דעת הקהל #2 - וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטען?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטען?

לעיקוואד
25
14%
בלומינגבורג
50
27%
זשערסי סיטי
37
20%
סטעטן איילענד
5
3%
אלע פיר
64
35%
קיין איינס נישט
4
2%
 
סך הכל שטימען: 185

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

געפעלט מיר ווי מענטשען מאכן פלפולים ע"ג פלפולים.

רבי גוגל זאגט אז לעיקוואד איז נענטער ווי בלומינגבורג מיט בערך א האלבע שעה מיט אדער אן טרעפיק. וואס זאגסטו???
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

א שאד זיך דינגען אויף די שטותים, אבער אן טרעפיק זאגט ר' גוגעל א חילוק פון 10 מינוט, קוק נאך אויף דף ב' די קליינע אותיו,

h 1 hour 31 mins / 28 mins vs. 1 hour 21 mins

למעשה די וועג ווי מ'שמייסט אויף די 65 מפ"ש שטרעקע קומט מען פאקטיש אן אין ווייניגער ווי א האלבע שעה, אויזער ווען ס'דא עכטע טרעפיק, זענען אלע אויפ'ן זעלבען שיף, דש.ס., לעיקוואד, מאנסי קרית יואל און בלומינגבערג. אלע דארפען זיך זען ארויס פון די גרויסע עפעל ווען סראש האוער זיצען אלע גלייך.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

קלוגער האט געשריבן:א שאד זיך דינגען אויף די שטותים, אבער אן טרעפיק זאגט ר' גוגעל א חילוק פון 10 מינוט, קוק נאך אויף דף ב' די קליינע אותיו,

h 1 hour 31 mins / 28 mins vs. 1 hour 21 mins

למעשה די וועג ווי מ'שמייסט אויף די 65 מפ"ש שטרעקע קומט מען פאקטיש אן אין ווייניגער ווי א האלבע שעה, אויזער ווען ס'דא עכטע טרעפיק, זענען אלע אויפ'ן זעלבען שיף, דש.ס., לעיקוואד, מאנסי קרית יואל און בלומינגבערג. אלע דארפען זיך זען ארויס פון די גרויסע עפעל ווען סראש האוער זיצען אלע גלייך.

טאקע נישט גוט גערעכענט.

דער ריכטיגער חילוק אן טרעפיק איז 1 & 14 אנטקעגן 1& 29.
א חילוק פון 15 מינוט, אויך נישט אוועקצומאכען אבער נישט געפערליך.

מיט טרעפיק איז היינט גווען א חילוק פון באלד א האלבע שעה, אבער אויף דעם איז נישט שייך קיין כללים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געשטימט פאר אלע פיר

-

איך זעה מען דעבאטירט בלומינגבורג ווס. לעיקוואוד צוליב ווייטקייט, מדארף אבער צו קענטעניס נעמען אז בלומינגבורג בויעט זיך היבש דורך קרית יואל'ס נאנטקייט.

א. משפחות ציען זיך פון קר"י קיין בלומינגבורג
ב. משפחות פון וומ"ס מיט עלטערן/געשוויסטער אין קר"י האבן פארצוג צו בלומינגבורג ווייל זיי ווערן נענטער צו די משפחה פון קר"י

משא"כ לעיקוואוד איז נישט נענטער צו קיין איין חסידישע ישוב ווי צו וומ"ס
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

מיללער, זייער ריכטיג געזאגט.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מיללער האט געשריבן:געשטימט פאר אלע פיר

-

איך זעה מען דעבאטירט בלומינגבורג ווס. לעיקוואוד צוליב ווייטקייט, מדארף אבער צו קענטעניס נעמען אז בלומינגבורג בויעט זיך היבש דורך קרית יואל'ס נאנטקייט.

