קרית יואל: פארמירונג פונעם נייעם "טאון אוו פאלם טרי"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

תגובהדורך אידיש גערעדט » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:49 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:1] די תירץ פארוואס נאר 350 עיקר דארף צו הייסן א שטיקעל פשרה נאף צו געבן פאר די שכנים אז זיי זאלן כאטש פארהאנדלען, אז זיי זאלן מסכים זיין צו זיין א עקסטערע טאון [וואס זיי ווילן אויך ווייל אפילו יעצט האט שוין קרית יואל 60% פון די פאפילעשען אין די טאון, נאר העכער 20 האלט עס נאך ביי וויינגער ווי האלב אבער איינמאל די תישים וואקסען אינטער נעמט קרית יואל איבער די טאון בארד, און דעיס ווילן זיי נישט סא זיי ווילן אויך אז עס זאל זיין א באזונדערע טאון,
2] פון א אייגענע טאון וויל מען דעס וואס מען האט געוואלט ל"ז פון א אייגענע ווילדזש, דהייינו אפהאקען מיט די שכנים און זיך נאמער דארפן הארגענען מיט זיי אויף טריט און שריט און עס זאל קענען צירוק ווערן שלום, און הגם עס איז 50% אז עס גייט נישט דורך גיין, אבער האט מען כאטש פארדינט אז זיי זאלן באקומען היט אויף די ענעקסעישען,
3] ווער זאגט אז עס האט חסרונות? פשוט ביז היינט האט עס בכלל נישט געהאט קיין טשענטס אז עס זאל דורך גיין, און היינט ווערט עס שוין אביסעל מער שכל'דיג
4] פראבעבלי צוויי שותפים וואס דריגען זיך אין ביזנעס וואס טוט מען? מען מאכט א חלוקה און דערנאך קען אלעס ווערן צוריק מסודר, ווייל איינער רעדט שוין נישט אריין אינעם צווייטען.

פראבעבלי אויב די טאון ווערט אפראווט גייט מען אויפגעבען אויף די ענעקסעישען ווייל די ציל גייט שוין זיין ערייכט דורך'ן טאון,
עס איז דא די מענטשען וואס זוכען זיך אינטערן טיש וואס זיך אפצורעדן, אבער ביז דערווייל זעה איך נאך נישט וואס זיי האבן געטראפן.


זייער שיין געשריבן, אבער מיט איין חלק, מיין איך, איז נישט אנגאנצן וואס די זאגסט, אנעקסעישן גייט מען נאך יא דארפן, אפשר נישט אזוי וויכטיג אבער סוועט נאך אויספעלן א גרעסערע נייע טאון,אדער אן אנעקסירונג

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:12 pm

וודאי אויב משיח וועט נאך נישט דא זיין ביז 10 יאר גייט מען דארפן פריש ענעקסען,
אבער 5,000 דירות עצי תמרים/ברך משה סטייל קען מען בויען אין די טאון שטח אפילו אן קיין ענעקסעישען,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 10:32 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:וודאי אויב משיח וועט נאך נישט דא זיין ביז 10 יאר גייט מען דארפן פריש ענעקסען,
אבער 5,000 דירות עצי תמרים/ברך משה סטייל קען מען בויען אין די טאון שטח אפילו אן קיין ענעקסעישען,


ר' יוד שטייט'ס אויף לעבודת הבורא, די ברך משה סטייל אדער קארלוסבורג איז ווייניגסטענס 8 דורות אין א בילדונג, און טאון איז געווען תשעה באב איבער א בילדונג וואס האט 4 דורות אין א הויז עיין לעיל

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 10:49 am

moshele11211 האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:וודאי אויב משיח וועט נאך נישט דא זיין ביז 10 יאר גייט מען דארפן פריש ענעקסען,
אבער 5,000 דירות עצי תמרים/ברך משה סטייל קען מען בויען אין די טאון שטח אפילו אן קיין ענעקסעישען,


ר' יוד שטייט'ס אויף לעבודת הבורא, די ברך משה סטייל אדער קארלוסבורג איז ווייניגסטענס 8 דורות אין א בילדונג, און טאון איז געווען תשעה באב איבער א בילדונג וואס האט 4 דורות אין א הויז עיין לעיל

לויט ווי איך פארשטיי, רעדט ער פון אן אייגענע טאון.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:38 am

טוט זיך דא א צעשמישעניש אז מ'קען לאכן און וויינען אויפאיינמאל.

