קרית יואל: פארמירונג פונעם נייעם "טאון אוו פאלם טרי"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יואלפריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלפריעדמאן »

מיללער האט געשריבן:
יואלפריעדמאן האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:עס איז נאכנישט קיין פאקט, עס איס געגאנגען נאָך א גרויסע טריט פאראויס. לויט די יעצטיגע געזען קען עס נישט ווערן אין עפעקט בעפאר יארע 20 למספ'. די געזעץ געבער אין אלבעני וועלן דן זיין אין יאנואר 18' צו מען זאל מאכן א ספעציעלע אויסנאם געזעץ עס זאָל יא ערלויבט זיין צו אריינגיין אין עפעקט שנעלער.

כ'הער אז דער רבי פין קרית יואל הייסט מ'זאל מער נישט שרייבן 'מאנרוי' אויף כתובות אין ס'זאל זיך נישט מאכען - גיטין

דער רבי פון קרית יואל?
ווען האט מען געשריבן מאנרא?
מ'שרייבט בכלל גיטין אין קרית יואל?

מרא דאברהם, אן אשכול מיט שטותים אפשר רוקט מען עס אריין אין פארברענגען?

אין כתובות, האט מען יא געשריבן מאנרא?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געראטעוועט האט געשריבן:איינער מערקט מיך אן ווי אינטערסאנט אז מ'קוקט צירוק
דאס אז קרית יואל זאל קענען באקומען זייער לאנגער חלום פין האבען א אייגענע טאון האט נאר געקענט געשעהן דורך יונייטעד מאנרוי זעלבסט
קודם איז געווען א ביטערע געראנגעל ביז ס'זיי געלונגען צו איבערנמען די טאון
אין י''מ האט געזעהן אז ס'לוינט נישט די גאנצע מעשה אין מ'דארף פארהאנדלען
אזוי איז ארויסגעקומען די גאנצע פשרה פין טאן אוו ''נארט מאנרוי''

ווען מ'האט גערעדט פאר יארן צירוק פין ווערן א טאון (מ'האט נאך דעמאלטס נישט גערעדט פין ענעקסירן שטחים) האט עס נישט געהאט קיין שום טשאנסן
דאס מיינט מעז יצא מתוק

עס איז בכלל נישט געווען 'די לאנגע חלום פון קרית יואל' אין בעסטן פאל איז עס א טובה למען השלום, און א שטארקע קאמפראמיס פון די אריגינעלע אנעקסעישאן פלאן, בכלל נישט קיין מעז יצא מתוק.

אולי זכינו וואלט פאר דריי יאר צוריק געווארן אנעקסירט 507 עיקרס, פאר איבער א יאר צוריק געעםנט געווארן די וואסער פייפליין, און קרית יואל וואלט שוין היינט געהאט מיט אפאר הונדערט דירות מער, פרייזן וואלטן געווען מיט 70 דאלאר ביליגער א קוואדראט-פיס, און א כפרה פאר 'פאלם-טרי'

עכשיו שלא זכינו, האט קרית יואל נאר צובאקומען 220 עיקרס, אפאר הונדערט עיקר אין די הענט פון היימישע בעלות וועלכע זענען געבליבן אינדרויסן אן קיין פלאן אריינצוקומען אין די נאנטע צוקונפט, מיליאנען דאלארן פון שטייערצאלער פארשפענדט אין די געריכטן, מיליאנען דאלארן אין אידיש געלט פארשפענדט פאר טייערע דירות פרייזן, אן ענגשאפט פון דירות אין קרית יואל מיט בנינים וואס רופט ארויס אן אפשיי ביי פארבייגייער, א וואסער קריזיס די לעצטע פאר יאר לאזט נישט באוואסערן די גראז און אפקילן די קינדער אין די זומער חדשים, יונייטעד מאנרא אויפגעבויעט א כח איבער די לענג אוו ברייט פון די קאונטי, און וואס האט מען? פאלם-טרי....

יעדער רעכטדענקענדער מענטש פארשטייט אז דאס איז געווען די בעסטע מהלך נאכן חורבן פון יונייטעד מאנרא, אבער צו זאגן אז דאס איז גאר די 'חלום פון קרית יואל' איז לעכערליך

מענטשן האבן א שארט-טורם זכרון, וואו איז 'מחותן'?... איי האבן מיר געוויינט אטן געקלאגט דעמאלס ווען די אנעקסעישאן איז דורכגעפאלן, היינט מיינט מען אז 'פאלם טרי' איז גאר א ישועה, עס איז א רעזולטאט פון א חורבן
אוועטאר
געראטעוועט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געראטעוועט »

