פון א חלום ביז א רעאליטעט - מיין מאווינג פראסעס קיין בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יעצט אפגעליינט אלע 5 חלקים, הערליך אפגעשריבן.
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

[align=center]חלק ו'[/align]

סעפטעמבער 22 איז עס געווען, ווען איך האב באקומען א אימעיל אז קומענדיגן זונטאג איז געסקעדזשולט די אפרעיזל אינספעקשאן.

עטליכע טעג שפעטער הארט בעפאר ראש השנה - סעפטעמבער 28 - באקום איך א טעלעפאן רוף פון מיין מארגעדזש בראוקער אז די אפרעיזל איז אדורך, איך דארף אבער איינצאלן 350 טאלער צו באקומען די אפרעיזל, ער האט גענומען מיין קארטל, און ביז א מינוט שפעטער האט עס געלאנדעט צו מיר אין אימעיל.

אין די טעג נאך ראש השנה, איז געקומען א אימעיל פון מר. שלום לאם'ס אפיס:
?Did the appraisal report come in? At what value? What’s the status of the committment

אויף דעם האט מיין מארגעדזש בראוקער געענטפערט:
Value came in at the price
File is in line for a commitment... should be in the next few days


ענדליך ממחרת יום הכיפורים האב איך ערהאלטן די פריידיגע ידיעה אז איך האב באקומען א "commitment".

איך האב געסיינט עלעקטעראניש נאך עטליכע דאקומענטן, אבער אזוי ווי ס'איז שוין כמעט געווארן יו"ט סוכות, איז דערווייל מער נישט שייך געווען ממשיך צו זיין מיט די פראסעס.

איך האב געהאט אפגעשמועסט מיט מיין בני בית נאך פאר יו"ט אז אי"ה חוה"מ סוכות וועלן מיר נאכאמאל אהינפארן פאר א באזוך, אבער וועלענדיג סורפרייזן די קינדער האבן מיר זיי גארנישט דערציילט ביז די לעצטע מינוט.

ווען איך בין אהיימגעקומען די ערשטע טאג חוה"מ סוכות נאכן דאווענען, האב איך געפרעגט מיינע קינדער: וואו ווילט עטס ענדערש גיין היינט? צו די ריידס? אדער אין בלומינגבורג באזוכן די נייע הויז?
אלע האבן ספאנטאן אויסגעשריגן "בלומינגבורג"!!!

מ'האט זיך גענומען אויסרישן צו די נסיעה, און ביז א האלבע שעה זעמיר שוין געווען ביים שאפינג סענטער ווי מ'האמיר נאך אויספיעט אריינצוגיין צו לאנדא'ס סופערמארקעט און איינגעקויפט לייכטע איבערבייסן און משקאות פאר די גאנצע משפחה.

דאס מאל האב איך שוין געהאט די נומער שלאס פון הויז, און מיינע קינדער האבן יעצט צום ערשטן מאל געזעהן דאס הויז וואס מיר פלאנען אפצוקויפן (די פריערדיגע מאל האבן זיי געזעהן א שכינות'דיגע הויז ווי שוין געשילדערט).

מיר האבן דארט פארברענגט פאר א שטיקל וויילע, דערנאך זענען מיר אריבער צו א נאנטע קרוב (אצינד אויך א שכן) וואס האט זיך שוין געהאט פון פריער אריבערגעצויגן דארט אין טשעסנאט רידזש, און מיר האבן געבעטן רשות צו אונז קען מיר עפעס טועם זיין ביי זיי אין סוכה פאר אפאר מינוט.

נאכן טועם זיין האבן מיר זיך ארויסגעלאזט פאר א שפאציר לארכה ולרחבה פון שכונת טשעסנאט-רידזש, ביז ס'איז געקומען די נעקסטע שאטל צוריק קיין קרית יואל.

תיכף נאך סוכות האבן מיר זיך גענומען צוביסלעך זיך פאקן, דערווייל האט די מארגעדזש פראסעס זיך געריקט אויף פאראויס, דער מארגעדזש בראוקער האט געלאקט א גוטע מארגעדזש רעיט פון 3.8%, אויך האט מען ערלעדיגט די נויטיגע אינשורענס פארן הויז, און ס'האט אויסגעזעהן ווי אלעס קלאפט עצהיוה"ט.