1. די רעדע איז פון אפטיילן קרית יואל + 350 אקער-לאנד (טייל פון די 507 אנעקסעישאן-פענדינג שטחים) אין אן אומאפהענגיגען טאון.

2. אויב דאס גייט דורך, און די אנעקסעישאן (507) גייט אויך אדורך וועט 'ווילעדזש אוו קרית יואל' זיין גרעסטער ווי "טאון אוו נארט מאנרא"

3. אויב די אנעקסעישאן (507) גייט נישט דורך און טאנ"מ יא, דאן וועט טאנ"מ זיין גרעסער ווי ואקר"י, און מ'וועט קענען בויען אויף די 350 אקער לויט די 'נייע' טאנ"מ זאונינג קאודס אן דארפן אנעקסירן די שטחים אריין אין ואקר"י.

4. די פראצעדור אז דאס זאל דורכגיין איז > פעטיציע אונטערגעשריבן דורך א געוויסע צאל איינוואונער וועלכע וואונען היינט צו טאגס אין טא"מ (נישט קיין חילוק וואו אין טאון אפי' אין די ווילעדזשעס בתוך הטאון) > קאונטי שטודיע איבערצוקוקען וואס די 'אימפעקט' פון אזא זאך קען האבן > באשטעטיגונג דורך מערהייט פון די קאונטי לעגיסלאטורן > באשטעטיגונג אין א רעפערענדום אינעם 'גאנצן' טאון.

5. אויב איינער (UM/קאונטי עקזעקיוטיוו/טאון שכינים) איז אקעגן אנעקסעישאן, פארוואס זאל ער זיין פאר די טאון טיילונג?
דאס איז דא די מיליאן דאלאר פראגע, און דער תירוץ אין איין ווארט איז אז מ'האלט שוין באלד צוויי יאר נאכן אנהייבן די אנעקסעישאן פראצעדור, אסאך וואסער זענען שוין אדורכגעפלאסן אינעם האדסאן ריווער זייט דעמאלס און אסאך געלט איז שוין אויסגעגעבן געווארן אינעם קאמף, ממילא ווילאנג די זאך פארט נאטורליך קען עס בלייבן נאחז בסבך אויף ווילאנג די פראצעדור גען געדויערן, אבער ווען עס קומט אויף א נייע פלאן, על אף וואס ביסוד איז עס נישט אזוי ווייט אנדערש ווי די אריגינעלע פלאן, פארט גיט עס א געלעגנהייט פאר 'ריקאלקולעישאן'.

מ'האט עס געזען אינעם רעקארד עדיטאריעל יענע וואך, טראץ דעם וואס דער רעקארד איז אויסגעשפראכן מתחלה, הייבט ער אן זינגען א נייע ניגון, למעשה איז די וואוקס אין קרית יואל א פאקט, למעשה דארפן זיי האוזינג, זיי פארפשרייטן זיך ווי שוועמליך נאך א רעגן וכו' אולי איז צייט פאר א קאמפראמייס, אפשר דארף מען זיי יא עפעס נאכגעבן און אין אויסטויש פארזיכערן אז נישט די גאנצע קאונטי פאלט צאם, אפשר קען מען נאך פריווענטן אז מ-וו סקול דיסטריקט זאל נישט בקרוב זיין א נייע איסט-ראמאפאו, אולי קען מען נאך אפהאלטן אז טא"מ זאל נישט זיין פארמשכונט פאר ואקר"י ווען איבער 90פראצענט פון אירע שטחים זענען אינדרויסן פון קר"י און פארט האט קר"י האלב פון די שטימען און נאך אסאך מער בעתיד.