איך באוויין אויך די אלע שאדען וואס איז 'געווען' אין האפענטלוך וועט זיך אביס לסעטלען ווי ווייט מעגליך

לויט ווי די מצב האלט יעצט האסטו במציאות נישט די 507 ענעקסעישאן
אויב וואלט מען זיכער געקענט געווינען די 507 ענעקסעישאן ביזטו גערעכט לגבי די ענעקסעישאן

למעשה איז די 507 נאך אין קארט
אין די טאון האסטו באקומען + נאך א שיבוש פין 50 עיקר
proud user of
Geder
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געראטעוועט האט געשריבן:איך באוויין אויך די אלע שאדען וואס איז 'געווען' אין האפענטלוך וועט זיך אביס לסעטלען ווי ווייט מעגליך

בקיצור, מעז יצא 'מתוק'? וואס איז דא 'מתוק'? אז מהאט נישט 507 נאר א טאון מיט א שיבוש?
אוועטאר
געראטעוועט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געראטעוועט »

מיללער האט געשריבן:
געראטעוועט האט געשריבן:איך באוויין אויך די אלע שאדען וואס איז 'געווען' אין האפענטלוך וועט זיך אביס לסעטלען ווי ווייט מעגליך

לויט ווי די מצב האלט יעצט האסטו במציאות נישט די 507 ענעקסעישאן
אויב וואלט מען זיכער געקענט געווינען די 507 ענעקסעישאן ביזטו גערעכט לגבי די ענעקסעישאן

למעשה איז די 507 נאך אין קארט
אין די טאון האסטו באקומען + נאך א שיבוש פין 50 עיקר

בקיצור, מעז יצא 'מתוק'? וואס איז דא 'מתוק'? אז מהאט נישט 507 נאר א טאון מיט א שיבוש?

עלעדיגט, פארראכטן
proud user of
Geder
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

נחום וואהלינער האט געשריבן:שוין, פון היינט אין ווייטער וועט מען שוין נישט זאגן אז מ'וואוינט/ פארט אין/קיין מאנדרוי... וויאזוי רייסט מען אויס אזא אלטע געוואוינהייט.

זארגט אייך נישט
וויאזוי הייסט די גאז סטאנציע נעבן ק''י, וועלערא אדער עקסאן, הא?
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

מיללער האט געשריבן:
געראטעוועט האט געשריבן:איינער מערקט מיך אן ווי אינטערסאנט אז מ'קוקט צירוק
דאס אז קרית יואל זאל קענען באקומען זייער לאנגער חלום פין האבען א אייגענע טאון האט נאר געקענט געשעהן דורך יונייטעד מאנרוי זעלבסט
קודם איז געווען א ביטערע געראנגעל ביז ס'זיי געלונגען צו איבערנמען די טאון
אין י''מ האט געזעהן אז ס'לוינט נישט די גאנצע מעשה אין מ'דארף פארהאנדלען
אזוי איז ארויסגעקומען די גאנצע פשרה פין טאן אוו ''נארט מאנרוי''

ווען מ'האט גערעדט פאר יארן צירוק פין ווערן א טאון (מ'האט נאך דעמאלטס נישט גערעדט פין ענעקסירן שטחים) האט עס נישט געהאט קיין שום טשאנסן
דאס מיינט מעז יצא מתוק

עס איז בכלל נישט געווען 'די לאנגע חלום פון קרית יואל' אין בעסטן פאל איז עס א טובה למען השלום, און א שטארקע קאמפראמיס פון די אריגינעלע אנעקסעישאן פלאן, בכלל נישט קיין מעז יצא מתוק.

אולי זכינו וואלט פאר דריי יאר צוריק געווארן אנעקסירט 507 עיקרס, פאר איבער א יאר צוריק געעםנט געווארן די וואסער פייפליין, און קרית יואל וואלט שוין היינט געהאט מיט אפאר הונדערט דירות מער, פרייזן וואלטן געווען מיט 70 דאלאר ביליגער א קוואדראט-פיס, און א כפרה פאר 'פאלם-טרי'

עכשיו שלא זכינו, האט קרית יואל נאר צובאקומען 220 עיקרס, אפאר הונדערט עיקר אין די הענט פון היימישע בעלות וועלכע זענען געבליבן אינדרויסן אן קיין פלאן אריינצוקומען אין די נאנטע צוקונפט, מיליאנען דאלארן פון שטייערצאלער פארשפענדט אין די געריכטן, מיליאנען דאלארן אין אידיש געלט פארשפענדט פאר טייערע דירות פרייזן, אן ענגשאפט פון דירות אין קרית יואל מיט בנינים וואס רופט ארויס אן אפשיי ביי פארבייגייער, א וואסער קריזיס די לעצטע פאר יאר לאזט נישט באוואסערן די גראז און אפקילן די קינדער אין די זומער חדשים, יונייטעד מאנרא אויפגעבויעט א כח איבער די לענג אוו ברייט פון די קאונטי, און וואס האט מען? פאלם-טרי....