דא איז אבער אריינגעקומען א שטיקעלע בובו (קעגן א עיה"ר)... וואס האט פאסירט? היות די סקול טעקס האט זיך געהויבן פארלאפענעם סעפטעמבער, דעריבער האב איך געברויכט האבן נאך א שיינע פאר אלפים בשעת'ן קלאוזן, און היות איך האב דעמאלס נישט געהאט אין באנק די פארלאנגטע געהעכערטע צאל, איז די קאמיטמענט געווארן דיקליינט...

אבער איך האב נאך אלס געהאט פאר מיר עטליכע אויסוועגן, איינע פון די וועגן איז געווען צו אפטיילן די טעקס פון די מארגעדזש - דהיינו יעדן חודש צאלט מען נאר די מארגעדזש אליין, און די טעקס צאלט מען עקסטער ווען ס'קומט א ביל (3 מאל א יאר: פאר די טאון, פאר די ווילידזש, און פאר סקול) - אויף אזא אופן האב איך געדארפט האבן ווייניגער געלט אין באנק בשעת'ן קלאוזן, אבער איך האב נאך אלס געדארפט צולייגן א גרעסערע סומע געלט.

איך בין ארומגעגאנגען פון מעכיל צו רעכיל צו איך קען בארגן כך וכך אלפים פאר ביז נאכן קלאוזן, אבער יעדער האט געהאט זיינע תירוצים פארוואס ער קען נישט... ביז איך האב זיך געכאפט אז איך האב דאך נישט לאנג צוריק געמאכט א פאלעסי מיט א גרויסע קעש וועליו, אפשר האב איך שוין יעצט עוועיליבל ארויסצובארגן פונעם פאלעסי די פארלאנגע סומע. איך רוף אן מיין ידיד נעורים פון פריינד'ס פיינענשאל, איך דערצייל אים דברים כהווייתן, און יאפס! א גרויס חלק פון די געלט וואס איך האב עטליכע חדשים צוריק איינגעצאלט איז שוין יעצט עוועיליבל ארויסצובארגן (קעש וועליו), ער האט געמאכט א ריקוועסט אז מ'זאל מיר שיקן די טשעקל אויף פאסט, נאך עטליכע טעג ווען ס'איז אנגעקומען האב איך עס דעפאזיט אין באנק, און איך האב געקאנטאקט מיין מארגידזש בראוקער אז איך האב שוין די נויטיגע צאל ליגן אין באנק (ווען איך וואלט ווען אינקלודעט אינעם מארגעדזש די 5000 פאר די אפגרעידס ווי געשילדערט אינעם פריערדיגן חלק, וואלט איך נאך אלס נישט געהאט גענוג געלט.

ער האט געבעטן איך זאל אים שיקן א פרישע קאפי פון מיין באנק סטעיטמענט, ס'איז נאכאמאל געגאנגען צום אנדערייטער, און ביז עטליכע טעג איז געקומען די מעלדונג אז אויף קומענדיגע וואך, נאוועמבער דער 10'טער, איז געסקעדזשולט די קלאוזינג דעיט.

אצינד אז איך האב געזעהן אז מ'האלט שוין דא, האב איך אנגערופן די ארטיגע מוסדות התורה אין בלומינבורג און איינגעשריבן די יונגערע קינדער, און אויך האב איך ערלעדיגט טראנספארטאציע פאר די עלטערע קינדער וואס דארפן נאך דערווייל פארן און קומען יעדן טאג קיין קרית יואל.

אויך האב איך יענעם טאג אנגערופן עקסעלענט מאווער'ס און באשטעלט א דאטום אויף 10 טעג נאכן קלאוזן, און ביי משפחת בלומינגבערגער האט מען זיך אצינד גענומען ערנסט צו פאקן.

