וואס האלט צירוק מענטשן צו מופן?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1928
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am
אדמו"ר מהרי"י האט ביי א מסיבה אין איינע פון די נייע געגענטער געזאגט גאר שטארקע דברי כבושין, געפאדערט מען זאל נישט נאכלאזן אין אידישקייט סיי ביי די יונגעלייט און סיי ביי די נשים.
עטליכע פונקטן:
מען קען נישט ארויסגיין אין גאס אזוי ווי מען גייט אין שטוב.
קומען אין שול אן היט און רעקל איז א פריקות עול.
א סמארטפאון אפי' מען דארף עס לצורך המסחר, קומט עס נישט אין ביהמ"ד.
מען זאל זיך מחזק זיין איינע די אנדערע, אז איינער טוט זאכן וואס איז אנדערש ווי ס'איז ביי אונז געווען איינגעפירט איז גורם אז אנדערע זאלן נאכמאכן.
דירה נאה מרחיבן דעתו של אדם קען זיין ח"ו לעבירה, דארף מען אכט געבן עס זאל נישט פאסירן.
דערנאך אריבער צו קביעות עתים לתורה און אזוי ווייטער.
אויספירענדיג מיט ברכות הקודש אז דער געגענט וועט בליען און זיך אוועקשטעלן אלץ א שיין פלאץ און טאקע זיין דירה נאה לתורה ולעבודה וכו'..
מיין פוינט איז... אז יא ס'איז דא אזא חשש\פראבלעם, און די עצה איז צו אוועקשטעלן א מוכיח בשער זאל שטיין על המושמר און מעורר זיין אידן זאלן נישט פאלן.

- טראכט א מינוט
- שר חמש מאות
- תגובות: 607
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am
רצון טוב האט געשריבן:ביי זיי איז יא געווען זיי האבן פשוט געזיכט א ביליג הייזקע און דערנאך איז געקומען א שטארקע ירידה פין די ארום.
ס'האט געווענדליך אז מ'איז קיימאל נישט געווען אויפגעבויט נאר אין די פאריגע סביבה איז דער אינגערמאן אין די משפחה פארט ער מיט
ווען ער מופט דארף ער שוין זיין אויפן אייגענע פיס דעמאלס געשעט א טויש
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm
טראכט א מינוט האט געשריבן:רצון טוב האט געשריבן:ביי זיי איז יא געווען זיי האבן פשוט געזיכט א ביליג הייזקע און דערנאך איז געקומען א שטארקע ירידה פין די ארום.
ס'האט געווענדליך אז מ'איז קיימאל נישט געווען אויפגעבויט נאר אין די פאריגע סביבה איז דער אינגערמאן אין די משפחה פארט ער מיט
ווען ער מופט דארף ער שוין זיין אויפן אייגענע פיס דעמאלס געשעט א טויש
ווי דער רבי ר' עזריאל טויבער זאגט, ער איז נישט אפגעפארן. ער איז קיינמאל נישט געווען א איד.
לענינינו, ליידער איז דער חינוך ביי אונז דיזיינט אויף דעם אויפן זיי א פרימער איד ווייל דיין סביבה איז אזוי. צוליב דעם קען א היימיש אויפגעוואקסענער, וואס איז נישט דורך א געהעריגע פראגראם אין אידישקייט, שווער ווערן ערלויבט אוועקצוגיין פון די סביבה.
די עצה איז, נאכן דורכגיין די one size fits all חינוך סיסטעם, אדורכצוגיין א געהעריגע אידישקייט פראגראם. דערנאך קען זיך דער איד אוועקשטעלן אלס א איד פארן אייבערשטען.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9234
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm
בשבילי נברא האט געשריבן:אפשר צייגסטו אן כאטש צוויי פון די "אידישקייט פראגראמען" אלץ א ביישפיל וואס דו מיינסט.
אז די פרעגסט די שאלה פארטיי איך אז די ביזט מסכים צו מיינע ווערטער די ווילסט נאר וויסן וועלעכע פראגראמען, אויב האט איך א טעות ביטע מיך אויפקלערן ווי שנעלער, משום איסור גניבת דעת.
אידישקייט פראגראמען איז ברייטער טערם פאר אלעס וואס אנהאלט אין זיך א מהלך צו בויען א אידס קשר צו רבוש''ע אויף א וועג וואס זאל זיין שטארק און זיך נישט שאקלען מיט יעדע קליינע ווינטעל, היינט מופן, מארגען עפעס אנדערשט,
דאס קען מיינען ביי איינעם א ספר, ביי איינעם דרשות, ביי איינעם א מורה דרך, ביי איינעם סעמינארס וכו'
צ.ב.ש.
דברי יואל על התורה
שיעורי ר' שמשון פנקוס וספריו, שיעורי מורינו ורבינו ר' עזריאל טויבער וספריו, שבת שלהבת וסעמינאריו.
