פאטאקי08 האט געשריבן:די נומערען פון קרית יואל זענען נאך נישט אריין
נו ברענג עס אהער...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אויסגעשלאפן האט געשריבן:???Steven nehaus won
כא כא כא האט געשריבן:די פלאן איז אז ס'גייט זיך גארנישט עפעס ערנסט טוישן ווייל מ'גייט מאכן אלעס פאר איין גרויסע ווילידזש און אז ער איז נאר א ווילידזש מוז ער נישט האבן די אלע זאכן, נאר אזויפיל יא אז מאנרא טאון וועט גארנישט קענען אריין רעדען אין קרית יואל
פרעג מיר נישט צופיל ווייל איך שרייב נאר נאך וואס כאב געהערט היינט איינעם מסביר זיין...
דער מח האט געשריבן:מאקאווער האט געשריבן:איז פארהאנען בכלל א מעגליכקייט אז דער נייער טאון זאל דורכפאלן? כהאב געהערט אין א אנטערוויו מיט ר' יעקב פריינד איז מסביר אז א געוויסער גויאישער אדוואקאט סטראשעט עס אפצושטעלן אין געריכט.. וויל איך דא פרעגן צו איז דען בכלל שייך אזא זאך? כוויל נישט אריינפארן אין זייטיגע ענינים ודי כפרעג נאר אלץ נייגעריגער אוטסיידער צו סבכלל שייך אז סזאל דורכפאלן ח"ו..
אויב גייט איינער אין געריכט אקעגן דעם נייעם טאון און עס איז נישט ארויסגעקומען א מעכטיגע עולם וואוטן דערפאר קען עס ווערן גרינגער צוריקגעדרייט ווי ווען די געריכט זעהט אז "יעדער" איז דערפאר.
אידיש.טייפינג האט געשריבן:דער מח האט געשריבן:מאקאווער האט געשריבן:איז פארהאנען בכלל א מעגליכקייט אז דער נייער טאון זאל דורכפאלן? כהאב געהערט אין א אנטערוויו מיט ר' יעקב פריינד איז מסביר אז א געוויסער גויאישער אדוואקאט סטראשעט עס אפצושטעלן אין געריכט.. וויל איך דא פרעגן צו איז דען בכלל שייך אזא זאך? כוויל נישט אריינפארן אין זייטיגע ענינים ודי כפרעג נאר אלץ נייגעריגער אוטסיידער צו סבכלל שייך אז סזאל דורכפאלן ח"ו..
אויב גייט איינער אין געריכט אקעגן דעם נייעם טאון און עס איז נישט ארויסגעקומען א מעכטיגע עולם וואוטן דערפאר קען עס ווערן גרינגער צוריקגעדרייט ווי ווען די געריכט זעהט אז "יעדער" איז דערפאר.
שטימען האט גארנישט מיט'ן עצם לעגאליטעט פראגע.
עסמעגן שטימען א מיליאן מענטשן אויף א אישו, אבער אויב דאס געריכט זעט איין אז דאס אזי קעגן די קאנסטיטוציע, קענען זיך א מיליאן מענטשן שטעלן אויפ'ן קאפ (עס איזנאר א הצעה, נישט קיין באפעל...)
אבער לעניננו זעט נישט אויס אז דאס זאל האבן הצלחה אין געריכט, ווייל דאס פארמאציע פונעם נייעם טאון איז געשריבן געווארן אויף א שפראך וואס רעדט נישט פון קיין רעגיגיעזע גרופע ודומה, נאר איבער קולטור.
יונה האט געשריבן:עס איז נאכנישט קיין פאקט, עס איס געגאנגען נאָך א גרויסע טריט פאראויס. לויט די יעצטיגע געזען קען עס נישט ווערן אין עפעקט בעפאר יארע 20 למספ'. די געזעץ געבער אין אלבעני וועלן דן זיין אין יאנואר 18' צו מען זאל מאכן א ספעציעלע אויסנאם געזעץ עס זאָל יא ערלויבט זיין צו אריינגיין אין עפעקט שנעלער.
כא כא כא האט געשריבן:די פלאן איז אז ס'גייט זיך גארנישט עפעס ערנסט טוישן ווייל מ'גייט מאכן אלעס פאר איין גרויסע ווילידזש און אז ער איז נאר א ווילידזש מוז ער נישט האבן די אלע זאכן, נאר אזויפיל יא אז מאנרא טאון וועט גארנישט קענען אריין רעדען אין קרית יואל
פרעג מיר נישט צופיל ווייל איך שרייב נאר נאך וואס כאב געהערט היינט איינעם מסביר זיין...