ס'איז אנגעקומען דער גרויסער טאג - דער טאג וואס איך קוק שוין אזוי לאנג ארויס דערויף - איך בין אויפגעשטאנען פרי, געדאווענט מיט די ערשטע מנין און געזאגט תהלים אז אלעס זאל דורכגיין בשלום. נאך פת שחרית האב איך די ערשטע זאך געברויכט אראפפארן צו מיין לאקאלן באנק צו מאכן א ווייער טרענספער צום מוכר (עפ"י רוב צאלט מען א גרויסע טייל פון די קלאוזינג קאסטן מיט א בענק טשעק, אבער די אפיס פון מר לאם גלייכט בעסער אז ס'גייט אריין צו זיי דורך א ווייער), אויך האב איך מיטגענומען מיין פערסענעל טשעק ביכל און א פאטא-איידי פון מיר, און גענוי 1:00 נאכמיטאג די צייט וואס איז געווען געסקעדזשולט האב איך אריינשפאצירט אין אפיס פון מיין לויער. מ'האט תיכף גענומען פון מיר מיין פאטא-איידי, געמאכט עטליכע קאפיס דערפון, און מ'האט זיך גענומען סיינען א הויפן פאפירן איינס נאכן צווייטן.

בערך אנדערהאלבן שעה שפעטער האב איך ארויסשפאצירט פון דארט מיט 2 שליסלעך, איינס פונעם הויז און איינס פונעם גאראדזש, אויך האב איך באקומען א נייע נומער פארן שבת שלאס וואס זיי האבן אינדערצווישן געטוישט, פארשטייט זיך אז איך האב אויך באקומען א קאפי פונעם טייטל אינשורענס און פונעם מארגעדזש, און פיינעלי פיינעלי בין איך שוין א home owner!


[align=center](פארזעצונג וועט אי"ה נאכפאלגן)[/align]
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

Wow... מיין הארץ פרייד זיך מיט, דיין דרייסטקייט וועט נאך ארויסהעלפן אסאך אידן.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך בין אזוי העפי פאר דיר!
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

א געשמאק צו ליינען,
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

קיין עין הרע די ביזט א שרייבער עי וואן!!!!!!!!!!!


זיי מממשיך וויאזוי עס איז אריבער די ערשטע פאר וואכען
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

אויסגערעכנט האט געשריבן:Wow... מיין הארץ פרייד זיך מיט, דיין דרייסטקייט וועט נאך ארויסהעלפן אסאך אידן.

מה פתאום??? האט געשריבן:איך בין אזוי העפי פאר דיר!
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:א געשמאק צו ליינען,
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך פאנג אן צו זיין דזשעלעס. סיריעסלי.
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

[align=center]חלק ז'[/align]

עטליכע טעג נאכן קלאוזן האב איך געטראפן מיין מארגידזש בראוקער אין ביהמ"ד, האב איך אים געפרעגט: אינמיטן זומער האסטו טאקע געהאלטן אז איך וועל דארפן ביז יאנואר? ענטפערט ער מיר אז יא! ער איז אליינס סורפרייזט ווי שנעל ס'איז געגאנגען, נאכדערצו אז מיין עלטסטע קרעדיט קארטל איז נאר אביסל מער ווי א יאר אלט, און אויך בין איך געווען אויף אנקעל סעם'ס מתנה ליסטע ביז ממש געציילטע חדשים צוריק.

אלזא טייערע ליינער, אויב זענט איר אין א ענליכע מצב ווי איך בין געווען, אבער איר האט נישט קיין איין אוועקגעלייגטע דאלער, דאן הייבט עס שוין יעצט אן צו טון!
ידעתי גם ידעתי אז אסאך אירע וועלן זאגן אז זיי קענען ממש נישט... אבער באמת ווענדט זיך עס אינעם רצון, אז מ'וויל אמת'דיג קען מען, רצון ברעכט אייזן... און יא מ'דארף הארעווען און שוויצן דערפאר, ס'קומט נישט צופיס, אבער שפעטער צאלט זיך די הארעוואניע אויס פי כמה.