יעדער רעכטדענקענדער מענטש פארשטייט אז דאס איז געווען די בעסטע מהלך נאכן חורבן פון יונייטעד מאנרא, אבער צו זאגן אז דאס איז גאר די 'חלום פון קרית יואל' איז לעכערליך

מענטשן האבן א שארט-טורם זכרון, וואו איז 'מחותן'?... איי האבן מיר געוויינט אטן געקלאגט דעמאלס ווען די אנעקסעישאן איז דורכגעפאלן, היינט מיינט מען אז 'פאלם טרי' איז גאר א ישועה, עס איז א רעזולטאט פון א חורבן

איך פארשטיי טאקע נישט די חשבון פון די וויליזש
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

אלט מאנרא האט געשריבן:ערשטע אידישע שטאט אין אמעריקע געגרינדעט נעכטן ביינאכט

נעכטן איז אפגעצייכנט געווארן היסטאריע אין אמעריקע מיט דעם וואס די רעזולטאטן פון די וואלן האבן אויסגעקלארט דעם וועג פאר די גרינדונג פון א חסידישע אידישע שטאט אין אמעריקע, די ״טאון אף פאלם טרי״ אדער די שטאט ״טייטלבוים״ ווען א מערהייט פון 83% פון די וויילער אין ארענדש קאונטי האבן געשטימט ״יא״ אויף די פארשלאג צו אפטיילן די ווילעדש אף קרית יואל פון די טאון אף מאנראו און איר געבן די פולע סטאטוס פון א אייגענע טאון.

זייענדיג א טאן באדייט אז די פירערשאפט וועט האבן די פולע פאראנטווארטליכקייט פאר די איינוואוינער, און וועלן צושטעלן די זיכערהייט ווי פאליציי און פייער לעשער דינסטן, און אזוי אויך באקומען זיי די פולע רעכטן איבער בוי פערמיטן און זאונינג, און איבער אלעם וועט דאס האפנטליך ענדיגן די לאנג יעריגע אנגעצויגנקייט צווישן קרית יואל און די שכנים, וואס האט זיך גענומען צוליב די גאר אנדערע געברויכן וואס קרית יואל האט אין פארגלייך צו אירע נישט אידישע שכנים.

די פלאן צו גרינדען א אייגענע טאון איז געווארן געשטיצט פון אלע פראקציעס אין די טאון אף מאנרא אריינגערעכנט פארשטייער פון ״יוניייטעד מאנרא״ און איז אריבער אין די מאנרא לעגיסלאטור מיט 18 שטימען קעגן בלויז 3 קעגנער. אצינד איז צום האפן אז די פירערשאפט פון די ״טאון אף פאלם טרי״ זאלן טאקע אהערשטעלן א מוסטער פון א אידישע שטאט און פירן די לאקאלע רעגירונג מיט יושר און ערליכקייט און מאכן א קידוש ה׳.

פיינע נייעס.

איבער די זאונינג פארשטיי איך אבער פאליציי און פייער דינסטן?! דאס איז די מעלה יעצט? לאמיר נישט אריינגיין צו עס איז אויסגעהאלטן להלכה - מסתם נישט, אבער דו ווילסט טאקע ס'זאל זיין אן אייגענעם פאליציי? וואס ברויכסטו, מער טיקעטס? ווייניגער?

און בכלל, דו טוסט זיך אויף מיט אן אידישע רעגירונג? איז דאס דען די ציל מיטן טאון?! אזוי ווי מיללער זאגט איז דאס בלויז א תוצאה פון א חורבן אין די איינציגסטע זאך דערפון צו פארגרינגערן ווי ווייט מעגליך פארן היימישן צוביר און פארמיידן די אלע קאפ דרייענישן ביים בויען אד"ג, אבער אייגענע פאליציי?! קאם אן
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

וועלטניק האט געשריבן:

אין די אינטערשטע חלק פונ'ם באשרייבונג האט יא פשט ?
אמיען גערעדאכטץ סצום האפן אז די טאון ווירטשאפט וועט מאכן א קידש השם....
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

אלט מאנרא האט געשריבן:ערשטע אידישע שטאט אין אמעריקע געגרינדעט נעכטן ביינאכט

נעכטן איז אפגעצייכנט געווארן היסטאריע אין אמעריקע מיט דעם וואס די רעזולטאטן פון די וואלן האבן אויסגעקלארט דעם וועג פאר די גרינדונג פון א חסידישע אידישע שטאט אין אמעריקע, די ״טאון אף פאלם טרי״ אדער די שטאט ״טייטלבוים״ ווען א מערהייט פון 83% פון די וויילער אין ארענדש קאונטי האבן געשטימט ״יא״ אויף די פארשלאג צו אפטיילן די ווילעדש אף קרית יואל פון די טאון אף מאנראו און איר געבן די פולע סטאטוס פון א אייגענע טאון.