ספרי ר' אליהו דעסלער
שיעורי אדמו''ר מטאלנע
שיעורי ר' בנציון שפר וסעמינאריו
שיעורי ר' אלימלך בידערמאן מהכל ועד כלה
שיעורי ר' דוד סאפירמאן על אמונה
וכהנה עוד רבות
וכן יש דרשות וסעמינארים לנשים
תן לחכם ויחכם עוד
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm
מיללער האט געשריבן:דברי יואל על התורה איז א 'אידישקייט פראגראם'? אתמהה
אפענע וועלט האט געשריבן:
אידישקייט פראגראמען איז ברייטער טערם פאר אלעס וואס אנטהאלט אין זיך א מהלך צו בויען א אידס קשר צו רבוש''ע אויף א וועג וואס זאל זיין שטארק און זיך נישט שאקלען מיט יעדע קליינע ווינטעל, היינט מופן, מארגען עפעס אנדערשט,
דאס קען מיינען ביי איינעם א ספר, ביי איינעם דרשות, ביי איינעם א מורה דרך, ביי איינעם סעמינארס וכו'
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
ווער איז דער מחדש פון די 'טערם'? (איר מיינט מסתם טערמין)
א יעדער איד וואס דאוונט דריי מאל א טאג און האט אינזינען אביסל פי' המלות, ער זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים און האט א שיעור קבוע לכה"פ צוויי שעה א טאג, האט א קשר מיטן רבוש"ע, סימפל!
בדוק ומנוסה, די בעסטע און זאגאר די איינציגסטע מקשר פון א איד צום טאטן אין הימל איז די תורה הקדושה, און דאס מיינט א שיעור קבוע אין גמרא רש"י אדער שו"ע וכדומה, אלע אנדערע 'פראגראמען' זענען כתבלין וכפרפראות בסעודה, ס'איז גוט פאר א פארשפרייז/צושפייז און קאמפאט, נישט םאר די 'מעין דיש'.
א יעדער איד וואס דאוונט דריי מאל א טאג און האט אינזינען אביסל פי' המלות, ער זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים און האט א שיעור קבוע לכה"פ צוויי שעה א טאג, האט א קשר מיטן רבוש"ע, סימפל!
בדוק ומנוסה, די בעסטע און זאגאר די איינציגסטע מקשר פון א איד צום טאטן אין הימל איז די תורה הקדושה, און דאס מיינט א שיעור קבוע אין גמרא רש"י אדער שו"ע וכדומה, אלע אנדערע 'פראגראמען' זענען כתבלין וכפרפראות בסעודה, ס'איז גוט פאר א פארשפרייז/צושפייז און קאמפאט, נישט םאר די 'מעין דיש'.
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9234
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
מיללער האט געשריבן:ווער איז דער מחדש פון די 'טערם'? (איר מיינט מסתם טערמין)
א יעדער איד וואס דאוונט דריי מאל א טאג און האט אינזינען אביסל פי' המלות, ער זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים און האט א שיעור קבוע לכה"פ צוויי שעה א טאג, האט א קשר מיטן רבוש"ע, סימפל!
בדוק ומנוסה, די בעסטע און זאגאר די איינציגסטע מקשר פון א איד צום טאטן אין הימל איז די תורה הקדושה, און דאס מיינט א שיעור קבוע אין גמרא רש"י אדער שו"ע וכדומה, אלע אנדערע 'פראגראמען' זענען כתבלין וכפרפראות בסעודה, ס'איז גוט פאר א פארשפרייז/צושפייז און קאמפאט, נישט םאר די 'מעין דיש'.
לפע"ד זענט עטץ ביידע גערעכט, אבער דא קען אפשר אריינקומען די באקאנטע ווארט וואס מען זאגט נאך, אז איינער איז אמאל אריינגעקומען צו זיין רבי'ן מיט א שאלה אז במשך זיינע שעות היום האט ער נאר א קנאפע 10 מינוט ווען ער האט צייט צו לערנען און נישט מער, וויל ער פרעגן אין וועלכע נושא ער זאל זיך קובע זיין זיין שיעור.
האט אים זיין רבי געזאגט אז אויב אזוי זאל ער זיך קובע זיין די צען מינוט א שיעור אין א מוסר ספר, האט ער זיך געוואונדערט וואס איז פשט, האט אים זיין רבי געזאגט אז אויב האלט עס ממש אזוי אז ער קען נישט בשום אופן טרעפן אין זיין טאג מער ווי די קורצע 10 מינוט צו לערנען, וועט ער נאכן לערנען נאר א שיעור אין מוסר געוואר ווערן אז ער פארמאגט יא מער צייט דורכן טאג פאר אנדערע שיעורים אויך.