א. משפחות ציען זיך פון קר"י קיין בלומינגבורג
ב. משפחות פון וומ"ס מיט עלטערן/געשוויסטער אין קר"י האבן פארצוג צו בלומינגבורג ווייל זיי ווערן נענטער צו די משפחה פון קר"י

משא"כ לעיקוואוד איז נישט נענטער צו קיין איין חסידישע ישוב ווי צו וומ"ס

קלאר אז בלומינגבורג האט די מעלה צוליב איר נאענטקייט צו קרית יואל, איך האב טאקע געהערט אז א שיינע פראצענט איינוואוינער אין בלומינגבורג קומען פון קרית יואל.
הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 08, 2016 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הולך »

ווער זענען די 3 וועלכע האבן געשטימט 'קיין איינס נישט' ?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

מסתם איינער מיט דריי ניק׳ס
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אויף גוגל קען מען אריינלייגן א שפעטערע טאג און שעה, און עס זאגט בערך וויפיל טרעפיק איז דא אין יענע שעה.

זעה בייגעלייגט
אטעטשמענטס
google maps2.jpg
google maps.jpg
לעצט פארראכטן דורך אלד וויליאמסבורג אום מאנטאג יולי 18, 2016 9:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

געשטימט פאר אלע 4

זשערסי סיטי און בלומינגבערג זענען א פאקט. ווער עס וועט ׳מער׳ מצליח זיין לאז איך די מענטשן מיט אינטערעסן זיך אויסקריגן.

לעיקוואד איז שוין כמעט א פאקט. רוב מענטשן ווארטן אויס צו זעהן וואספאר ׳טייפ׳ מענטשן גייען אהינמופן. צו עס וועט ווערן ׳עכט׳ סאטמארדיג. אבער נאכדעם וואס זיי וועלן האבן 20 איינוואוינער גייט עס לכאורה זייער שנעל שפרינגען צו 100.

סטעטלן איילענד. וואס איז דאס?
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

כ'וויל שטימן פאר די ערשטע דריי. דער סיסטעם ערלויבט מיך נישט... סטעטן איילענט ווייסיכניש וואס ס'איז צו קענען שטימען אז ס'וועט זיך אויסארבעטן.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
עטליכע נקודות בנוגע די אנקעטע,

אויסארבעטען מיינט, אז ביז דריי יאר וועט דער שטעטעל האבן בערך 200 משפחות וואס איז שוין א שטעטעל-שטאט לכל הדיעות, און קען באקוועם האבן אייגענע מוסדות און אלע באדערפענישען (יוניאן סיטי למשל האט 90 משפחות בערך און עס איז סעמי אנערקענט אלס א סוקסעספול שטעטעל, והוא הדין גיבערס).

אויב האלט איר אז 2 פון די שטעטלעך וועלן זיך אויסארבעטען, שטימט פאר די אפציע
"אלע פיר", און שרייבט צו ביי די תגובה אז איר האלט וועלעכע יא און וועלעכע נישט און פארוואס.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
עטליכע נקודות בנוגע די אנקעטע,

אויסארבעטען מיינט, אז ביז דריי יאר וועט דער שטעטעל האבן בערך 200 משפחות וואס איז שוין א שטעטעל-שטאט לכל הדיעות, און קען באקוועם האבן אייגענע מוסדות און אלע באדערפענישען (יוניאן סיטי למשל האט 90 משפחות בערך און עס איז סעמי אנערקענט אלס א סוקסעספול שטעטעל, והוא הדין גיבערס).

אויב האלט איר אז 2 פון די שטעטלעך וועלן זיך אויסארבעטען, שטימט פאר די אפציע
"אלע פיר", און שרייבט צו ביי די תגובה אז איר האלט וועלעכע יא און וועלעכע נישט און פארוואס.

און נאכדעם גייסטו שרייבן אזוי:

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:איך מיין אז די אפציע פון "אלע פיר" גייט ארויסגיין דער געווינער בשעת דער אפציע "קיין איינס נישט" האט נאך נישט קיין איין איינציגע שטימע.