זייענדיג א טאן באדייט אז די פירערשאפט וועט האבן די פולע פאראנטווארטליכקייט פאר די איינוואוינער, און וועלן צושטעלן די זיכערהייט ווי פאליציי און פייער לעשער דינסטן, און אזוי אויך באקומען זיי די פולע רעכטן איבער בוי פערמיטן און זאונינג, און איבער אלעם וועט דאס האפנטליך ענדיגן די לאנג יעריגע אנגעצויגנקייט צווישן קרית יואל און די שכנים, וואס האט זיך גענומען צוליב די גאר אנדערע געברויכן וואס קרית יואל האט אין פארגלייך צו אירע נישט אידישע שכנים.

די פלאן צו גרינדען א אייגענע טאון איז געווארן געשטיצט פון אלע פראקציעס אין די טאון אף מאנרא אריינגערעכנט פארשטייער פון ״יוניייטעד מאנרא״ און איז אריבער אין די מאנרא לעגיסלאטור מיט 18 שטימען קעגן בלויז 3 קעגנער. אצינד איז צום האפן אז די פירערשאפט פון די ״טאון אף פאלם טרי״ זאלן טאקע אהערשטעלן א מוסטער פון א אידישע שטאט און פירן די לאקאלע רעגירונג מיט יושר און ערליכקייט און מאכן א קידוש ה׳.
פיינע נייעס.

"פיינע נייעס" קוקט מיר אויס אביסל מדינת ישראל (נאצינאליזאם) געשטימט, ווי אויך אומבאהאווענט אין מציאות.
1) באריכטענדיג מיט איין שמחה אז עס איז די ערשטע אידישע שטאט אין אמעריקע, (ציונות-נאצינאליזאם)
2)פייער לעשער עקזעסטירט שוין פון לאנג.
3) פאליציי דיפארטמענט איז די פאבליק סיעפטי וועלכע עקזעסטירט שוין- און אגב לעצטענס קען מען זיי זעהן פאטראלירן די שטאט אויך אין די וואכן טעג.
4) עס איז אריבער אינעם "קאנטי לעגליסלעטאר" די טואן פארמאגט נישט קיין "לעגיסלאטער".
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יואלפריעדמאן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יואלפריעדמאן האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:עס איז נאכנישט קיין פאקט, עס איס געגאנגען נאָך א גרויסע טריט פאראויס. לויט די יעצטיגע געזען קען עס נישט ווערן אין עפעקט בעפאר יארע 20 למספ'. די געזעץ געבער אין אלבעני וועלן דן זיין אין יאנואר 18' צו מען זאל מאכן א ספעציעלע אויסנאם געזעץ עס זאָל יא ערלויבט זיין צו אריינגיין אין עפעקט שנעלער.

כ'הער אז דער רבי פין קרית יואל הייסט מ'זאל מער נישט שרייבן 'מאנרוי' אויף כתובות אין ס'זאל זיך נישט מאכען - גיטין

דער רבי פון קרית יואל?
ווען האט מען געשריבן מאנרא?
מ'שרייבט בכלל גיטין אין קרית יואל?

מרא דאברהם, אן אשכול מיט שטותים אפשר רוקט מען עס אריין אין פארברענגען?

אין כתובות, האט מען יא געשריבן מאנרא?

קודם שטעלסטו הנחות נאכדעם פרעגסטו קשיות?

אין כתובות שרייבט מען 'מתא קרית יואל'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

אלט מאנרא האט געשריבן:ערשטע אידישע שטאט אין אמעריקע געגרינדעט נעכטן ביינאכט

נעכטן איז אפגעצייכנט געווארן היסטאריע אין אמעריקע מיט דעם וואס די רעזולטאטן פון די וואלן האבן אויסגעקלארט דעם וועג פאר די גרינדונג פון א חסידישע אידישע שטאט אין אמעריקע, די ״טאון אף פאלם טרי״ אדער די שטאט ״טייטלבוים״ ווען א מערהייט פון 83% פון די וויילער אין ארענדש קאונטי האבן געשטימט ״יא״ אויף די פארשלאג צו אפטיילן די ווילעדש אף קרית יואל פון די טאון אף מאנראו און איר געבן די פולע סטאטוס פון א אייגענע טאון.

