דעמאלס באשטאנען פון ארום $447 יעדע צוויי וואכן - ד.מ. ארום 223 א וואך (נאכן אראפרעכענען די פארלאנגטע טעקס מצד דינא דמלכותא דינא), און נאכן אראפגעבן מעשר געלט און צאלן די חודש'ליכע רענט בין איך געבליבן מיט קוים א קארגע הונדערטער (מיט א קליינעם שמיצל אריבער), וואס דאס האט געזאלט קאלעקטן פאר די אנדערע הוצאות דורכאויס די חודש (פאר עסענווארג האב איך כמעט נישט געדארפט צאלן, היות איך בין נאך געווען דאן א שנה ראשונה יונגערמאן, און פרישטאג לאנטש נאכטמאל און סעודות שבת האב איך באקומען פון די עלטערן אדער שוויגער עלטערן), אבער זעלבסטפארשטענדליך אז פון אוועקלייגן געלט איז קיין רעדע נישט געווען, היות די קארגע הונדערטער וואס איז געבליבן איז זייער שנעל צורינען פאר וויכטיגע הוצאות דורכאויס די חודש, ווי צב"ש עפעס לייכטע איבערבייסן, מקוה געלט, אדער אמאל א קאר סערוויס וכדו'.

אבער כאטשיג איך האב נאך נישט געקענט אוועקלייגן אויף א רעגעלמעסיגן אופן, פונדעסטוועגן האב איך שוין יא געהאט אנגעהויבן אוועקצולייגן עפעס געלט, דאס איז די קרוב צו 2 אלפים וואס איז אריינגעקומען אין די חתונה נאכט נישט מער געדאכט, און כאטשיג איך וואלט זיך ממש געקענט מחיה זיין מיט יענע געלט דורכאויס יענע תקופה, איז אבער געשטאנען פאר מיינע אויגן א יסוד גדול: "אז געלט וואס איז אוועקגעלייגט איז כאילו ס'עקזיסטירט נישט... איינמאל ס'גייט אריין אין גמ"ח אדער אונטערן מאדראץ איז עס אוועקגעלייגט, און מ'קען מער נישט טאטשן די געלט ווילאנג ס'וועט קומען די ריכטיגע מינוט און ס'וועט באפרייט ווערן".

נאך עטליכע חדשים האט מיין שוואגער זז"ג מיר מציע געווען אז היות ס'איז דא אין מיין שכינות עפעס א רבי'לע וואס זוכט מנין 3 מאל א טאג, און ער האט צוליב דעם צוועק געעפענט א כולל בוקר וערב ווי ער צאלט $50 א וואך פאר שחרית (+ לערנען א שעה), און $50 א וואך פאר מנחה מעריב (+ לערנען א שעה), האט ער מיר געפרעגט אויב ס'וואלט אפשר געווען אינטערסאנט פאר מיר, און דער שוואגער האט מיר מציע געווען אז ער איז אפילו מסכים צו לערנען מיט מיר בחברותא צופרי און ביינאכט. ווי פארשטענדליך האב איך זיך צוגעכאפט דערצו בשתי ידים, און אזוי ארום האב איך שוין געהאט עפעס א שטיקעלע אינקאם פון ארום 400 א חודש, און איך האב פרובירט מיט אלע מעגליכקייטן צו קענען אוועקלייגן דערפון ווי מער, און איך בין ווייטער געגאנגען מיט דעם כלל גדול מאוד אז איינמאל ס'איז אוועקגעלייגט איז עס אוועקגעלייגט, און אזוי ארום האב איך צוביסלעך צוביסלעך זיך גענומען זאמלען א פרוטה אויף א פרוטה, כאטשיג ס'איז מיר באמת שווער געווען, און ס'איז געווען א שטיקל געוואגטע שריט פון מיר אין יענע שווערע מצבים, אבער איך האב שטענדיג געהאלטן פאר מיינע אויגן אז איך מוז אוועקלייגן געלט ממה נפשך, ווייל אפילו אז איך וועל חלילה נישט אנקומען צו האבן א אייגענע דאך איבערן קאפ, וועל איך אבער איין שיינעם טאג אי"ה דארפן האבן שווערע סכומים ביים חתונה מאכן די קינדער, (פון אריינלייגן געלט אין א פאלעסי האב איך נישט געקלערט, ווייל קיינער האט מיר נישט אויפגעקלערט, און קיין איין לייוו אינשורענס אגענט איז מיר נישט נאכגעלאפן), אזוי האב איך מקיים געווען דעם והיה ראשיתך מצער אין פולן זין פון ווארט.

