eller האט געשריבן:למשל און וויליאמסבורג האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט שיסן און איך רעדט פון אינמיטן ווילי ביי טעילער פראטשעקטס
יא די שכחה טוט ב"ה דאס איריגע.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:לגבי ז.ס. האב איך געהערט אז ווען מ'האט ענדליך באוואיגען ר' חיים יצחק מאנדעל פון 82 אראפ צוקומען צו ז.ס. צו באטראכטען לגבי מוסדות איז פינקט געווען דאמאלטס א שיסעריי .. פארשטייט זיך אז ער איז געווארען דיסקארעדזשט.
פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:געשטימט פארבלומינגבערג ווייל סהאט זיך ב''ה שיין אויסגעארבעט, סאיז שוין א שטעטל
איסר האטלקי האט געשריבן:לענ"ד גייט סטעטן איילענד טאקע בלייבן ווי סי געיט ווי אויבן דערמאנט, וויבאלד קיין איין קהילה שטיצט דאס נישט און די מענטשן וואס ציען זיך אהין איז עס על דעת אז עס איז נישט פארהאן קיין מוסדות דארט, און זיי גייען איין אויף דעם. ממילא גייט עס נישט וואקסן ווייל קיינעם אינטרעסירט נישט זיך אריינצוליייגן אין דעם. זיי האבן נישט קיין וויליאמסבורגער עסקנים!!
בעלבאטיש האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:לענ"ד גייט סטעטן איילענד טאקע בלייבן ווי סי געיט ווי אויבן דערמאנט, וויבאלד קיין איין קהילה שטיצט דאס נישט און די מענטשן וואס ציען זיך אהין איז עס על דעת אז עס איז נישט פארהאן קיין מוסדות דארט, און זיי גייען איין אויף דעם. ממילא גייט עס נישט וואקסן ווייל קיינעם אינטרעסירט נישט זיך אריינצוליייגן אין דעם. זיי האבן נישט קיין וויליאמסבורגער עסקנים!!
בעלז ,גער ,סקווירא , שטיצן סטעטען איילענד זייער שטארק
מחותן האט געשריבן:לדעתי איז די מעעשה אזוי
1} בלומינבערג
די מעלות: 1} מען וואינט שוין יעצט דארט, און דאס געט עס א אויבערהאנט איבער די אנדערע שטעטליך, 2} א קהילה אפארט וואס שטיצט עס.
די חסרונות: 1} היבש ווייט פון די סיטי, און פאר איינעם וואס דארף טרעוועלן צו זיין ארבייט איז עס א דיזעסטער, 2} די דירות זענענן היבש טייער לפי ערך וואס מען וואס מען באקימט, עס האט נישט קיין בעסמעינט, צו ווייניג גראז ארום, עס האט זייער שמאלע ראודס, די דירות זענענן נישט ספציעל ציענד, אד"ג 3} עס איז א דארף נישט א גרויסע שטאט, 4} חלק הניכור פון די יעצטיגע תושבים זענענן סעקשן 8 געניסער און זיי קען מען נישט רעכענענן אלץ א חלק פון די שטאט.
אז מען רעכענט אלעס צוזאם קימט מען צו די מסקנה אז עס האט עס לאנגע וועג צו גיין ביז עס זאל ווערן א שטאט.
____
2} לעיקוואד
די מעלות: 1} א באוואינטע גרויסע אידישע שטאט, 2} נישט צו ווייט פון די סיטי, 3} א קהילה אפארט וואס שטיצט עס, 4} עס האט אלע אידישע געברויכען צו די האנט, 5} די פרייזען פון די דירות זענענן גוט קעגן וואס מען באקימט, ברייטע ראודס, א אויפגעפיקסטע בעיסמעינט, גראז ארום {לויט די פלענער}, אא"וו.
די חסרונות: מען האלט עס נאך אינמיטען בויען עס איז נאך נישט פארטיג.