ועוד יש הרבה להאריך בזה, נאר געשריבן אויפן שפיץ גאפל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11360
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:50 am

פארוואס איז אין די פעטיציע נישט אינקלודעד מערב זייט פון די ווילעדזש? קליף קט. און ווייטער

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:57 pm

אויב די פראבלעם פארוואס זיי ווילן נישט אנעקסעישאן ווייל מ'וועט אוועקנעמען די רוב שטימען איז לכאורה יא א אויפטוה אז מ'מאכט א עקסטערע טאון, ניין? (איך פרעג איך קען מיך נישט אויס).

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 2:50 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:פארוואס איז אין די פעטיציע נישט אינקלודעד מערב זייט פון די ווילעדזש? קליף קט. און ווייטער

ווען מ׳מאכט א ווילעדזש, קען מען אריינעמען איין לאט יא און איין לאט נישט, דער עיקר אז אלעס זאל זיך צורירן. די אנעקסעישאן פלאן נעמט אריין פארשידענע לאטס און לאזט ארויס פארשידענע לאטס, ווער ס׳האט געוואלט האט זיך געקענט אנשליסן און ווער נישט האט געקענט ארויסבלייבן.
ווידער ווען מ׳מאכט א טאון קען מען נישט איבערלאזן אינזלען. די טאון פעטישאן נעמט אריין אויך לאטס וואס זענען נישט נישט געווען אינעם אנעקסעישאן פעטישן.
אויב וואלט מען אריינגענומען אלעס וואס איז געווען אינעם אנעקסעישאן פלאן, וואלט עס אויך געמוזט אריינעמען אסאך מענטשן וואס ווילן בשו״א נישט זיין אינעם טאון אוו נארט מאנרא. (כ׳מיין אז יאהאן אלעגרא וואוינט קעגן איבער קליף קט.)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

יונה
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 2:51 pm

זיי ווילן נישט אנעקסעשן פאר עטליכע סיבות, נישט וועגן די וואלן. זיי וואלטן געווען צופרידן פון די נייע טאון, די וואס זענען דערקעגן שרייבן אבער אז פרישע 300 עיקער זאל ווערן אויסגעבויט נוסח ק"י, איז צו א טייערע פרייז צו צאלן פאר דעם.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 2:52 pm

יונה האט געשריבן:זיי ווילן נישט אנעקסעשן פאר עטליכע סיבות, נישט וועגן די וואלן. זיי וואלטן געווען צופרידן פון די נייע טאון, די וואס זענען דערקעגן שרייבן אבער אז פרישע 300 עיקער זאל ווערן אויסגעבויט נוסח ק"י, איז צו א טייערע פרייז צו צאלן פאר דעם.

לייען: נאך אפאר בני אברהם יצחק ויעקב וועלן האבן א דאך איבער׳ן קאפ.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:28 pm

נעכטן איז די פעטיציע איבער די אפטיילונג פונעם נייעם טאון אפיציעל אריינגעגעבן געווארן צו די קאונטי מיט אריבער 2000 אונטערשריפטן, פאלגענד איז די קאונטי וועבסייט מיט אפדעיטס און אינפארמאציע איבער די פעטיציע:
http://www.orangecountygov.com/content/ ... fault.aspx

אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

תגובהדורך פייווישעל » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:31 am

איך האב געהערט, אז די ליין ביז ווי די נייע טאון גייט האט צו טוהן מיט די ראוד'ס. וויבאלד מקען נישט צו טיילן די ראוד'ס אז איין חלק איז און די טאון אין די אנדערע איז ביים שכן, וועגן שארן די שניי אין איבער מאכן די ראוד'ס
איפה פייוויש?