ווי עס זעט אויס האלט מען אז עס איז דא נישט איין סוקסעספול שטעטעל נאר "גאנצע 4", סא דא וואס זאגן אז זיי מופען נישט ווייל עס איז נישטא ווי....זאלן בעסער אנהייבען זוכען שנעל אן אנדערען תירוץ.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אממ, ריכטיג.

איי געיס אלע פיר מיינט לכה"פ 2 ערענסט סוקסעספול שטעטלעך, נישט אוועקצומאכן.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אין דיין ערשטע אנקעטע האט מען געקענט וואויטן פאר מער ווי איין אפשען, אויב איך געדענק גוט.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

בעלבאטיש האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:לענ"ד גייט סטעטן איילענד טאקע בלייבן ווי סי געיט ווי אויבן דערמאנט, וויבאלד קיין איין קהילה שטיצט דאס נישט און די מענטשן וואס ציען זיך אהין איז עס על דעת אז עס איז נישט פארהאן קיין מוסדות דארט, און זיי גייען איין אויף דעם. ממילא גייט עס נישט וואקסן ווייל קיינעם אינטרעסירט נישט זיך אריינצוליייגן אין דעם. זיי האבן נישט קיין וויליאמסבורגער עסקנים!!


בעלז ,גער ,סקווירא , שטיצן סטעטען איילענד זייער שטארק


בעלזא שטיצט לעקוואוד און דאס איז עס, גור שטיצט נישט גארנישט, סקווירא קען זיך קוים אן עצה גיבן מיט ב"פ און זייער שיכון.
זייערע חסידים האבן זיך אהינגעצויגן, אבער על דעת אז עס גייען נישט זיין קיין מוסדות דארט פאר א לאנגע תקופה. עס וועלן דארט זיכער וואוינען דארט מער מענטשן ווי אין סיגעיט, אבער אויפן זעלבן פארנעם. דעריבער, לגבי די דריי אנדערע שטעטלעך האט עס גאר שוואכע שאנסן עס זאל פארוואנדלט ווערן אין א געהעריגער שטאט.

דאס איז אויסער דעם וואס די פרייזן זענען דארט פונקט ווי אין קרית יואל און גייט נאך ארויפגיין העכער, און אויסער דעם וואס עס איז דא דארט דאס ווייניגסטע פלאץ זיך אויסצושפרייטן אנטקעגן די איבריגע שטעטלעך.
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

דאס איז אויסער דעם וואס די פרייזן זענען דארט פונקט ווי אין קרית יואל און גייט נאך ארויפגיין העכער, און אויסער דעם וואס עס איז דא דארט דאס ווייניגסטע פלאץ זיך אויסצושפרייטן אנטקעגן די איבריגע שטעטלעך.[/quote]

ווי אין קרית יואל קענסטו באקומען פאר 400 טויזענט דאלאר א פרייוואט שיינע הויז ? א וואן פעמילי אויף א שיינע עיקער , און דארט קען מען זיך שפרייטען אן קיין שיעור בכלל , סאיז א סיטי און קענסט קויפן וויפעל הייזער עס גייט נאר
אוועטאר
פון_צייט_צו_צייט
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2016 1:33 am
לאקאציע: עיר הקודש מאנרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון_צייט_צו_צייט »

הולך האט געשריבן:ווער זענען די 3 וועלכע האבן געשטימט 'קיין איינס נישט' ?

וואס פארשטייסטי נישט ?
סוועט אייביג זיין נעגעטיווע מענטשען אויף די וועלט וואס זעען נאר די ליידיגע האלב..
שיתברר ויתאמץ אצל האדם מה חובתו בעולמו: שהאדם לא נברא אלא להתענג על השם (מסילת ישרים)
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

moneyMINDED האט געשריבן:דאס איז אויסער דעם וואס די פרייזן זענען דארט פונקט ווי אין קרית יואל און גייט נאך ארויפגיין העכער, און אויסער דעם וואס עס איז דא דארט דאס ווייניגסטע פלאץ זיך אויסצושפרייטן אנטקעגן די איבריגע שטעטלעך.