אז מען רעכענט אלעס צוזאם קימט מען צו די מסקנה אז עס האט גאנץ א שנעלע וועג צו סוקסעס, און עס איז מסתבר אז עס זאל זיך גוט און שנעל אויסארבייטען.
_____
3} Jersey City
די מעלות: 1} א גרויסע שטאט נישט קיין דארף, 2} ביליגע דירות, 3} נישט ווייט פון די סיטי, 4} עס איז די מערסטע ענליך צו א וומסב"ג לייף סטייל, 5} עס האט אסאך פלאטץ צו וואקסן.
די חסרונות: 1} חבלי לידה פון א נייע שטאט, 2} די פארברעכן ראטע דארט איז א זארג, 3} עס האט נישט די קהלה אינטער זיך און דאס מאכט עס שווערער.
אז מען רעכענט אלעס צוזאם קימט מען צו די מסקנה אז די ריסק דא איז גרעסער ווי אין לעיקוואד, אבער עס האט א גרעסערע מעגליכקייט צו א אהערגעשטעלטע שטאט ווי מען זאל זיין צופרידען.
סיכום: לעיקוואד און Jersey City שטייען אייניג, ביידע פון זיי וועלן ע"פ דרך הטבע גאר שנעל מצליח זיין,
בלומינבערג לויפט אביסל הינטערשטעלנוג, עס פעלט אויס א אייגענע בארד וואס זאל אים ערלויבן צו מאכען בעסער און שענער די הייזער, אדער דארף ער אביסל אראפלאזן די פרייז אז די דירות זאל ווערן מער ציענד.
פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:קלאר נישט אזוי אפט ווי דארט והא ראי' אז פינקט ווען ער איז דארט געווען איז געווען א שיסעריי. (און וועגען דעם שרייבסטי פינקט דעי לאקעישען ווייל דו געדענקסט דעי מעשה פרייטיג צו נאכטס פאר צוויי דריי יאר צירוק!)
איסר האטלקי האט געשריבן:לענ"ד גייט סטעטן איילענד טאקע בלייבן ווי סי געיט ווי אויבן דערמאנט, וויבאלד קיין איין קהילה שטיצט דאס נישט און די מענטשן וואס ציען זיך אהין איז עס על דעת אז עס איז נישט פארהאן קיין מוסדות דארט, און זיי גייען איין אויף דעם.
קלוגער האט געשריבן:קלאר צו שטעלען, די וועג קיין בלומינגבערג נעמט נארמאל נישט מער ווי א שעה מיט 25 מינוט, געב צו נאך אביסעל פאר טרעפיק, נישט מער ווי א שעה און 35 מינוט, רוב וועג איז ליידיגע הייוועיס אסאך איז 65 מפ"ש ווי מ'גייט פארשטייט זיך פולע ספיעד, (געהערט פון אפאר מענטשען וואס האבען זיך געטיימט אויף וועיז) אלדז ווייטקייט פון ברוקלין איז עס נישט ווייטער ווי לעיקוואד, אפשר נענטער, ס'איז 25 מינוט פון קרית יואל, און 45 מינוט פון מאנסי,
טריסקער האט געשריבן:@מחותן טייערער נאך אזא קלארע אפשאצונג ווילמער הערן פון דיר וואס איז לגבי סטעטן איילענד!