אוהבך האט געשריבן:נאכאמאל מען גייט דא האבן א אייגענע קארד?.. dmv?.. פאליס?..
(ליצוייר אז יא וועט עס קענען זיין פארמאכט, ווייל ווער וועט געבן א טיקעט פאר זיין חברותא פון כולל, פארוואס זאל די דזשארטש פסק'נען לרע, פאר זיין מחותנ'ס נעפיא.. )
רויט האט געשריבן:אין ליכט פונעם נארוואס באשטעטיגטע טאון אויף "פאלם טרי" ניו יארק, וועלכע וועט ארייננעמען דעם הייליגן שטאט קרית יואל, איז ערווארטעט פארשידענע שיניום.
ווער עס ווייסט ווערט געבעטן אריינצוקומען קלארער.
פון היינט אין ווייטער גייט מען דארפן שרייבן אויף די פאסט פאלם טרי ניו יארק?
("קרית יואל" נ"י קען מען שוין לאנג שרייבן)
די טשעק בוקס וואס עס שטייט די אדרעס פון מאנרא גייט מען דארפן אוועקווארפן?
גייט מען דארפן איינמעלדען אלע קרעדיט קארד ביורעס/שטאטישע טאטעס אז מען איז אינטער א נייע שטאט?
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אוהבך האט געשריבן:נאכאמאל מען גייט דא האבן א אייגענע קארד?.. dmv?.. פאליס?..
(ליצוייר אז יא וועט עס קענען זיין פארמאכט, ווייל ווער וועט געבן א טיקעט פאר זיין חברותא פון כולל, פארוואס זאל די דזשארטש פסק'נען לרע, פאר זיין מחותנ'ס נעפיא.. )
קארט קען מען מאכן א דיעל מיט טאון אויף מאנרא, און אפילו אז מען האט יא א אייגענע גיייט מען ניצען א גוישע ריכטער,
פונקט ווי מען ניצט גוישע קאונטי לעגעלעטער'ס אפילו קרית יואל האט אייגענע שיקט מען נישט קיין אידן למשל מייקל עמאו פארטרעט נאר קרית יואל, מיינט אז ער מיז זיין איד מען קען נעמען מחסידי אומות העולם,
DMV, מעולם לא שמעתי אז מען דארף האבן א אייגענע אבער אויב יא איז עס זייער א גוטע זאך,
פאליס דעפארטמענט איז שוין סייווי דא, פאבליק סעפטי איז א ליגעל פאליס דעפארטמענט, מען דארף אויך האבן א אייגענע פייער דיפארטמענט, הוועי דיפארטמענט, וכדו' אבער מען קען אלעס דינגען די שכינות'דיגע טאונ'ס,
למשל אויב גייט די ווילידש האלטען אז עס איז ביליגער צו מאכן א שותפות מיט טאון אויף מאנרא לגבי די קארט האוז, איז עס נישט קיין פראבלעם,
סאדאם חוסעין האט געשריבן:רויט האט געשריבן:אין ליכט פונעם נארוואס באשטעטיגטע טאון אויף "פאלם טרי" ניו יארק, וועלכע וועט ארייננעמען דעם הייליגן שטאט קרית יואל, איז ערווארטעט פארשידענע שיניום.
ווער עס ווייסט ווערט געבעטן אריינצוקומען קלארער.
פון היינט אין ווייטער גייט מען דארפן שרייבן אויף די פאסט פאלם טרי ניו יארק?
("קרית יואל" נ"י קען מען שוין לאנג שרייבן)
די טשעק בוקס וואס עס שטייט די אדרעס פון מאנרא גייט מען דארפן אוועקווארפן?
גייט מען דארפן איינמעלדען אלע קרעדיט קארד ביורעס/שטאטישע טאטעס אז מען איז אינטער א נייע שטאט?
זיי געבן א דאטום, לאמיר זאגן צעהן יאר וואס מען קען שרייבן ביידע, אזוי איז דא צייט רואיג צו טוישען ווען מען באשטעלט די נייע טשעק בוק.
אבער סתם אזוי מען רעדט נאך נישט פון יעצט מען רעדט פון איבער צוויי יאר ארום [די ווילידטש ארבעט יעצט צו פעסן א ספעציעלע ביל אין אלבעני עס צו פארשנעלערן, אבער מען רעדט זיכער פון א שיינע פאר חדשים ארבעט נאך]