ווי אין קרית יואל קענסטו באקומען פאר 400 טויזענט דאלאר א פרייוואט שיינע הויז ? א וואן פעמילי אויף א שיינע עיקער , און דארט קען מען זיך שפרייטען אן קיין שיעור בכלל , סאיז א סיטי און קענסט קויפן וויפעל הייזער עס גייט נאר[/quote]

מיינער א חבר קויפט דארט פאר פינף מאות א קליין הייזקע, א פופציג ביי דרייסיג, צוויי שטאק. דער לאט איז טאקע א הונדערט, באט דער געזעץ דארט לאזט נישט בויען מער פון פופציג פראצענט דערפון, כדי עס זאל נישט אויסזען ווי ברוקלין. ממילא אין בארא פארק וואס מען צאלט צוויי מאל מער פאר אזא לאט איז עס אין א געוויסער זין ווערט ווייל מען קען בויען א דריטל מער געווענליך.
דארט קען מען זיך נישט שפרייטן אן א שעור, מען קען טאקע קויפן וויפיל הייזער עס גייט נאר אבער נישט ווייט שטייען די איטאליענישע און זיי זענען רייכע לייט און א גרויס פאלק דארט, און האבן מער פאטענציאל זיך אויסצושפרייטן דארט ווי די אידן.
אנדערש אבער איז די איבריגע שטעטלעך וואס קענען פארוואנדלט ווערן אין געהעריגע גרויסע שטעט פונקט ווי בארא פארק.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איסר האטלקי האט געשריבן:בעלזא שטיצט לעקוואוד און דאס איז עס, גור שטיצט נישט גארנישט, סקווירא קען זיך קוים אן עצה גיבן מיט ב"פ און זייער שיכון.
זייערע חסידים האבן זיך אהינגעצויגן, אבער על דעת אז עס גייען נישט זיין קיין מוסדות דארט פאר א לאנגע תקופה. עס וועלן דארט זיכער וואוינען דארט מער מענטשן ווי אין סיגעיט, אבער אויפן זעלבן פארנעם. דעריבער, לגבי די דריי אנדערע שטעטלעך האט עס גאר שוואכע שאנסן עס זאל פארוואנדלט ווערן אין א געהעריגער שטאט.
דאס איז אויסער דעם וואס די פרייזן זענען דארט פונקט ווי אין קרית יואל און גייט נאך ארויפגיין העכער, און אויסער דעם וואס עס איז דא דארט דאס ווייניגסטע פלאץ זיך אויסצושפרייטן אנטקעגן די איבריגע שטעטלעך.

זעט אויס אז דו ביסט פשוט אומבאקאנט מיט די מציאות - אזויווי אסאך אירע דאהי.
גור שטיפט אין גרויסן, און ווי שוין דערמאנט האבן זיי שוין אן אייגענע בית חסידים, און א באס צו זייער מוסדות אין ב"פ,
סקווירא האט דארט בערך 20 יונגעלייט, מיט נאך איטליכע וואס גרייטן זיך צו גיין,
בעלזא שטיפט טאקע לעיקוואד, אבער עטליכע בעלזא וואוינען דארט, אזוי אויך איז דא דארט פון ביידע באבוב'ס, און נאך,
סתם אידען פון ב"פ וואס געהערן נישט צו סאטמאר, ווילן נישט גיין קיין בלומענבערג אדער דזערסי סיטי,
מאנסי איז ווייט פון די משפחה, אויך שוין בכלל נישט ביליג, און מ'מוטשעט זיך מיט די מוסדות, און עכ"ז מופען מענטשען אהין טעגליך,
סטעטען איילאנד איז פאר זיי א ישועה, ווייל ס'איז ממש דא, מוסדות בלייבן דערווייל די זעלבע, פרייזען זענען ריזענעבל, וכו',
לעת כזאת וואוינען דארט 130 אינגעלייט, מיט נאך א שיינע מספר וואס האלטן אין מיטן די פראסעס,
אלע גייען איין אז דערווייל וועט מען שיקן די קינדער אין ב"פ מוסדות, און בעז"ה ווען די ציט וועט זיין גרייט, ווען ס'וועט זיין גענוג קינדער וועט זיך בעז"ה עפענען מוסדות,