---
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm
בשבילי נברא האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:ווער איז דער מחדש פון די 'טערם'? (איר מיינט מסתם טערמין)

דברים כדברונות
און צו אייך הרב מסקרענטאן, איר זענט דאך אביסל קלוגער ווי דער אלגעמיינער שנה ראשונה אינגערמאן, איר ווייסט דאך דעם אמת, יא עס איז דא א תורה, א שיעור גמרא, 3 מאל א טאג דאווענען, פי' המלות, (דמשק אליעזר סידור) אבער למעשה איז דא מענטשן וואס לבם בל עמם, און פון דאס רעדט מען, הרי שולחן, הרי בשר, הרי סכין, ואין הפה לאכול, דאס אינערליכע קשר, געפיל, ווארעמקייט, שטארקייט, פעסטקייט, מחשבה, געדאנקענגאנג, יו נעים איט, וואס א איד (איש ואישתו) דארף האבן זיך צו האלטן שטארק קעגן א רוח מצויה או שאינו מצויה, וואס בלאזט אסאך מאל, יעדעס מאל פון אנדערע ריכטאנגען, דאס דארף מען אויפבויען, דאס קומט נישט פון 18 יאר סטענדערט חינוך סיסטעם, און נישט פון זיך אליין, און נישט פון זינגען בבואו מאדום, און נישט פון בר יוחאי ביי הדלקה, דאס דארף מען בויען,
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
איך וואלט געזאגט אז א איד וואס מופט אוועק פון זיין סביבה, דארף (נאך וויכטיגער ווי איינער וואס זיצט צוזאמען מיט זיין משפחה כיין שוקט על שמריו דארט ווי זיין טאטע שווער וואוינען) האבן אן ערליכן איד א מורה דרך, צום ביישפיל, זיין רבי, זיין ראש ישיבה אדער דיין וועם ער זאל פרעגן און באמת פאלגען יעדע זאך בהשקפה, בהנהגה, און אודאי בהלכה, דאס מאכט גרינגער דאס לעבן, און מער פארזיכערט דעם עתיד פון אים און זיינע דורות.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
- טראכט א מינוט
- שר חמש מאות
- תגובות: 607
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am
בשבילי נברא האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:ווער איז דער מחדש פון די 'טערם'? (איר מיינט מסתם טערמין)
א יעדער איד וואס דאוונט דריי מאל א טאג און האט אינזינען אביסל פי' המלות, ער זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים און האט א שיעור קבוע לכה"פ צוויי שעה א טאג, האט א קשר מיטן רבוש"ע, סימפל!
בדוק ומנוסה, די בעסטע און זאגאר די איינציגסטע מקשר פון א איד צום טאטן אין הימל איז די תורה הקדושה, און דאס מיינט א שיעור קבוע אין גמרא רש"י אדער שו"ע וכדומה, אלע אנדערע 'פראגראמען' זענען כתבלין וכפרפראות בסעודה, ס'איז גוט פאר א פארשפרייז/צושפייז און קאמפאט, נישט םאר די 'מעין דיש'.
לפע"ד זענט עטץ ביידע גערעכט, אבער דא קען אפשר אריינקומען די באקאנטע ווארט וואס מען זאגט נאך, אז איינער איז אמאל אריינגעקומען צו זיין רבי'ן מיט א שאלה אז במשך זיינע שעות היום האט ער נאר א קנאפע 10 מינוט ווען ער האט צייט צו לערנען און נישט מער, וויל ער פרעגן אין וועלכע נושא ער זאל זיך קובע זיין זיין שיעור.
האט אים זיין רבי געזאגט אז אויב אזוי זאל ער זיך קובע זיין די צען מינוט א שיעור אין א מוסר ספר, האט ער זיך געוואונדערט וואס איז פשט, האט אים זיין רבי געזאגט אז אויב האלט עס ממש אזוי אז ער קען נישט בשום אופן טרעפן אין זיין טאג מער ווי די קורצע 10 מינוט צו לערנען, וועט ער נאכן לערנען נאר א שיעור אין מוסר געוואר ווערן אז ער פארמאגט יא מער צייט דורכן טאג פאר אנדערע שיעורים אויך.
דער פראבלעם איז אז אין דברי יואל איז נישטא קיין תורה וואס מ'קען לערנען אין 10 מינוט
ס'איז ברור אז ספרי רבינו איז מלא וגדוש מיט הדרכה ביהדות, אבער דער פראבלעם איז אז ס'איז געפעקעדזש מיט אסאך ביאורים ודרושים על פרשת השבוע אשר לאו כל מוחא סביל דא, ס'איז אוצר המנוצר וואס איז גוט פאר א בעל דרשן וואס קען כאפן פיש ארויסנעמען די ענינים הנוגעים למעשה, ליידער איז עס נישט קיין ארטיקל אין די היינטיגע אינסטענט וועלט ווען מ'קען נישט לערנען א חסיד'יש ספר אדער מוסר ספר מער ווי 5 10 מינוט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מי יודע האט געשריבן:בשבילי נברא האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:ווער איז דער מחדש פון די 'טערם'? (איר מיינט מסתם טערמין)
א יעדער איד וואס דאוונט דריי מאל א טאג און האט אינזינען אביסל פי' המלות, ער זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים און האט א שיעור קבוע לכה"פ צוויי שעה א טאג, האט א קשר מיטן רבוש"ע, סימפל!
בדוק ומנוסה, די בעסטע און זאגאר די איינציגסטע מקשר פון א איד צום טאטן אין הימל איז די תורה הקדושה, און דאס מיינט א שיעור קבוע אין גמרא רש"י אדער שו"ע וכדומה, אלע אנדערע 'פראגראמען' זענען כתבלין וכפרפראות בסעודה, ס'איז גוט פאר א פארשפרייז/צושפייז און קאמפאט, נישט םאר די 'מעין דיש'.
לפע"ד זענט עטץ ביידע גערעכט, אבער דא קען אפשר אריינקומען די באקאנטע ווארט וואס מען זאגט נאך, אז איינער איז אמאל אריינגעקומען צו זיין רבי'ן מיט א שאלה אז במשך זיינע שעות היום האט ער נאר א קנאפע 10 מינוט ווען ער האט צייט צו לערנען און נישט מער, וויל ער פרעגן אין וועלכע נושא ער זאל זיך קובע זיין זיין שיעור.
האט אים זיין רבי געזאגט אז אויב אזוי זאל ער זיך קובע זיין די צען מינוט א שיעור אין א מוסר ספר, האט ער זיך געוואונדערט וואס איז פשט, האט אים זיין רבי געזאגט אז אויב האלט עס ממש אזוי אז ער קען נישט בשום אופן טרעפן אין זיין טאג מער ווי די קורצע 10 מינוט צו לערנען, וועט ער נאכן לערנען נאר א שיעור אין מוסר געוואר ווערן אז ער פארמאגט יא מער צייט דורכן טאג פאר אנדערע שיעורים אויך.
דער פראבלעם איז אז אין דברי יואל איז נישטא קיין תורה וואס מ'קען לערנען אין 10 מינוט
ס'איז ברור אז ספרי רבינו איז מלא וגדוש מיט הדרכה ביהדות, אבער דער פראבלעם איז אז ס'איז געפעקעדזש מיט אסאך ביאורים ודרושים על פרשת השבוע אשר לאו כל מוחא סביל דא, ס'איז אוצר המנוצר וואס איז גוט פאר א בעל דרשן וואס קען כאפן פיש ארויסנעמען די ענינים הנוגעים למעשה, ליידער איז עס נישט קיין ארטיקל אין די היינטיגע אינסטענט וועלט ווען מ'קען נישט לערנען א חסיד'יש ספר אדער מוסר ספר מער ווי 5 10 מינוט
ווייס איך נישט צו עס קומט דא אריין, פארדעם איז דא היינט ליקוטי אורה.
רצון טוב האט געשריבן:הענדימען האט געשריבן:עט טהיס פוינט קענען די עלטערן גארנישט טון
ניש אמת
פילע קינדער ווארטן צו הערן די מיינונג פון זייערע עלטערן
אחריות'דיגע עלטערן קענען און האבן די מעגליכקייט משפיע צו זיין אויף זייערע קינדער
דאס איז אין פאל מ'פרעגט זיי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

הענדימען האט געשריבן:רצון טוב האט געשריבן:הענדימען האט געשריבן:עט טהיס פוינט קענען די עלטערן גארנישט טון
ניש אמת
פילע קינדער ווארטן צו הערן די מיינונג פון זייערע עלטערן
אחריות'דיגע עלטערן קענען און האבן די מעגליכקייט משפיע צו זיין אויף זייערע קינדער
דאס איז אין פאל מ'פרעגט זיי
אפילו ווען די קינד פרעגט נישט איז אים חשוב צו הערן די מיינונג פין זיינע עלטערן
לע׳׳ד אז אפילו ווען ער זאגט אז די ווייב איז די אפהאלט. מיינט ער טאקע אז ער איז מסכים.
איינמאל זי זאגט אז מ׳קען מופן, הייבט ער אן טראכטען.. טאקע מופן? בין איך טאקע גרייט? אין ער לייגט עס אפ ווייל ....... (איינע פון די אלע סיבות)
איך טראכט אז א גרויס חלק פארוואס מ׳וויל נישט מופן איז וועגן - פילן נעבעכדיג / סביבה חבירים.
(אויב מעגליך זאל מען טאקע מופן ציזאמען מיט נאך איינעם)