ווידער אויב זענט איר פון די דאזיגע וואס האבן יא אוועקגעלייגט אפאר דאלער אבער איר מיינט אז ס'איז א שווערע און לאנגע פראצעדור אראפצוגיין פון די מתנות און ווערן עפראווד פאר א מארגידזש, וויל איך אייך זאגן אז ס'איז פיל פיל גרינגער ווי איר מיינט, און ס'איז ממש א שאד אויב איר טוט עס נישט!

[align=center]*[/align]

צוריק צו מיין מאווינג פראסעס, די 10 טעג צווישן קלאוזן און מופן זענען גאנץ שנעל פאריבער, אט איז אנגעקומען די ערווארטעטע טאג ווען די מאווינג טראק האט זיך פארקירט נעבן מיין אלטע דירה, גרייט אנצולאדענען דערויף מיין האב און גוטס, און עס אריבערפירן צום נייעם דירה נאה אינעם הערליכן ישוב אין בלומינגבורג ניו יארק.

די ערלים האבן געמאכט א געשיקטן דזשאב, און ביז ארום 4 שעה איז שוין אלעס געליגן אין טראק פארפאקט, און מיר האבן זיך אריינגעזעצט אין א קאר סערוויס מיטנעמענדיג קלענערע אבער וויכטיגע חפצים.

אנקומענדיג אין בלומינגבורג האבן מיר באמערקט ווי א אנדערע מאווינג טראק איז פארקירט אין מיין דרייוועי שיפערהייט, און לאדענט אפ חפצים אין א דערנעבענדיגע דירה ווי ס'וואוינט שוין יעצט מיין נייע שכן טוב (ער האט נאך נישט אריינגעמופט דעמאלס, ער האט נאר געברענגט זיינע חפצים צוביסלעך), מיר האבן געקלינגען די בעל אז דער דרייווער פון טראק וואס האט זיך געפינען אינעווייניג אין דירה זאל ארויסקומען ריקן זיין טראק, און ווען ס'איז געווען עטליכע מינוט ווען ביידע מאווינג טראקס זענען געשטאנען איינס אונטערן צווייטן האט עמעצער שנעל אויספיעט צו כאפן א בילד און עס ארויפגעשטעלט דא.

ווען די מאווינג טראק האט נאך געהאלטן אינמיטן אפלאדענען די חפצים, האבן מיר שוין באקומען די ערשטע קבלת פנים פון די פריינטליכע שכנים, ווען א שכן טוב וואס האט אריינגעמופט א וואך פריער, האט אריינגעשיקט עפעס טועם צו זיין, און דערביי צוגעשריבן אפאר שיינע ווערטער.

ווען אלעס איז שוין געווען אפגעלאדענט איז שוין געווען מנחה מעריב צייט, איך בין שנעל אריבער צום צייטווייליגן שוהל אויף מעיפל עוועניו, ווי איך האב באקומען א פריינטליכע אויפנאמע פון די תושבי העיר.

נאך מעריב איז אנגעקומען די נייע אפלייענסעס וואס מיר האבן געהאט באשטעלט, און ביז א קורצע צייט שפעטער איז דער ארטיגער הענדימאן מר. קארפען אריבערגעקומען קאנעקטן די מאשינען.

אין די נאכפאלגענדע טעג איז כסדר געקומען נאך און נאך באגריסונגען פון די נייע שכנים, איינער האט געשיקט אזא סארט קעיק, א צווייטער אזא סארט קעיק, א דריטער עפעס אנדערש.

אזוי איז אריבער די וואך ביז ס'איז געקומען שבת...

באמת צו באשרייבן א שבת אין בלומינגבורג איז כמעט אוממעגליך, ווייל ס'איז עפעס וואס ס'לאזט זיך נישט באשרייבן, דאך וועלן מיר פרובירן אביסל אויפן שפיץ גאפל אראפגעבן אונזערע הרגישים, דאס וועט אי"ה נאכפאלגן מארגן אדער שפעטער אין די וואך.
לעצט פארראכטן דורך בלומינגבורגער אום מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 3:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

משה יענקל האט געשריבן:קיין עין הרע די ביזט א שרייבער עי וואן!!!!!!!!!!!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

די ווארימע אויפנאמע איז שמעקט נאך די בעסטע
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מופן אין א גרעסערע דירה איז פון די געשמאקע זאכן. דערצו אז די דירה איז ברענד ניי, ס'איז אייגנס, ס'איז עפפארדעבל, ועל כולם ס'איז גרויס, מענטשליך געבויט און רחבות'דיג.