בעזרת השם האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז די קעפל פון די אשכול זייער מאדנע - אינטערעסאנט קיינער האט נאכנישט מגיב געווען
משיח האט געשריבן:היות די אנקעטע איז זייער סאטמאר געשטימט, און אלעס דרייט זיך ארום איר, האט סטעטען איילענד זייער שוואכע טשאנסן (צו אנקומען הויעך אין די אנקעטע),
אבער ס'איז קלאר אז הערשט א צומישעניש ביי מענשטן איבער די פאקטן פון סטעטען איילאנד,
ס'קען גאר זיין אז היא הנותנת. א ישוב וואס ווערט אנגעפירט דורך א קהילה, קען מצליח זיין ווילאנג די קהילה שטייט דערונטער, איינמאל די קהילה פארהאנקעט זיך ברויך עס רחמים (בעיסוואטער יוכיח), משא"כ סטעטן איילענד (און לעיקוואד פאר אנדערע חסידישע קרייזען) וואס איז נישט געבעיסט אויף א קהילה האט טאקע אנדערע חבלי לידה, אנדערע שוועריקייטן ביים אנהייבן, ווייל קיינער שטיפט עס נישט מיט כוח, אבער איינמאל דאס איז אדורך קען עס און וועט עס שיין מצליח זיין בעז"ה,
לעת עתה וואוינען אין סטעטען איילענד בערך 130 היימישע אידען, בעיקר פון ב"פ, אויך פון וויליאמסבורג, און נאך צענדליגע אינגעלייט זענען אין קאנטראקט אדער אין די פריערע סטעפס פון די קויפן-פראסעס,
על פי דרך הטבע וועט זיך עס דאפלען ביז א 2 יאר בעז"ה, און אזוי אויך אויסשפרייטן צו נאך און נאך גאסן,
א היימישע ביהמ"ד איז דא, די גראסעריס פון ב"פ דעליווערען אהין יעדן טאג, און מער וויכטיגע צוגעהערן קען מען קויפן דארט. (געפ און אלד נעיווי האבן שוין געשעפטן דארט...),
ס'איז כסדר דא ריידס אהין און צוריק,
ס'איז א שאלה פון צייט ווען הא מערהייט פון די שרייבער דא דערקענט זיך זענען מחסידי סאטמאר פון וויליאמסבורג און קרית יואל. אין די ביידע ערטער הערט מען נישט צופיל פון סטעטן איילענד.
דערווייל ריקט זיך עס בעז״ה פאראויס און בעיקר פון תושבי בארא פארק וועלכע זענען א שפאן אוועק און קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די קינדער אין די בארא פארקער מוסדותיימישע אינגעלייט וועלן אנהייבן עפענען געשעפטן דארט וכדומה,
אויב פאר סאטמאר וועט עס זיין אפשען #1? לכאורה נישט, ווייל ס'איז נישט סטאמאר געשטימט,
אבער פאר אנדערע קרייזן האט סיי סטעטן איילענד און סיי לעיקוואד א שיינע עתיד בעז"ה,
ביידע זענען שוין אין מציאות א שטאט, ביידע האבן מעלות און חסרונות, און ביידע האלטן שוין אינמיטן זיך בויען און בליען,
מחותן האט געשריבן:קלוגער האט געשריבן:קלאר צו שטעלען, די וועג קיין בלומינגבערג נעמט נארמאל נישט מער ווי א שעה מיט 25 מינוט, געב צו נאך אביסעל פאר טרעפיק, נישט מער ווי א שעה און 35 מינוט, רוב וועג איז ליידיגע הייוועיס אסאך איז 65 מפ"ש ווי מ'גייט פארשטייט זיך פולע ספיעד, (געהערט פון אפאר מענטשען וואס האבען זיך געטיימט אויף וועיז) אלדז ווייטקייט פון ברוקלין איז עס נישט ווייטער ווי לעיקוואד, אפשר נענטער, ס'איז 25 מינוט פון קרית יואל, און 45 מינוט פון מאנסי,
סתם פאר אינטערסאנטקייט לאמיר איבערשמיעסן די תגובה..
פון ווילי ביז קר"י נעמט בערך א שעה און צוואנציג מינוט, יא, איך ווייס אז צוויי אזוייגער ביינאכט קען מען עס מאכען אין א שעה און פינף מינוט, אבער רוב מענטשן שלאפן דעמלאטס, אין די געווענליכע צייטען ווען מענטשן דרייווען נעמט עס בערך אזויפיל..טריסקער האט געשריבן:@מחותן טייערער נאך אזא קלארע אפשאצונג ווילמער הערן פון דיר וואס איז לגבי סטעטן איילענד!
משיח האט געשריבן:מחותן, האסט מיר ארויסגענומען די ווערטער פון מויל (א שאלה פון עני המהפך בתגובה) בנוגע די וועג פון שטאט קיין קרית יואל און בלומבערג.