וואס ווייסטו בנוגע שטח אין סטעטען איילאנד?
ווייסטו אין וועלכע געגענט די היימישע עולם גייט?
ווייסטו אז מ'איז שוין יעצט נישט קאנצעטרירט בלויז אויף איין קליינע שטח, נאר מ'רעדט שוין פון א כברת ארץ?
און בנוגע זיך פארשפרייטן,
סטעטען איילאנד איז גרויס, מיט אסאך ליידיגע שטחים און וועלדער,
דוקא נישט ווייט פון ווי די היימישע עולם וואוינט איז דא גרויסע וואלד וואס האט א טשאנס פון ווערן א חל'ק מן הישוב,
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איך רעד "אנטקעגן די איבריגע שטעטלעך" האט דאס אין פאקט די קלענסטער שאנס צוליב דעם וואס קיינער פלאנט נאכנישט צו שוויצן פאר מוסדות.
לגבי די וואלד ווייס איך נישט, וואס איך ווייס יא פון אן ארטיגן תושב וואס לע"ע דינגט ער און ער זוכט צו קויפן, אז די פרייז גאלאפירט גאנץ שנעל ארויף.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איסר האטלקי האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:דאס איז אויסער דעם וואס די פרייזן זענען דארט פונקט ווי אין קרית יואל און גייט נאך ארויפגיין העכער, און אויסער דעם וואס עס איז דא דארט דאס ווייניגסטע פלאץ זיך אויסצושפרייטן אנטקעגן די איבריגע שטעטלעך.

ווי אין קרית יואל קענסטו באקומען פאר 400 טויזענט דאלאר א פרייוואט שיינע הויז ? א וואן פעמילי אויף א שיינע עיקער , און דארט קען מען זיך שפרייטען אן קיין שיעור בכלל , סאיז א סיטי און קענסט קויפן וויפעל הייזער עס גייט נאר

אין סטעטען איילאנד קען מען אויך נישט קויפן פאר 400...
ס'איז נישט אזוי בליג, אבער סאך ביליגער ווי אין ב"פ, און אטאמאטיש איז עס מער עפארדעבל.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

משיח האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:דאס איז אויסער דעם וואס די פרייזן זענען דארט פונקט ווי אין קרית יואל און גייט נאך ארויפגיין העכער, און אויסער דעם וואס עס איז דא דארט דאס ווייניגסטע פלאץ זיך אויסצושפרייטן אנטקעגן די איבריגע שטעטלעך.

ווי אין קרית יואל קענסטו באקומען פאר 400 טויזענט דאלאר א פרייוואט שיינע הויז ? א וואן פעמילי אויף א שיינע עיקער , און דארט קען מען זיך שפרייטען אן קיין שיעור בכלל , סאיז א סיטי און קענסט קויפן וויפעל הייזער עס גייט נאר

אין סטעטען איילאנד קען מען אויך נישט קויפן פאר 400...
ס'איז נישט אזוי בליג, אבער סאך ביליגער ווי אין ב"פ, און אטאמאטיש איז עס מער עפארדעבל.


מיינע ווערטער האבן זיך משום איזה סיבה אויפגעטוישט מיט די רייד פון מאנימיינדעד. וואס מען קען אלס טון היינט פאר געלט....
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

מיין מיסטעיק....
:oops:
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

געשטימט אלע פיר
אבער עס איז נישט 100% אמת
ווייל עס וועט זיך אויסארבעטן מער פון דעם, און נישט שטעטלעך נאר גרויסע שטעט
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”