זייענדיג א טאן באדייט אז די פירערשאפט וועט האבן די פולע פאראנטווארטליכקייט פאר די איינוואוינער, און וועלן צושטעלן די זיכערהייט ווי פאליציי און פייער לעשער דינסטן, און אזוי אויך באקומען זיי די פולע רעכטן איבער בוי פערמיטן און זאונינג, און איבער אלעם וועט דאס האפנטליך ענדיגן די לאנג יעריגע אנגעצויגנקייט צווישן קרית יואל און די שכנים, וואס האט זיך גענומען צוליב די גאר אנדערע געברויכן וואס קרית יואל האט אין פארגלייך צו אירע נישט אידישע שכנים.

די פלאן צו גרינדען א אייגענע טאון איז געווארן געשטיצט פון אלע פראקציעס אין די טאון אף מאנרא אריינגערעכנט פארשטייער פון ״יוניייטעד מאנרא״ און איז אריבער אין די מאנרא לעגיסלאטור מיט 18 שטימען קעגן בלויז 3 קעגנער. אצינד איז צום האפן אז די פירערשאפט פון די ״טאון אף פאלם טרי״ זאלן טאקע אהערשטעלן א מוסטער פון א אידישע שטאט און פירן די לאקאלע רעגירונג מיט יושר און ערליכקייט און מאכן א קידוש ה׳.

פיינע נייעס.

גייט 'אלט מאנרא' טוישן זיין נאמען צו 'אלט פאלם טרי', אדער 'אלט טייטלבוים'?
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

נאך איינער האלט אז 'טאון אוו פאלם' הערט זיך און זאגט זיך בעסער?
איך מיין אז די ווארט טרי איז איבריג.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

מיללער האט געשריבן:בקיצור, מעז יצא 'מתוק'? וואס איז דא 'מתוק'? אז מהאט נישט 507 נאר א טאון מיט א שיבוש?

מעז יצא מתוק איז אפשר נישט פאסיג, אבער 'מה' יצא הדבר' יא. ס'איז קלאר אז יד ה' עשתה זאת און פון הימל האט מען אזוי צוגעפירט אז מען זאל ענדערש מאכן אן אייגענעם טאון און דערמיט ברענגן א שלום אטמאספערע אינעם ראיאן.
ובאמת איז עס א נס למעלה מדרך הטבע. קוים א יאר צוריק האט די מצב האט אויסגעזעהן שווארץ און פארלוירן, די שכנים פון אלע זייטן זענען געווען אנגעהעצט אויפן העכסטן דעגרי, זייער כח און קראפט איז געשטיגן פון יאר צו יאר, אלע פאליטישע פאזיציעס האבן זיי פארכאפט, און מיט דעם אלעם האט זיך פלוצים אזוי וואונדערליך דאס רעדל א דריי געטאהן און מען האט באוויזן זיי צו ברענגן צום פארהאנדלונגס טיש. ברצות ה' דרכי איש גם אויביו ישלים עמו.

בילדער, איך מיין אויך אזוי. פאלם-טרי איז לכאורה א דאפלט לשון, פונקט ווי מען זאל זאגן 'טייטלבוים בוים'
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

באריכט און עדיטאריעל פונעם רעקארד

Kiryas Joel’s split from Monroe overwhelmingly approved
By Chris McKenna
Times Herald-Record
@ChrisMcKenna845
Posted Nov 7, 2017 at 11:34 PM Updated Nov 7, 2017 at 11:34 PM
MONROE - Town voters on Tuesday overwhelmingly approved Kiryas Joel’s secession from Monroe, a proposal that will create the first new town in New York in 35 years and resolve conflicts over Kiryas Joel’s recent expansion efforts and longstanding clout in Monroe elections.
More than 80 percent of Monroe’s voters supported the formation of the Town of Palm Tree, according to complete unofficial tallies from the Orange County Board of Elections.
Both the majority political faction in Kiryas Joel and the United Monroe citizens group had urged their voters to support the separation, making the outcome of Tuesday’s vote all but assured in advance. Voter approval of the separation had seemed likely since July, when Kiryas Joel officials and United Monroe leaders finalized a legal settlement that included their mutual support for a new town with 162 fewer additional acres than Kiryas Joel had originally sought.
Kiryas Joel leaders cheered the voting results Tuesday night.
“Today is truly an historic day that will usher in a new era of peace and stability for all the residents of Monroe,” Village Administrator Gedalye Szegedin said in a statement. “We would like to thank all the voters in Monroe for their overwhelming support. They chose a better path forward, one of diplomacy and compromise instead of angry rhetoric and litigation.”
Under the terms of the deal reached in July, United Monroe will now withdraw its court appeal challenging Kiryas Joel’s annexation of 164 acres in 2015, and Kiryas Joel will cease its own court effort to annex 507 acres instead. The future Town of Palm Tree will consist of Kiryas Joel - including the land it annexed - and 56 more acres.
The added territory gives the Hasidic community room to expand. For residents of the two villages and unincorporated areas that remain in the Town of Monroe, the separation means Kiryas Joel’s voting blocs will no longer control Monroe elections. The drawback is that Monroe will lose about $1.9 million a year in tax revenue and will have to raise taxes and take other steps to make up for it.
The new town won’t come into existence until 2020, unless expedited by special legislation enacted in Albany after state lawmakers return in January for the 2018 session. Assemblyman James Skoufis, a Woodbury Democrat, has said he is writing a bill that would speed up the effective date for Palm Tree and secure additional state aid for Monroe-Woodbury School District to recoup some revenue it will lose. Monroe-Woodbury will lose a relatively small amount because it will cede 220 acres to Kiryas Joel School District to put all of the future Palm Tree in Kiryas Joel School District’s domain.
[email protected]

