פון א חלום ביז א רעאליטעט - מיין מאווינג פראסעס קיין בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

פיינע נייעס, ליינט זיך פליסיג, יעדער יוד וואס גייט זיך אוועק ציען פון שטאט דורכן ווערן אינפלוענסירט פון דעם אשכול ווען זיין אייער זכות, נישט קיין פשוטע זאך
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

האב מיר אינזין מיר צו באיינפלוסען משך'ן שמועס ווייל איך האב באקומען פייגליך אין קאפ צו אנהייבן טראכטן פון טראכטן צו מופן
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

מה פתאום??? האט געשריבן:זייער אינטערסאנט און אינפארמאטיוו, באמת א יישר כח פארן מיטטיילן!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער אינפארמאטיוו, דראמאטיש אראפגעלייגט, גיי פאראויס!
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

[align=center]חלק ב'[/align]
למעשה נאכן זיך באזעצן אין קרית יואל, האב איך נאך א שטיק צייט איינגעזעהן אז איך האב געמאכט א גרויסן טעות מיטן נעמען יענע דירה, ס'האט פארמאגט "כמעט" אלע חסרונות וואס א דירה קען נאר האבן, ווי צב"ש הערן גערודער פון די שכנים פון אלע זייטן מעלה מטה צפון דרום און מערב (חוץ מזרח זייט וואס דארט איז געווען די אריינגאנג צום וואלק-אין דירה) ספעציעל האט זיך געלאזט הערן דער שכן העכער מיר (כ'האף אז ער ליינט נישט דא...) אזוי אויך איז עס געווען א פארטונקעלטע דירה מיט בלויז געציילטע פענסטער'ס פון איין זייט וואס דארט האט מען בלויז געקענט זעהן די זייט פון א אנדערע הויז, יעדן שני וחמישי האב איך באקומען טעלעפאן רופן פונעם אונטערשטן שכן אז ס'רינט אראפ צו אים פון די פייפס פון מיין דירה, ולעומת זה האב איך באקומען כסדר'דיגע השפעות פון מיין אויבערשטן שכן אזש אז אויף איין פלאץ איז די דאך ממש געווארן שווארץ און פארשימעלט (דער לענדלער האט גערופן די קאנדאו מענעדזשער איבער דעם פראבלעם, און דער מענעדזשער האט גערופן א פלאמבער צו קומען אויסטשעקן די זאך, אבער פונקט ווען יענער האט געוואלט קומען בין איך נישט געווען אינדערהיים, אזוי ארום איז עס פארשלעפט געווארן פאר לאנגע חדשים), וואוינענדיג אין א וואלק-אין דירה האבן ווילדע קינדער אפט מאל געהאקט און געזעצט און פענסטער פשוט פאר פאָן, איינמאל האבן זיי מיר צובראכן דעם עירקאנדישאן וואס איז דארט געווען, און א צווייטע מאל געשאסן א שטיין און אויסגעשאסן די פענסטער, אזוי איז געווען דארט חסרונות אויף חסרונות (חוץ מייז און ראטן וואס דאס האב איך ב"ה נישט געהאט). אט דאס אלעס איז געווען א דירעקטע תוצאה פון טוהן איבערגעאיילטע שריט ווען איך האב זיך אזוי געיאגט ארויסצומאפן פון די סיטי אז איך האב נישט געלייגט גענוג אכט אז די דירה זאל טאקע זיין א באקוועמע נארמאלע דירה צום וואוינען, (איך האב בעיקר נאר געקוקט אויף די רענט פרייז).

באמת ווען איך ווייס ווען פון אנפאנג אז דארט גיי איך וואוינען פאר העכער א שמיטה יארן וואלט איך עס נישט אויסגעהאלטן, נאר היות איך האב שטענדיג געקלערט אז איך וואוין נאר דא אויף דערווייל, און ממש שוין נאך אביסל וועט דער אייבערשטער העלפן און כ'וועל אי"ה ארויסמופן פון דא, דאס האט מיר געהאלפן איבערצוקומען די קישוי השיעבוד וואס איך האב מיטגעמאכט וואוינענדיג דארט.