דא בין איך

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 9:53 pm

איך האב א פילונג אז סטיוו ניהאוז גייט עס יעצט שטארק שטיפען אז עס זאל געשעהן ווי פריער,
ווייל ער האט גייט האבן פריימערי'ס די קומענדיגע יאר, און ער האט געזעהן היי יאר וואס איז געשען מיט אלעגרא, און מיט בארעבאנק,
סא וויל ער אז נעקסטע יאר זאל עס שוין זיין צוטיילט כדי ער זאל האבן א טשענטס צו געווינען ווידער וויילונג,
חוץ אויב ער האט שוין אויפגעגעבען אז עס זאל קענען פעסן אלבעני אין איין יאר,
דעמאלט גייט ער מוזען מאכן א שארפע דריי צירוק און אויסדרייען די דאטשעק צו די אידען און זיין אנטי יוניידעט מאנרא,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:49 pm

סאדאם כהאב מיר איר פילט זיך נישט גוט (#הילערי?) מה שמיטה אצל הר סיני, ער לויפט אין די קאונטי נישט נאר אין מאנרא והשנית אלייענס גייט אים מסתמא אויך אינדארסירן ע״כ זעה איך נישט וואס סהאט איינס מיטן צווייטן

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2016 8:40 am

קרייסלער האט געשריבן:סאדאם כהאב מיר איר פילט זיך נישט גוט (#הילערי?) מה שמיטה אצל הר סיני, ער לויפט אין די קאונטי נישט נאר אין מאנרא והשנית אלייענס גייט אים מסתמא אויך אינדארסירן ע״כ זעה איך נישט וואס סהאט איינס מיטן צווייטן

די וואטס דינסטאג איז געווען גרעסער ווי די קאונטי עס איז געווען אפילו אין ראקלענט ואעפ"כ האט קרית יואל געמאכט די זאך
פארוואס זאלן זיי אים שטיצען? ענדערש ווי זיין קעגנער?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:41 am

קרייסלער האט געשריבן:סאדאם כהאב מיר איר פילט זיך נישט גוט (#הילערי?) מה שמיטה אצל הר סיני, ער לויפט אין די קאונטי נישט נאר אין מאנרא והשנית אלייענס גייט אים מסתמא אויך אינדארסירן ע״כ זעה איך נישט וואס סהאט איינס מיטן צווייטן

משא"כ אנ"ש נישט? ער איז זייער פאוערפול

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:18 am

ער איז זייער פארפעל אבער אמאל האט ער געהאלפען קרית יואל אבער די לעצטע יאר צוויי זייט ער האט געזען אז יוניידעט מאנרא איז מצליח קעגן די קרית יואלע וואטס האט ער זיך אויסגעדרייט צו יוניידעט מאנרא, אבער יעצט ווען אנ"ש האט צירוק באוויזען קעגן יוניידעט מאנרא, לאמיר זעהן וואס ער גייט טוען צו ער גייט זיין א נערמאלע יושרדיגע קאנדידאט אדער ווייטער גיין מיט יוניידעט מאנרא, וואס אין דעם איז תלי צו מען זאל אים שטיצען [פארשטייט זיך אויך לויט ווער זיין קעגנער איז, און לויט דעם צו יענער האט בכלל א טשענס]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:28 am

הער איך אז נעכטען איז געווען א ???????????
און די קאנטי וועגן די נייע טאון,
איינער מיט מער פרטים?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:49 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך האב א פילונג אז סטיוו ניהאוז גייט עס יעצט שטארק שטיפען אז עס זאל געשעהן ווי פריער,
ווייל ער האט גייט האבן פריימערי'ס די קומענדיגע יאר, און ער האט געזעהן היי יאר וואס איז געשען מיט אלעגרא, און מיט בארעבאנק,
סא וויל ער אז נעקסטע יאר זאל עס שוין זיין צוטיילט כדי ער זאל האבן א טשענטס צו געווינען ווידער וויילונג,
חוץ אויב ער האט שוין אויפגעגעבען אז עס זאל קענען פעסן אלבעני אין איין יאר,
דעמאלט גייט ער מוזען מאכן א שארפע דריי צירוק און אויסדרייען די דאטשעק צו די אידען און זיין אנטי יוניידעט מאנרא,