די שנה ראשונה איז בליץ שנעל פארלאפן און איך בין ב"ה געהאלפן געווארן מיט א בן זכר למז"ט, מיינע עלטערן און שוויגער עלטערן האבן ב"ה געצאלט די הוצאות פון די שלום זכר, קרי"ש ליין פעקלעך, וואכנאכט, ברית, קינפעטארין-היים, און פדיון הבן, אבער איך האב דעמאלס איינגעזעהן זייער קלאר אז פאר מיר איז אוממעגליך ווייטער אנצוהאלטן אזוי, דעריבער האב זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע צו זוכן עפעס א דזשאב, כדי אז די מאמע פונעם ניי געבוירן קינד זאל זיך קענען געהעריג אפגעבן מיט אים, און אויך ווייל ס'איז פשוט נישט שייך געווען צו שיקן צו א בעיביסיטער, ווייל די מאגערע אינקאם האט פשוט נישט ערלויבט אוועקצוגעבן פארן בעיביסיטער א פעטן ביינדל פונעם פעי-טשעק.

איך האב אנגעהויבן טון פארשידענע זאכן פאר פרנסה, ווי צב"ש געווען א שטיק צייט א שמש אין א ביהמ"ד'ל, א שטיק צייט געווען א משגיח אין א רעסטוראנט געשעפט, א שטיק צייט געווען א אגענט פאר עמביט ענערדזשי, בקיצור: א טיפיקל אינגערמאנטשיקל ארויס פון ישיבה/כולל וואס זוכט צו מאכן אפאר דאלער (צו גיין ארבעטן ביי B&H האב איך ניטאמאל פרובירט, היות איך האב געקענט א גאר שוואכע ענגליש און איך האב געהאלטן אז ס'איז א שאד אפילו צו פרובירן), אזוי האב איך פרובירט פארשידענע ערליי ארבעט מכל הבא ליד, ווי צווישן אנדערע האב איך אויך געטון עטליכע קלענערע סארט ארבעט פאר מוסדות התורה, און אזוי האב איך זיך שטארק געפלאגט עטליכע יאר ווען אינדערצווישן איז ב"ה געבוירן געווארן דאס צווייטע קינד, אבער פון די אנדערע זייט איז אביסל גרינגער געווארן ווען איך בין איךאינדערצווישן ארויף אויף פ"א סמ"ך ושאר ירקות (אויך אפלייעט פאר חלק שמונה, אבער אן גינסטיגע רעזולטאטן).

אין יענע תקופה - בערך פאר 10 יאר צוריק - האט א נאנטער קרוב מיינער מיר אויסגעלערענט וויאזוי צו ארבעטן אויף א קאמפיוטער, איך האב ב"ה גאנץ שנעל געכאפט די בעיסיקס, און איך האב אנגעהויבן צו טון פארשידענע סארט קאמפיוטער ארבעט, ווי צב"ש מגי"ה זיין ספרים און אריינגעלייגט די קארעקשאנס אינעם ווארד פייל, אויך האב איך אנגעפאנגען אנצונעמען טייפונג ארבעט, און צו דעם אלעמען האב איך נאך אלס געטון פארשידענע אנדערע זייטיגע ארבעט וואס איך געהאט פון פריער, דאס אלעס אינאיינעם האט היפש פארבעסערט די פרנסה מצב ווי פריער, אבער נאך אלס נישט גענוג צו מאכן א לעבן, איך האב געלעבט זייער קארג און אויסגערעכענט, און פרובירט מיט אלע אופנים אוועקצולייגן א דאלער נאך א דאלער.

ביי מיר האט געהאט א חשיבות אוועקצולייגן אפילו קליין געלט ווי א קוואדער אדער א דיים, און אפגערעדט אז ווען ס'איז געלונגען אוועקצולייגן א גרינעם סינגל אדער פינעווער איז עס געווען א גאר שטארקע עררייכונג פאר מיר, און אזוי טראפ נאך טראפ ביסלעכווייז האט זיך אנגעהויבן אנזאמלען גרעסערע געלטער (ווי חז"ל זאגן שוין פרוטה פרוטה מצטרפת לחשבון גדול), ספעציעל טעקס רעטוירן סיזאן איז ממש די גאנצע איי אר עס טשעקל געגאנגען גראד אין גמ"ח אריין, און אזוי האט זיך במשך א תקופה פון קרוב צו 5 יאר - נאך גרויס פלאג און מיה - אנגעזאמעלט גאנץ א לייטישע סומע.