Editorial: County gets new town and a chance for calm
Posted at 2:28 PM Updated at 2:28 PM
The new Town of Palm Tree, created with overwhelming support from the Village of Kiryas Joel and the Town of Monroe in elections Tuesday, is a welcome development both for what it means and for how it came to be.
What it means for the next 10 years is that the divisive politics and resentment that have been prevalent in the Town of Monroe for a decade or more should fade. No longer will elections be about them and us. Palm Tree voters will control their fate and Town of Monroe voters will decide theirs. The separate school districts serving the two communities will be able to cooperate, as all neighboring district do.
The two towns will be able to grow the way their residents wish to grow. In Monroe, that is likely to mean less dense housing and in Palm Tree we can expect to see more of the kinds of clustered housing that is necessary where families are large and children choose to live near their parents.
The new town offers a place for those families who might have gone beyond the old village borders in the past more room in which to live in an environment that will welcome the kind of development required to support such growth.
Another important element is a truce over annexation. The new town will not try to expand for 10 years and the community group that has been opposing much of the activity in the Village of Kiryas Joel, United Monroe, will withdraw its court appeal challenging annexation.
The results on Tuesday were best summed up by Village Administrator Gedalye Szegedin who noted that the voters “chose a better path forward, one of diplomacy and compromise instead of angry rhetoric and litigation.”
That is all the more remarkable considering some of the angry rhetoric that emerged late in the campaign for county executive, fueled by Steve Neuhaus in his attempt to portray his opponent as “Scary,” as his literature practically screamed, for being associated in any way with Kiryas Joel even though on Tuesday Neuhaus got more votes from the village than his opponent.
Such scare tactics were part of a discussion the Sunday before the election when an expert on anti- Semitism and the radical right called on people to hold leaders accountable if their actions normalize hate.
“It’s incredibly important to confront politicians who make these kinds of statements and point out, in a positive way, why they’re wrong, why they’re demonizing, why they’re isolating the people,” Mark Potok said.
That becomes even more relevant when considering how the new Town of Palm Tree came into being. It was not elected officials in Orange County who made this happen, although they did not block the effort when it came to a vote. It was the two combatants, the ones that had been at odds for years, who decided that they needed to meet and to find a way to settle their differences.
Now, we will have to see if those officials continue to inspire distrust and division or if they follow the enlightened path of those in the towns of Monroe and Palm Tree.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

פ' לך לך האט געשריבן:
בילדער, איך מיין אויך אזוי. פאלם-טרי איז לכאורה א דאפלט לשון, פונקט ווי מען זאל זאגן 'טייטלבוים בוים'

ס'נישט ממש אזוי, מ'קען זאגן פאלם טרי
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

יעצט וועט מען שוין קענען אדווערטייזן: צו פארדינגען א דירה אין די "Hearts of Palm"
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

אדער אין קערנעל
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

וועט מען קענען פארן אויף אפריה אין "פאלם טרי" אנשטאט זיך שלעפן ביז "פאלם ספרינגס"...
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

מיללער האט געשריבן:
געראטעוועט האט געשריבן:איך באוויין אויך די אלע שאדען וואס איז 'געווען' אין האפענטלוך וועט זיך אביס לסעטלען ווי ווייט מעגליך

לויט ווי די מצב האלט יעצט האסטו במציאות נישט די 507 ענעקסעישאן
אויב וואלט מען זיכער געקענט געווינען די 507 ענעקסעישאן ביזטו גערעכט לגבי די ענעקסעישאן

למעשה איז די 507 נאך אין קארט
אין די טאון האסטו באקומען + נאך א שיבוש פין 50 עיקר

בקיצור, מעז יצא 'מתוק'? וואס איז דא 'מתוק'? אז מהאט נישט 507 נאר א טאון מיט א שיבוש?