אזוי אז מען האט די peace of mind שפירנדיג ווי ס'איז ערליך ווערט געווען יעדע פרוטה פון דאס אפגעשפארטע ביסן פון מויל.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

בבקשה גדולה אויב מעגליך ביטע
א פידי עף פון דעם ארטיקל
כ'קען עס מהנה זיין פאר עטליכע וואס קענען עס נוצן
שכוח למפרע
אהבת קדומים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 27, 2016 1:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת קדומים »

מורא׳דיג!

טענקס פאר שעירינג.

נישט יעדער האט די קוראזש ארויסצוקומען צו פארציילען אזוי קלאר זיין פערזענליכע געשיכטע. עס קומט דיר אסאך קרעדיט פאר׳ן זיין דער נחשון דאס יא צו טאן, און עס איז זיכער אז אסאך מענטשן וועלן ווערן אינספירירט און וועלן האבן נוצען דערפון.
זשערסיסיטי עסקן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 11:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשערסיסיטי עסקן »

געוואלדיג שיין אראפגעשריבן, ב"ה איר האט געהאט שכל צו טוען דעם ריכטיגען שריט.

עס וואלט גווען כדאי אז נאך עטליכע וואס האבן געמופט זאלן אזוי מיטטיילען זייער עקספיריענס, עס וואלט געגעבן אסך חיזוק פאר אנדערע.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געליינט מיט גרויס הנאה
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

גיימער דאס אהיים טראגן.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
האמערנאגל
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמערנאגל »

וואלט אפשר געווען ריכטיג אריינצושטעלן אין די צייטונגען.
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

האמערנאגל האט געשריבן:וואלט אפשר געווען ריכטיג אריינצושטעלן אין די צייטונגען.

איך האב עס געשריבן דא, און דא איז טאקע נאר דא.
איך גיב נישט קיין רשות פאר די צייטונגען זיך צו באנוצן מיט דעם אן פערזענליכע ערלויבעניש.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

א פי די עף וועט אי"ה נאכקומען ווען די באשרייבונג וועט זיין פערטיג
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

א ריזיגן יישר כח, הערליך שיין געשריבן!

ביי די וועי, אויב ווילסטו יעצט צוריק ארויפגיין אויף פעטער שמואל און פארלירן דיין גוט באצאלטע זשאב איז עני פראבלעם נאכן באקומען שוין דע מארגעטש?
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

חלהדעקל האט געשריבן:א ריזיגן יישר כח, הערליך שיין געשריבן!

ביי די וועי, אויב ווילסטו יעצט צוריק ארויפגיין אויף פעטער שמואל און פארלירן דיין גוט באצאלטע זשאב איז עני פראבלעם נאכן באקומען שוין דע מארגעטש?

צו טוהן אזא זאך דארף מען האבן גרויסע שיקול הדעת, איינמאל מען האט באוויזן אראפצוגיין פון אלע "גוטע זאכן" דארף פראבירן צו בלייבן אזוי און לעבן גראד און רואיג,
עס איז זייער שווער אסאך מאל נאכדערצו אויב מען איז מטופל בבנים און מען האט אסאך הצאות אבער קען מען עס באווייזן איז עס א שאד נישט צו טוהן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

חלהדעקל האט געשריבן:ביי די וועי, אויב ווילסטו יעצט צוריק ארויפגיין אויף פעטער שמואל און פארלירן דיין גוט באצאלטע זשאב איז עני פראבלעם נאכן באקומען שוין דע מארגעטש?

נישט ראטזאם צו טון, איך פלאן עס נישט צו טון, און איך וויל עס נישט טון.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

וויפיל קאסט דיין מארגעטש און שטייער'ן חודש'ליך נאך אזא דאון פעימענט?
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

אונטער 2000
(קען ווערן נאך ביליגער מיט די סטאַר פראגראם - דערווייל זיך נאך נישט אויפגעסיינט)
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”