און נאך מער, אן ערב שבת אדער ראש האווער (און ווען נישט?) ווען די וועגן דורך מאנהעטטען והגלילות זענען אנגעזעצט איז די מצב גוט אנגעזעצט, אסאך ערגער ווי די ניו דערסי הייוועיס קיין לעיקוואד.
קלוגער האט געשריבן:זייער פיין געזאגט, און די חילוק אין ווייטקייט פון שטאט צו בלומינגבערג און פון שטאט צו קרית יואל איז צווישען צען און פופצען מינוט, חשבון קלאפט ווי א זייגער!
רעכען פון די טאלל באט ביז אינמיטען קרית יואל, [דארט ווי ס'נעמט א שעה און 20 מינוט], און פון די טאלל באט ביז אינמיטען בלומינגבערג, א חילוק עוורידש 12 מינוט, בלומינגבערג איז איין מייל אראפ פון עקזיט, אויב ס'נעמט ביז קרית יואל א שעה און 20, נעמט עס ביז מוצלומיגבערג א שעה און 35, און ווען מ'מאכט קיין קרית יואל אין א שעה און 10 מינוט, איז עס קיין בלומינגבערג א שעה און 22 מינוט,
קלוגער האט געשריבן:מחותן האט געשריבן:קלוגער האט געשריבן:קלאר צו שטעלען, די וועג קיין בלומינגבערג נעמט נארמאל נישט מער ווי א שעה מיט 25 מינוט, געב צו נאך אביסעל פאר טרעפיק, נישט מער ווי א שעה און 35 מינוט, רוב וועג איז ליידיגע הייוועיס אסאך איז 65 מפ"ש ווי מ'גייט פארשטייט זיך פולע ספיעד, (געהערט פון אפאר מענטשען וואס האבען זיך געטיימט אויף וועיז) אלדז ווייטקייט פון ברוקלין איז עס נישט ווייטער ווי לעיקוואד, אפשר נענטער, ס'איז 25 מינוט פון קרית יואל, און 45 מינוט פון מאנסי,
סתם פאר אינטערסאנטקייט לאמיר איבערשמיעסן די תגובה..
פון ווילי ביז קר"י נעמט בערך א שעה און צוואנציג מינוט, יא, איך ווייס אז צוויי אזוייגער ביינאכט קען מען עס מאכען אין א שעה און פינף מינוט, אבער רוב מענטשן שלאפן דעמלאטס, אין די געווענליכע צייטען ווען מענטשן דרייווען נעמט עס בערך אזויפיל..טריסקער האט געשריבן:@מחותן טייערער נאך אזא קלארע אפשאצונג ווילמער הערן פון דיר וואס איז לגבי סטעטן איילענד!
זייער פיין געזאגט, און די חילוק אין ווייטקייט פון שטאט צו בלומינגבערג און פון שטאט צו קרית יואל איז צווישען צען און פופצען מינוט, חשבון קלאפט ווי א זייגער!
רעכען פון די טאלל באט ביז אינמיטען קרית יואל, [דארט ווי ס'נעמט א שעה און 20 מינוט], און פון די טאלל באט ביז אינמיטען בלומינגבערג, א חילוק עוורידש 12 מינוט, בלומינגבערג איז איין מייל אראפ פון עקזיט, אויב ס'נעמט ביז קרית יואל א שעה און 20, נעמט עס ביז מוצלומיגבערג א שעה און 35, און ווען מ'מאכט קיין קרית יואל אין א שעה און 10 מינוט, איז עס קיין בלומינגבערג א שעה און 22 מינוט,
kyshtiper האט געשריבן:מחותן האט געשריבן:לייג ארויף די אדרעסן פון בלמי די נייע דעוועלעפמענט, און פון לעיקוואד די נייע דעוועלפמענט
בלומינגבורג
Chestnut Ridge Rd
Bloomingburg, NY 12721
לעיקוואוד
56 Cross St
Lakewood Township, NJ 08701