אלייענס האט זייער גוטע קאנעקשאנס מיט ניהאוז

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:42 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:הער איך אז נעכטען איז געווען א ???????????
און די קאנטי וועגן די נייע טאון,
איינער מיט מער פרטים?

האב איך שוין געהערט אביסעלך מער פרטים, אז מען האט אויסגעשמיעסט די לעגאלע פרעצעדארן,
און מען האט ליגעל עקסעפטעט די אינטערשריפטען נאך דעם וואס קיינער ביז היינט האט עס נישט גע'פסל'ט.
יעצט דארף די קאנטי באשליסן צו זיי ווילן אליין א דורך פירן דעם שטודיע אדער זיי ווילן דינגען א קאמפעני.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אפריל 21, 2017 10:12 am

אויסשליסליכע באריכט צום אידישע וועלט
גערי מיללער - פאר ק.נ.א ספעציעלע זידלונגען אפטיילונג

אינטערעסאנט אז מ'האט עס נאכנישט אויסגעשמועסט דא אויפן פארום, אבער די לעצטע עטליכע וואכן זעהט אויס אז דער פלאן איבער די שאפונג פונעם נייעם זעלבסשטענדיגען 'טאון אוו נארט מאנרא' גייט פאראויס, לכל הפחות די פארמאלע פראצעדורן רוקן זיך, נאכדעם וואס די קאונטי לעגיסלאטור ווארטזאגער סטיוו ברעסשיע האט געמאלדן אז די קאונטי וועט אינגיכן מעלדן א דאטום ווען א רעפערענדום וועט אפגעהאלטן ווערן וואו וויילער פון גאנץ מאנרא וועלן האבן א געלגענגהייט צו שטימען איבער די פארמאציע פון דעם נייעם טאון.

(זעה רעקארד נייעס:
http://www.recordonline.com/news/201704 ... e-proposal)

אין די לעצטע פאר חדשים, זינט אכט חדשים צוריק ווען אריבער צוויי טויזנט פעטיציעס זענען אונטערגעשריבן געווארן דורך איינוואונער פון מאנרא און קרית יואל, פארלאנגדיג אז די קאונטי זאל באטראכטן פלענער און ברענגען פאר די וויילער א פלאן אפצוטיילן קרית יואל מיט נאך ארום 380 אקערלאנד אלס א זעלבסשטענדיגע טאון אונטערן נאמען "טאון אוו נארט מאנרא", איז פארגעקומען פארשידענע געשפרעכן און בריוו אויסטוישן צווישן די קאונטי פירערשאפט זעלבסט און אזוי אויך מיט פירערס פון קרית יואל און מאנרא, צו באהאנדלען די פארלאנג. עס זענען אין אנפאנג געשטעלט געווארן פינאנציעלע פראגעס ווי ווער עס זאל דעקן די שטודיעס וואס אזא זאך פארלאנגט, בעת וואס די קאונטי האט געוואלט אז קרית יואל זאל דאס באצאלן, האט קרית יואל גע'טענה'ט אז דאס איז פרעצעדענטלאז, ווען אריבער צוויי טויזנט איינוואונער פארלאנגען א לעגאלע רעכט פון די קאונטי, אז די קאונטי זאל די אויסגאבן ארויפווארפן אויפן ווילעדזש, אבער לפנים משורת הדין האט קרית יואל באוויליגט בייצושטייערן צעהן אלפים פאר די שטודיע און די געשפרעכן זענען געגאנגען ווייטער.

