מיללער האט געשריבן:נו שוין האט געשריבן:ויש אומרים נאך א טעם אויף 'מעז יצא מתוק', ווען מהעט וועהן געהאט אנעקסעישאן גרינגערהייט, וואלט קיינער נישט געחלומט פון ארויסקוקן פון קעסטל, קר"י וואלט טאקע געוואקסן פון 1.1 סקווער מייל צו 1.3 סקווער מיילס, אבער א יעדע איינוואונערס חלום וואלט געווען אדער שכונת ויואל משה אדער 3 ליזענסק וכו, הודו לשם אז אנעקסעישאן איז פארהאנקערט געווארן , און קר"י ווערט אויס געצויגן צו 5 סקווער מייל לעת עתה ווען די שורות ווערן געשריבן.
מקען איין זאך זאגן, ואילו מלא פינו שירה כים.. וגו.. אין אנו מספיקים פאר חסד הקדוש ברוך הוא אויף די פארהאנקערטע אנעקסעישאן פראסעס, מעז יצא 'מתוק'!
וואס האט דאס מיט 'פאלם טרי'?
און בכלל איז דאס פערדעריי אין פולן זין פון ווארט, קודם רעדט מען דא פון קנאפע 200 משפחות וואס האבן זיך ארויסגעצויגן אלס גאנציעריגע תושבים אינדרויסן פון קרית יואל, און דאס איז שוין אינאיינעם מיט משפחות פון וומ"ס און אנדערע מקומות, הייסט דאס אז די גאנצע 'מתיקות' שפירן דערווייל גאר א קליינע פראצענט משפחות, בשעת וואס די 'עז' שפירט יעדע איינציגע פון די קרוב צו פינף טויזנט משפחות אין קרית יואל
והשנית, די פרייזן אין די שכונת 'מתיקות' ארום קר"י שטייען דערווייל ביי זייער טייערע ציפערן, מיט שטייערן וואס נאר א נגיד קען באצאלן, בלייבט די 'מתיקות' ווייטער א זאך וואס ווייניג קענען דערפון נהנה זיין.
והשלישית, דא רעדט מען פון מיליאנען דאלאר אין געלט שאדן און אין הויכע דירות פרייזן, וואס ווער עס האט געהאט א חלק אין פאראורזאכן דעם שאדן במישרין או בעקיפין איז עתיד ליתן את הדין, דאס איז גארנישט 'מתוק' די נענסטע וואס עס קומט צו 'מתיקות' איז עס מכח 'מים גנובים ימתקו' באראבאוועט אייגענע ברודער, אייגענע שכנים און גוטע פריינט, און דאס איז גאר דער 'מעז יצא מתוק' וויי פאר אזא מתיקות, אוי נא לנו מיום הדין או לנו מיום התוכחה
'הודו לשם אז אנעקסעישאן איז פארהאנקערט געווארן' אזוי רעדט אן אינו בן ברית וועם עס גייט נישט אן יענעמס געלט שאדן, אזוי שרייבט איינער אן קיין הארץ און געפיל צו מענטשן וואס צאלן רענט אין די גדולות, אפשר צייכנט איר מיר אן וואו אין די '5 סקווער מייל' א פארפאלק קען וואונען פאר צוגענגליכע רענט פרייזן? אפשר צייכנט איר אן וואו אין די '5 סקווער מייל' קענען 300 משפחות א יאר זיך ארויסציען, מידי שנה בשנה?
ווייל 200 משפחות האבן געטראפן א דירה, טייל דערפון אן אלטע חורבה אין בלומינג-גראוו, טייל דערפון א פאלאץ אין וואודבורי זשאנקשאן פאר זעקס הונדערט אלפים מיט צוואנציג אלפים שטייער, פארדעם דארף איז 'הודו לשם אז אנעקסעישאן האט זיך פארהאנקערט'?
אילו פינו מלא שירה, חסד הקב"ה, וכו' וכו' - יעדעס ווארט אן עקסטער שטיקל טיפשות אין בעסטן פאל, אויב נישט רשעות און הארטנעקיגע אריינגעגעסענע שלעכטקייט
פינף טויזנט אידן אין ק"י זיכן יעצט צו קויפן א דירה ?
קןדם עס האלט שוין מער ווי 200 משפחות, דערנאך וויפיל עס ווועט צוקומען וועט די צייט זאגן, אסאך מער ווי די מיינסט אי"ה
הינדערט % אז עס קענען זיך ארויסצויען צענדליגע משפחות א יאר, די געגענטער ארום איז ריזיג גרויס ב"ה
מאך נישט אזוי אוועק די שיינע הייזער אין בלומינג-גראוו, ווייל צו וואוינען אין ק"י אויפן 5'טע שטאק אן א עלעוועטער
מיט 45 משפחות אין א בילדינג אן קיין 1 בוים פאר די אויגן איז אסאך ערגער
אין ק"י צאלט מען מער ווי 600 אלפים פאר א דירה, אין וואס באקומסטו ?
(אילו פינו מלא שירה, חסד הקב"ה, וכו' וכו' - יעדעס ווארט אן עקסטער שטיקל טיפשות אין בעסטן פאל, אויב נישט רשעות און הארטנעקיגע אריינגעגעסענע שלעכטקייט)
אזוי רעדט מען ????