ויש אומרים נאך א טעם אויף 'מעז יצא מתוק', ווען מהעט וועהן געהאט אנעקסעישאן גרינגערהייט, וואלט קיינער נישט געחלומט פון ארויסקוקן פון קעסטל, קר"י וואלט טאקע געוואקסן פון 1.1 סקווער מייל צו 1.3 סקווער מיילס, אבער א יעדע איינוואונערס חלום וואלט געווען אדער שכונת ויואל משה אדער 3 ליזענסק וכו, הודו לשם אז אנעקסעישאן איז פארהאנקערט געווארן , און קר"י ווערט אויס געצויגן צו 5 סקווער מייל לעת עתה ווען די שורות ווערן געשריבן.

מקען איין זאך זאגן, ואילו מלא פינו שירה כים.. וגו.. אין אנו מספיקים פאר חסד הקדוש ברוך הוא אויף די פארהאנקערטע אנעקסעישאן פראסעס, מעז יצא 'מתוק'!
#בשיטה נישט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נו שוין האט געשריבן:ויש אומרים נאך א טעם אויף 'מעז יצא מתוק', ווען מהעט וועהן געהאט אנעקסעישאן גרינגערהייט, וואלט קיינער נישט געחלומט פון ארויסקוקן פון קעסטל, קר"י וואלט טאקע געוואקסן פון 1.1 סקווער מייל צו 1.3 סקווער מיילס, אבער א יעדע איינוואונערס חלום וואלט געווען אדער שכונת ויואל משה אדער 3 ליזענסק וכו, הודו לשם אז אנעקסעישאן איז פארהאנקערט געווארן , און קר"י ווערט אויס געצויגן צו 5 סקווער מייל לעת עתה ווען די שורות ווערן געשריבן.

מקען איין זאך זאגן, ואילו מלא פינו שירה כים.. וגו.. אין אנו מספיקים פאר חסד הקדוש ברוך הוא אויף די פארהאנקערטע אנעקסעישאן פראסעס, מעז יצא 'מתוק'!

וואס האט דאס מיט 'פאלם טרי'?

און בכלל איז דאס פערדעריי אין פולן זין פון ווארט, קודם רעדט מען דא פון קנאפע 200 משפחות וואס האבן זיך ארויסגעצויגן אלס גאנציעריגע תושבים אינדרויסן פון קרית יואל, און דאס איז שוין אינאיינעם מיט משפחות פון וומ"ס און אנדערע מקומות, הייסט דאס אז די גאנצע 'מתיקות' שפירן דערווייל גאר א קליינע פראצענט משפחות, בשעת וואס די 'עז' שפירט יעדע איינציגע פון די קרוב צו פינף טויזנט משפחות אין קרית יואל

והשנית, די פרייזן אין די שכונת 'מתיקות' ארום קר"י שטייען דערווייל ביי זייער טייערע ציפערן, מיט שטייערן וואס נאר א נגיד קען באצאלן, בלייבט די 'מתיקות' ווייטער א זאך וואס ווייניג קענען דערפון נהנה זיין.

והשלישית, דא רעדט מען פון מיליאנען דאלאר אין געלט שאדן און אין הויכע דירות פרייזן, וואס ווער עס האט געהאט א חלק אין פאראורזאכן דעם שאדן במישרין או בעקיפין איז עתיד ליתן את הדין, דאס איז גארנישט 'מתוק' די נענסטע וואס עס קומט צו 'מתיקות' איז עס מכח 'מים גנובים ימתקו' באראבאוועט אייגענע ברודער, אייגענע שכנים און גוטע פריינט, און דאס איז גאר דער 'מעז יצא מתוק' וויי פאר אזא מתיקות, אוי נא לנו מיום הדין או לנו מיום התוכחה

'הודו לשם אז אנעקסעישאן איז פארהאנקערט געווארן' אזוי רעדט אן אינו בן ברית וועם עס גייט נישט אן יענעמס געלט שאדן, אזוי שרייבט איינער אן קיין הארץ און געפיל צו מענטשן וואס צאלן רענט אין די גדולות, אפשר צייכנט איר מיר אן וואו אין די '5 סקווער מייל' א פארפאלק קען וואונען פאר צוגענגליכע רענט פרייזן? אפשר צייכנט איר אן וואו אין די '5 סקווער מייל' קענען 300 משפחות א יאר זיך ארויסציען, מידי שנה בשנה?

ווייל 200 משפחות האבן געטראפן א דירה, טייל דערפון אן אלטע חורבה אין בלומינג-גראוו, טייל דערפון א פאלאץ אין וואודבורי זשאנקשאן פאר זעקס הונדערט אלפים מיט צוואנציג אלפים שטייער, פארדעם דארף איז 'הודו לשם אז אנעקסעישאן האט זיך פארהאנקערט'?