אין די לעצטע פאר וואכן איז פארגעקומען א היסטארישע דורכברוך אין די פארהאנדלונגען, ווען די אויסגעשפראכענע 'יונייטעד מאנרא' פירער; מר. זשאן אלעגרא, מייק איגען און פרוי קאנווערס, האבן בלית ברירה איינגעשטימט זיך אראפצוזעצן צום פארהאנדלונגס טיש, נאכדעם וואס די לעצטע פינף יאר האבן זיי געשריגן אז ווילאנג קרית יואל ציעט נישט צוריק פון אלע אנעקסעישאן פארלאנגען איז נישטא קיין רעדע פון פארהאנדלונגען און וויפיל קרית יואל האט פרובירט בדרך השלום דורכן שיקן בריוון און פארמיטלער, האפנדיג אז אזוי ארום קען מען פארשפארן די מיליאנען אין געריכטליכע אויסגאבן פון די פילע לאו-סוטס און קלאגעס, איז נישט געווען צו וועם צו רעדן. אלע פראבעס זענען צוריקגעקומען מיט די זעלבע קורצע אנטווארט "די ערשטע תנאי צו סיי וועלכע פארהאנדלונגען איז אז קרית יואל דארף צוריקציען די אנעקסעישאן פארלאנגען" א זאך וואס איז פארשטענדליך נישט געקומען אין באטראכט, נישט טעכניש און נישט פראקטיש, א זאך וואס אויך יו. מ. האט געוואוסט און דערפאר האבן זיי דאס געפאדערט צו קענען פאכען אז קרית יואל איז הארטנעקיג.

די לעצטע פאר וואכן איז אנשטאנען אן ענדערונג אין זייער שטעלונג, נאכדעם וואס די אפעלאט געריכט האט ארויסגעווארפן (ארויסגעשליידערט בנוסח צייטונגען) די 'סטעי פארלאנג' אויף די ערשטע 164 אקערלאנד אנעקסעישאן, וואס דאס האט עטוואס אויפגעוועקט די יו. מ. קעמפער צו שמעקן די קאווע און איינזעהן אז זייערע שאנסן פאר סוקסעס ווערן שמעלער, וואס פאר אזעלכע עלעמנטן מיט פאליטישע אספיראציעס ווי פרוי קאנווערס און אירע קאלעגעס קען דאס מיינען אן ענדע צו זייער פאליטישע קאריערע נאכן נישט קענען צייגן אויף קיין פאקטישע דערגרייכונגען, און אזוי אויך איז געקומען שטארקע דרוק פון די קאונטי פירער דורך די נייע 'טאון אוו נארט מאנרא' פעטיציע, אז אויב זיי וועלן זיך ווידער אנטזאגן צו זעצן צום פארהאנדלונגס טיש וועט די פעטיציע פאראויסגיין אן זייער באטיילוגונג, וואס האט באוואוגן אז זיי זאלן זיך ברעכן און קומען צום טיש.

די ערשטע מיטינג איז סוקסעספול אפגעהאלטן געווארן הארט פאר פסח, ווי עס האבן זיך באטייליגט פארשטייער פון די קאונטי; הנהלת קרית יואל און די דריי דערמאנטע פירער פון 'יונייטעד מאנרא', אלע האבן אויסגעדרוקט צופרידנהייט פונעם ריכטונג ווי די געשפרעכן זענען געגאנגען כאטש וואס יעדער האט צוגעלייגט אז די איינצעלהייטן זענען איינשטימיג באשלאסן געווארן צו געהאלטן ווערן ווי מ'זאגט 'אפפ די רעקארד' און אויך אז עס האלט נאכנישט ביי קיין שום החלטות, נאר די אנהייב פון א סעריע געשפרעכן וואס וועט האפנטליך ענדגיטליג פירן צו א געמיינזאמע לעזונג ווי יעדער וועט זיין צופרידן.