ווען ס'איז ביי מיר געבוירן געווארן דאס דריטע קינד למז"ט בין איך געקומען צו די הכרה אז איך בין שוין לאנג אויסגעוואקסן יענע אונטערערדישע דירה, און ס'איז צייט צו זוכן עפעס בעסער'ס, איך האב אנגעפאנגען זיך אומצוקוקן אויף די דירות מארקעט, און איך האב באגעגענט פרייזן פון אזוי נידריג ווי 2300 ביז אזוי הויעך ווי קרוב צו 5000, דאס האט פאר מיר געמיינט אז מיין רענט גייט זיך הייבן פון 700 מאות צו מינימום 2300, אויסער די הוצאות פון יוטילעטיס וואס איך האב ביז דעמאלס נישט געדארפט צאלן, און אזוי אויך האב איך אין יענע תקופה אנגעפאנגען צו צאלן שכר לימוד פאר מיין בכור, דעריבער האב איך געזעהן פאר מיר נאר איין ברירה, און דאס איז ארויסצומופן פון די סיטי... די שאלה איז נאר געווען וואו אהין מען גייט.

בימים ההם פאר א שמיטה יארן צוריק, איז נאך בכלל נישט געווען קיין רעדע פון דזשערזי סיטי, נישט געווען קיין רעדע פון א סאטמארע ישוב אין לעיקוואד, נישט געווען קיין בלומינגראוו והגלילות, נישט געווען קיין רעדע פון א חסידישע ישוב אין בלומינגבורג... ס'איז געווען בלויז מאנסי און קרית יואל, און נאכן דורכשמועסן אלע צדדים מיט מיין ב"ב איז געבליבן אז מיר גייען זיך אריבערציען קיין קרית יואל, ווי סיי איך און סיי מיין ב"ב האבן שוין געהאט דארט עטליכע געשוויסטער פון פריער.

איך וויל דא באטאנען אז כאטשיג אויב איך וואלט דוקא געוואלט וואלט איך דעמאלס אפשר געהאט גענוג אראפצולייגן פאר א דאונפעימינט פאר א דירה אין קרית יואל, ספעציעל אין די ברך משה געגנט ווי די פרייזן זענען דאן געלאפן פאר ארום 240 אלפים, אבער היות איך האב באקומען שטיצע פון אנקעל סעם האב איך געהאלטן אז ס'איז אוממעגליך פאר מיר, און זייענדיג נאך היפש יונגער ווי היינט בין איך געווען גענצליך אומוויסענד אז ס'איז דא אזא זאך ווי א קא-סיינער, און חוץ מזה האב איך בימים ההם נישט פארמאגט קיין איין איינציגסטע קרעדיט קארטל (ד.מ. איך האב געהאט 0 קרעדיט), און ניטאמאל א אייגענע באנק אקאונט האב איך פארמאגט, דעריבער האב איך געזוכט צו רענטן א דירה, און נאכן זיך אומקוקן א קורצע צייט אויף די קרית יואל'ע דירות מארקעט האב איך געפינען א 5 א האלב רומיגע דירה פאר אונטער 1400, ווי איך האב געסיינט קאנטראקט פאר א דריי יעריגע ליעס.


[align=center](פארזעצונג וועט אי"ה נאכפאלגן)[/align]
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

[align=center]אינעם קומענדיגן פארזעצונג וועט איר ליינען איבער דאס ענגילטיגע אריבערוואנדערונג קיין בלומינגבורג, ווי איר וועט זיך אויך באקענען מיט די פראצעדור וואס מ'גייט אדורך בשעת'ן קויפן א הויז, און ספעציפיש איבער פרטים וואס איז שייך ביים קויפן א הויז אין בלומינגבורג[/align]
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער אינטערסאנט און אינפארמאטיוו, באמת א יישר כח פארן מיטטיילן!
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

באמת א יישר כח, געליינט און הנאה געהאט, גרייט פארן המשך...
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער הנאה געהאט

ביטע שרייבן ווייטער.

ישר כח
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

מצב כללי האט געשריבן:זייער הנאה געהאט

ביטע שרייבן ווייטער.

ישר כח

גא"מ
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ביטע נישט אנציען מיינע נערווען.. פונקט ביי די גוטע פארט לאזסטו מיר הענגען :?
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער גוט און זאפטיג געשריבן. שרייב ווייטער מיר ליינען
סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמס »

זייער געשמאק און גוט געשריבן, מיר ווארטן אויפן המשך
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”