דערווייל האב איך ווייטער אוועקגעלייגט א דאלער נאך א דאלער, ספעציעל ווען ס'האט אנגעהויבן קומען די פעטע איי אר עס טשעקלעך האב איך פרובירט ווי ווייט מעגליך נישט צו דארפן נוצן דערפון פאר די הוצאות הבית אדער אנדערע הוצאות אין שטוב, אין די זעלבע צייט האב איך זיך אויך געהאלטן אין איין אומקוקן אויף די קרית יואל'ע דירות מארקעט האפענדיג צו טרעפן עפעס א נארמאלערע דירה פאר א נארמאלע פרייז ווייל ביזן קרעטשמע דארף מען דאך אויך א טרונק לויטעט דאס ווערטל, איך האב במשך די צייט זיך אומגעקוקט אויף צענדליגע דירות, אבער די וואס זענען געווען מער ביליג זענען געווען אין א ערגערע אדער כמעט זעלבע צושטאנד ווי מיין גערענטע דירה, און די וואס האט יא געצויגן מיין אויג האט מען אבער געדארפט צאלן א פעטן פרייז דערפאר, אזוי האט זיך עס געשלעפט איין יאר נאכן צווייטן ווען איך האלט אין איין זוכן א דירה נאה המרחבת דעתו של אדם וואס זאל אויך זיין עפארדעבל, און אין די זעלבע צייט האב איך ווייטער אריינגעווארפן אין די סעווינגס קאסע א פרוטה נאך א פרוטה, און שטייטעלעך צוביסעלעך געהעכערט מיינע שאנסן אנצוקומען צום טאג ווען איך וועל אי"ה האבן א אייגענעם דאך איבערן קאפ.

ויהי היום, ס'איז געווען סוף שנת תשע"ג האב איך באמערקט א אשכול אויף http://www.ivelt.com מיטן נאמען נייעס איבער די אויפבוי פונעם נייעם שטעטל אין בלומינגבורג איך האב זיך גלייך אנגעהויבן אינטערסירן איבער דעם און ס'האט מיר אנגעהויבן צו ציען אהינצוגיין, עטליכע וואכן שפעטער קורץ נאך סוכות תשע"ד האב איך געהאט א שטיקל מיטונג מיט בן הר"ר משה שמילאוויטש, אבער הערענדיג אז די פרייז איז ארום 370 אלפים וואס מיינט אז אויב מ'נעמט א 80% מארגידזש דארף מען אראפלייגן קרוב צו 75 אלפים און אינאיינעם מיט די קלאוזינג קאסטן און מאווינג קאסטן קען מען אנקומען צו צווישן 90 אלפים און 100 אלפים, און ווידער א 10% מארגידזש איז סאך שווערער צו ווערן עפראווד און ס'קומט נאך צי א עקסטערע טעקס, דעריבער האב איך גלייך געזאגט ידי מסולקת מעסק זה, כאטשיג באמת וואלט איך יא זייער שטארק געוואלט וואוינען דארט, אבער היות איך האב נאך דאן נישט פארמאגט די סומע וואס מ'ברויך האבן אראפצולייגן, און בארגן געלט און ווערן פארזינקען אין חובות האב איך נישט געהאלטן דערביי, דעריבער איז אלעס דערווייל געבליבן ביים אלטן, ויישן ויחלום שנית...

פון דעמאלס און ווייטער האב איך געהאט נאך 3 פעטע טשעקלעך פון טעקס רעטוירן, דהיינו: תשע"ד, תשע"ה, און תשע"ו, א גרויס חלק דערפון איז ב"ה אריינגעשליידערט געווארן אינעם סעווינגס קאסע, אזוי אויך האב איך במשך די דריי יאר פרובירט נאך מער צו שפארן פון די טעגליכע קאסטן, אבער אין די זעלבע צייט זענען די דירות פרייזן אין קרית יואל געשפרינגען און געוואקסן ווי אויף הייוון, סיי צו קויפן און סיי צו דינגען, אזוי ארום אז איך האב שוין כמעט ווי געהאט אויפגעגעבן אנצוקומען אמאל צו האבן א אייגענעם דאך איבערן קאפ, פשוט ווייל איך האב פשוט נישט געקענט נאכקומען די שנעלע אימפעט פון די וואוקס אין פרייזן, אבער פונדעסטוועגן האב איך ווייטער געהאלטן געבינדן דאס פאסיק, און ווייטער זיך געשפארט א דאלער נאך א דאלער, מיט די מיינונג אז אויב נישט פאר א דירה זאל עס כאטש זיין אויף חתונה צו מאכן די קינדערלעך.