אילו פינו מלא שירה, חסד הקב"ה, וכו' וכו' - יעדעס ווארט אן עקסטער שטיקל טיפשות אין בעסטן פאל, אויב נישט רשעות און הארטנעקיגע אריינגעגעסענע שלעכטקייט
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

די סקרענטטאנער רב זז"ג וואלט ביטע געקענט מסבירן פאר אזעלכע עמי הערצים ווי מיר, וואס די גרויס ווייטאג אין פארלוסט די נייע טאון איז?
+------------------------

אויב מ'מעג פרעגן: האט דאס נישט אביסעל מיט לאומיות? און בכלל פארוואס יז א ווילעדז' מער אקעי ווי דעם?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:די סקרענטטאנער רב זז"ג וואלט ביטע געקענט מסבירן פאר אזעלכע עמי הערצים ווי מיר, וואס די גרויס ווייטאג אין פארלוסט די נייע טאון איז?

חס ושלום - די טאון איז נישט קיין ווייטאג, די סיבות וואס האבן צוגעברענגט דערצו איז א ווייטאג

דינסטאג האבן ניינציג פראצענט תושבי קרית יואל געשטימט אז די נייע טאון איז א גוטע זאך, און בלויז 600 וויילער האבן געזעהן דערינען א שלעכטע זאך, און אוודאי בין איך מסכים צום רוב אז לויט די אומשטענדן איז דער טאון דער דרך מבוא השלום אראפצונעמען די חרון אף פון די שכנים וועלכע זענען געווארן אנגעהעצט דורך יונייטעד מאנרא, נאכדעם וואס יונייטעד מאנרא האט אויפגעבויעט א כח דורך זייער פריערדיגע געווינסן אין טאון, און אויפן פאבליק רילעישאנשיפ פראנט.

פאר איינער וואס האט נישט מיטגעהאלטן די עגמת נפש פון די לעצטע 15 יאר, וואס איז געוואקסן מיט א יאר, ווען די שכנים ארום קרית יואל האבן אראפגעלייגט פיסלעך ביי יעדע שריט מרחיב צו זיין די גבולים, סיי אין קרית יואל זעלבסט דורכ'ן שטערן די וואסער פייפליין און שפעטער יד אויסברייטערונג דורך אנעקסעישאן, וועט נישט פארשטיין וואס עס ליגט דא אונטער די 'פאלם טרי' סעלושען, אבער די שפיץ איז אז 'פאלם טרי' איז א 'סעלושען' צו א 'פראבלעם' וואס דער 'פראבלעם' איז 'סעלף מעיד' און איז ווי דער משל אין ויואל משה פון די לעשער און די צינדער.

יונייטעד מאנרא האט קריעטעד א פראבלעם פאר קרית יואל דורכן העצן די געמיטער ארום און ארום און סטראשען יעדן פאליטישאן וואס העלפט קרית יוואל, נאכמער האבן זיי געברענגט א פראבלעם פאר די ארומיגע טאונס, ווען דורך זייער ענגשאפונג האבן זיי געשטופט אז חסידים זאלן איבערנעמען גאנצעטע געגענטן אין בלומינג-גראוו און אין וואודבורי, ארויסברענגענדיג די צארן פון די שכנים מיט א טענה צו יונייטעד מאנרא, מי ביקש זאת מידכם? וממילא, האט יונייטעד מאנרא 'געראטעוועט' דעם ראיאן מיט זייער שטיצע פאר 'טאון אוו פאלם טרי' וועלכע קומט ווי א שירעם נאך א רעגן.

אוודאי דארף מען עס שטיצן, און אוודאי איז עס א שמחה אז ענדליך איז פארהאן א ליכטיגקייט אויפן ראוד, אבער ווער עס ווייסט די פרייז וואס דאס האט געקאסט איז נעשה בשרו חידודין.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ייש"כ פאר אייער ערקלעראונג.
וויאזוי האט קרית יואל 'געמאכט' די פראבלעם אז ס'זאל זיין ווי די צינדער און לעשער?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:ייש"כ פאר אייער ערקלעראונג.
וויאזוי האט קרית יואל 'געמאכט' די פראבלעם אז ס'זאל זיין ווי די צינדער און לעשער?

איך האב נישט געשריבן אז קרית יואל האט געמאכט די פראבלעם, איך האב געזאגט אז יונייטעד מאנרא האט געמאכט די פראבלעם, און דא איז נישט דאס פלאץ איבערצו'חזר'ן די היסטאריע דערפון.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”