די אייגנטליכע פלאן פון א זעלבסטשטענדיגע 'טאון אוו נארט מאנרא', זאגן אלע איז א גאלדענע פשרה און גלעצענדע לעזונג: פאר קרית יואל וועט דאס געבן אן אויסברייטערונג מעגליכקייט אן די געברויך פון אנעקסירן צום ווילעדזש נאכדעם וואס די נייע טאון וועט זעלבסשטענדיג קאנטראלירן די זאונינג געזעצן אינעם נייעם טאון, ווידער פאר די שכנים און יונייטעד מאנרא איז דאס גאר א שטארקע דערגרייכונג ווייל אין אזא פאל וועלן די קרית יואל/טאון אוו נארט מאנרא איינוואונער ווערן אפגעשטיילט פון צו קענען שטימען אין די מאנרא וואלן און דורכדעם האבן א ווארט אין די טאון פירערשאפט ווי ביז היינט, א זאך וואס האט שטארק אפעקטירט די באציאונגען פון די שכנים כלפי קרית יואל. עס זענען נאר די דעטאלן פון די פונקטליכע שטחים און תנאים וואס ליגן אויפן טיש פאר פארהאנדלונגען.

די קאונטי האט צוגעלייגט אין זייער לעצטע מעלדונג פאר די פרעסע, אז אויסער 'יונייטעד מאנרא' וועלן באזונדערע סעסיעס אפגעהאלטן ווערן מיט די פירערשאפטן פון די טאונס און ווילעדזשעס ארום קרית יוואל ווי; מאנרא, וואודבורי און בלומינגראוו, אזוי ארום אז די נייע 'טאון אוו נארט מאנרא' זאל דינען אלס די 'גרויסע לעזונג' צום גאנצן ראיאן וועלכע איז אין די לעצטע פאר יאר געווארן אריינגעצויגן אין א שכנים-געפעכט נאכדעם וואס קרית יואל איז אויסגעוואקסן אירע גרעניצן און עס איז אנשטאנען א שטארקע פארלאנג פאר נייע געגנטן און הייזער געברויך פאר אירע איינוואונער.

ווי קוועלער דרוקן זיך אויס פאר 'אידישע וועלט' אויב זאלן אזעלכע געשפרעכן גיין פאראויס קען דאס זיין א שטארק-פאזעטיווע אנטוויקלונג אינעם צוקונפט, וואס וועט האפנטליך ברענגען אן ענדע צו די לאנג-פארצויגענע און טיילמאל פארביסענע און גאר קאסטבארע געפעכטן און געריכטליכע ענדלאזע קלאגעס, צו א רואיגע און פאראייניגטע זייט-ביי-זייט פרידליכע עקזיסטירונג.

ונזכה ונחי' ונראה

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג אפריל 21, 2017 10:22 am

אויב מעג מען פרעגן,

ווואס פאר א רעגירונג אפטיילונגען וועט צוקומען צו קרית יואל/טאון אף נארט מאנרא א דאנק דעם נייעם טאן?
זוכט איר דוי?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אפריל 21, 2017 10:25 am

דונש האט געשריבן:אויב מעג מען פרעגן,

ווואס פאר א רעגירונג אפטיילונגען וועט צוקומען צו קרית יואל/טאון אף נארט מאנרא א דאנק דעם נייעם טאן?


איך בין נישט הונדערט פראצענט, אבער איך געדענק אז אין די לאקאלע צייטונגען איז אמאל געווען געשריבן אז טעכניש דארף בעיקר צוקומען א געריכט-הויז, וואס קען אויך ווערן 'ארויסגעסאבט' צו א דערנעבנדיגע עקזעסטירנדע געריכט פאר א יערליכע אפצאל.

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » פרייטאג אפריל 21, 2017 10:27 am

טענקס בערל פאר די שיינע ריפארט!
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג אפריל 21, 2017 10:37 am

ייש"כ פאר די באריכט און פאר די ענטפער אויף מיין פראגע,
זוכט איר דוי?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט