אנקעטע: אויב אייער ב"ב וויל מופען, קיין ווי וואלט איר זיך געצויגען??
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5559
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm
אנקעטע: אויב אייער ב"ב וויל מופען, קיין ווי וואלט איר זיך געצויגען??
הקדמה קצרה, אויב זענט איר שוין מיעד פון די אלע יישובים אשכולות, קענט איר שוין מאכן אן עקזיט...
דער אשכול איז געמאכט פאר די אידן וואס זענען דוקא יא אינטרעסירט, און ווילן הערן וואס אנדערע זאגן. די פראגע איז ווי פאלגענד, שטעלט אייך פאר אז איר קומט אהיים היינט ביינאכט און די ב"ב זאגט אז זי האט אפגעמאכט אז מען מוז אוועקמופען פון וויליאמסבורג (די סיבה פארוואס זי האט אזוי מחליט גווען איז גאנץ א קליינע נ"מ), קיין ווי מיינט איר וואלט איר זיך געצויגן.
איר קענט נאר שטימן פאר איין אפציע, ווייל איר קענט דאך נישט וואוינען אויף 2 פלעצער...
דאס שטימן דא האט בכלל נישט קיין שייכות וועלעכע יישוב וועט זיך יא אדער נישט אויסארבעטען, עס האט צוטוען ווי איר וואלט פערזענליך געמופט. סטעטן איילענד האב איך נישט אריינגעלייגט, ווייל עס זעט נישט אויס צו אפעלירן צו "אייוועלט" לייענערס...

- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:היימישער אינגערמאן האט געשריבן:(די סיבה פארוואס זי האט אזוי מחליט גווען איז גאנץ א קליינע נ"מ),
ס'איז א גרויסע נפק"מ, ווייל לויט די סיבות פארוואס מ'גייט אוועק פון דא, לויט דעם וועלט מען אויס די נייע פלאץ.
עס איז נישט וואו מ'גייט עכט, עס איז וואו מ'ציעט די מערסטע ווען מ'איז ווען א אייגענע בעה"ב.
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- ליידיג גייער
- שר חמש מאות
- תגובות: 578
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm
ליידיג גייער האט געשריבן:פארוואס מאכסטו א טשולענט פון ב.פ., מאנסי. און מאנראו, ס' לא ראי זה כראי זה, נישט נאר וואס ב.פ. קומט נישט מיט מאנרא און מאנסי, נאר מאנרא און מאנסי אליין זענען צוטיילט מיט זייערע אייגנשאפטן, און ווער עס מופט קיין מאנסי וועט געווענליך נישט גיין קיין ק''י וכן להיפוך.
נישט אמת,
איך וואלט געמופט צו סיי וועלכע פון די צוויי,
מאנרא אדער מאנסי
ליידיג גייער האט געשריבן:פארוואס מאכסטו א טשולענט פון ב.פ., מאנסי. און מאנראו, ס' לא ראי זה כראי זה, נישט נאר וואס ב.פ. קומט נישט מיט מאנרא און מאנסי, נאר מאנרא און מאנסי אליין זענען צוטיילט מיט זייערע אייגנשאפטן, און ווער עס מופט קיין מאנסי וועט געווענליך נישט גיין קיין ק''י וכן להיפוך.
ווייל ער פרובירט צו זעהן וויפיל מענטשן זענען פון די ׳טייפ׳ צו אנפאנגען א נייע שטעטל.
מאנסי און מאנרא זענען טאקע אנדערש, אבער ביידע זענען עסטעבלישט.
- ליידיג גייער
- שר חמש מאות
- תגובות: 578
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm
בן נון האט געשריבן:ווייל ער פרובירט צו זעהן וויפיל מענטשן זענען פון די ׳טייפ׳ צו אנפאנגען א נייע שטעטל.
מאנסי און מאנרא זענען טאקע אנדערש, אבער ביידע זענען עסטעבלישט.
גירעכט, איך ישוב זיך צווישן די צוויי, א נייע ווילעך נאך נישט, אבער ווי קומט ב.פ. אריין? יענס אידאך בכלל נישט קיין סעלושען (הגם כ'וואלט אהין געגאנגען)
- אויפגעפרישט
- שר האלף
- תגובות: 1897
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
- לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
מה פתאום??? האט געשריבן:טריסקער האט געשריבן:אויב מופ איך קיין אמעריקא אידאס קיין ב"פ, אפילו ס'איז וואס ס'איז מיט דעם אלעם דארט האבעך מיין משפחה משא"כ אין נייע שטעט וואס כ'האב נישט קיין משפחה.
אז דו קענסט וואוינען אין איזראעיל ווייט פון די משפטחה זעה איך נישט פארוואס דו זאלסט נישט קענען וואוינען א האלבע שטונדע אוועק.
דא האב איך מיין ב"ב משפחה.
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
בן נון האט געשריבן:יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך וויל שטימען אויף קרית יואל, נישט מאנסי און נישט בארא פארק, כאב נישט ווי צו שטימען, סארי
האסט טאקע נישט פארשטאנען?
אויב דו ווילסט ק"י, דאן שטום אויף די אפציע ׳בארא פארק, מאנסי, קריאת יואל׳.
איך וויל נישט מזאל מיינען אז איך וויל מופן אויף מאנסי, שטייסט? כעמעך נישט לאזן פון ענק
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
מחנך האט געשריבן:איך וואלט געבליבן אין בארא פארק, אבער פארוואס איז נישט דא א אפשען סטעטן איילענד??
דער ציל איז צו זען ווער עס האט מער, סטעטן גייט סיי ווי פארלירען צוליב די קליינע צאל ב"פ ליינער אויף אייוועלט ווי געזען אין אנדערע אשכולות.
(מיין ערשטע אפציע וואלט אויך געווען סטעטן ווען כ'וואוין ווען אין ב"פ און כ'פארמאג ס'געלט צו קויפן א הויז פאר א האלבן מיליאן).
-
- שר האלף
- תגובות: 1260
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
- לאקאציע: אויפן וועג ארויף
איך בין זייער איבערראשט צו זעהן אז רובא דרובא פונעם עולם (69%) בעפארצוגט נייע ישובים און בלויז 27% וויל עקזיסטירנדע ישובים, 'אויב' רעפלעקטירט די אנקעטע דעם דעת הציבור איז דאס א רעוואלוציע אינעם געדאנקענגאנג פונעם עולם (ביז היינט האבן אוועקגעמופט פון די סיטי עטליכע הונדערט משפחות א יאר און 'יעדער' איז געגאנגען צו איינע פון די עקזיסטירנדע ישובים), לויט דעם קענען מיר ערווארטן אן עקספלאזיע פון מאסן מופערס צו נייע געגענטער.
לעצט פארראכטן דורך אברך אום דאנערשטאג יולי 21, 2016 9:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 480
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm
אברך האט געשריבן:איך בין זייער איבערראשט צו זעהן אז רובא דרובא פונעם עולם (69%) בעפארצוגט נייע ישובים און בלויז 27% וויל עקזיסטירנדע ישובים, 'אויב' רעפלעקטירט די אנקעטע דעם דעת הציבור איז דאס א רעוואלוציע אינעם געדאנקענגאנג פונעם עולם (ביז היינט האבן אוועקגעמופט פון די סיטי עטליכע הונדערט משפחות א יאר און 'יעדער' איז געגאנגען צו איינע פון די עקזיסטירנדע ישובים), לויט דעם קענען מיר ערווארטן אן עקספלאזיע פון מאסן מופערס צו נייע געגענטער.
איר האט מסתמא פארזעהן אז די גאנצע אנקעטע איז נאר אויב דיין ווייב וואלט מסכים געוועהן אבער ווילאנג די ווייבער זענען נישט מסכים איז אפילו לשיטתך קען מען נישט ערווארטען א גרויסע טויש.
-
- שר האלף
- תגובות: 1260
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
- לאקאציע: אויפן וועג ארויף
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:אברך האט געשריבן:איך בין זייער איבערראשט צו זעהן אז רובא דרובא פונעם עולם (69%) בעפארצוגט נייע ישובים און בלויז 27% וויל עקזיסטירנדע ישובים, 'אויב' רעפלעקטירט די אנקעטע דעם דעת הציבור איז דאס א רעוואלוציע אינעם געדאנקענגאנג פונעם עולם (ביז היינט האבן אוועקגעמופט פון די סיטי עטליכע הונדערט משפחות א יאר און 'יעדער' איז געגאנגען צו איינע פון די עקזיסטירנדע ישובים), לויט דעם קענען מיר ערווארטן אן עקספלאזיע פון מאסן מופערס צו נייע געגענטער.
איר האט מסתמא פארזעהן אז די גאנצע אנקעטע איז נאר אויב דיין ווייב וואלט מסכים געוועהן אבער ווילאנג די ווייבער זענען נישט מסכים איז אפילו לשיטתך קען מען נישט ערווארטען א גרויסע טויש.
בסדר, לאמיר רעדן פון די 200 משפחות א יאר וואס די בני בית איז יא מסכים און מופן טאקע, ביז היינט איז יעדער געגאנגען צו מאנסי/ק''י, א יאר צוריק אויב האסטו גערעדט פון מופן צו א נייע געגנט האט מען געלאכט פון דיר, און דא זעה איך אז 69% פונעם ציבור ( אריינגערעכנט די 200 מופערס) "אויב מופט ער" גייען זיי צו א נייע געגנט.
אין אנדערע ווערטער פאר די מצב אין די סיטי ביזטו גערעכט אז "ס'מוז" נישט זיין אז מער ווייבער גייען מסכים זיין אבער פאר די מצב אין די נייע שטעטלעך איז דאס גוטע נייעס.
סטעטן איילענד
אפי' עס שטייט נישט ביי די שטום ערטער די אפשיען
בין כ'בין מודיע אז אויב איך טראכט גיי איך גיין סטעטן איילענד
[כ'בין א וויליאמסבורגער איינוואוינער דערווייל]
בין כ'בין מודיע אז אויב איך טראכט גיי איך גיין סטעטן איילענד
[כ'בין א וויליאמסבורגער איינוואוינער דערווייל]
-
- שר האלף
- תגובות: 1260
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
- לאקאציע: אויפן וועג ארויף
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איך בין נאכנישט 100% אז דאס רעפלעקטירט אפילו די ציבור וואוטערס.
אפילו מ'האט געפרעגט "אויף למעשה" קען נאך אלטס זיין א מענטש זאל אנהייבן טראכטן אנדערש ווען ס'קומט למעשה
ביזט גערעכט אז ס'דא א גרויסע מארדשין אוו ערראר ביי א אנקעטע וואס איז אויף א ווייטע מציאות, אבער:
1) אפילו אויב 50% האלטן זיך צו וואס זיי שרייבן דא איז דאס אויך זייער אסאך.
2) וויזוי טראכסטו וואלט דער עולם געשטימט 2 יאר צוריק ? איך גלייב אז גאר א קליינע % וואלט געוועלט פאר קליינע ישובים, און דאס איז א אויגן עפענער אז מיר זענען געגאנגען א ווייטן וועג אין די לעצטע יאר.