אבער אפילו איך האב שוין כמעט געהאט ווי אויפגעגעבן, האב איך מצד השני יא אנגעהויבן צו טון געוויסע שריט אז אויב ס'וועט זיך מאכן נאך א געלעגענהייט פון קויפן א דירה זאל עס פארגרינגערן מיין פראצעדור, און דאס איז געווען דורך בויען קרעדיט. איך האב געעפענט מיין ערשטע קרעדיט קארטל זומער תשע"ה ביי קעפיטאל 1, ווי איך האב גלייך באקומען א קרעדיט ליין פון 2000, און נאך 5 חדשים וואס איך האב זייער געוואטשט נישט צו טשארדזשן מער ווי 2 צו 3 הונדערט א חודש און באצאלט די גאנצע חוב פונקטליך אין צייט, איז מיין קרעדיט ליין געוואקסן צו 4000, און איך האב געזעהן חודש'ליך ווי מיין סקאור הייבט זיך צוביסלעך העכער און העכער (איך האב פארדעם נישט געהאט קיין שום קרעדיט היסטארי).

אין יענע צייט ווינטער תשע"ו באקום איך איין טאג א טעלעפאן רוף פון מיין יוגענט פריינט און ער זאגט מיר אז ער טוט אין פיינענשעלס און ער וויל האבן א מיטונג מיט מיר.

אין די ערשטע סעקונדע האב איך געטראכט צו מיר, וואס וויל ער פון מיר? איך בין דאך אזא טיפ מענטש וואס זוכט נישט קיין מותרות, און איך פיר ב"ה אליינס זייער גוט מיינע פיינענשאלס איז וואס קען ער מיר שוין העלפן? אבער היות איך האב זיך שוין זייער לאנג נישט געהאט געזעהן מיט אים, האב איך געטראכט וואס קען עס שוין שאדן צו כאפן א שטיקל שמועס מיט א יוגענט פריינט, און איך האב געסקעדזשולט א מיטונג אויף עטליכע טעג שפעטער.

בשעת אונזער שמועס בין איך צוביסלעך געווארן אויפגעקלערט אז אנשטאטס האלטן די געלט אין גמ"ח קען מען דאך האלטן די געלט אין א לייוו אינשורענס פאלעסי ווי די געלט וואקסט מיט אינאיינעם מיט די אינפלעישאן, אבער אזא זאך טוט מען דאך נישט אויף איין פיס, ס'האט זיך געצויגן א שטיק צייט ווי מיר האבן געהאט עטליכע מיטונגען און אויסגעשמועסט וואסערע סארט פאלעסי צו נעמען און וועלכע ס'איז די בעסטע געאייגענט פאר מיר ארויסצונעמען די מערסטע רווחים.

ביי איינע פון די מיטונגס האב איך אים מגלה סוד געווען אז באמת ברויך איך האבן א גרויס חלק פון די אוועקגעלייגטע געלט פאר א דירה, אבער היות דערווייל זעהט מיר עס אויס ווי א אוממעגליכע זאך, דעריבער בין איך מסכים איינצושטעקן דאס געלט אין א פאלעסי כדי צו קענען חתונה מאכן די קינדער מיט הרחבת הדעת, אבער אויב וועט זיך אינדערצווישן מאכן אז ס'וועט אונטערקומען א דירה וועט מען מוזן ארומטוישן די פלענער.


[align=center](פארזעצונג וועט אי"ה נאכפאלגן)[/align]
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

הערליך האט געשריבן:פיינע נייעס, ליינט זיך פליסיג, יעדער יוד וואס גייט זיך אוועק ציען פון שטאט דורכן ווערן אינפלוענסירט פון דעם אשכול ווען זיין אייער זכות, נישט קיין פשוטע זאך

הערליך לייג דאס אוועק ! ס'קען נאך זיין אז דו וועסט קענען אפלעקען פון דעם א ביינדל....(פאר לעיקוואד !)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

פיינע נייעס בלומינגבערגער, ווי א ווארעמע קאווע אין א קאלטען טאג '!e
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

קלוגער האט געשריבן:פיינע נייעס בלומינגבערגער, ווי א ווארעמע קאווע אין א קאלטען טאג '!e

Keep it up
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

WOW, מיר ליינען מיט אפעטיט.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געוואלדיג!

גיי אן, מיר ווארטן אויפן המשך
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

eller האט געשריבן:
הערליך האט געשריבן:פיינע נייעס, ליינט זיך פליסיג, יעדער יוד וואס גייט זיך אוועק ציען פון שטאט דורכן ווערן אינפלוענסירט פון דעם אשכול ווען זיין אייער זכות, נישט קיין פשוטע זאך

הערליך לייג דאס אוועק ! ס'קען נאך זיין אז דו וועסט קענען אפלעקען פון דעם א ביינדל....(פאר לעיקוואד !)

לעקוואד, בלומינגבערג, דשערסי סיטי, אלעס איז ביי מיר איינס, דער עיקר אז יודן זאלן געוואר ווערן אז מען קען לעבן מיט הרחבת הדעת, מען מוז נישט וואוינען אין די טייערסטע געגענטער אין די וועלט, ווי מער אפציעס עס וועט זיין וואו הין צו מופן, אלץ מער וועלן אלע מצליח זיין
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5903
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

זייער א שיינע ערצעהלונג, זיי ממשיך.

הערליך האקט..
גוט געזאגט.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

הערליך האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
הערליך האט געשריבן:פיינע נייעס, ליינט זיך פליסיג, יעדער יוד וואס גייט זיך אוועק ציען פון שטאט דורכן ווערן אינפלוענסירט פון דעם אשכול ווען זיין אייער זכות, נישט קיין פשוטע זאך

הערליך לייג דאס אוועק ! ס'קען נאך זיין אז דו וועסט קענען אפלעקען פון דעם א ביינדל....(פאר לעיקוואד !)

לעקוואד, בלומינגבערג, דשערסי סיטי, אלעס איז ביי מיר איינס, דער עיקר אז יודן זאלן געוואר ווערן אז מען קען לעבן מיט הרחבת הדעת, מען מוז נישט וואוינען אין די טייערסטע געגענטער אין די וועלט, ווי מער אפציעס עס וועט זיין וואו הין צו מופן, אלץ מער וועלן אלע מצליח זיין


גא"מ
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מה פתאום??? האט געשריבן:זייער אינטערסאנט און אינפארמאטיוו, באמת א יישר כח פארן מיטטיילן!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

לכאורה האט געשריבן:זייער אינפארמאטיוו, דראמאטיש אראפגעלייגט, גיי פאראויס!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געליינט מיט דורשט.
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

ווינקל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:זייער אינפארמאטיוו, דראמאטיש אראפגעלייגט, גיי פאראויס!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

הערליך האט געשריבן:ווי מער אפציעס עס וועט זיין וואו הין צו מופן, אלץ מער וועלן אלע מצליח זיין

אויב זאלן יעצט צוואנציג מקומות אויף אמאל ציען קונדן וועט יעדער באקימען א קליינע צאל און עס וועט דויערן זייער לאנג פאר יעדן צו סטראגלען ביז עס שטעלט זיך עפעס אוועק, די בעסטע וואלט געווען מערסטענס 2 אויף אמאל.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אינפארמאטיוו

גראדע האב איך שוין חרטה געהאט פארן מאכן א לייף אינשורענס, איך האב ווען שוין א דיפאזיט יעצט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

רצון טוב האט געשריבן:
הערליך האט געשריבן:ווי מער אפציעס עס וועט זיין וואו הין צו מופן, אלץ מער וועלן אלע מצליח זיין

אויב זאלן יעצט צוואנציג מקומות אויף אמאל ציען קונדן וועט יעדער באקימען א קליינע צאל און עס וועט דויערן זייער לאנג פאר יעדן צו סטראגלען ביז עס שטעלט זיך עפעס אוועק, די בעסטע וואלט געווען מערסטענס 2 אויף אמאל.

דער פאקט איז אז אלע דריי פארקויפן גאר גאר שנעל די לעצטע דריי חדשים, דער אומזעהבארע צעמענטענער וואנט איז צושפאלטן געווארן געווארן, און נישט יעדע פלאץ איז געאייגענט פאר יעדן, ווי מער אפציעס עס וועלן זיין, אלץ שענעלער וועט דער וואנט איינפאלן
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

הערליך האט געשריבן:דער פאקט איז אז אלע דריי פארקויפן גאר גאר שנעל די לעצטע דריי חדשים, דער אומזעהבארע צעמענטענער וואנט איז צושפאלטן געווארן געווארן

וואס הייסט, וויפיל איז בערך געגאנגען זינט אלול תשע"ו אין די 3 געגנטער?
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

איך ווייס נישט פונטקליך, אבער מיין שאצונג איז פינף אין צוואנציג / דרייסיג איטש
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

WOWֱֱֱֱֱֱֱ
ד.ה. 90 פרישע אימיגרירען ארויס פון די אלטע יישובים? מוראדיגע נייעס.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

פיין געשריבן, און אזוי דרך אגב ברענגסטו ארויס די קריטישע ווויכטיקייט פון זיך שפארן געלט צו יעדע צייט

האלט אן
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

הערליך שיין געשריבען .... KEEP ON...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”